Geico Car Insurance

קויפן, ליעסען, דינגען. טיקעטס, אינשורענס, וכו'

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

פארוואס נישט...
שר חמישים ומאתים
תגובות: 276
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 02, 2012 3:56 pm

Geico Car Insurance

תגובהדורך פארוואס נישט... » דינסטאג יוני 24, 2014 4:34 pm

ווען כ'קוואוט אנליין, באקום איך גאר גוטע פרייזן ביי זיי.
איז דא א סיבה נישט צו נעמען?
נו... פארוואזשע טאקע נישט...?

דרייסטקייט
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 01, 2014 12:31 pm
לאקאציע: אינמיטן א דרייסטע אקט...

תגובהדורך דרייסטקייט » דינסטאג יוני 24, 2014 4:53 pm

נישטא קיין שום סיבה נישט צו נעמען. אדרבה, גאו עהעד!
איך האב שוין קאר אינשורענס איבער צוויי יאר, זיי האבן מיר געגעבן גלייך אין אנפאנג די בעסטע רעיט, איבער פופציג פראצענט ביליגער פון אלע קאמפעניס, און אפילו היינט צוטאגס צוויי יאר שפעטער, באקום איך נאך אלץ פון זיי מיט ריזיגע פראצענטן ביליגער פון יעדעם. איך קוואטו יעדע שטיק צייט צו זעהן אויב איך קען באקומען עפעס ביליגער ערגעץ אנדערש, און גארנישט, זיי בלייבן די ביליגסטע.
שפרינג אריין מיט א דרייסטקייט! דערשרעק דיך נישט!

פארוואס נישט...
שר חמישים ומאתים
תגובות: 276
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 02, 2012 3:56 pm

תגובהדורך פארוואס נישט... » דינסטאג יוני 24, 2014 5:04 pm

כ'פלעג זיי אויך נוצן אפאר יאר צוריק אויף א געקויפטע קאר.
יעצט קלער איך צו ליעסן, איז מיר עס נאכאמאל נוגע.

איינער האט מיר אמאל געזאגט אז אין פאל פון א קלעם איז נישט אזוי גרינג מיט זיי... למעשה האב איך זיי ב"ה נישט אויספראבירט דערמיט...

וויל איך וויסן צו איינער האט עקספיריענס מיט זיי!!??
נו... פארוואזשע טאקע נישט...?

אוועטאר
זאל ער קומען
שר האלף
תגובות: 1946
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 04, 2011 12:25 am
לאקאציע: בעיקבתא דמשיחא

תגובהדורך זאל ער קומען » דינסטאג יוני 24, 2014 5:12 pm

איך האב נישט קיין עקספיריאנס מיט זיי איך דארף ווען נאכאמאל פרובירן אבער איך האב גוטע עקספיריאנס מיט אללסטעיט (וויליאמסבורג) בשעתו האבן זיי מיר געגעבן די בעסטע פרייז און געטריעט די שענסטע. איך האב גענוצט עטליכע קאמפאניעס פאר זיי.
זאלער, וואס וועט זיין מיט אפאר דאלער...

אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2179
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

תגובהדורך אַבּערוואַס » דינסטאג יוני 24, 2014 5:36 pm

מיינע צוויי סענט, גייקאו איז די ריכטיגסטע וועג צו גיין, זיי זענען די ביליגסטע, עקסעלענט קאסטומער סערוויס, און - מ'זאל נישט דארפן - א גוטע קלעימס דעפארטמענט.

די עיקר סבה פאר זייער אויבערהאנט מיט די אלע ענינים איז ווייל זיי ארבעטן נישט מיט קיין בראוקערס, נאר דער קאסטומער דיעלט מיט זיי דירעקט.
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...

פועל
שר חמישים
תגובות: 50
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 29, 2012 11:33 pm

תגובהדורך פועל » דינסטאג יוני 24, 2014 5:44 pm

i was by geico for many years, with clean license record, till a gent of peace of mind insurance call me with much A better offer 718-257-1400

אוועטאר
נישט
שר האלף
תגובות: 1178
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 01, 2014 8:14 pm
לאקאציע: יסודו מעפר, וסופו לעפר

תגובהדורך נישט » דינסטאג יוני 24, 2014 6:09 pm

פארוואס נישט... האט געשריבן:כ'פלעג זיי אויך נוצן אפאר יאר צוריק אויף א געקויפטע קאר.
יעצט קלער איך צו ליעסן, איז מיר עס נאכאמאל נוגע.

איינער האט מיר אמאל געזאגט אז אין פאל פון א קלעם איז נישט אזוי גרינג מיט זיי... למעשה האב איך זיי ב"ה נישט אויספראבירט דערמיט...

וויל איך וויסן צו איינער האט עקספיריענס מיט זיי!!??

געהאט עקספיריענס, כ'מיין זיי זענען גוט

אוועטאר
maybeeynot
שר האלפיים
תגובות: 2197
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

תגובהדורך maybeeynot » דינסטאג יוני 24, 2014 6:11 pm

איך האב זיי אויך גענוצט א יאר צייט דערנאך האב איך באקומען די זעלבע קוואט פון JNR insurance וואס איז עדווערטייזט דא אויף אונזער וועלטעל מיט זייער גוטע סערוויס
א קלעם האב איך ב"ה נישט געמאכט ביי קיינעם
# שטיצט אונזערע שטיצערס
א מענטש איז נאר א מענטש אין צומאל דעס אויך נישט (בשם הרה"ג ר' מרדכי דוד קאהן זצ"ל)
ווער עס וויל אראפ גיין פון די רויבער קאללס.
רופט 929-900-1714
דאן דרוקט 5
ביטע ווער עס קען עס פארשפרייטען ולמצוה גדולה יחשב

אוועטאר
פאפקארן
שר מאה
תגובות: 132
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 25, 2011 4:00 pm

תגובהדורך פאפקארן » דינסטאג יוני 24, 2014 6:29 pm

געוואלדיג צופרידען פון גייקא!!!
כ'צאל עטוואס מער פון $400 פאר א האלב יאר און "וויליאמסבורג",
איינער האט מיר געקלעימט, ב"ה כ'בין ארויס ריין!!!

אוועטאר
Silent
שר חמישים ומאתים
תגובות: 457
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 03, 2013 11:41 am

תגובהדורך Silent » דינסטאג יוני 24, 2014 8:53 pm

פאפקארן האט געשריבן:געוואלדיג צופרידען פון גייקא!!!

כ'צאל ארום $200 פאר א האלב יאר, (כ'האב נישט קיין קאליזשאן אינשורענס)
קיינמאל געדילט מיט א קלעים ב"ה

פארוואס נישט...
שר חמישים ומאתים
תגובות: 276
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 02, 2012 3:56 pm

ריקאמענדעד קאווערעזש

תגובהדורך פארוואס נישט... » מיטוואך יוני 25, 2014 11:59 am

אקעי, ייש"כ פאר אלע משיבים.
יעצט, וואספארא קאווערעזש דארף איך האבן פאר א ליעס? וואס און וויפיל איז ראטזאם צו נעמען?
נו... פארוואזשע טאקע נישט...?

דרייסטקייט
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 01, 2014 12:31 pm
לאקאציע: אינמיטן א דרייסטע אקט...

תגובהדורך דרייסטקייט » זונטאג יוני 29, 2014 1:51 pm

פארוואס נישט... האט געשריבן:אקעי, ייש"כ פאר אלע משיבים.
יעצט, וואספארא קאווערעזש דארף איך האבן פאר א ליעס? וואס און וויפיל איז ראטזאם צו נעמען?


אויב דו גייסט מיט גייקאו, וועלן זיי דיר שוין מסדר זיין וואס איז די מינומום צו נעמן פאר א ליעס, איך האב אויך א ליעס, און זיי האבן מיר דאס שוין מסדר געווען.
שפרינג אריין מיט א דרייסטקייט! דערשרעק דיך נישט!

אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2179
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

תגובהדורך אַבּערוואַס » זונטאג יוני 29, 2014 2:20 pm

דרייסטקייט האט געשריבן:
פארוואס נישט... האט געשריבן:אקעי, ייש"כ פאר אלע משיבים.
יעצט, וואספארא קאווערעזש דארף איך האבן פאר א ליעס? וואס און וויפיל איז ראטזאם צו נעמען?


אויב דו גייסט מיט גייקאו, וועלן זיי דיר שוין מסדר זיין וואס איז די מינומום צו נעמן פאר א ליעס, איך האב אויך א ליעס, און זיי האבן מיר דאס שוין מסדר געווען.

רט. נאר מאך זיכער צו נעמען אויך גלעסס ענד קאמפרעהענסיוו, ווי אויך ראודסייד עסיסטענס (אויב דו האסט נישט טיפל עי וכדו'), ס'קאסט נאך עטליכע דאלער, אבער ס'איז ווערט.

בכלליות איז גוט צו נעמען א פינף הונדערט דאלער דידאקטעבל אויפן פאליסי, ס'ברענגט אראפ די פרייז פון די פאליסי, און ס'מאכט געווענליך נישט אויס שפעטער. און אפי' ווען ח"ו יא, איזעס נאך אלס בילכער ווי אריינצאלן פאר די פאליסי.
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...

יעקב צוקערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 691
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 05, 2014 1:27 pm

תגובהדורך יעקב צוקערמאן » זונטאג יוני 29, 2014 3:33 pm

כ'ווייס נישט צי גייקאו איז אזא מיוחס און איז טאקע אזוי ביליג, איך האב דאס נישט איינגעזען, און לבי אומר לי, אויב דארפן זיי אזויפיל טאראראמעווען מיט רעקלאמעס איז דאס נישט קיין גוטער צייכן, און האמער, ווער צאלט פאר די רעקלאמעס, אז נישט די קונדן.
נאך א פונקט, גיבן גיטע רעיטס ווען מען איז א ריינער דרייווער מיט א ריינעם רעקארד, דאס קען יעדע אינשורענס פירמע. צודעם דארף מען נישט גייקאו, מען רעדט ווען דער רעקארד איז שוין נישט אזוי ציכטיג ריין, דאן איז א קונץ צובאקומען א נארמאלן יושר'דיגן פרייז פאר קאר אינשורענס. דוכט זיך אז דארטן צייכענט זיך גייקאו בכלל נישט אויס, און ס'וואלט געווען אינטערסאנט צו הערן פון די חברים דאהי אויפ'ן שמועס-ווינקל וואסערע ערפארונגען זיי האבן געהאט מיט קאר אינשורענס שוין נאך טיקעטס און עקסידענטן

אוועטאר
זאל ער קומען
שר האלף
תגובות: 1946
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 04, 2011 12:25 am
לאקאציע: בעיקבתא דמשיחא

תגובהדורך זאל ער קומען » זונטאג יוני 29, 2014 3:43 pm

עטליכע האבן דא פריער געשריבן אז זיי האבן באקומען גוטע פרייזן אפילו נישט ריין.
און אדווערטייזמענט מיינט גארנישט, א קאמפאני וואס מאכט לאמיר זאגן א ביליאן דאלער צאלט אוועק א מינימום פון צוויי הונדערט פופציג מיליאן פאר אדווערטייזינג, מ'האט שוין גערעדט דערפון און מ'וועט נאך רעדן, און פארקערט נאך, ווי מער זיי ספענדן אלץ ווייניגער ווילן זיי דו זאלסט געוואויר ווערן אז עס איז נישט אמת וואס זיי זאגן, און אלץ מער וועלן זיי זיכער מאכן אז זיי זענען טאקע יא דאס בעסטע.
זאלער, וואס וועט זיין מיט אפאר דאלער...

דרייסטקייט
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 01, 2014 12:31 pm
לאקאציע: אינמיטן א דרייסטע אקט...

תגובהדורך דרייסטקייט » זונטאג יוני 29, 2014 4:32 pm

יעקב צוקערמאן האט געשריבן:נאך א פונקט, גיבן גיטע רעיטס ווען מען איז א ריינער דרייווער מיט א ריינעם רעקארד, דאס קען יעדע אינשורענס פירמע.


איך האב ב"ה א ריינע רעקארד, און נאך אלץ באקום איך נישט פון קיינעם אזא פיינעם פרייז ווי גייקאו, שוין נאך 2 יאר וואס איך האב אינשורענס.
שפרינג אריין מיט א דרייסטקייט! דערשרעק דיך נישט!

אוועטאר
ניק ניק
שר האלפיים
תגובות: 2415
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 20, 2011 8:17 pm

תגובהדורך ניק ניק » זונטאג יוני 29, 2014 4:41 pm

איך האב שוין 2 יאר אינשורענס מיט פראגרעסיוו, לעצטענס האט מיר איינער צוגערעדט צו פראבירן גייקאו איך האב געבעטן א קוואט און ס''איז טאקע געווען אביסל ביליגער, אבער נאכן איבערגיין בעיון די קאוועריזש'ס וואס איך באקום האב איך געזען אז זיי האבן מיר געגעבן איין זאך ווייניגער, און ווען כ'האב צוגעלייגט די זאך איז עס שוין געווען טייערער, בין איך געבליבן ביי פראגרעסיוו.
אל תסתכל בספעלינג אלא במה שיש בה.
הק' נ'חמן י'עקב ק'אהן המכונה ני"ק.

אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2179
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

תגובהדורך אַבּערוואַס » זונטאג יוני 29, 2014 6:03 pm

לאמיך קרא מאכן א נקודה, ס'קלאר אז נישט אויף יעדע זאך אדער פאל וועט גייקאו אדער א צווייטער אריינקומען די בעסטע און דאס ביליגסטע (איך אליינס האב פאר מיין וואוינונג פין א צווייטע קאמפעני ווייל ס'איז מיר אויסגעקומען בילכער) ס'א אפענע וועלט און א פרייז מארקעט, די נקודה איז אלעמאל צו טרעפן דאס בעסטע פאר דיר אין דעם צפעציפישע מצב, ודו"ק כי קצרתי.

ווער ס'האט געדולד איז מכובד איבערצונעמען דאס ווארט.
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...

רבי משה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 290
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 20, 2014 9:56 pm

תגובהדורך רבי משה » דינסטאג יולי 08, 2014 8:24 pm

מיין עקספיריענס:
אין די וועלט איז אנגענומען אז גייקאוי איז נאר גיט מיט א ריינע דרייווען היסטארי. מיט א שמיציגע רעקארד, וועלן זיי בדרך כלל נישט עקצעפטירן, נאר מיט נישט מענטשליכע נומערן.
איך וואס כהאב ליידער געהאט אפאר עקצידענטן, בין איך געגאנגען שאפפינג פאר פרייזען.
מה נאמר ומה נדבר geico איז נאך געוועזהען די ביליגסטע פון יעדעם... (נישט אז כצאהל ביליג, בכלל נישט). פראגרעסיוו איז געוועהן פלעין נישט נארמאל, 200% טייערער. וכו'
אשר ע"כ יעדער זאל בודק זיין וואס פאר אים איז גיט. והנראה לפענ"ד כתבתי

פארוואס נישט...
שר חמישים ומאתים
תגובות: 276
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 02, 2012 3:56 pm

וואס כ'האב צום סוף געטוהן

תגובהדורך פארוואס נישט... » מיטוואך יולי 09, 2014 12:30 pm

אקעי, אלס פותח האשכול לאמיך מיטטיילן וואס כ'האב צום סוף געטון....

נאכ'ן קוואוט'ן אנליין, עדזשאסטן די קאווערעזש אמאונטס... האב איך באקומען פון Geico די פרייז פון בערך $75 א חודש, און דער קאר דיעלער האט מיר געזאגט אז זייערע קוואוטס טוישן זיך נאכ'ן טשעקן דרייווינג היסטארי (כ'פארמאג עטליכע פונקטן...).

דער דיעלער האט מיך פארבינדן מיט א אידישן אגענט, קודם איז ער געווען זייער טייער, אבער ער איז צוריקגעקומען מיט א בעסערע פרייז פאר א פעקעזש פון אויטא און היים (רענטעל).

למעשה צאל איך פאר א ליעסד מיניווען $61 א חודש (באצאלט פאר א יאר אויפאיינמאל $730) מיט מיינע פוינטס אינאיינעם, און מיין האום אינשורענס איז אויך אסאך ביליגער ווי מיין אלטע פאליסי.

אז איינער איז אינטרעסירט אין דעם אגענט'ס אינפא, שיקט ביטע אן אישי
נו... פארוואזשע טאקע נישט...?

לעכטיגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 349
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 08, 2014 11:43 am

תגובהדורך לעכטיגער » מיטוואך יולי 09, 2014 1:01 pm

איך האב נישט דעם בעסטען רעקארד, אין מיין קרעדיט איז אויכעט נישט ווי ס'ברויך צו זיין. (קרעדיט איז אויך א וויכטיגע פעקטאר ווען ס'קומט צו אינשורענס.)
גייקאו איז געווען היבש ביליגער ווי פון צוויי היימישע בראוקערס וואס הייסען גאר גוט, איבער 25%

פארוואס נישט...
שר חמישים ומאתים
תגובות: 276
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 02, 2012 3:56 pm

תגובהדורך פארוואס נישט... » מיטוואך יולי 09, 2014 1:11 pm

שלום עליכם לעכטיגער!
נו... פארוואזשע טאקע נישט...?

אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2179
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

תגובהדורך אַבּערוואַס » מיטוואך יולי 09, 2014 1:51 pm

פארוואס נישט... האט געשריבן:שלום עליכם לעכטיגער!
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...

VCF
שר מאה
תגובות: 192
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 05, 2015 3:41 pm

2016

תגובהדורך VCF » מיטוואך דעצמבער 30, 2015 11:52 pm

A few years latter......
Is this Geico quotes still relevant, and the cheapest way for new and under age drivers?
I started shopping for car insurance the first response was I'll only find over $300.00 but for now I find $165.00
Is still possible to get for a better price?

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 10531
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » דאנארשטאג דעצמבער 31, 2015 1:55 am

$165 פאר א אנדערעידזש? וואו! ביי וועם?
"וואס איר זעהט און ליינט איז נישט וואס פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)


צוריק צו “אויטאס און אלעס ארום”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט