די וועלט פון קארס וואס לויפן נישט עקסקלוסיוו אויף געז\דיזעל

קויפן, ליעסען, דינגען. טיקעטס, אינשורענס, וכו'

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19991
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » זונטאג מאי 26, 2013 5:06 pm

derech eretz האט געשריבן:לכתחילה, כ'האב געזען האסט געשריבן דא, בין איך געווען זיכער אז ס'איז וועגן די נייע ביליגע spark-ev-electric-vehicle

זעה איך נישט קיין חדשות דארט :-( אפשר האבעך נישט גוט געליינט.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4112
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

תגובהדורך derech eretz » זונטאג מאי 26, 2013 5:08 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:
derech eretz האט געשריבן:לכתחילה, כ'האב געזען האסט געשריבן דא, בין איך געווען זיכער אז ס'איז וועגן די נייע ביליגע spark-ev-electric-vehicle

זעה איך נישט קיין חדשות דארט :-( אפשר האבעך נישט גוט געליינט.

נישט קיין נייע מאדעל? און זייער ביליג פאר די סארט?

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19991
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » זונטאג מאי 26, 2013 5:16 pm

derech eretz האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:
derech eretz האט געשריבן:לכתחילה, כ'האב געזען האסט געשריבן דא, בין איך געווען זיכער אז ס'איז וועגן די נייע ביליגע spark-ev-electric-vehicle

זעה איך נישט קיין חדשות דארט :-( אפשר האבעך נישט גוט געליינט.

נישט קיין נייע מאדעל? און זייער ביליג פאר די סארט?

יא נייע מאדעל. זייער קליין, עפעס ווי די "סמארט קאר". און נישט קיין נייע טעכנעלאגיע.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19991
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דינסטאג יוני 18, 2013 10:31 pm

צוויי מאל האט יימער'ל דערמאנט, און כ'האב נאך אלץ פארגעסען צו שרייבן דערפון!!

איינע פון די טעכנעלאגיעס פון די עלעקטעריק קאר'ס איז, די "בעטערי עקסטשענזש" טעכנעלאגיע. דאס הייסט אז אנשטאט צו דארפן איינפלאגען די קאר פאר עטליכע שעה אינדערהיים, אדער פאר 20 מינוט אין א "עקספרעסס טשארדזש" סטאנציע, פארט מען אריין אין א "טשענדזש סטאנציע", און בערך ווי א אויל טשענדזש ווערט געטוישט די אויסגענוצטע באטערי פאר א "פולע" בעטערי.

די פרעצודור געדוירט בערך צוויי מינוט, וואס איז נאך שנעלער ווי אנצופילן גאז! מען שטעלט אראפ אזעלעכע סטאנציאנען פונקט ווי געז סטאנציאנען, און עס איז פריילעך.

די פייאנער פון די טעכנעלאגיע איז געווען א קאמפאני אין ארץ ישראל מיטן נאמען "בעטער פלעיס" (Better Place) וואס איז ליידער לעצטענ'ס געגאנגען - ווי מען רופט אין אמעריקע - אויף א "בעטער פלעיס"! עס האט באנקראטירט, צוליב די גרויסע אינוועסטמענטס וואס זיי האבן שוין אריינגעלייגט, און נישט קענענדיג טרעפען ווער עס זאל ווייטער פאמפען געז.... כ'מיין געלט.

אבער אזויפיל האבן זיי שוין אויפגעטאן, אז זיי האבן אויסגעארבייט די טעכנעלאגיע, סיי פון די בעטערי'ס, און סיי פון די פראקטישע חלק, צו קענען מאכן א בעטערי טויש שנעל און געשווינד.

אצינד גייט טעלסע מאטער קאמפאני פארשטעלען זייער ווערסיע פון די "בעטערי עקסטשענזש" קאר'ס.

טעלסע שטייט סאך בעסער. נישט נאר האבן זיי נישט דערלייגט געלט די לעצטע פאר יאר ווי בעטטער פלעיס - אזויפיל ווי 800 מיליאן דאלער! - נאר זיי האבן באוויזען וואס קיינער האט נישט געקענט גלויבן. זיי האבן פון עלעקטערישע קאר'ס באוויזען א פראפיט! אצינד זענען זיי א סטאבילע און שטארקע קאמפאני, - וואס חוץ פון דעם אז זיי קענען ניצען זייער אייגענע געלט - קענען זיי גרינג טרעפען אינוועסטירער, זיי האבן אויף וואס צו ווייזען.

דא קענט איר זעהן א צוויי מינוטיגע פארשטעלונג, ווי אזא בעטערי ווערט געטוישט אין א סטאנציע פון "בעטער פלעיס".

דאס איז פון טעלס'ס זייט גאר שטארקע נייעס, ווייל עס קומט קורץ דעראויף וואס זיי האבן געמאלדן - ווי עס שטייט אין איין תגובה צוריק - איבער פארשטארקערען זייער ביז יעצטיגע "טשארדזשינג אינפעסטראוקטור".
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » מיטוואך יוני 19, 2013 5:06 pm

ונזכה ונחי' ונראה...

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19991
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מאנטאג יולי 01, 2013 12:26 am

פאטאקי08 האט געשריבן:איך ווארט אויפן היידרעדזשין ארטיקל..

אקעי עס איז געקומען די צייט!

דאס האבעך געהאט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:כ'בין אביסעל סטאק געווארן אין דעם אשכול, ווייל מסביר צו זיין די"היידרעדזשין" איז נישט אזוי גרינג, און ס'קוקט אויס ווי כ'וועל דארפן שרייבן קודם אן הקדמה איבער די יסודות פונעם אטאם די מאטריאל פון וואס די גאנצע בריאה איז צוזאם געשטעלט, אזוי ארום וועט מען פארשטיין די היידרעדזשין מאטאר.

כ'האב שוין די ארטיקל כמעט גרייט, סא ווארטס מיט געדולד.

ישר כח.

פאר איך קום צו רי היידרידזשען קאר, מוז מען מאכן נאך עטליכע הקדמות.

שוין געלייגט איינע פון די הקדמות דא:.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11239
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » דינסטאג יולי 02, 2013 5:59 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:
פאר איך קום צו רי היידרידזשען קאר, מוז מען מאכן נאך עטליכע הקדמות.

שוין געליינט איינע פון די הקדמות דא:.

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19991
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מיטוואך יולי 03, 2013 1:07 am

למעשה איז וויאזוי עס ארבייט די היידרידזשען קאר זייער שטארק פארבינדען מיט די אנדערע תגובות דארט ווי עס איז די הקדמה. האבעך עס דארט געשריבן, ומשם ידרשינו.

סא די ענטפער אויף די שאלה "ווי אזוי ארבייט א היידרידזשען קאר"? דארף מען קודם דורכגיין די יסודות פון די אטאם אשכול (די לעצטע צוויי תגבות דארט איז א עקסטערע זאך, מענין לענין, אבער אויף צו פארשטיין די היידרידזשען קאר פעלט עס נישט אויס).

דערנאך דורכגיין די קעמיקעל ריעקשאן ענערגיע אשכול, און דארט נאכן דריטען תגובה, האפעך אז די פראגע וועט שוין זיין פארענטפערט.

"גוד לאק"!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19991
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מיטוואך יולי 03, 2013 7:44 pm

זעהט אויס אז GM און האנדא ליינען אויך דא! פונקט היינט האבן זיי געמאלדען אז זיי שטעלען זיך צוזאם אויפצוקומען מיט א ארבעטבארע "היידרעדזשין קאר" ביז יאר 20'.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19991
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מיטוואך יולי 10, 2013 12:11 am

ניסען - וואס האט די "ליעף" עלעקטעריק קאר - האט געמאלדען אז זיי גייען אינסטאלירן "טשארדזשינג" סטאנציעס, ביי 100 דילערשיפס. דאס וועט שטארק פארמערען די מעגליכקייט אנצופילען די קאר, און מאכן די קאר מער "פראקטיש".
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19991
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מיטוואך יולי 10, 2013 4:57 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:די פייאנער פון די טעכנעלאגיע איז געווען א קאמפאני אין ארץ ישראל מיטן נאמען "בעטער פלעיס" (Better Place) וואס איז ליידער לעצטענ'ס געגאנגען - ווי מען רופט אין אמעריקע - אויף א "בעטער פלעיס"! עס האט באנקראטירט, צוליב די גרויסע אינוועסטמענטס וואס זיי האבן שוין אריינגעלייגט, און נישט קענענדיג טרעפען ווער עס זאל ווייטער פאמפען געז.... כ'מיין געלט.

א גרופע אינוועסטירער האבן אפגעקופט "בעטטער פלעיס", און זיי גייען איר טרייען צו ראטעווען.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11239
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » פרייטאג יולי 12, 2013 7:54 am

לכתחילה אריבער האט געשריבן:זעהט אויס אז GM און האנדא ליינען אויך דא! פונקט היינט האבן זיי געמאלדען אז זיי שטעלען זיך צוזאם אויפצוקומען מיט א ארבעטבארע "היידרעדזשין קאר" ביז יאר 20'.

וואס גייען זיי טוהן מיט די וואסער?

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19991
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » פרייטאג יולי 12, 2013 3:14 pm

פאטאקי08 האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:זעהט אויס אז GM און האנדא ליינען אויך דא! פונקט היינט האבן זיי געמאלדען אז זיי שטעלען זיך צוזאם אויפצוקומען מיט א ארבעטבארע "היידרעדזשין קאר" ביז יאר 20'.

וואס גייען זיי טוהן מיט די וואסער?

ערענסט?
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11239
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » פרייטאג יולי 12, 2013 3:16 pm

איך פרעג ערענסט
אויב די היידראדזשין ענדזשין פרודאצירט א גאנצען צייט וואסער
מיינט דאס אז די קאר גייט דארפן גיין צרכים יעדע שטיק צייט
נישט אזוי?
קארעקט מי איף איים ווראנג

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19991
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » פרייטאג יולי 12, 2013 3:23 pm

פאטאקי08 האט געשריבן:איך פרעג ערענסט
אויב די היידראדזשין ענדזשין פרודאצירט א גאנצען צייט וואסער
מיינט דאס אז די קאר גייט דארפן גיין צרכים יעדע שטיק צייט
נישט אזוי?
קארעקט מי איף איים ווראנג

ער גייט די גאנצע צייט, הן קעירס??

דאס איז די אויפטו, אז די "אפפאל" אנשטאט רויעך, וואס גייט אין די לופט און מאכט עס פארפסטעט, ווען די "אפפאל" זיין וואסער, און קיינער דרייווט נישט גיין קאר אין דיינינג רום, סא הו קעירס אז עס רינט.

אזוי ווי פון די עירקאנדישען ווען עס איז גוט הייס.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11239
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » דינסטאג יולי 16, 2013 2:17 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן: און קיינער דרייווט נישט גיין קאר אין דיינינג רום, סא הו קעירס אז עס רינט.

עפעס זעה איך דא אז מען קעירט יא און מען דארף עס וועפארייזן

אוועטאר
בערקא
שר האלפיים
תגובות: 2314
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 03, 2013 7:15 pm
לאקאציע: דא

תגובהדורך בערקא » דאנארשטאג אוגוסט 01, 2013 5:29 pm

א בילד פונעם קאר?

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דינסטאג מאי 13, 2014 6:18 pm

קען איינער זאגן וואס איז דאס hydrogen fuel cells?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11239
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » דינסטאג מאי 13, 2014 7:50 pm

שוועמל האט געשריבן:קען איינער זאגן וואס איז דאס hydrogen fuel cells?

מיש צוריק א בלאט ביטע

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19991
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דינסטאג מאי 13, 2014 10:09 pm

שוועמל האט געשריבן:.......
אנשטאט אבער אנערקענט טאיאטע אז די צוקונפט ליגט נישט אין בעטעריס נאר אין hydrogen fuel cells, און זיי גייען יעצט אינוועסטן אין דעם טעכנאלאגיע.
.......

איך מיין אז היידרעדזשין האט א חיסרון וואס בעטעריס האט נישט, אז מען איז ווייטער אנגעוויזען אויף א סטאנציע אנצופילן. פון די אנדערע זייט איז "שנעלער" אנצופילן א טאנק היידרעדזשין ווי טשארדזשען א בעטערי. (כאטש וואס אין די ספעציעלע סטאנציעס איז יא די "שנעלע" טשארדזשעס.)

מיין מיינונג איז אז די ענטגילטיגע קאר וועט זיין א הייבריד פון "היידרעדזשין" און "בעטערי"!

אזוי ווי די שעווי וואלט, נאר מיט היידרעדזשין אנשטאט געזעלין.

(כ'נעם יעצט ארויס דא די פאטענט!)
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19991
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » פרייטאג יוני 20, 2014 3:52 pm

די גרויסע מאטערבייק קאמפעני "הארלי דעווידסאן" וואס שטעלט אהער די "ווילדע היפי" מאטערביייקס, איז ארויסגעקומען מיט די ערשטע "עלעקטעריק" מאטערסייקל.

עס פארט 130 מייל אויף א טשארדזש.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
משה יענקל
שר האלפיים
תגובות: 2434
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 24, 2012 11:47 am

תגובהדורך משה יענקל » מיטוואך יוני 25, 2014 4:34 pm

טיאטע האט היינט ארויסגעלייגט די פרייז פאר זייער פול סעל אוטא ארום 70,000

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » פרייטאג אוגוסט 15, 2014 12:56 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:די גרויסע מאטערבייק קאמפעני "הארלי דעווידסאן" וואס שטעלט אהער די "ווילדע היפי" מאטערביייקס, איז ארויסגעקומען מיט די ערשטע "עלעקטעריק" מאטערסייקל.

עס פארט 130 מייל אויף א טשארדזש.

פאר וועם? אן די אויערן לעכערדיגע גערודער איז עס נישט קיין ארטיקל ביי די קונים.
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6169
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

תגובהדורך שטארק זיך » פרייטאג אוגוסט 15, 2014 1:14 pm

עס קומט מיט א פעסטע ספיקער וואס העט מאכן די נויז... ניין?
What's your MO? mine is
8373
-the KOLBE index
Know - Go - Show - GROW

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19991
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » זונטאג פאברואר 15, 2015 12:24 am

לויט באריכטען אין וואל סטריט דזשורנאל, און אין פיינענטשעל טיימס, ארבייט עפל אויף א "עלעקטעריק קאר"! עטליכע הונדערט ארבייטער זענען לויט ידי באריכטען איוואלווד.

נישט קיין סאך פרטים, חוץ אז עס קוקט אויס ווי זיי ארבייטען אויף א מיניווען - חסידים רול!! - און עס האט א קאוד נאמען "טייטען".
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש


צוריק צו “אויטאס און אלעס ארום”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט