בלאט 1 פון 4

איך פארמאג די "דרייווינג ביכל"-אידיש

געשריבן: דינסטאג יולי 17, 2007 6:03 pm
דורך יגרסהדותא
איך פארמאג די "דרייווינג ביכל"-אידיש, ווער ס'וויל מ'זאל אים שיקן אויף פאסט, קען מיר מעלדן אין אישית.

געשריבן: דינסטאג יולי 17, 2007 7:52 pm
דורך מאשקע
דאס איז שוין א פרישע מדריגה אין מדת החסד, בבחינת טרם יקראו.

געשריבן: מיטוואך יולי 18, 2007 12:40 am
דורך אלץ-ווייסער
יגר'ל
דו האסט די רויטע טעקסט דערפון אין WORD, אדער פארטיג אפגעדרוקט?
עס איז מיר נוגע.
א דאנק.

געשריבן: מיטוואך יולי 18, 2007 4:07 am
דורך לאקשען ברעט
א יישר כוח יגר'ל

געשריבן: מיטוואך יולי 18, 2007 12:15 pm
דורך יגרסהדותא
אויף פאפיר, נישט אין קאמפיוטער.

געשריבן: מיטוואך יולי 18, 2007 12:22 pm
דורך אלץ-ווייסער
יגר'קע
קענסט עס אויך אימעילן אפשר?

געשריבן: מיטוואך יולי 18, 2007 1:26 pm
דורך יגרסהדותא
ניין. ס'איז אויף פאפיר.

געשריבן: מיטוואך יולי 18, 2007 1:44 pm
דורך צייטליך
סקען עס אריין, וואס איז די פראבלעם ? (חוץ אז די האסט נישט קיין סקענער זעה איך נישט וואס די פראבלעם קען דא זיין..)

געשריבן: מיטוואך יולי 18, 2007 9:23 pm
דורך אלץ-ווייסער
איך וואלט עס זייער געוואלט זען (איך קען א גוטן ענגליש, און האב לייסענס)
מיר דוכט זיך אז איך האב עס געטייפט מיט בערך 15 יאר צוריק. (אדער מער)
און איך וויל פשוט זעהן אויב עס לעבט נאך.

זיך טרעפן מיט אן אלטען פריינד איז גארנישט?

געשריבן: דאנערשטאג יולי 19, 2007 1:04 am
דורך 3x0
יגר,

אויב דו ווילסט, קענסטו עס פעקסן צו מיר, (מיין פעקס נאמבער האב איך דיר געשיקט דא) און נאכדעם וועל איך דיר עס צוריק שיקען אויף פלדפ (PDF).

געשריבן: דאנערשטאג יולי 19, 2007 10:42 am
דורך יגרסהדותא
אלץ ווייסער, מ'ארבעט יעצט מיט 3X0 עס ארויפצושטעלן אויף א PDF, דערנאך וועל איך דיר עס קענען שיקן אויף בליץ פאסט.

איך האף עס וועט נישט מאכן אינמיטן די וועג קיין עקסידענט.. כ'מיין, ווי פארזיכטיג א דרייווער איז נאר נישט, קען זיך אלטס עפעס מאכן..

געשריבן: דאנערשטאג יולי 19, 2007 12:51 pm
דורך איך_הער
עטליסט מאך בלינקער'ס.

געשריבן: דאנערשטאג יולי 19, 2007 1:25 pm
דורך יגרסהדותא
איך הער, האסט פארגעסן, דא רעדט מען נישט פון קיין בעל תפלה..

געשריבן: דאנערשטאג יולי 19, 2007 1:46 pm
דורך אלץ-ווייסער
איך וועל עס דערקענען נישט דורכן אויסטשעל אדער פאטנס.
איך וועל עס האפטענליך דערקענען דורך מיין אמאליגע שפראך, דארף זיין אינטערסאנט.
חוץ אויב א צווייטער האט נאכגעמאכט די איידיע.
א שקויעך באמת מעומקי דליבאי.

טריא, קוק אביסל אויפן ראוד. נישט יעדע מינוט ממש. איינמאל יעדע 607 מינוט איז אויך גענוג.

געשריבן: דאנערשטאג יולי 19, 2007 1:49 pm
דורך מאשקע
אלץ-ווייסער, דו ביזט עס געווען? איי דאנט בעליוו איט!

איך מיין אז איך האב עס אויך אינדערהיים, און יעצט וועל איך עס דארפן אפירזוכן.

כ'האב נישט גע'חלומ'ט אז מיר האבן אזא געלונגענעם יונגערמאן ביינונז אין קרעטשמע.

געשריבן: דאנערשטאג יולי 19, 2007 4:36 pm
דורך אלץ-ווייסער
פשיהא.
מ'האמיר דאך גערעדט אז מיר האבן מעגליך איין טאטן., נישאזוי?

געשריבן: דאנערשטאג יולי 19, 2007 4:36 pm
דורך אלץ-ווייסער
טריא, דיין לאבארטאריע ארבעט אויף די PDF.
אויב איז פראבלעמאטיש קען איך דיר העלפן

געשריבן: דאנערשטאג יולי 19, 2007 4:38 pm
דורך מאשקע
לאו דוקא איין טאטן, אבער איין ישיבה זיכער (נישט אין די זעלבע צייט).

שוין, המשך בתיבה אישית.

געשריבן: מיטוואך יולי 25, 2007 6:21 pm
דורך שוועמל
וואס האט מען פון דעם ביכל אין אידיש? די פראגעס זענען דאך סייווי נישט אין אידיש אז מען זאל קענען נאכקאפירן?

גלייכצייטיג מעלד איך דא מיט פרייד אז איך פארמאג די 'דרייווינג טעסט ביכל' אויף ענגליש מיט אלע ריכטיגע ענטפערס דערויף.

געשריבן: דינסטאג יולי 31, 2007 11:55 am
דורך גרויזאמער
נו? אהער דערמיט! שוועמל און יגר'ל ביטע גארטלט'ס ענק אונטער

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 01, 2007 1:15 am
דורך אלץ-ווייסער
יגר, אפשר קענסטו מיר שיקן דעם אידישן דרייוויינג ביכל,
אויף פי די עף אדער עפעס אנדדערש
א דאנק

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 02, 2007 12:19 pm
דורך 3x0
אההה, ענדליך איז עס שוין אנגעקומען.

http://www.gigasize.com/get.php/-109974 ... anuals.pdf

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 02, 2007 1:06 pm
דורך צייטליך
טריאו, שכויעך פארן ארויפלייגן,

אלץ-וויייסער, ווי האסטו געהאט די נערווען און צייט דאס אפצוטייפן ?? סידאך א מורא'דיגער ארבייט,
זאג נאר, אז מיין יום כיפור'דיגער מחזור איז נישט קלאר וועסטו מיר עס איבערטייפן ?...

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 06, 2007 11:43 am
דורך אלץ-ווייסער
איך הייב יעצט אן די מלאכת הדאון-לידה
איך וועל באלד זען צי דאס איז טאקע פרי יוצרי פון 18 יאר צוריק.

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 06, 2007 11:49 am
דורך אלץ-ווייסער
יא רבותי.
ס'האבעך געטייפט זייענדיג אין ישיבה.
כ'האב עס געטייפט אויף א קאמפיוטער, רח"ל צו טראכטן וויאזוי יעצץ האט אויסגעקיקט.

א לעפטאפ קאמפיוטער, אן א הארד דרייוו. ס'האט נאר געהאט צווי פלאפיס, אוי צו טראכטן דערפון מאכט מיר איבלען.
נאך נישט געווען קיין ווינדאוס, נאר דווקא.

ס'איז אינטרעסאנט זיך צי זען מיט אן אלטען אויסגעוועפטן קאלעגע, די אידישע דרייוונג מעניועל.
שקעויעך פארן ארויפלייגן