מיר וועלן זיך דא באציען צו די אלקאהאל אפטיילונג פון די קאר דרייווערס מעניועל. היות פילע רעדן זיך אפ אז טראץ וואס די איבעריגע טיילן פון דעם ביכל זיינען פארשטענדליך, אבער ווען עס קומט צו די אלקאהאל חלק דאן בלייבן זיי שטעקן אן די מינדעסטע פערשטאנד דערינען.
די ערשטע זאך וואס איז גאר וויכטיג צו וויסען, אז אין ניו יארק סטעיט זיינען צוואנציג פראצענט פון טויטליכע עקסידענטן פערבינדען מיט אלקאהאל. דער דערהער דערפון איז, אז טראץ וואס איינער קען דרייווען גאר פארזיכטיג, איז וויכטיג אויסצוקוקען אויב דער אנדערער הייוועי באנוצער איז אויך ניכטער
נאך וואס מען טרינקט אלקאהאלישע געטראנקען, איז אוממעגליך צו זיין א גענצליך סעיף דרייווער, טראץ וואס עס מיינט נישט אז מען וועט פאראורזאכען אן עקסידענט, אבער מען לייגט זיך און די אנדערע ראוד באנוצער אין א סכנה.
אינגע דרייווערס זיינען נאר 5 פראצענט פון דרייווערס, אבער זיי מאכען אויס עלף פראצענט פון דרייווערס וואס זיינען פארמישט אין אלקאהאל און דראג עקסידענטס
אויב איז מען באשולדיגט אין דרייווען אונטערן איינפלוס פון אלקאהאל, דאן ערלויבט נישט דאס געזעץ אויסצוארבעטן א פלי בארגעין אוואו ביי אנדערע סארט טיקעטס.
אלקאהאל געזעצן - קאר פערמיט
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- צו געזונט
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7077
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
- לאקאציע: חשש גילוי
אלקאהאל געזעצן - קאר פערמיט
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
- צו געזונט
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7077
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
- לאקאציע: חשש גילוי
פארמיידן פראבלעמען
פאר מיר וועל אנהויבן מיט די געזעץ און שטראף חלק וואס אנבאלאנגט אלקאהאל, העמיר געבן עטליכע עצות צו פארמיידן די פראבלעמען, נישט דייקא דורך נישט טרינקען, נאר דורך אליין וויסען און פארשטיין אז ווען מען גייט טרינקען און ווען הייבט נאר אן צו שפירען אז מען האט אביסל צופיל געטרינקען, זאל מען שוין וויסען אז די קאר שליסלען זאלען זיך גראד געפונען ביי א צווייטען, און נישט זיך איינרעדן, אז איך בין נאך אקעי.
אויב גייט איר אסאך ארויס מיט חברים און מען טרינקט צוזאמען, באשטימט א דרייוער וואס דרייווט אהיים, וואס יענער וועט נישט טרינקען די נאכט. ווי פארשטענדליך יעדע נאכט א צווייטער.
זיי געראכטען צו בלייבן איבערשלאפען ביי דיין פריינט, אויב האסטו נישט קיין וועג אהיים. מאך א פלאן נאך פאר דו הייבסט אן טרינקען.
פאר דו הייבסט אן טרינקען, גיב איבער דיין קאר שליסל פאר איינעם וואס וועט נישט טרינקען, און וואס וועט דיר נישט צוריקגעבן דעם שליסל אויב ביסטו אנגעטרונקען.
נוץ א טעקסי אדער פאבליק טראנספארטאציע
נוץ געטראנקען מיט גאר נידעריגע אלקאהאל שטאפלען. צ.ב.ש. לייכטע ביר אדער גאר שוואכע וויין
טרינק שטייטעלעך. טרינק אומאלקאהאלישע געטראנקן נאך יעדע אלקאהאלישע טרינק
מאך נישט די אלקאהאל די הויפט טעמע פונעם אווענט. שמועסן, געימס, סתם ענדזשוימענטס זיינען א בעסערע סיבה אויף זיך צוזאמטרעפן.
עס א גוטן מאלצייט פאר דו טרינקסט, און כאפ א נאש דא און דארט ווען דו טרינקסט
אויב האסטו צופיל געטרינקען, הער אויף צו טרינקען א היבש ביסל פאר דו פארלאזט דעם ארט, אזוי אים קאן דיין קערפער אנהויבען צו אויסוועפן די אלקאהאל אפעקטן.
הער צו צו דיינע פריינט. הער זיי אויס און נעם אן זייער הילף. אויב זיי זאגען אז דו קענסט מער נישט דרייווען, גלייב זיי און פאלג. לאך זיי נישט אויס, אדער ברוגז ווערן אויף זיי.
אויב גייט איר אסאך ארויס מיט חברים און מען טרינקט צוזאמען, באשטימט א דרייוער וואס דרייווט אהיים, וואס יענער וועט נישט טרינקען די נאכט. ווי פארשטענדליך יעדע נאכט א צווייטער.
זיי געראכטען צו בלייבן איבערשלאפען ביי דיין פריינט, אויב האסטו נישט קיין וועג אהיים. מאך א פלאן נאך פאר דו הייבסט אן טרינקען.
פאר דו הייבסט אן טרינקען, גיב איבער דיין קאר שליסל פאר איינעם וואס וועט נישט טרינקען, און וואס וועט דיר נישט צוריקגעבן דעם שליסל אויב ביסטו אנגעטרונקען.
נוץ א טעקסי אדער פאבליק טראנספארטאציע
נוץ געטראנקען מיט גאר נידעריגע אלקאהאל שטאפלען. צ.ב.ש. לייכטע ביר אדער גאר שוואכע וויין
טרינק שטייטעלעך. טרינק אומאלקאהאלישע געטראנקן נאך יעדע אלקאהאלישע טרינק
מאך נישט די אלקאהאל די הויפט טעמע פונעם אווענט. שמועסן, געימס, סתם ענדזשוימענטס זיינען א בעסערע סיבה אויף זיך צוזאמטרעפן.
עס א גוטן מאלצייט פאר דו טרינקסט, און כאפ א נאש דא און דארט ווען דו טרינקסט
אויב האסטו צופיל געטרינקען, הער אויף צו טרינקען א היבש ביסל פאר דו פארלאזט דעם ארט, אזוי אים קאן דיין קערפער אנהויבען צו אויסוועפן די אלקאהאל אפעקטן.
הער צו צו דיינע פריינט. הער זיי אויס און נעם אן זייער הילף. אויב זיי זאגען אז דו קענסט מער נישט דרייווען, גלייב זיי און פאלג. לאך זיי נישט אויס, אדער ברוגז ווערן אויף זיי.
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
- צו געזונט
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7077
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
- לאקאציע: חשש גילוי
די אפעקט פון אלקאהאל אויפן דרייווער
אלקאהאל פארשטייטערט די באוועגונגען און פארקירצט די ריעקשאן צייט ( די צייט פון ווען מען זעהט אז עפעס האט פאסירט, ביז מען טוט עפעס למעשה עס אויסצומיידן ) עס פארמינערט די קלארקייט פון די זעהקראפט, עס צומישט דיין מח פון אויפכאפן די ריכטיגע שנעלקייט וואס מען פארט אדער ווייטקייט פון אנדערע אויטאס, עס פאראורזאכט צו נעמען גרעסערע ריזיקעס אויפן ראוד און בכלל מאכט עס זיין ווייניגער וואך. די גאר וויכטיגע, סיי גייסטישע און סיי פיזישע פאכמאנשאפט וואס מען ברויך צו דרייווען סעיף ווערן אפגעשוואכט.
די זעהקראפט איז שוואכער ביינאכט, דאס מיינט אז נאכען טרינקען ווערט עס נאך שוואכער, וואס דאס מאכט דאס דרייווען ביינאכט נאך א טרינק גאר שעדליך. אלקאהאל פארמיידט אויך די מעגליכקייט פון זיך צוריקכאפען ווען א קאר שיינט דיר אריין די הייביעמס. מען קען ממש פארבלענדעט ווערן פאר א היבש שטיקל צייט
נישט אייביג ברויך/וועט מען שפיערן אז מען איז אנגעטרינקען ווען די אויבעדערמאנטע פאסירן. דאס קען פאסירן היבש פאר מען שפירט אין קערפער אז מען איז אנגעטרינקען אדער שיכור, אסאך מאל אפילו שוין ביים ערשטן גלעזל.
און צוגאב צו די פיזישע מעגליכקייט באגרעניצונגען, ווערט מען אויך ווייניגער אויפמערקזאם צו אלעס וואס פאסירט צו דיינע דרייווען מעגליכקייטן. עס ווערט שווער אויפצוכאפן דיין אייגענעם צושטאנד אין וואס מען געפונט זיך. פיל מאל קען מען אפילו שפירן גאר גוט אויפן ראוד, בשעת מען טאר בכלל נישט זיך געפונען אויפן ראוד.
יעדע מייל וואס מען דרייווט, מאכט מען הונדערטער באשלוסן. יעדע באשלוס ווערט א פאקט וואס האלט דעם אויטא אונטער קאנטראל און עס פארמיידט דיך פון ווערן פארמישט און צוזאמענשטויסען. אלקאהאל פארשווערט דאס מאכען ריכטיגע באשלוסען און דאס נעמען זיכערע שריט ביים דרייווען.
צ.ב.ש. דו האסט דיך נארוואס אפגעשטעלט ביי א סטאפ סיין. איצט זעהסטו א אויטא קומען צו דעם אינטערסעקשאן. דו ברויכסט מאכען א שנעלען באשלוס אויב עס איז גענוג זיכער צו פארזעצן דורך דעם אינטערסעקשאן. אויב איז מען אונטער דעם איינפלוס פון אלקאהאל, דאן קאן מען מאכען א אומריכטיגן באשלוס און נעמען א ריזיקע. די פארשטאטערטע מח באשלוסן, אין צוגאב צו די אומריכטיגע באשלוס, קאן פאראורזאכען א צוזאמענשטויס וואס וואלט נישט געברויכט פאסירן.
די זעהקראפט איז שוואכער ביינאכט, דאס מיינט אז נאכען טרינקען ווערט עס נאך שוואכער, וואס דאס מאכט דאס דרייווען ביינאכט נאך א טרינק גאר שעדליך. אלקאהאל פארמיידט אויך די מעגליכקייט פון זיך צוריקכאפען ווען א קאר שיינט דיר אריין די הייביעמס. מען קען ממש פארבלענדעט ווערן פאר א היבש שטיקל צייט
נישט אייביג ברויך/וועט מען שפיערן אז מען איז אנגעטרינקען ווען די אויבעדערמאנטע פאסירן. דאס קען פאסירן היבש פאר מען שפירט אין קערפער אז מען איז אנגעטרינקען אדער שיכור, אסאך מאל אפילו שוין ביים ערשטן גלעזל.
און צוגאב צו די פיזישע מעגליכקייט באגרעניצונגען, ווערט מען אויך ווייניגער אויפמערקזאם צו אלעס וואס פאסירט צו דיינע דרייווען מעגליכקייטן. עס ווערט שווער אויפצוכאפן דיין אייגענעם צושטאנד אין וואס מען געפונט זיך. פיל מאל קען מען אפילו שפירן גאר גוט אויפן ראוד, בשעת מען טאר בכלל נישט זיך געפונען אויפן ראוד.
יעדע מייל וואס מען דרייווט, מאכט מען הונדערטער באשלוסן. יעדע באשלוס ווערט א פאקט וואס האלט דעם אויטא אונטער קאנטראל און עס פארמיידט דיך פון ווערן פארמישט און צוזאמענשטויסען. אלקאהאל פארשווערט דאס מאכען ריכטיגע באשלוסען און דאס נעמען זיכערע שריט ביים דרייווען.
צ.ב.ש. דו האסט דיך נארוואס אפגעשטעלט ביי א סטאפ סיין. איצט זעהסטו א אויטא קומען צו דעם אינטערסעקשאן. דו ברויכסט מאכען א שנעלען באשלוס אויב עס איז גענוג זיכער צו פארזעצן דורך דעם אינטערסעקשאן. אויב איז מען אונטער דעם איינפלוס פון אלקאהאל, דאן קאן מען מאכען א אומריכטיגן באשלוס און נעמען א ריזיקע. די פארשטאטערטע מח באשלוסן, אין צוגאב צו די אומריכטיגע באשלוס, קאן פאראורזאכען א צוזאמענשטויס וואס וואלט נישט געברויכט פאסירן.
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
- צו געזונט
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7077
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
- לאקאציע: חשש גילוי
אנדערע סארט געווירצען, דראגס בלע"ז
דראגס, אין דעם איז אריינגערעכנט דאקטאר פארשריבענע רעצעפטן און אפילו אווער-די-קאונטער דראגס, צ.ב.ש טיילענאל א.ד.ג, קען באגרעניצען די דרייווען מעגליכקייטן. זיי האבען ענליכע באגרעניצונגען אוואו אלקאהאל, און פיל מאל נאך ערגער. אויב נעמסטו איין מעדיקאמענטן, אפילו נישט מיט א פרעסקריפשאן, צ.ב.ש. טאבלעטן פאר א פארקילעכץ אדער אן אלערגיע, קוק איבער די לעיבל פאר ווארענונגען איבער וויאזוי דאס קען דיך אפעקטירן. אויב ביזטו נישט זיכער, פרעג דיין דאקטאר אדער אפטייקער אויב מעג מען דרייווען נאך אייננעמען די טאבלעטן.
מען טאר קיינמאל טרינקען אלקאהאל אויב נעמט מען מעדיקאמענטן. עס קאן זיין גאר שעדליך, עס קען פילפאכיג פארמערן די אפפעקט פון די אלקאהאל אדער די מעדיקאמענטן, אדער פון ביידע. צ.ב.ש. אויב טרינקסטו נאר איין גלעזעלע לחיים ווען דו נעמסט איין א טיילענאל פאר א פארקילעכץ, דאן קען עס ווירקען אוואו גלייך זאלסט האבען געטרונקען עטליכע גלעזלעך.
עס קאן זיין א קרימינאלע קלאגע אויב דרייווט מען ווען מען איז פארטייבט מיט דראגס, אדער אלקאהאל געמישט מיט דראגס, אומלעגאלע געווירצן צ.ב.ש. מאריכוואנא, קאקעין אדער אנדערע פארבאטענע געווירצען, און אפילו מיט לעגאל פארשריבענע רעצעפטן. דראגס קענען אפפעקטירן דיינע באוועגונגען, באשלוסען, זעה קראפט און אויפמערקזאמקייט ענליך צו אלקאהאל, און עס קאן האבען נאך זייטיגע ווירקונגען
מישן אלקאהאל מיט אנדערע דראגס, פארמינערט ביז גאר דיינע דרייווען מעגליכקייטן און קאן פאראורזאכען ערנסטע געזונט פראבלעמען, און פיל מאל אפילו טויט.
מען טאר קיינמאל טרינקען אלקאהאל אויב נעמט מען מעדיקאמענטן. עס קאן זיין גאר שעדליך, עס קען פילפאכיג פארמערן די אפפעקט פון די אלקאהאל אדער די מעדיקאמענטן, אדער פון ביידע. צ.ב.ש. אויב טרינקסטו נאר איין גלעזעלע לחיים ווען דו נעמסט איין א טיילענאל פאר א פארקילעכץ, דאן קען עס ווירקען אוואו גלייך זאלסט האבען געטרונקען עטליכע גלעזלעך.
עס קאן זיין א קרימינאלע קלאגע אויב דרייווט מען ווען מען איז פארטייבט מיט דראגס, אדער אלקאהאל געמישט מיט דראגס, אומלעגאלע געווירצן צ.ב.ש. מאריכוואנא, קאקעין אדער אנדערע פארבאטענע געווירצען, און אפילו מיט לעגאל פארשריבענע רעצעפטן. דראגס קענען אפפעקטירן דיינע באוועגונגען, באשלוסען, זעה קראפט און אויפמערקזאמקייט ענליך צו אלקאהאל, און עס קאן האבען נאך זייטיגע ווירקונגען
מישן אלקאהאל מיט אנדערע דראגס, פארמינערט ביז גאר דיינע דרייווען מעגליכקייטן און קאן פאראורזאכען ערנסטע געזונט פראבלעמען, און פיל מאל אפילו טויט.
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
- צו געזונט
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7077
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
- לאקאציע: חשש גילוי
אלקאהאל, דראגס און דאס געזעץ
אין ניו יארק סטעיט קאן מען ארעסטירט ווערן פאר סיי וועלכע פון די באשולדיגונגען: ווילד דרייווען ווען מען איז פארטעמפט (Agg-DWI), דרייווען ווען מען איז פארטעמפט (DWI), דרייווען מיט א אלקאהאל אינהאלט אין די בלוט פון 08. פראצענט אדער מער (08. BAC), דרייווען ווען דיינע מעגליכקייטן זיינען אפגעשוואכט צוליב א דראג (DWAI-Drug), דרייווען ווען דיינע מעגליכקייטן זיינען אפגעשוואכט צוליב אלקאהאל (DWAI), אדער דרייווען אונטער איינפלוס פון אלקאהאל און דראגס ביינאזאם.
בלוט אלקאהאל אינהאלט (BAC) איז די פראצענט פון אלקאהאל אין אייער בלוט און מען אנטשיידט דאס געווענליך דורך א כעמישען טעסט פון אייער אטעם, בלוט, אפלויף אדער שפייעכץ. א BAC פון 05. פראצענט אדער מער איז א לעגאלער באווייז אז אייערע מעגליכקייטן צו דרייווען זיינען געשעדיגט/פארמינערט, א BAC פון 08. אדער מער איז אן איבערווייז אז איר זיינט אנגעטרונקען, און א BAC פון 18. אדער אדער מער איז א באווייז אז איר זיינט שוין א ווילדער דרייווער וואס איז איבערגעטריבען אנגעטרינקען
געוויסע מענטשן קלערן אז מען ברויך דעם כעמישן פראבע אויפצוווייזען אז מען איז געווען אנגעטרינקען אדער פארטעמפט, אבער, א פאליציי אפיציר'ס עדות'שאפט וויאזוי איר האט געדרייווט, ערשיינונג, און אויפפירונג ווען ווען מען האט אייך ארעסטירט איז גענוג באווייז אויף אייך צו באשולדיגען, אפילו אן א כעמישען טעסט
אויב ווערט איר געפונען שולדיג אויף סיי וועלכע אלקאהאל אדער דראג פארבינדעטע דרייווען פארברעך, דאן מוז דאס געריכט גענצליך אוועקנעמען, אדער אויף א געוויסע באשטימטע צייט אייער דרייווער לייסענס ווען איר ווערט פאראורטיילט. אפילו אויב דאס געריכט גיט אייך א צוואנציג טאג פארלענגערונג אויף אייער דרייווען פריווילעגיעס, וועט דאס געריכט נאך אלץ אוועקנעמען דעם קארטל אויפן ארט.
די BAC סטאנדארטען און געלט שטראפען פאר CDL דרייווערס זיינען נאך פיל הארבער אוואו די וואס זיינען ערווענט אין דעם קאפיטל.
בלוט אלקאהאל אינהאלט (BAC) איז די פראצענט פון אלקאהאל אין אייער בלוט און מען אנטשיידט דאס געווענליך דורך א כעמישען טעסט פון אייער אטעם, בלוט, אפלויף אדער שפייעכץ. א BAC פון 05. פראצענט אדער מער איז א לעגאלער באווייז אז אייערע מעגליכקייטן צו דרייווען זיינען געשעדיגט/פארמינערט, א BAC פון 08. אדער מער איז אן איבערווייז אז איר זיינט אנגעטרונקען, און א BAC פון 18. אדער אדער מער איז א באווייז אז איר זיינט שוין א ווילדער דרייווער וואס איז איבערגעטריבען אנגעטרינקען
געוויסע מענטשן קלערן אז מען ברויך דעם כעמישן פראבע אויפצוווייזען אז מען איז געווען אנגעטרינקען אדער פארטעמפט, אבער, א פאליציי אפיציר'ס עדות'שאפט וויאזוי איר האט געדרייווט, ערשיינונג, און אויפפירונג ווען ווען מען האט אייך ארעסטירט איז גענוג באווייז אויף אייך צו באשולדיגען, אפילו אן א כעמישען טעסט
אויב ווערט איר געפונען שולדיג אויף סיי וועלכע אלקאהאל אדער דראג פארבינדעטע דרייווען פארברעך, דאן מוז דאס געריכט גענצליך אוועקנעמען, אדער אויף א געוויסע באשטימטע צייט אייער דרייווער לייסענס ווען איר ווערט פאראורטיילט. אפילו אויב דאס געריכט גיט אייך א צוואנציג טאג פארלענגערונג אויף אייער דרייווען פריווילעגיעס, וועט דאס געריכט נאך אלץ אוועקנעמען דעם קארטל אויפן ארט.
די BAC סטאנדארטען און געלט שטראפען פאר CDL דרייווערס זיינען נאך פיל הארבער אוואו די וואס זיינען ערווענט אין דעם קאפיטל.
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
- עין טובה
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4062
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 9:46 pm
- לאקאציע: 127.0.0.1
אויב מעג איך אריין רעדן...
צו געזונט! ביסט פיינע נייעס!
דו שרייבסט דאך אזא וויכטיגע נושא, אזוי אין א היימישע געשמאקע קלארע שפראך און סגנון.
זאלן טאקע אלע שיכור'ע דרייווערס עס דורכליינען מיט ישוב הדעת און זאל זיין פאר יעדן צו געזונט.
עפעס קריטיק מוז מען דאך געבן, א שאד דו האסט עס נישט געשריבן בעפאר פורים... ס'וואלט געקענט פארמיידן היבש אסאך פראבלעמען...

...
-
- שר האלף
- תגובות: 1758
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 08, 2015 1:04 am
- צו געזונט
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7077
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
- לאקאציע: חשש גילוי
דא האב איך פלעין איבערגעטייטשט ווארט ביי ווארט פונעם ביכעל. אבער איך האב פורים צופרי געגעבן א רעדע איבער אלקאהאל ביינונז אין שטיבל, לויטן לשון המדוברת, אנע אלטמאדישע זשארגאן אידיש וואס איך נוץ דא. פילע האבען מיר געזאגט אז הערשט איצטערט האבען זיי אויפגעכאפט דעם דערהער פון די אלקאהאל חלק אין די מעניועל, טראץ וואס זיי דרייווען שוין יארן לאנג.
אויף פורים האב איך ביי מירמאין קאמפיוטער אויפגעזעצט א פונקטליכע ליסטע און אפטייטש אויף גאר א גרינגן אידיש, די אלע געזעצן וואס אנבאלאנגט אלקאהאל, דרייווען, און פארשטיין ווען מען טאר מער נישט, ווי אויך א פונקטליכע ליסטע פון שטראפען. האפענטליך העמיר עס קומענדיג יאהר דא ארויפלייגן און אויך שיקן צו אלע צייטונגען. משיח זאל שוין זיכער דא זיין, אבער פורים גייט דאך בלייבן...