די וועלט פון קארס וואס לויפן נישט עקסקלוסיוו אויף געז\דיזעל

קויפן, ליעסען, דינגען. טיקעטס, אינשורענס, וכו'

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19991
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

די וועלט פון קארס וואס לויפן נישט עקסקלוסיוו אויף געז\דיזעל

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מאנטאג ינואר 28, 2013 3:06 pm

יעדער היינט האט שוין באגעגענט און געהערט פון די נייע קארס - וואס אנדערשט ווי ביז לעצטענס ווען קארס זענען געלאפען בלויז אויף געזאלין אדער דיזעל - ארבייטען די קארס אויף פארשידענע אופנים, געווענדליך א געמיט פון געז\דיזעל און עפעס אנדערשט ווי עלעקטעריק, אדער אינגאנצען עלעקטעריק אא"וו.

אין די וועלט פון די אוטא'ס איז פארהאן אסאך סארטן, און לא ראי זה כראי זה, הצד השווה אז זיי ארבייטען נישט "נאר" אויף געז\דיזעל, סא געבען זיי נישט ארויס אזוי סאך פעלושען, און אויך איז עס ביליגער צו אפערעטען - עכ"פ היינט מיט די טייערע פרייזען פון "פעטראל" (ספעשעל פאר די אויסלענדישע ליינער, געז\דיזעל אאין אונזער שפראך).

עס איז אויך דא א סארט אוטא וואס ארבייט אויף "נעטשרול געז" וואס האט עטליכע מעלות איבער "אויל געז", בעיקר ווייל פון די געז האט אמעריקע איבער גענוג, און עס איז וועגן דעם סאך ביליגער, און מען איז נישט אנגעוויזען אויף פיינטליכע מיטל מזרח לענדער, און אויך איז עס ריינער. אבער מיר וועלן פון דעם נישט רעדן יעצט, ווייל סוף כל סוף ארבייט עס אויף געז.

אויך איז דא די "פלעקס" קארס, וואס ארבייטען "אויך" אויף עטענאל, וואס איז א גאז געמאכט פון זאכן וואס וואקסען - ווי קארן - און די מעלה פון דעם איז, אז די געז, איז "רינועבל" דאס הייסט, אז אנדערשט ווי אויל, און אפי' נעטשוראל געז, וואס איז א זאך וואס געפינט זיך אויף דער וועלט מיט א מאס, און אז מ'נוצט דערפון קען מען עס נישט "ריפלעסען", און עס גייט צוביסלעך אויס, קען מען אבער קארן למשל, איינפלאנצען ווידער און ווידער, און עס גייט נישט אויס. (א בחינה איז "ווינט ענערדזשי", אדער "סולער ענערדזשי" פאר הייזער). די עטענאל האט אבער גרויסע חסרונות, בעיקר ווייל עס האט ארויף געטריבן די פרייז פון די פרודוקטען פון וואס עטענאל ווערט געמאכט.

דא וויל איך בעיקר זיך באצוען צו די אוטוס וואס לויפן נישט אינגאנצען אויף געז.

וועלמער דא בעז"ה אויסשמיסען עטליכע פון די סארטן אוטא'ס, און עטליכע נייע, וואס קאמפאניס זאגן אז זיי וועלן האבן אויפן מארקעט בקרוב.

1) הייבריד עלעקטעריק.

2) עלעקטעריק

3) הייבריד עיר

4) היידרעדזשין

5) סולער

המשך יבא....
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
Elvin
שר מאה
תגובות: 226
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 21, 2011 7:36 pm

תגובהדורך Elvin » מאנטאג ינואר 28, 2013 3:15 pm

Wow really looking forward, thank you

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19991
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מאנטאג ינואר 28, 2013 3:31 pm

די ערשטע דארף מען באהאנדלען די "הייבריד עלעקטעריק", כאשט די "עלעקטעריק", איז עלטער און איז געווען סאאאאאך פאר די הייבריד (ווי מען וועט שרייבן בפרטיות אי"ה ביי די "עלעקטעריק), איז עס אבער אין א געוויסע זין, די ערשטע סוקסעספול "נישט געז עקסקלוסיוו" קאר.

די יסוד פון די "הייבריד עלעקטעריק" - און אויך פון אנדערע וואס מ'וועט דא רעדן - איז עפעס וואס הייסט "קענעטיק ענערדזשי". "קענעטיק ענערדזשי" איז פשט אז יעדע זאך וואס רוקט זיך טוט פרודעצירן ענערגיע, פון די "פריקשאן" - דאס אנרייבן - פון איין חפץ און די אנדערע.

ביי קארס איז עס בעיקר - עכ"פ גענוג מען זאל קענען נהנה זיין דערפון - ביים "ברעיקען". ווען א קאר ברעיקט, און עס שטעלט אפ די קאר וואס איז יעצט געפארען, ווערט ביי די ברעיקט א שטארקע כח, - וואס קומט ארויס אין א פארום פון היץ - וואס ווערט פארלוירען.

האבן ענדזשענירן ערפינדען א וועג, ווי אזוי מען זאל "כאפן" די ענערגיע, און אנשטאט עס זאל פארלוירן גיין - און ארויס קומען אין א פארום פון סתם היץ אן קיין בענעפיט - זאל מען מיט די כח "טשארדזשען" א בעטערי! און די בעטערי וועט דערנאך קענען גענוצט ווערען אויף ... צו פירן דעם קאר! אזוי אז סיי די געז ווערט גענוצט, און סיי די סטאפן ווערט גענוצט.

אדער איז דא נאך א וועג. אז בשעת די מאטאר דרייט זיך צו פירן דעם קאר, טוט עס נאך א פעולה, עס ריזשארשט די בעטערי. און וויבאלד די מאטאר דרייט זיך סיי ווי, איז ריטשארדזשען די בעטערי נישט קיין גרויסע "שלעפ" אויפן מאטאר - עס לייגט נישט צו קיין סאך - אבער די רווח פון די בעטערי איז יא אסאך.

די קארס וועלען כסדר ארום טוישען פון די געהעריגע מאטאר, צו די בעטערי, אהין און צוריק לויט וויפל כח די בעטערי האט, און לויט ווי שנעל די קאר וויל פארן, - ווייל די בעטערי קען נישט פארן צו שנעל -, און א גרויס חלק פון די חכמה איז, אז מען זאל נישט שפירן דעם "טויש", אז עס זאל זיין סמוד.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19991
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מאנטאג ינואר 28, 2013 4:44 pm

די צווייטע וועט מען באהאנדלען די עלעקטעריק קאר.

באמת דארף דאס אליינס ווערן צוטיילט, צווישען די אמאליגע עלעקטעריק קארס, און די היינטיגע - בעיקר די "שעווי וואלט"-.

די עלעקטעריק קאר איז שוין איבער ........ 120 יאר אלט!!! אזוי פרי ווי אין 1890 איז שוין געווען אין באנוץ עלעקטעריק קארס! עס איז געווען זייער טריקען, א קאר מיט א בעטערי, און מען האט עס אריינגעפלאגט צו טשארדזשען, און ווען עס איז געווען געטשארדזשט האט מען געקענט פארן.

די עלעקטעריק קאר איז געווען אין באנוץ נאך פאר די "קאמבאסטשען ענדזשין" - די מאטאר וואס די אלגעמיינע קארס נוצען - איז געווען ערענסט אין באנוץ פאר קארס.

די ערשטע קארס זענען געפארן מיט "דאמף" אזוי פרי ווי אין 1769, און די ערשטע סוקסעספול "קאמבאסטשען ענדזשין" קאר איז ערשט געווען אין 1885, און עטליכע יאר פריער אין 1881 איז שוין געווען א "עלעקטעריק קאר", בערך 1890 איז שוין די עלעקטעריק קאר געווען אין - א רעלעטיווע - געהעריגען באנוץ.

אבער פארשטייט זיך אז די קאר האט געהאט אסאך חסרונות. קודם האט מען עס געדארפט איינפלאגען צו טשארדזשען, און עס האט נישט געקענט פארן צו שנעל - בערך 20 מייל א שעה -, און אויך נישט צו ווייט בערך 40 מייל, אבער עס האט געהאט אסאך מעלות, קודם האט עס נישט געהאט קיין גערוך ווי די געזעלין קארס, און אזוי אויך איז עס געפארן "סמוד" עס האט נישט "געווייעברעט" - געציטערט -, אויך האט עס נישט געהאט קיין "געיר באקס", ווי די געז קארס, און צו טוישען געירס, איז געווען א גאנצע עבודה, חוץ פון דעם וואס עס האט "געווארפן" די קאר.

אזוי אויך האט מען עס אנגעצינדען מיט א "קנעפל" גרינג, נישט ווי די געז קארס וואס מען האט געדארפט "סטארטען" די מאטאר אזוי ווי מען צינד נאך היינט אן געוויסע גראז שניידערס, און העווי דוטי זעג'ס. אבער עס איז נישט געווען קיין "שטריק" צו שלעפען ווי די היינטיגע גראז שניידערס, נאר מען האט געדארפט פארענט פון די קארס, דרייען אזא אייזען, שנעל ארום און ארום, אין איינער וואס איז נישט געווען קיין גיבור חיל האט געקענט זיך שטעלען אויפן קאפ, פארן אנצינדען אזא קאר, און די עלעקטעריק, האט אפי' א קינד געקענט אנצינדען.

גראדע האט די "סטים" - דאמפ - קארס אויך נישט געהאט קיין גערוך, און האט נישט געציטערט און נישט געהאט קיין גיערס, אבער עס האט געקענט נעמען קרוב צו א שעה, אנצוגרייטען די קאר, ווייל מען האט געדארפט אנהייצען די בוילער, וואס האט ארויס געגעבן די דאמפ, און דאס האט גענומען א מינימום פון א דריי פערטל שעה.

אבער איינמאל די "קאמבאסטשען ענדזשין" איז געווארן מער אויסגעארבייט, האט מען איבערגעלאזט די עלעקטעריק קאר, און געגאנגען צו די "קאמבאסטשען ענדזשין" קאר. דורך די יארן פון 1890 ביז 1920 איז ארויס א רייע נייע ערפינדונגען, ווי די מאפלער -אין 1897 -וואס האט געמאכט אז עס זאל מאכן ווייניגער קולות, די עלעקטעריק סטארטער אין 1912 , און בעסערע - און לענגערע - ראודס דורך די קומענדיגע יארן, וואס האט געמאכט דאס פארן סמודער, און האט אויך געברענגט א פארלאנג פאר קארס וואס קענען פארן ווייט, קיין דאגה מיט געזעלין האט דאן קיינער נישט געהאט, און די געזעלין קאר האט געקענט פארן שנעלער, און ווייטער, איז איינמאל די פראבלעמען זענען געווארן אביסעל ווייניגער איז מען אריבער צו די געזעלין קארס.

בעיקר איז געווען די דורכברוך אין 1915 און אין 1916 ווען פארד האט ערצייגט א וועג פאר מאסן פרודוקציע פאר קארס, וואס האט געברענגט אז די געז קארס - וואס פארד האט געמאכט - איז געפאלן די פרייז צו $450 אין '15 און צו $360 אין 16' בשעת ווען א עלעקטעריק קאר האט געקאסט אזויפיל ווי $1200 ביז $1500.

עכ"פ מען האט איבערגעלאזט די עלעקטעריק קארס אין גרויסען און כאטש עס איז געווען עטליכע פרואווען עס אויפצולעבען דורך די יארן, איז עס נישט געשען ביז אין 90' בעיקר וועגען די געז קריזיס פון די 70'גער און 80'גער יארן.

(פאר די וואס זענען נישט באקאנט, עס איז געווען א קומבענאציע פון געשענישען, דורך די יארן. איינס אז אנהייב די 70'גער יארן האבן עטליכע לענדער דערגרייכט די "שפיץ" פון זייער אויל פרעדוקציע, און מער נישט געקענט פראדעצירן מער פער טאג, און דערווייל איז די פארלאנג געוועקסען. צווייט אין 73' איז געווען א "עמבארגא" ווען די אראבישע לענדער האבן אין רעאקציע צו אמעריקע'ס שטיצע פאר מדינת ישראל ביי די יום כיפור מלחמה, אויפגעהערט עקספאטירן אויל פאר אמעריקע ביז מען האט פארהאנדעלד און די מדינה האט צוריק געטרערטען פון געוויסע שטחים. און דריטענס אין 79' ווען עס איז געשען די רעוועלוציע אין איראן, און די פרודוקציע פון איראן איז געווען אפגעשטעלט. די אלע זאכן דארפן באמת א עקסטערע ארטיקל)

המשך יבא אי"ה.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6169
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

תגובהדורך שטארק זיך » מאנטאג ינואר 28, 2013 4:52 pm

שכוח לכתחילה, רייך, אינפארמאטיוו, קאנקרעט, און באלערענד!
ףאיישר כוחך וחילך.
What's your MO? mine is
8373
-the KOLBE index
Know - Go - Show - GROW

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19991
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מאנטאג ינואר 28, 2013 5:48 pm

(ישר כח שטארק)

אין די אנהייב 90'גער יארן האבן עטליכע קאמפאניס אנגעהויבן צוריק פראדעצירן עלעקטריק קארס. למעשה האט עס נישט לאנג געהאלטען, בעיקר ווייל די בעטעריס זענען געווען די "לעד-עסיד" סארט בעטערי, און עס איז האט נישט געהאט גענוג מייל פער טשארדזש נאר צווישען 70 און 100 מייל פער טשארדזש, און איז געווען שרעקליך שווער, אזוי אז פירן א קאר מיט די בעטערי, האט געדארפט ניצן אסאך כח נאר צו שלעפען די בעטערי אליינס! אזוי אויך איז נישט געווען געהעריג קיין טשארדזש סטעשאנס, און צו טשארדזשען אזא קאר האט גענומען זייער לאנג, סא איז עס פשוט נישט געווען פראקטיש. מען האט געחלומ'ט פון בויען אזעלעכע סטאנציעס - אזוי ווי געז סטעשאנס - צו טשארדזשען די קארס "שנעל", אבער עס האט זיך נישט געהעריג אויסגעארבייט.

אבער חוץ פון דעם איז דא ריזיגע קאנספירעסי טעאריעס איבער די עלעקטעריק קאר. פשוט אז די אויל קאמפאניס האבן נישט געוואלט אז עס זאל געלונגען א עלעקטעריק קאר, ווייל עס וועט שאטן פאר זייער ביזנעס.

איינס פון די זאכן וואס האבן בעיקר געפיטערט די קאנספירעסי, איז די פאקט אז דזשי. עם. וואס האט געהאט א רעלעטיוו געלונגענער עלעקטעריק קאר, האט עס נישט געוואלט בשום אופן פארקויפן, נאר ליסען פאר די קוסטעמערס! און ווען די ליעס צייט איז אפגעלאפען האבן זיי עס צוריק גענומען מיט געוואלד און פשוט פארניכטעט, חוץ עטליכע וואס זיי האבן מנדב געווען פאר ריסערטש. דאס האט געפירט צו די טעאריע אז זיי האבן פשוט געמאכט די קאר צו געפעלען די רעגירונג, בעיקט קאלעפארניע, וואס האט געפערליך גערודפ'ט די קאר קאמפאניס ארויס צו קומען מיט א קאר וואס וועט נישט מאכן קיין פעלוישען, אבער פון די אנדערע זייט האבן זיי אפבאכט געגעבן אז עס זאל זיך נישט איינגעבען, ווייל אזוי האבן באפוילען די אויל טאטעס.

עס איז דאך ארויסגעקומען ארטיקלען דוקיומענטעריס און נאך, איבער דעם סקאנדאל. וויזוי ס'זאל נאר נישט זיין, איז די עלעקטעריק קאר ווייטער געגאנגען שלאפען.

אינצווישען איז נאכאמאל געווען א קריזיס מיטן אויל וואס היינטיגע אינגעלייט קענען נאך געדענקען, ווען אין די אנהייב 21'סטן יאר הונדערט - 2000 און ווייטער - און אביסעל פריער - פון 95 און ווייטער - איז די געזעלין שרעקליך געשטיגען, און עס האט ווידער אויפגערייצט דעם עולם פאר קארס וואס וועלן ניצן ווייניגער געז.

דאן איז ארויס די פריער דערמאנטער "הייבריד עלעקטעריק". אבער געוויסע האבן זיך נאך אלס פארלייגט אויף "נאר עלעקטעריק" קארס.

די דורך ברוך איז געווען ווען בעטערי טעכנעלאגיע איז געווארן מער און מער פארגעשריטען. און בעיקר אז מען איז אריבער צו א נייע מין בעטערי די "ליטיום-אייאון- בעטערי.

די בעטערי איז סאך גרינגער ווי די "לעד-עסיד" סארט בעטערי, און קען "האלטען" מער לעקטאר פער טשארדזש. אבער די אלגעמיינע קאמפעניס זענען נאך נישט געווען גרייט צו ארבייטען מיט דעם אויך נישט.

ביז א קאמפאני אין קאלעפארניע "טעסלע מאטערס" האט געמאכט די דורכברוך און האט געבויט די ערשטע סוקסעספולע "ליטיום-אייאון" עלעקטעריק קאר וואס האט געקענט פארן ביז 200 מייל פער טשארדזש!! דא קומט אבער די גרויסע "אבער"! די קארס זענען זייער זייער טייער צו פראדעצירן. טעלסע'ס געלונגענע קאר האט א בעיס פרייז פון איבער $100,000 ! דאס איז פאר זייטיגע הוצאות.

דאס האט אבער געשטיפט אנדערע קאמפאניס צו ארבייטען אויף עלעקטעריק קארס.

און אין יאר 10' איז ענדליך געווען די דורכברוך ווען דזשי. עם. האט מיט גרויס פאמפע באוויזען דעם ערשטען פראקטישען עלעקטעריק קאר אין לאנגע יארן, די "שעווי וואלט".

וואס איז די אויפטו, און פארוואס איז עס אנדערשט, אז מען האט עס ביז היינט נישט געקענט מאכן?

איז אזוי: די שעווי וואלט איז אין א געוויסע זין ווייטער א הייבריד. עס האט אויך א געזאלין מאטאר, און דא שטעקט די חילוק פון די וואלט און טעסלע, און א הייבריד.

בשעת טעסלע האט נאר א עלעקטעריק מאטאר, און א הייבריד האט א מאטאר וואס קען לויפן סיי אויף געז און סיי אויף לעקטער, לויפט די וואלט ערגץ אינצווישען. די קאר בעצם לויפט נאר אויף לעקטער אויף א בעטערי, און עס האט נאר א רעינדזש פון 40 מייל פער טשארדזש, אבער עס האט נאך א מאטאר, וואס ארבייט מיט געז, וואס טוט אבער נישט דירעקט פירן דעם קאר ווי ביי א הייבריד, נאר עס טוט טשארדזשען די בעטערי!!

אזוי אז מען שפארט אלע פראבלעמען!

עס איז נישט געפערליך טייער ווייל עס האט נאר 40 מייל פער טשארדזש, אבער מען ווערט נישט סטאק נאך 40 מייל, ווייל די קליינע געז מאטאר צינד זיך אן, און עס טשארדזשט די בעטערי ווייטער, אזוי אז מען קען פארן ווייטער פונקט ווי מיט א געז קאר, און אז מ'לויפט אויס פון געז, קען מען אנפילען ביי יעדע געז סטאנציע, פונקט ווי א געהעריגע געז קאר!

אבער באמת קומט מען כמעט נישט צו צו דעם, ווייל ווי געזאגט פארט עס 40 מייל פער טשארדזש, און רוב אמעריקאנע פארן נישט מער ווי דעם א טאג, און ביינאכט קען מען עס טשארדזשען אינדערהיים. און אפי' מען פארט יא מער ווי פערציג מייל, קען עס מיט די געז מאטאר פארן ביז 200 מייל אויף א גאלאן!! און אז מען האט עטליכע גאלאן אין די טאנק, קען מען פאר עניטיים אזוי לאנג ווי מיט א געהעריגע געז קאר!

שפעטער זענען שוין ארויס נאך קאמפאניס, ווי די "ניסאן ליעף" און נאך אסאך אנדערע.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15205
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » מאנטאג ינואר 28, 2013 5:53 pm

שטארק זיך האט געשריבן:שכוח לכתחילה, רייך, אינפארמאטיוו, קאנקרעט, און באלערענד!
איישר כוחך וחילך.
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם

אוועטאר
גוגל
שר האלף
תגובות: 1880
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 19, 2012 2:35 pm
לאקאציע: אויף אייוועלט

תגובהדורך גוגל » מאנטאג ינואר 28, 2013 6:04 pm

wow wow
באמת רייך מיט ידיעות
--
סא פארוואס ווערט נישט די גאס פארפלייצט מיט די וואלט אויב איז עס אזוי גוט?

אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10261
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע: ביי אלאסקא

תגובהדורך טייבעלע » מאנטאג ינואר 28, 2013 6:07 pm

א דאנק אייך לכתחילה עס איז א פארגענוגען צו לעזעהן.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
1teibele@birdlover.com

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19991
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מאנטאג ינואר 28, 2013 6:20 pm

גוגל האט געשריבן:סא פארוואס ווערט נישט די גאס פארפלייצט מיט די וואלט אויב איז עס אזוי גוט?

בעיקר וועגן די פרייז, עס איז נאך אלס אביסעל טייער, און די רעגירונג האט טאקע געטרייט צו העלפען מיט טעקס ברעיקס פאר ווער עס קויפט עס, אבער עס איז נאך אלס נשיט גענוג ביליג. די קאמפאניס האפן אז מיט די צייט וועט מען עס קענען באווייזען פאר ביליגער.

אויך האט עס געהאט געוויסע מעכאנישע פראבלעמען, ווי פייערען. דאס איז אויך געווען איינע פון די סיבות פארוואס מען האט זיך נישט אריינגעלייגט ביז יעצט מיט די עלעקטעריק קארס, ווייל עס צו מאכן זיכער איז א שווערע ארבייט, אזוי ווי די פראקטיק האט געוויזען.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מאנטאג ינואר 28, 2013 7:49 pm

זייער שיין לכתחלה!
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11228
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » מאנטאג ינואר 28, 2013 8:42 pm

זייער שיין לכתחילה ;l;p-
איך ווארט אויפן היידרעדזשין ארטיקל..

איין זאך זעה איך אז אין 1915 איז א קאר געווען סאך ביליגער ווי היינט

פארוואס נישט אין אויטא פארום?

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19991
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מאנטאג ינואר 28, 2013 10:02 pm

הייבריד עיר.

דאס האט מיך באוואויגען צו שרייבען די ארטיקל, ווייל דאס איז יעצט אין די נייעס.

די פראצוזישע קאר קאמפאני "פיגאו" (געשריבען "פיגאט") האט גענומען די קאנסעפט פון די "הייבריד עלעקטעריק", און אנשטאט אז די ענערגיע וואס ווערט פארלוירען זאל ווערן איבערגעדרייט צו עלעקטעריק אין א בעטערי, נעמט זי די ענערגיע, און טוט עס איבער דרייען צו "קאמפרעסט עיר" - צוזאם געדרוקטע לופט - און לייגט עס אוועק אין א טאנק.

און ווען עס איז דא גענוג לופט אינעם טאנק, וועט די קאמפרעסט לופט איבערנעמען די מאטאר, פונקט ווי די בעטערי נעמט איבער ביי א הייבריד עלעקטריק.

די אויפטוען זענען עטליכע. קודם איז סאך ביליגער א טאנק פאר לופט מיטן סיסטעם עס אנצופילען, ווי די פארגעשריטענע בעטערי, און איר סיסטעם. אויך איז זי סאך גרינגער אין וואג, עס לייגט אינגאנצען צו 220 פונט צו די קאר, וואס מאכט אסאך אויס אין א קאר ווייל ווי גרינגער טוט עס פארמערט די מייל פער גאלאן. אזוי אויך וועט זיין גרינגער צו ריפלעיסען, ווייל עס דארף נישט זיין עפעס א פארגעשריטענע כלי.

זיי טענה'ן אז מיט א פולע טאנק, קען מען פארן ביז 50 מייל, אבער דאס איז נאר אין די סיטי, ווי מען דארף סטאפען ביי רויט לייט, וואס דאס איז דאך ווי עס באקומט די "טשארדזש".

קארס און אנדערע כלים וואס לויפן אויף קאמפרעסט לופט איז נישט קיין נייע זאך, יעדער האט שוין געזעהן א קאמרעסט לופט כלי. די העווי דריל וואס מען נוצט אויפצוהאקען די סיידוואלק אדער ראוד צו פארעכטען עפעס, ארבייט מיט קאמפרעסט לופט, און עס זענען שוין דא קארס וואס ארבייטען מיט לופט, אבער דא איז די איידיע - ווי ביי די הייבריד עלעקטעריק - אז מען איז נישט אנגעוויזען נאר אויף די טעכנעלאגיע, נאר עס קען ארבייטען אויף געז אויך, אזוי אז מ'ווערט נישט סטאק אז מ'לויפט אויס פון לופט.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
מייקראסאפט
שר האלף
תגובות: 1056
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 07, 2012 10:09 am

תגובהדורך מייקראסאפט » דינסטאג ינואר 29, 2013 8:46 am

wow!!

די היינטיגע סיטי באסעס פארן אויף וואסערע פין די אויסגערעכענטע?

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19991
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דינסטאג ינואר 29, 2013 12:32 pm

מייקראסאפט האט געשריבן:wow!!

די היינטיגע סיטי באסעס פארן אויף וואסערע פין די אויסגערעכענטע?

אסאך, אויף נעטשרול געז.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11904
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » דינסטאג ינואר 29, 2013 1:01 pm

העערליך!!!

למעשה, וואס ווארט אונז אויפן צוקונפט?

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19991
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מאנטאג פאברואר 18, 2013 11:12 pm

כ'בין אביסעל סטאק געווארן אין דעם אשכול, ווייל מסביר צו זיין די"היידרעדזשין" איז נישט אזוי גרינג, און ס'קוקט אויס ווי כ'וועל דארפן שרייבן קודם אן הקדמה איבער די יסודות פונעם אטאם די מאטריאל פון וואס די גאנצע בריאה איז צוזאם געשטעלט, אזוי ארום וועט מען פארשטיין די היידרעדזשין מאטאר.

כ'האב שוין די ארטיקל כמעט גרייט, סא ווארטס מיט געדולד.

ישר כח.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » דינסטאג פאברואר 19, 2013 12:01 pm

געוואלדאוונע!

געליינט און געשלינגן מיט דארשט יעדעס ווארט!

דאנקע שעהן!

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » מאנטאג מארטש 11, 2013 4:09 am

גאר אינטערעסאנט אין שיין באשריבן

גראדע די 'שעווי וואלט' קען מען ליעסן און ס'איז נישט אזוי טייער, איך קען עטליכע אין וויליאמסבורג וואס פארמאגן עס,
פאר איינעם וואס פארט נישט קיין סאך דורכאויס דעם טאג קען זיך עס לוינען, שטייצעך אז מ'דארף האבן א פלאץ ווי עס צו טשארדזשן ביינאכט.
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

אוועטאר
משה יענקל
שר האלפיים
תגובות: 2433
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 24, 2012 11:47 am
לאקאציע: צווישען איין עק וועלט אין די אנדערע.......

תגובהדורך משה יענקל » מאנטאג מארטש 11, 2013 3:10 pm

וואס טוט זיך איבער א קאמפעני און ארץ ישראל וואס האט אין פלאן ארויסצוגעבן א קאר וואס זאל ארבעטן אויף בעטערי אין זיי ווילען אויפשטעלן סטאנציעס צו טשעינדשען די בעטעריס?
וואס איז דאס ?
ווען קומט דאס ארויס?

געווען באשריבען אינעם שטערן/שפאקטיוו

אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10261
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע: ביי אלאסקא

תגובהדורך טייבעלע » מאנטאג מארטש 11, 2013 5:05 pm

משה יענקל האט געשריבן:וואס טוט זיך איבער א קאמפעני און ארץ ישראל וואס האט אין פלאן ארויסצוגעבן א קאר וואס זאל ארבעטן אויף בעטערי אין זיי ווילען אויפשטעלן סטאנציעס צו טשעינדשען די בעטעריס?
וואס איז דאס ?
ווען קומט דאס ארויס?

געווען באשריבען אינעם שטערן/שפאקטיוו

וועט דאס אויסקוקען ווי די סוסיטא?
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
1teibele@birdlover.com

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11904
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » זונטאג אפריל 14, 2013 5:13 pm

עפעס זאגט קאמאו אז מ'פלאנט צו אינסטאלירן איבער דריי הונדערט טשארדזשינג סטאנעציעס איבער ניו יארק

kls7777
שר מאה
תגובות: 147
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 04, 2011 9:16 am

תגובהדורך kls7777 » זונטאג אפריל 14, 2013 5:59 pm

הלואי

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19991
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » זונטאג מאי 26, 2013 4:45 pm

משה יענקל האט געשריבן:וואס טוט זיך איבער א קאמפעני און ארץ ישראל וואס האט אין פלאן ארויסצוגעבן א קאר וואס זאל ארבעטן אויף בעטערי אין זיי ווילען אויפשטעלן סטאנציעס צו טשעינדשען די בעטעריס?
וואס איז דאס ?
ווען קומט דאס ארויס?

געווען באשריבען אינעם שטערן/שפאקטיוו

ווייסעך נישט צו פון דעם רעדט איר, אבער אן אמעריקאנער קאמפאני וואס האט געוואלט איינפירן עלעקטעריק קאר'ס איז ליידער היינט געגאנגען "בעלי אפ"!

זיי האבן פראבירט אין איזריעל, ווייל עס איז רעלעטיוו נאנט אלעס צו אלעס. און די פרייז פון פעטראל איז זייער הויך. אבער למעשה האט זיך עס נישט איינגעגעבן, און היינט האבן זיי דערקלערט באנקראט.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4111
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

תגובהדורך derech eretz » זונטאג מאי 26, 2013 4:56 pm

לכתחילה, כ'האב געזען האסט געשריבן דא, בין איך געווען זיכער אז ס'איז וועגן די נייע ביליגע spark-ev-electric-vehicle


צוריק צו “אויטאס און אלעס ארום”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט