ברוקלינער יונגערמאן האט געשריבן:שטומפיג האט געשריבן:קען זיין איינער האט עס שוין ארויפגעברענגט.
אין די זומער נוצן אסאך די הערץ לאקעישן אין Milford, PA, ס'איז די נענסטע צו די מאונטענס (40 מינוט פון מאנטיסעלא).
וויטיג איז צו וויסן אז יענע לאקעישן איז נישט קיין אוועקגעשטעלטע און ס'מאכט זיך אפט אז מ'קען אנקומען און זיי מעלדן פשוט אז זיי האבן נישט פאר דיר!
איך האב עס היינט געהאט מיט זיי דארט און ווען איך האב זיי געפרעגט האבן זיי געענטפערט אז זיי האבן עס (בלשונם) Often.
אויב רעזערווירט איר דארט איז וויכטיג זיכער צו מאכן איידער איר פארט ארויס אז ס'איז דא א קאר פאר אייך דארט.
זאג מיר נישט אז דו האסט פלעין אוועקגעוואקט פון דארט
מ'דארף זיך שטעלן אויף די אייגענע רעכטן
א קאנפירמד רעזערוועישאן מיינט אז די קאמפאני קומט אייך א קאר
כ'האב שוין געהאט אז ענטערפרייז האט מיר באצאלט א קאר סערוויס צו א אנדערע לאקעישאן ווייל זיי זענען געווען ליידיג.
אן אנדערע מאל האב איך באקומען א suburban פאר די פרייז פון א קאר ווייל נאר דאס האבן זיי געהאט.
איך בין געזעסן דארט 2 שעה און דריי מאל פאראנדלט מיט הערץ אויפן פאון. צום סוף האט מיך די ארבעטער ביי די קאונטער געטראגן צו א צווייטע לאקעישן אין פענסילוועניע (1:40 פון מאנטיסעלא) און זיי האב מיך געגעבן א בעסערע קאר פאר 30 דאללער ביליגער ווי מיין רעזערוועישן (שוין נאך AAA דיסקאונט), און א FREE נעוויגעיטער פאר מיין רענטל.