אכט האט געשריבן:lazy האט געשריבן:אכט האט געשריבן:lazy האט געשריבן:אכט האט געשריבן:און אויב איך באַצאָל נישט א דעמעדזש?
קען עס גיין אויפ'ן קרעדיט ריפּאָרט?
אזוי פארשטיי איך, זיי געבן יס מסתם עווענטועל איבער צו א קאלעקשען קאמפעני וכו׳.
קרעדיט קארד דעקט נישט?
ס'ליגט שוין ביי א קאָלעקשען קאָמפעני.
כאָב נישט עספיעט צו מאַכן די קלעים אין די ערשטע 30 טעג..
ווייטאגליך.
רוף די קאלעקשען קאמפעני, הער אויב סאיז שוין אדער ווען עס גייט אויפן ריפארט.
אויב נאכנישט דאן פרוביר רופן הערץ זעה אויב דו קענסט עפעס אויסהאמערן (ביי נאו אז זיי זענען שוין גרייט צו צאלן פאר קאלעקטינג קען זיין זיי וועלן זיין מער בויגזאם, שפיל רחמנות…) קען אבער זיין די חוב איז שוין גענצליך פארקויפט וועסטו מוזן פרובירן האנדלען מיט די קאלעקטינג קאמפעני (אויפן זעלבן אויפן… בנוסף אז עס איז נישט געווען אויסגעהאלטען הערץס אקט, ווייל דו האסט געמיינט אז זיי דיעלן מיטן קרעדיט קארד וכו׳. פאר זיי איז הכל ריוח).
ס'איז נאָכנישט אויפ'ן ריפּאָרט, אויב קענסטו גיבן מער דיטעילד הילף וועל איך עס עפרישיעטן (אישי איז אויך גוט)
כאניש וואס מוסיף צו זיין, טריי פשוט צו האנדלען און זיך דורכקומען אויף עפעס א פרייז.
כהאב נאר ארויסגעברענגט סאיז כדאי צו וויסען ביים האנדלען, ווער דיין בר פלוגתא איז און וואס זענען זייער אינטערעסן.
הערץ: ״אויב קען״ ער נאך פארהאנדלען, וועט געווענליך זיין גרינגער, ווייל ער פארדינט מער וואס ער האמערט אויס מיט דיר דירעקט ווייל דאן דארף ער נישט אראפגעבן פארן קאלעקשען קאמפעני (קען אבער זיין אז זיי האבן א אייגענע קאלעקשען אבער דאן וועלן זיי לכאורה דיך גלייך אהינשיקען און נישט האנדלען.
די מהלך צו האנדלען איז לכאורה בעטן רחמים, אז האסט נישט געוואוסט… ״געמיינט״ אז זיי גייען דירעקט צו קרעדיט קארד… וכו׳ לפי המצב.
קאלעקשען קאמפעני: זיי צאלן א סעט פרייז פער קעיס וואס זיי קויפן אפ געווענליך סענט אויפן דאלער.
פאר זיי איז הכל ריוח וואס זיי כאפן פון דיר, מאידך גיסא קענען זיי זייער פאך און האבן נישט מורא אז זיי גייען דיר דערלייגן, ווייל זיי האבן דיר מילא און די הענט.
די מהלך צו האנדלען איז כהנ״ל, בנוסף אז זאלסט זיי מאכן שפירן אביסעל אומזיכער אז אפשר איז די קעיס באמת שוואך, לדוגמא אז דו האסט ״פארשטאנען״ אז הערץ דיעלט דירעקט מיטן קרעדיט קארד, ממילא ביסטו אומשילדיג… קענסט פרעגן ״איידל״ וואס זענען מיינע רעכטן פאר א דיספיוט די גלייבסט דא האט פאסירט א טעות וכו׳…
(פון מיין עקספיריענס סטראשע נישט אז דיין ״לויער״ האט דיר געזאגט, ווייל די סעקונדע די זאגסט דו האסט א לויער, וועלן זיי זאגן אז זיי מיגן נאר דיעלן מיט אים, און זיי וועלן מער נישט רעדן מיט דיר).
דיסקלעימער: כבין בכלל נישט קיין מומחה אין די פעלד, אז דו האסט וועם צו פרעגן אדרבא פרעג.
אבער לכאורה פון פרובירן איידל דארפסטו נישט דערלייגן.