דרייווען געזעצן, גוט צו וויסען

אינפארמאציע און הילף פארן דרייווער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
פליגל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5989
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליגל »

איך ווייס פון איינעם וואס מ'האט אפגעשטעלט אין ניו דזשערסי פארן פארן אויף די לינקע לעין פאר צי א לאנגע צייט.
דער קוטשער
שר חמש מאות
תגובות: 776
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 14, 2009 9:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער קוטשער »

מיך גראדע נישט, אבער איך ווייס פון עטליכע וואס האבן עס לעצטענ'ס געהאט, און וועגן דעם האב איך עס געשריבן, ווייל מ'ווייסט נישט דערפון.

און טאקע שכוח פאר'ן פותח דא, ס'איז א וויכטיגע זאך.

און בכלל פארשטיי איך נישט די סטעיט, יעדע געזעץ וואס קומט ארויס, דארף מען שיקען א פליג בלעטל פאר אלע וואס האבן דרייווער לייסענ'ס, זיי זאלן וויסן פונעם נייעם געזעץ, פון ווי דען זאל מען וויסן פרישע געזעצן, (איי וואס טוט זיך מיט שטעט דערנעבן, איך ווייס טאקע נישט) אין קארט איז נישט דא אזא זאך, כ'אב נישט געוויסט דערפון.
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7810
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

שגגת תלמוד עולה זדון.... מיר דארפן זיך עפעס לערנען דערפון, מלכותא דרקיע....
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
פליגל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5989
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליגל »

דער קוטשער האט געשריבן:אין ניו דזשערזי טאר מען נישט פארן כסדר אויף די לינקע לעין, נאר צו פעסן, מ'קען ווערן אפגעשטעלט און באקומען א טיקעט.

בכלל איז טאקע וויכטיג צו וויסן אז ווען מ'פארט פון אפסטעיט צו די סיטי פונעם טראוועי אריין צום ניו דזשערסי 17, איז די 2 רעכטע לעינס פונעם טראוועי ווערן די 2 לינקע לעינס אויפן 17, דארף מען זעין ווי פריער זיך אריבער צי ריקען רעכטס.
אוועטאר
מאנאגרעמס
שר האלף
תגובות: 1048
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2009 7:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנאגרעמס »

כ'האב אמאל געהערט דערפון אבער איך האב עס קיינמאל נישט איינגעזען.
ווען איך פאר אויפן טראוועי/17/4 איז דער לינקער לעין מיינס. מ'האט מיר שוין אפגעשטעלט - ביים פארן אויפן לינקן לעין - אבער פאר אנדערע עבירות.
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7072
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

א גוטען אווענט

די ניו ג'ערזי געזעץ פון סיט בעלטס אין די אונטערשטע זיץ איז א פרישע געזעץ וואס איז אקארשט געמאכט געווארען, אלזא פון וואנעט זאלט איר דאס וויסען? גראדע איז דאס געשטאנען אין די גוי'ישע צייטונגען, לויט אייערע תגובות זעהט מען אז ב"ה איר ליינט קיין נישט כשר'ע צייטונגען.

אצינדער העמיר גיין צו בעיסיק געזעצן, וואס פעלט זיך אויס פאר געווענליכע דרייווען, און נאכער וועלן מיר צוריקקומען אי"ה צו געזעצן וואס זיינען פעליג נאר ווען מען איז געיאגט.

Yield Sign

yield.gif
yield.gif (1.39 KiB) געזען 4290 מאל


געזעצליך דארף מען דאס אין קאפ האלטן אוואו א Stop Sign, די איינציגע מעלה דערפון איז, אז אויב קומט נישט קיין קאר פון די אנדערע זייט דאן קען מען ווייטער פארען אן זיך גענצליך אפשטעלן (אויב קומט באמת נישט, נישט נאר זאגען דעם פאליציאנט אז מען האט נישט געזעהן). אבער מען ברויך יא אביסל שטייטער פארען פאר מען קומט אן צו דעם, אזוי אז אויב מען ברויך זיך שטעלן זאל מען זיין גרייט דערצו.

די שטראף פארען נישט אויספאלגען דעם געזעץ, איז די זעלבע הארב אוואו גלייך מען איז אדורך געפארען א Stop Sign. ס'העלפט נישט דער תירוץ אז געוויסע מאל קען מען דאס אדורך פארען אן זיך פול אפשטעלן.
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
די גרויסע עפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די גרויסע עפל »

א קליינע הגה:

א בלינקעדיגע געלע לייט, איז די זעלבע הלכה ווי א Yield Sign
דער קוטשער
שר חמש מאות
תגובות: 776
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 14, 2009 9:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער קוטשער »

צוריק פון פאר'ן קראך.

ווייטער פון בלאט 2.
---
דורך צו געזונט אום דאנערשטאג יולי 01, 2010 10:29 pm

סקול באס רויטע לעמפלעך:

ani-safe-bus.gif

מיר ווילן דא שרייבן וועגן סקול באס רויטע לייטס, וואס דאס איז זייער פעליג אגאנץ יאר און ספעציעל אין דעם זוממער.

די געזעצן פון סקול באס לייטס, זיינען געשריבען פאר גאנץ ניו יארק סטעיט, אפילו ניו יארט "סיטי", הגם דארטען ווערט דאס נישט אזוי אויסגעפאלגט, אבער דאס געזעץ בלייבט.

איצט ווען א גרויסער עולם פארט ארויס צו די קאנטרי, און מען איז נישט צוגעוואוינט זיך אפצושטעלן פאר סקול באסעס (אלס געוואוינהייט) זאל יעדער וויסען אז אין אפסטעיט ווערט דאס אינפארסירט מיט די שטרענגסטע מיטלען.

די שטראפען דערפאר זיינען פילארטיג. עס ברויך נישט זיין א פאליציאנט וואס כאפט אייך פארלעצן דאס געזעץ, א סקול באס דרייווער קען אפשרייבן א בריעף צו די מאטאר וויקעל אז איר זענט אדורך געפארען די רויטע לייטס, און דאס איז גענוג אייך צו פאראורטיילן.

דאס געזעץ לויטעט אז ווען א סקול באס צינדט אן די רויטע לעמפלעך דאן דארפען זיך אלע אויטאס זיך פולשטענדיג אפשטעלן. אפילו עמערדזשענסי וויקלס זענען נישט אויסגעשלאסען פון דעם געזעץ.

עס איז א מלעגאל און זייער מסוכן אדורך צו פארען א סקול באס וואס שטייט ווען די רויטע לעמפלעך זיינען אנגעצונדען, ווען די לעמפלעך זיינען אנגעצונדען, דאן מיינט דאס אז אז ער נעמט אויף קינדער אדער, ער לייגט אראפ קינדער.

מען מוז זיך אפשטעלן, נישט קיין צווישנשייד אויב איר זייט פארענט פונעם באס אדער איר ווילט פארבייפארען ווען איר זייט אונטער דעם באס.

מען מיז זיך אייביג אפשטעלן פאר א באס מיט די רויטע לעמפלעך אנגעצונדען, נישט קיין צווישנשייד אויב דאס איז א ן א פארקינג לאט אדער אפילו אויף א עטליכע לעין "צוטיילטע הייוועי".

א ערשטע מאל קנס פארען אדורך פארען די לייטס זיינען שוין גאר שטרענג, עס לויפט צווישען $250 און $400, און צוגאב צו פינף פונקטען אויף די לייסענס. און דער שופט וויל שטארק, דאן דען ער צוגעבן טורמע ביז דריייסיג טאג.

און דאס ערגסטע ח"ו וואס קאן פאסירן, גאט זאל באהיטן אויב א קינד באמערקט אייך נישט ווען איר פארט אדורך די רויטע לייטס, אפילו אויב איר האט געהאט א גוטע סיבה.

זאל דער באשעפער האלטען זיין רעכטע האנט אויף אלע אידען בכל מקום שהם, און זאל מיר אלע האבען א געזונטען זוממער.

===
דורך 1x1 אום פרייטאג יולי 02, 2010 3:11 pm

Thanx, keep on

דאס געזעץ לויטעט אז ווען א סקול באס צינדט אן די רויטע לעמפלעך דאן דארפען זיך אלע אויטאס זיך פולשטענדיג אפשטעלן. אפילו עמערדזשענסי וויקלס זענען נישט אויסגעשלאסען פון דעם געזעץ.

???!!EMS is stopping when on call

===
דורך מאנאגרעמס אום פרייטאג יולי 02, 2010 4:00 pm

Yup

===
דורך פליגל אום פרייטאג יולי 02, 2010 4:32 pm

צו געזונט האט געשריבן:איצט ווען א גרויסער עולם פארט ארויס צו די קאנטרי, און מען איז נישט צוגעוואוינט זיך אפצושטעלן פאר סקול באסעס (אלס געוואוינהייט) זאל יעדער וויסען אז אין אפסטעיט ווערט דאס אינפארסירט מיט די שטרענגסטע מיטלען.


מיין חבר א דרייווער אין אפסטעיט דערציילט מיר אז איין טאג זעיט ער א פאליס ווארט אים אפ ביים באס גאראדזש פרעגט ער אים ל... מה זו עושה? דערציילט ער אים: היות אין דיין געגענט פעסט מען לעיטלי סקול באסעס האט מיין בעה"ב מיר געהייסן דיר נאכפארן און קעיר נעמען, נעבעך געווען א רחמנות אויף די וואס זענען אלס דורכגעפארן יענעם טאג.

===
דורך פלוני אום פרייטאג יולי 02, 2010 4:59 pm

1x1 האט געשריבן:???!!EMS is stopping when on call


געוויס דארף ער זיך אפשטעלן, ער איז דאך פארנומען מיט פיקוח נפש, איז דאך דאס אין כלל.
און אז דער דרייווער זעהט אים קען ער צומאכן די טיר - ווען איטס סעיף - און אים לאזן פארבייפארן.
אין נאמען פון א באס דרייווער בעט איך מ'זאל עס נישט נעמען פאר גרינג, וויסנדיג די הלוך ילך פון קינדער ארום א באס.

===
דורך צו געזונט אום זונטאג יולי 04, 2010 2:46 pm

רויט לייטֿ - זיך פערקירעווען רעכטס ווען ס'איז רויט:

Red - Right.gif

אויטא געפארעכטס, ווען זיי קומען אנטקעגן א רויטען שטייענדע סיגנאל, אויסער אויב איז דא א אנדערע סיגנאל אז זיי מעגן זיך ערגעץ פארקירעווען, דאן מוזען זיי זיך אפשטעלן גענצליך בעפאר די סטאפ ליניע. אויב איז נישטא קיין סטאפ ליניע, דאן מוז מען זיך שטעלן פאר די קראסוואלק (מענטשן אריבערגאנג) און אויב איז נישט פארהאן א קראסוואלק דאן זאל מען שטעלן די נאנטסטע צוס אינטערסעקשן, אזוי אז מען זאל קענען זעהן אויב אנדערע קארס קומען נישט און אז ס'איז סעיפ ארויסצופארען פון דעם גאס . מען מוז דארט בלייבן שטיין ביז דער סיגנאל ווערט געטוישט צו גרין וואס באדייט אז מען מען קען ווייטער פארען. פארשטייט זיך אז אפילו אויב ס'איז גרין, איז פארט גוט איבערצוקוקען אויב איז טאקע פאסיג צו קענען פארזעצן מיט די נסיעה.

זיך פערקירעווען רעכטס אויב ס'איז רויט:

די געזעץ זאגט אז מען מעג מעג זיך פארקירעווען רעכטס ביי א רויטן סיגנאל, אויסער:
אין א שטאט וואס פארמאגט א באפעלקערונג פון א מילליאן מענטשן אדער מער, אדער, א שילד וואס פארבאט דאס צו טוהן אויף א ספעציפישן ארט.

ווען איינער שטייט ביי א רויט לייט דאן מעג ער פארזיכטיג אריינפארען אונעם אינטערסעקשן זיך צו פארקירעווען רעכטס, נאר נאכדעם וואס ער האט זיך פולקאם אפגעשטעלט און זיכער געמאכט אז קיינער קומט נישט פון די זייט, אדער אז א גרינע פייל ווייזט אז מען מעג זיך קירעווען צו רעכטס. אויב שטייט א מענטש ביים אינטערסעקשן, קראססוואלק, נישט קיין חילוק אויב ס'איז א געצייכנט אדער נישט, דאן מוז מען זיך פולקאם אפשטעלן.

===
דורך צו געזונט אום מאנטאג יולי 05, 2010 12:15 am

איך האב דורכגעבליקט דעם דרייווער ביכל, צו זעהן ווי איך קען פאררעכטן, פשוט בעסער מסביר זיין זאכען וואס איך האב שוין געשריבען.
אט זיינען עטליכע זאכען וואס איך האב באמערקט.
סקול באסעס:

אונעם ביכל שטייט אז דער דרייווער וועט "געווענליך" אנצינדן די געלע לייטס פאר ער צינדט אן די רויטע. דאס מיינט אז ווען אימער איר זעהט א באס דארפט איר זיין גרייט זיך פולקאם אפצושטעלן, און איר וועט נישט קענען ניצען דעם תירוץ אז דער דרייווער האט נישט אנגעצונדען די געלע לעקטערס פאר די רויטע.

אפילו נאכדעם וואס איר קענט שוין יא אדורכפארען, ברויכט איר נאך אלץ זיין פארזיכטיג און קוקען אויב אלע קינדער זיינען טאקע נישט אין אייער וועג.

מען דארף זיך אפשטעלן א מינימום פון "20" פיס פאר דעם באס, דאס איז בערך צוויי מאל די לענג פון א געווענליכע קאר.

אויב זענט איר באשולדיגט געווארען דריי מאל אין א משך פון דריי יאר אויף א סקול באס פארבייפארען פארלעצונג, דאן וועט מען אייך "פולקאם אוועקנעמען" (נישט נאר סאספענשן, נאר איר וועט דארפען גענצליך איבערמאכען אייערע לייסענס) אייערע דרייווען רעכטן פאר א משך פון מינימום זעקס מאנאטן.

===
דורך צו געזונט אום מאנטאג יולי 05, 2010 1:13 am

דעם ארטיקל שרייב איך צוליב די זוממער געסט וואס קומען זיך אפרוען אין די בערג, און זיי זיינען צוגעוואוינט צו די שטאטישע דרייווינג געזעצן/געוואוינהייטן. אין אפסטעיט ווערן געזעצן איפארסירט אויף אן אנדערן וועג אוואו אין די סיטי, און איך זעה דא אין אפסטעיט יעדן טאג ווי שטאטישע דרייווערס ווערן מער אפגעשטעלט ווי די וואס וואוינען דא אגאנץ יאר. דעריבער וועל איך פרובירן צו געבן איינצעלנע אנווייזונגען וואס האפענטליך וועט דאס העלפן אז אידען זאלען זיך מער רעכענען מיטן געזעץ, און אזוי זיך שפארען א היפש ביסל עגמת נפש. ווי למשל ברויכען אינמיטען ווינטער קומען ארויף און פיייטן דעם טיקעט אד"ג.

סטאפ סיין:

stop.gif

קודם וועלן מיר רעדן פון דעם פראקטישען וועג וויאזוי זיך צו שטעלן און נאכער וועלן מיר צוקומען צום געזעצליכן זייט פון דעם. די צוויי וועגן ארבעטן זייער גוט צוזאם, און זיי זיינען נישט קריגעריש איינער מיטען צווייטען.

ווען מען קומט אן צום סטאפ סיין דאן ברויך די קאר ווערן גענצליך אפגעשטעלט "בעפאר" דעם סטאפ סיין. און די קאר מוז בלייבן אזוי שטיין פאר א וויילע, ס'איז נישט גענוג אז איר האט אפגעמאכט אז איר האט שוין יוצא געווען ידי חובתכם. די גרינגסטע וועג צו וויסען אויב זענט איר געווען פולקאם אפגעשטעלט איז, ווען איר שפירט אז די אויטא איז א יסל געפאלען אויף צוריקצו וועגס, פארשטייט זיך נישט ממש צוריק ראללען. דאן ציילט ביז דריי און קוקט אויב איר קענט ווייטער פארען, אויב אלעס איז סעיפ און געגאנגען.

ווער האט די ערשטע רעכט צו פארזעצן און פארען:

א דרייווער ווען ער קומט אן צו א אינטערסעקשאן, ברויך צוערשט אדורך לאזען איינעם וואס איז שוין אין די אינטערסעקשאן.

דרייווערס וואס קומען אן פון קעגן געזעצטע ריכטונגען צום אינטערסעקשאן אין די זעלבע צייט, דאן ברויך דער וואס וויל גיין לינקס אויפגעבן פאר דער וואס וויל פארען גראד אדער זיך קירעווען רעכטס.

אויב איז דא צוויי גאסען פאראלעל איינס צום צווייטען און ביידע האבען סטאפ סיינס און ביידע זיינען אנגעקומען צו דער זעלבער צייט, דאן ברויך דער פון די לינקע זייט אויפגעבן פאר דעם פון די רעכטע זייט.

ווען איינער וויל אריינקומען צו א ראוד פון א פארקינג לאט, א פריוואטע גאס אדער סיי וועלכע פלאץ וואס איז נישט א פאבליק ראוד, דאן ברויך ער צוערשט לאזען פארען אלע אויטאס וואס זיינען אויפען געהעריגן ראוד, און אויך צוערשט דורך לאזען אלע פיסגייער וואס געפונען זיך דארטן.

א פיסגייער האט אייביג די ערשטע רעכטן, נישט קיין אונטערשייד אויב איז דא א אנגעצייכענטע קראססוואלק אדער נישט.

מען מעג נישט אריינפארען אונעם אינטערסעקשאן אויב די אנדערע זייט ווי איר ווילט אנקומען איז נישט ליידיג און איר וועט אזוי אום אפבלאקען דעם אינטערסעקשאן, אפילו אויב שטייט עס נישט דירעקט ארויסגעשריבען.

ווי פארשטענדליך אז קומט א עמערדזשענסי וויקעל צו פארען דאן דארפט "איר" אים געבן די רעכט קודם צו פארען.
דער קוטשער
שר חמש מאות
תגובות: 776
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 14, 2009 9:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער קוטשער »

בלאט 3, און דעס איז האפענטליך די גאנצע וואס איז געווען.

===
דורך דער קוטשער אום מאנטאג יולי 05, 2010 1:39 am

א דאנק פאר אייער טרחה, זאל עס זיין צו געזונט.

===
דורך צו געזונט אום דינסטאג יולי 13, 2010 12:04 am

איך וויל מאכען א וואוט און אנפרעגן די ארטיגע געמיינדע וועלכע געזעץ וועט זיין אינטערסאנטער אויב שרייב איך דערפון, צום גלייכן, אויב ווילט איר ליבערשט שולע אויטאבוס געזעצן (די טייל וואס איז אויך פעליג פאר די אלגעמיינע דרייווערס) אדער אויטא זיץ (Car Seat) יארגאנג, וואג געזעצן, אד"ג.

אויך פלאנען מיר צו מאכען דא דרייווען קורסעס (די געזעצליכע פערמיט זאכען), אז מיר וועלן האבען צייט דורכצוליינען דעם סי די על בוך וועלן מיר אפשר אויך אויסלערנען דעם סי די על פערמיט.

אין אן עקסטערן אשכול ווילען מיר מ כען קליינע קורסען, ווי למשל, פוירסט עיד, סי פי אר (די בוך חלק דערפון) ריעל עסטעיט סעילסמאן, א נאוטערי פאבליק קורס, אא"וו, אין איין וועג וועל איך מיך אויסלערנען די אלע זאכען לעומקן, והיה זה שכרי.

===
דורך 1x1 אום דאנערשטאג יולי 15, 2010 11:30 am

דער קוטשער האט געשריבן:א דאנק פאר אייער טרחה, זאל עס זיין צו געזונט.


===
דורך thefact אום דאנערשטאג יולי 15, 2010 2:01 pm

1x1 האט געשריבן:
דער קוטשער האט געשריבן:א דאנק פאר אייער טרחה, זאל עס זיין צו געזונט.

הק' משה אהרן

===
דורך מאנאגרעמס אום דאנערשטאג יולי 15, 2010 2:23 pm

thefact האט געשריבן:
1x1 האט געשריבן:
דער קוטשער האט געשריבן:א דאנק פאר אייער טרחה, זאל עס זיין צו געזונט.


===
דורך צו געזונט אום פרייטאג יולי 16, 2010 1:27 am

שוין, ס'איז דאנערשטאג פרשת דברים, מיר האבען זיך אנגעשטרענגט איבערצוטייטשן די קאר ביכל אויף אידיש (נישט די גוגל סטייל נאר ממש ווארט ביי ווארט אויף דעם אלטן אידיש) מיר הייבן אן מיט קאפיטל 4 און מיר וועלן זיך אי"ה אנשטרענגן צו האבען דעם גאנצען ביכל דא אויף אידיש להחיות נפש כל חי.
פיל פון די איבערגעטייטשטע ווערטער זיינען שוין נישט אין באנוץ, אלזא ווער עס פארשטייט עפעס נישט זאל זיך נישט שעמן און אנפרעגן, מיר וועלן פרובירן צו הלפן ווי אמבעסטן.

קאפיטל 4 - פארקער קאנטראל


טעמעס:
שילדן
פארקער סיגנאלן
שאסיי צייכענונגען
פארקער אפיצירן


שילדן
פארקער שילדן טוען אייך צווויסען טוהן אלעס איבער פארקער כללים, ספעציעלע ריזיקעס, אוואו איר געפונט זיך, וויאזוי צו גרייכן ווי איר ווילט אנקומען און ווי עס זענען פארהאן באדינונגען.
די פארם און די פארב פון פארקער שילדן גיבן אייך א געדאנק צו די סארט אינפארמאציע וואס עס שטעלט צו.
ארדענונג שילדן זענען געווענליך ווייס און לענגלעך מיט שווארצע אותיות אדער צייכענונגען, אבער געוויסע זענען אין אנדערע פארעמס, און געוויסע קענען אויך האבען רויטע אותיות אדער צייכענונגען.
ווארענונג שילדן זענען געווענליך געהל און אין א דיאמאנט פארעם, מיט שווארצע אותיות אדער צייכענונגען.
ציל - דערגרייכונג שילדן זענען גרין מיט ווייסע אותיות אדער צייכענונגען.
באדינונגען שילדן זענען בלוי מיט ווייסע אותיות אדער צייכענונגען.
איר דארפט קענען די שילדן וואס מיר צייגן ווייטער און וואס זיי באדייטןף מען וועט דאס אייך פרעגן אויף אייער געשריבענע פראבע.
דא האט איר אויסגעשריבען די מערסט באנוצטע פארקער שילדן און זייער באדייט.


אפשטעל שילד

פארב: רויט מיט ווייסע אותיות.
מיינונג: איר ברויכט זיך פולקאם אפשטעלן, איר ברויכט נאכגעבן פאר אויטאס אדער פוסגייער וואס זיינען שוין אדער גייען זיי שוין אריין שיידוועג. פארט ווייטער ווען עס איז זיכער. איר מוזט זיך פולקאם אפשטעלן בעפאר דעם אפשטעל פאס, אויב איז דא אזאנס. אויב נישט, דאן מוזט איר זיך אפשטעלן פאר איר קומט אן צום פוסגייער אדורכגאנג. (קוקט ביי "אפשטעל און פוסגייער אדורכגענג פאס" ביי די "שאסיי צייכענונג" אפטיילונג פון דעם קאפיטל.) אויב איז נישטא קיין אפשטעל פאס אדער א פוסגייער דורכגאנג, דאן מוזט איר זיך אפשטעלן פאר דעם אריינגאנג צום שיידוועג, ביי די נאנטסטע פונקט נעבן דעם שיידוועג וואס איר קענט פון דארט זעהן דעם פארקער פון דעם שאסיי איבער דעם שיידוועג.


נאכגעבן שילד
yield.gif
פארב: רויט און ווייס, מיט רויטע אותיות.
מיינונג: פארשטאטערט דעם שוואונג ווען איר דערנענטערט זיך צו א שיידוועג. זייט געראכטען זיך אפצושטעלן און נאכגעבן פאר אויטאס און פיסגייער וואס זענען שוין אדער גייען שוין אריין אין שיידוועג. איר מוזט זיך פולקאם אפשטעלן ביי א נאכגעבן שילד אויב די פארקער צושטאנד פארלאנגט דאס. ווען איר קומט אנטקעגן אן נאכגעבן שילד, קוקט ארום פארזיכטיג פאר סיי וועלכן פארקער, און זייט געראכטן זיך אפצושטעלן.


ארדענונג שילדן
regsign.gif
פארב: ווייס, מיט שווארץ און/אדער רויטע אותיות אדער צייכענונגען.
מיינונג: די שילדן גיבן אייך אנווייזונגען איבער פארקער ריכטונגען, ליניע באניצונגען, פארקירעווען, שנעלקייט, פארקירן, און אנדערע ספעציעלע פאדערונגען.
געוויסע ארדענונג שילדן פארמאגן א רויטן קרייז/רינג מיט א שיפן פאס אריבער א צייכענונג, אנצוצייגן אז א אקציע, ווי צו גלייכן אז זיך פארקירעווען צו רעכטס, איז נישט ערלויבט, אדער אז געוויסע אויטאס זענען פארבאטן פון דעם שאסיי. א גראד-עק ווייסען שילד מיט שווארצע אותיות אדער צייכענונגען זענען אן אנהערעניש צו זיין אויפמערקזאם פאר ספעציעלע אנווייזונגען.


ווארענונג שילדן
warn.gif
פארב: געהל, מיט שווארצע אותיות אדער צייכענונגען.
מיינונג: איר דערגרייכט א ספעציעל ריזיקאלישע ארט ווי עס איז פארהאן א ספעציעלע אנווייזונג, ווי אנגעצייגט ביי די מוסטער שילדן. און געוויסע פעלער ווען א ווארענונג שילד איז צוזאם געשטעלט מיט א גראד-עק געהל און שווארצע שילד "פארגעשלאגענע שנעלקייט" שילד. דאן מיינט דאס אז מען שלאגט אייך פאר צו פארשטאטערען אייער שנלעקייט אין די געגנט.


שינעס אדורכגאנג ווארענונג שילדן
rrsign.gif
פארב: געהל מיט שווארצע אותיות מיט RR און אן X צייכענונג.
מיינונג: עס איז פארהאן א שינעס אדורכגאנג פון פאראויס. זייט פארזיכטיג און זייט גרייט זיך אפצושטעלן. אויב פארט איר נאך א לאסטמאשין אדער אויטאבאס נעבן א שינעס אדורכגאנג, דאן זייט פארזיכטיג. כמעט אלע אויטאבאסעס און געוויסע לאסטמאשינען מוזען זיך אפשטעלן ביי שינעס אדורכגענג (זעהט "שינעס אדורכגענג צייכענעס" ווייטער אין דעם קאפיטל.)


ארבעט געגנט שילדן
wzonesign1.gif
פארב: אראנזש, מיט שווארצע אותיות אדער צייכענונגען.
מיינונג: מענטשן ארבעטן אויף אדער נעבן דעם שאסיי, און דער פארקער קען ווערן באוועלטיגט דורך א פארשוין מיט א פאן. א ארבעט געגנט שנעלקייט באגרעניצונג אזוי נידריג אוואו 25 מייל א שטונדע קען זיין ארויסגעלייגט. אויך אויב עס איז נישט ארויסגעלייגט קיין שנעלקייט באגרעניצונג, דאן מוזט איר פארען אויף א פארשטאטערטע שנעלקייט דורך די ארבעט געגנט, און איר מוזט אלס פאלגען דעם מענטש מיטען פאן. די קומענדיגע צייכענונגען צייגען געוויסע פון די צייכענעס וואס א מענטש מיט א פאן וועט נוצען. איר ברויכט דאס וויסען און איר ברויכט דאס פאלגען.
זיך שטעלן
flag-women-stop.gif
פארט אדורך
flag-women-proceed.gif
פארט שטאט
flag-woman-slow.gif


ציל דערגרייכונג שילדן

פארב: גרין, מיט ווייסע אותיות.
מיינונג: עס צייגט דעם ריכטונג און ווייטקייט צו געוויסע פלעצער.


וועגן און שטעגן שילדן
routesign.gif
פארב: פארשידנארטיג.
מיינונג: עס צייגט אן שטאט צו שטאט, פאראייניגטע שטאטען, שטאטישע אדער גובערניע וועגן. די פארעם צייגט אן וואס פארא סארט שטעג איר זענט. די מוסטער שילדן, פון לינקס צו רעכטס, זענען פאר שטאטישע, לאנד, און שטאט צו שטאט וועגן. ווען איר פלאנירט א אויספלוג, דאן נוצט א שאסיי מאפע צא אנטשיידען וועלכע וועגן צו נעמען. ווען שוין אין דעם אויספלוג, זייט וואכזאם פאר ציל - דערגרייכונג שילדן אזוי אז א ר זאלט נישט ווערן פארלוירן, אדער זיך פלוצלינג דארפן פארקירעווען אדער זיך פלוצלינג אפשטעלן.


באדינונג שילדן
servsign.gif
פארב: בלוי, מיט ווייסע אותיות אדער צייכענונגען.
מיינונג: עס צייגט דעם ארט פון די באדינונגען, צום גלייכען שאסיי אפרו ערטער, גאז סטאנציעס, שפיטעלער אדער לאגער-באדענס (Campgrounds)...

===
דורך צו געזונט אום פרייטאג יולי 16, 2010 1:44 am

מיר ווילן זיך אנטשולדיגן א מיר האבען נישט געלייגט צ ויי שילדן וואס מיר האבען באשריבן
אפשטעל שילד
stop1.gif


ציל דערגרייכונג שילד
destsign.gif

===
דורך די גרויסע עפל אום פרייטאג יולי 16, 2010 2:13 am

א גוט בארבעטן דזאב,
דער קוטשער
שר חמש מאות
תגובות: 776
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 14, 2009 9:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער קוטשער »

הער צו געזונט, יעצט אז אייערע ווערק זענען בעז"ה צוריק, קענט איר שוין אויך צוריק קומען, און אונז ווייטער מהנה זיין.

אנטשולדיגט, אייערע בילדער קענען מיר נישט צוריק ברענגן, אויב מעגליך ביטע איבערלייגן.
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

זאל זיין צום געזונט...!

מיר ליינען מיט אונטערעסע. א דאנק
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7072
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

מיר ווילען דא אנפרעגן ביי אונזערע געערטע קרעטשמע זיצער, אויב מיר זאלען אנגיין מיט די פריוואטע אויטא געזעצן און אנווייזונגען, אדער ליבערשט גיין צו געשעפטליכע (קאמערציעל) דרייווער געזעצן און אנווייזונגען.
נ.ב. ווען מיר וועלן בעז"ה שרייבן די קאמערציעלע געזעצן, וועלן מיר דאס שרייבן גענוג קלאר אז מען זאל קענען דורכגיין דעם געשריבענעם פארהער דורך דאס ליינען דא ביי אונז (פארשטייט זיך אז איר ברויכט דאס ליינען ביינאזאם מיטן ענגלישען ביכל, ווייל דער טעסט איז אויף ענגליש) דער עיקר וואס מיר וועלן טוהן מיטן שרייבן, איז אז איר זאלט פארשטיין וואס דער CDL בוך שרייבער וויל ארויסברענגען
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
אוועטאר
ראמני 08
שר האלף
תגובות: 1912
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 22, 2008 12:29 pm
לאקאציע: אויפן קאמפיין באס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראמני 08 »

אדרבה שרייב
אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3911
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך leiby »

ווי לאנג איז נאך דא פאר געהעריגע?
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

איך האב די חוצפה צו בעטן ביידע!
וואס קען איך טון אז איך גלייך עס זייער און איך וויל נישט אויסלאזן גארנישט.
פארשריבן
שר האלף
תגובות: 1429
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 03, 2010 6:58 am
לאקאציע: אין די העכערע ספערן...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשריבן »

א חבר מיינער האט זיך שטארק אפגערעדט אז אין די געווענליכע שטאטישע גאסן, וואו אין אלגעמיין פעלט נישט אויס קיין "היי-ביעמס", זענען דא געוויסע פערזאנען וואס פארן מיט די היי-ביעמס אנגעצינדן.
און לויט ווי ער זאגט - און ער איז הונדערט פראצענט גערעכט - מאכט עס ממש בלינד די קעגנקומענדע אויטא-טרייבערס.

איך האב אמאל געהערט אז די געזעץ פארלאנגט אז ווען א קאר קומט אנטקעגן מוז מען אויסלעשן די היי-ביעמס. דאס איז בעיקר נוגע אין אפסטעיט און אין די קעטסקילס, וואו עס איז אפט דא א געברויך זיך צו באנוצן דערמיט.

אלזא, וואלט איך געוואלט מברר זיין אויב דאס איז טאקע א געזעץ.
אוועטאר
פליגל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5989
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליגל »

מ'קען באקומען א טיקעט פארן פארן מיט די היי-ביעמס אנטקעגן אנאנדערע קאר.
פארשריבן
שר האלף
תגובות: 1429
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 03, 2010 6:58 am
לאקאציע: אין די העכערע ספערן...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשריבן »

ביטע - אויב מעגליך - שרייב ארויס מער איינצעלהייטן.

וואספארא סארט טיקעט?
און צי נאר אין נ.י. סיטי\סטעיט, אדער אויך אין נ. ג. און אין אנדערע שטאטן?
אוועטאר
פליגל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5989
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליגל »

כ'ווייס נישט מער דעטאלן,
כ'פארשטיי אז עס איז גילטיג אין דזשוירזי אויך.

ניו יארק סטעיט & סיטי איז די זעלבע אין די הינזיכט.

אגב; די געזעץ זאגט אז מ'זאל אייביג האבן די היי-ביעמס א-חוץ ווען א קאר קומט אנטקעגן (כ'דענק נישט ביי וויפיל פיס) אדער ווען מ'קומט נאענט צו א קאר.
פארשריבן
שר האלף
תגובות: 1429
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 03, 2010 6:58 am
לאקאציע: אין די העכערע ספערן...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשריבן »

פליגל האט געשריבן:אגב; די געזעץ זאגט אז מ'זאל אייביג האבן די היי-ביעמס א-חוץ ווען א קאר קומט אנטקעגן (כ'דענק נישט ביי וויפיל פיס) אדער ווען מ'קומט נאענט צו א קאר.

קיינמאל געהערט פון אזא געזעץ, און אויך נישט אז מ'זאל דאס פארסירן. (הגם מען פסק'עט לא ראינו אינו ראיה, איז עס פארט אינטערעסאנט אז עס זאל זיין ממש א חיוב פון וואס מען לאכט זיך אויס).
אוועטאר
פליגל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5989
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליגל »

פארשריבן האט געשריבן:
פליגל האט געשריבן:אגב; די געזעץ זאגט אז מ'זאל אייביג האבן די היי-ביעמס א-חוץ ווען א קאר קומט אנטקעגן (כ'דענק נישט ביי וויפיל פיס) אדער ווען מ'קומט נאענט צו א קאר.

קיינמאל געהערט פון אזא געזעץ, און אויך נישט אז מ'זאל דאס פארסירן. (הגם מען פסק'עט לא ראינו אינו ראיה, איז עס פארט אינטערעסאנט אז עס זאל זיין ממש א חיוב פון וואס מען לאכט זיך אויס).

געווענליך אין סיטי איזעס נישט שייך ווייל ווי מ'טרעט העסטו האבן א קאר מילא איז נישט שייך אז זאלסט אמאל אנצינדן די היי ביעמס, משא"כ אין די סויבוירבס גייט עס אן.
אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10652
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע: ביי אלאסקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טייבעלע »

פליגל האט געשריבן:
פארשריבן האט געשריבן:
פליגל האט געשריבן:אגב; די געזעץ זאגט אז מ'זאל אייביג האבן די היי-ביעמס א-חוץ ווען א קאר קומט אנטקעגן (כ'דענק נישט ביי וויפיל פיס) אדער ווען מ'קומט נאענט צו א קאר.

קיינמאל געהערט פון אזא געזעץ, און אויך נישט אז מ'זאל דאס פארסירן. (הגם מען פסק'עט לא ראינו אינו ראיה, איז עס פארט אינטערעסאנט אז עס זאל זיין ממש א חיוב פון וואס מען לאכט זיך אויס).

געווענליך אין סיטי איזעס נישט שייך ווייל ווי מ'טרעט העסטו האבן א קאר מילא איז נישט שייך אז זאלסט אמאל אנצינדן די היי ביעמס, משא"כ אין די סויבוירבס גייט עס אן.


ביי מיר אין קאר איז עז אנגעשטעלט אטאמאטיק, עס צינד זיך אן פון זיך ווען עס איז אינגאנצען פינסטער, און עס לעשט זיך אויס ווען עס דערשנאפט עפעס לעקטער, אפילו פון די אינטערשטע ריפלעקטינג לייטס פון א קאר.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
teibele1 at birdlover.com
האלצ_ער
שר מאה
תגובות: 116
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 18, 2009 11:37 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלצ_ער »

מעג מען פארן מיט א אויסגעשאסענע טראנק פענסטער? (שטייצעך צוגעדעקט מיט א פלעסטיק)
אוועטאר
פריילאך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3090
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2009 8:45 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריילאך »

ניו יארקע קאר סיעט געזעצען, וויכטיג יעצט פארן זומער סעזאן

http://www.dmv.ny.gov/broch/c-1.htm

בקיצור איז אזוי:

- פראנט זיצן מוז יעדער זיין איינגעבינדען
- בעק זיצן 16 און יונגער מוז זיין איינגעבינדען (אין זשורסי אפילו העכער 16)
- 7 יאר און יונגער מוז זיין אין א בוסטער סיט
- 3 יאר און יונגער מוז זיין אין א קאר סיט

קאר סיט איז אויך דא עטליכע, זיצעדיג און ליגעדיג, ווענדט זיך די יארן.

חוץ די יארן איז דא א וואג פאקטאר אויך וואס דאן קען מען שוין ארויפגיין צום העכער לעוועל. ווי למשל א קינד יונגער ווי פיר וואס וועגט 40 פונט מעג שוין זיצן אין א בוסטער סיט.

אזוי אויך א קינד אינטער 8 וואס וועגט 100 פונט אדער איז העכער ווי 4.9 קען שוין זיצן סתם מיט א סיט בעלט.
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט
ולא מיין
שר חמש מאות
תגובות: 854
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 04, 2012 3:10 pm
לאקאציע: בין שחו''ר לשכו''ר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ולא מיין »

פריילאך האט געשריבן:ניו יארקע קאר סיעט געזעצען, וויכטיג יעצט פארן זומער סעזאן

http://www.dmv.ny.gov/broch/c-1.htm

בקיצור איז אזוי:

- פראנט זיצן מוז יעדער זיין איינגעבינדען
- בעק זיצן 16 און יונגער מוז זיין איינגעבינדען (אין זשורסי אפילו העכער 16)
- 7 יאר און יונגער מוז זיין אין א בוסטער סיט
- 3 יאר און יונגער מוז זיין אין א קאר סיט

קאר סיט איז אויך דא עטליכע, זיצעדיג און ליגעדיג, ווענדט זיך די יארן.

חוץ די יארן איז דא א וואג פאקטאר אויך וואס דאן קען מען שוין ארויפגיין צום העכער לעוועל. ווי למשל א קינד יונגער ווי פיר וואס וועגט 40 פונט מעג שוין זיצן אין א בוסטער סיט.

אזוי אויך א קינד אינטער 8 וואס וועגט 100 פונט אדער איז העכער ווי 4.9 קען שוין זיצן סתם מיט א סיט בעלט.


נו, אפשר ביזטו מער מאריך מיט פונקטליכע דעטאלן ארום די געזעצן פון קאר סיט'ס, ולמצוה גדולה יחשב
נזכירה דודיך מיין מישרים אהבוך. שכור''ה אני ונאוה. (שה''ש א', ד'-ה').
שרייב תגובה

צוריק צו “אויטאס און אלעס ארום”