קאר עקסידענט

קויפן, ליעסען, דינגען. טיקעטס, אינשורענס, וכו'

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
הערשי קניהויז
שר חמש מאות
תגובות: 837
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 24, 2008 1:23 pm

קאר עקסידענט

תגובהדורך הערשי קניהויז » מיטוואך מארטש 03, 2010 7:37 am

פרייטאג בשעת די גרויסע שניי איז מיין קאר געווען געפארקט, איינער וואס האט יא ארומגעדרייוודט האט אריינגעזעצט אין מיין קאר און געמאכט א שטארק שאדן, אנהייב האט ער עס געלייקענט אבער ווען די פאליס איז געקומען האט ער מודה געווען.

באקום איך יעצט טעלעפאון קאל פון די אינשורענס אז ער לאזט זיי נישט באצאלן די שאדן ווייל ער טענהט אז איך בין א ליגענער און די עקסידענט איז קיינמאל נישט געשעהן, איך בין שרעקליך גערעגט. וואס טוה איך?

די אינשורענס זאגט אז זיי גייען אראפשיקן א אייגענע אינוועסטיגעטער צו טשעקן צו ער זאגט אמת, אבער דאס גייט נישט זיין פאר נעקסטע וואך און איך האב נישט די צייט צו ווארטן איך דארף האבן א קאר, איך קען נישט נעמען טעקסיס יעדען טאג צו די ארבעט.

אוועטאר
reb yid
שר חמישים ומאתים
תגובות: 427
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 25, 2008 3:50 am

תגובהדורך reb yid » מיטוואך מארטש 03, 2010 7:57 am

איך בין נישט אן אינשורענס עקספערט, אבער אביסעלע קאפ דארף מען ניצן.
וויאזוי ציהט מען צוריק פון א מעשה נאכדעם וואס עס איז נאטירט געווארן ביי די פאליציי?
סקומט אויס אז ווען יענער האט מודה געווען פאר די פאליציי האט "ער" געזאגט ליגענטס;??? (און אנהייב איז ער מודה און דערנאך לייקענט ער עס - האט ער געזאגט ליגענטס)

- פראביר צו פארשאפן (מאכן) עווידענס! זיך אפיר א cctv פון א שכן אדער א געשעפט אינעם געגענט וואס באשטעטיגט די צייט פון די עקידענט.
- האסט געטשעקט יענעמס קאר אויב ס'איז דא סימנים פון א עקסידענט?
- האסט א שטיקל ברוכווארג (סימנים) פון יענעמס קאר?
- די אינשורענס עקספערטס קענען אסאך מאל פארגלייכן א קראץ פון יענעמס קאר און דיין קאר.

און די רעסט איז, דיר צו ווינטשן אז ב"ה ס'איז געווען שפך חמתו על עצים ואבנים, נישט טראכטענדיג אז א קינד וואלט פוקט געקענט זיין במקום הקאַר!
הקב"ה ימלא חסרונך
ר' איד ר' איד! ווערט נישט מיד!

אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2208
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2008 10:27 am

תגובהדורך bailout » מיטוואך מארטש 03, 2010 7:58 am

וואס זאגט די פאליס ריפארט?

אויב די פאליס ריפארט זאגט קלאר אז ער האט מודה געווען קען ער טענה'ן ביז איבערמארגן.

איין זאך נאר, ווארט נישט ביז יענעמ'ס אינשורענס וועט דיר באצאלן, ווייל איך ווארט נאך יעצט.... קלעים דיין אינשורענס און זיי וועלן זיך שוין שלאגן מיט זיי. אפי' די פרימיאם וועט ארויפגיין (וואס אויב ס'איז געווען געפארקט, איז עס NO FAULT און ס'גייט נישט ארויף) וועט עס כאטש זיין געפיקסט.

אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2208
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2008 10:27 am

תגובהדורך bailout » מיטוואך מארטש 03, 2010 8:02 am

נאך איין קלייניגקייט, ווען די שרייבסט ''די ביזט שרעקליך גערעגט'' איז דא דא איינער וואס ווייסט גוט וואס דאס מיינט.....

אוועטאר
הערשי קניהויז
שר חמש מאות
תגובות: 837
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 24, 2008 1:23 pm

תגובהדורך הערשי קניהויז » מיטוואך מארטש 03, 2010 8:09 am

שכוח ביידע פארן ענטפערן.

די פאליס ריפארט איז נאכנישט עוועלעבל. ווי קען שאפן א קאפי פון די ריפארט? אויפן פלאץ געבן זיי נאר א Accident Information Exchange Form.

אויב די אינשורענס גייט נישט ארויף אפשר לוינט זיך טאקע צו קלעימן מיין אינשורענס.

יענער האט נאך געבעטן די פאליס ער זאל נישט מאכן קיין פאליס ריפארט און נישט בעטן זיין אינשורענס אינפאו ווייל מיר קענען זיך און מיר וועלן זיך שוין אויסקומען צווישן זיך...

אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2208
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2008 10:27 am

תגובהדורך bailout » מיטוואך מארטש 03, 2010 8:42 am

אקעי דארף מען זען וואס די פאליס ריפארט זאגט, עס דארף זיין רעדי אויפצופיקן די נעקסטע טאג, כ'מיין ס'קאסט 10 דאלער בערך, רענטעל קאווערעדזש האסטו?

קלעים דיין אינשורענס וועסטו קודם האבן א קאר, און ווי געזאגט וועט עס לכאו' נישט ארויפגיין, ס'איז ווערט צו צאלן די פרימיום ווי איידער צו ווארטן אויף יענעמס אינשורענס חסדים, סוף כל סוף וועלן זיי דיר צוריקצאלן הונדערט פראצענט.

און נאך א זאך גיי צו א איד

אוועטאר
הערשי קניהויז
שר חמש מאות
תגובות: 837
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 24, 2008 1:23 pm

תגובהדורך הערשי קניהויז » מיטוואך מארטש 03, 2010 9:00 am

עכט זיך איך נישט צו שטארק צו גיין צו מיין אינשורענס ווייל איך וועל דארפן צאלן א דידאקטעבל. איך גיי טשעקן מיט מיין אינשורענס בראוקער.

אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2208
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2008 10:27 am

תגובהדורך bailout » מיטוואך מארטש 03, 2010 9:19 am

נו איך רעד דאך פון די דידאקטיבל, איך בעט דיך ברחמים טו נישט די מיסטעיק וואס איך האב געטוהן.

ממה נפשך אויב איז יענער שולדיג און דיין קאר איז געווען געפארקט, צאלן זיי צוריק 100 פראצענט דאס מיינט דיין דידאקטיבל אויכעט, ווידעראום אויב צאלן זיי נישט זאל כאטשיג דיין אינשורענס עס באצאלן, די צאלסט דאך אינשורענס פאר א סיבה.

יעצט לאמיר גיין א טריט ווייטער, די גייסט אריין צו א יוד א קאאלישן שאפ זאג אים אהובי ידידי איך געב דיר מיין קאר צו פיקסן, אבער..... איך וויל נישט צאלן קיין איין פעני דידאקטיבל, וועסטו לכאו' קענען באקומען ביי אים, וויבאלד די אינשורענס צאלט טאפ פרייז, ער וועט ארויסגיין מיט גראב ריוח אפי' אן דיין דידאקטעבל, און צומאל קען ער דיר אפי' צוריקגעבן טאשן געלט אויב ער איז א מענטש. אלעס ווענדט זיך אבער ווי גרויס די שאדן איז.

אוועטאר
הערשי קניהויז
שר חמש מאות
תגובות: 837
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 24, 2008 1:23 pm

תגובהדורך הערשי קניהויז » מיטוואך מארטש 03, 2010 5:44 pm

איך האב שוין ארלעדיגט מיט מיין אינשורענס. און די באדי שאפ זאגט טאקע אז די דידאקטעבל זאל איך לאזן פאר אים... א גרויסן שכוח בעילאוט פאר דיין עדווייס.

dovidal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4601
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

JEROME AVENUE CAR REPAIR

תגובהדורך dovidal » דאנארשטאג מאי 28, 2015 4:49 pm

האט איינער א גוט פלאץ צו פיקסען א קאר נאך אן עקסידענט
אין די בראנקס אויף JEROME זענין דא צענדליגער אויטא קאלישען ריפעיר
האט איר עפעס אן אקספיריענס דארט?

בך בטחו
שר מאה
תגובות: 180
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 27, 2015 11:36 am

קליינע קאר עקסידענט

תגובהדורך בך בטחו » מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 3:41 pm

האב איך היינט געמאכט א uturn און בטעות אריינגעבעקט און א קאר צו מיין מזל איז עס געוועהן א car dealer וכאן מצא בע"ד לגבות את חובו ער הייבט אן צו זוכן damage און יגעת ומצאת תאמין געטראפן א פיצילע קראץ וואס איז אפשר געשעהן אויף א molding פון די קאר בקיצור איך ווי א וואוילע יונגעל האב איהם געגעבן אלע אינפא. און געבעטן ער זאל מיך רופן זאגן וויפיל איז די "שאדן" גייט נישט אדורך קיין 2 שעה און ער האט שוין א פונקליכע פרייז פון נישט מער ווי 847 מיט אפאר סענט!!!!

ולא אדע מה אדון ביה זאל איך איהם לאזן claim מיין אינשורענס מיט וויפיל וועט עס ארויפגיין? פון ווי ווייס איך וואס ער גייט אלץ claim'n?
ווארים ער ית' איז אלעס, איז אז מען געבט אפ צו עם אלעס, גיבט ער אלעס אוצר אגרות קודש מכתב ק"ל

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11896
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 7:41 pm

א איד?

אוועטאר
פליגל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4475
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 9:37 pm

פרעג א אינשורענס אגענט, אבער כ'מיין אז איינמאל א יובל אונטער טויזענט טולער מאכן זיי נישט קיין עסק.
נאט אייך א גרינע...


יעקב צוקערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 703
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 05, 2014 1:27 pm

תגובהדורך יעקב צוקערמאן » דאנארשטאג סעפטעמבער 03, 2015 3:27 pm

איך שפיר בכלל נישט אז דו דארפסט זיך לאזן אפשונדן די הויט וועגן א קליינעם קריץ, יענער האנדעלט געוויס שלא כדין, ווי האט ער רעכט דיך צו בא'גזל'ענען טויזענט דאלאר פאר א קריץ, איז דאס טאקע דער ווערד פונעם שאדן. דאס איז סתם רשעות. די אלע באריאוגיקונגען אז עס וועט דיך גארנישט קאסטן וועט גארנישט העלפן ווען די אינשורענס וועט ארויפגיין, און פארוואס זאל דיין אינשורענס ארויפגיין כדי יענער זאל חס ושלום נישט האבן א קריץ. אין מיינע אויגן איז יענער א קאזין מיט מר. סעלפיש

לטב עביד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 333
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 21, 2013 7:16 pm

תגובהדורך לטב עביד » דאנארשטאג סעפטעמבער 03, 2015 3:33 pm

בעט פון עם א אינוואיס פון די מעקעניק

אוועטאר
חכם ממה נשתנה
שר חמש מאות
תגובות: 932
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 08, 2015 8:26 pm
לאקאציע: א גאנצע צייט אינטער די השפעה פון די אפיקומן

תגובהדורך חכם ממה נשתנה » דאנארשטאג סעפטעמבער 03, 2015 10:51 pm

ביטע שרייב צו רח"ל אדער ל"ע נאך קאר עקסידענט
חכם מה הוא אומר מה ה.... וה..... "האלו" ואת אמר לו אין מפטירין אחר ה..... (הגדה של פסח)

משנה מקום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3504
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 14, 2010 4:13 pm
לאקאציע: משנה מקום יעדע שטיק צייט

תגובהדורך משנה מקום » דאנארשטאג סעפטעמבער 03, 2015 11:27 pm

יעקב צוקערמאן האט געשריבן:איך שפיר בכלל נישט אז דו דארפסט זיך לאזן אפשונדן די הויט וועגן א קליינעם קריץ, יענער האנדעלט געוויס שלא כדין, ווי האט ער רעכט דיך צו בא'גזל'ענען טויזענט דאלאר פאר א קריץ, איז דאס טאקע דער ווערד פונעם שאדן. דאס איז סתם רשעות. די אלע באריאוגיקונגען אז עס וועט דיך גארנישט קאסטן וועט גארנישט העלפן ווען די אינשורענס וועט ארויפגיין, און פארוואס זאל דיין אינשורענס ארויפגיין כדי יענער זאל חס ושלום נישט האבן א קריץ. אין מיינע אויגן איז יענער א קאזין מיט מר. סעלפיש

עס איז דא מענטשען וואס האבען שוין געדארפט באצאלען שווערע געלטער ביים ענדיגען זייער ליעס ווייל גנבים האבען געמאכט אזא חשבון נע סאיז א קליינע קריץ און זיי האבען אפגעפוצט במילא די ווארט אז יענער זאל ח"ו נישט האבען קיין קריץ קומט נישט דא אריין. אפילו אויב עס איז נישט קיין ליעס און יענער וויל האבען א שיינע קאר האט ער אויך די פילסטע רעכט צו מאנען פון די מזיק ער האט געמאכט שאדען דארף ער באצאלען די שאלה איז נאר וויפעל

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11482
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » דאנארשטאג סעפטעמבער 03, 2015 11:30 pm

חכם ממה נשתנה האט געשריבן:ביטע שרייב צו רח"ל אדער ל"ע נאך קאר עקסידענט

ביטע האק נישט קיין טשייניק רח"ל
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
זינגער
שר האלף
תגובות: 1389
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 10:56 am

תגובהדורך זינגער » פרייטאג סעפטעמבער 04, 2015 12:24 am

בך בטחו האט געשריבן:האב איך היינט געמאכט א uturn און בטעות אריינגעבעקט און א קאר צו מיין מזל איז עס געוועהן א car dealer וכאן מצא בע"ד לגבות את חובו ער הייבט אן צו זוכן damage און יגעת ומצאת תאמין געטראפן א פיצילע קראץ וואס איז אפשר געשעהן אויף א molding פון די קאר בקיצור איך ווי א וואוילע יונגעל האב איהם געגעבן אלע אינפא. און געבעטן ער זאל מיך רופן זאגן וויפיל איז די "שאדן" גייט נישט אדורך קיין 2 שעה און ער האט שוין א פונקליכע פרייז פון נישט מער ווי 847 מיט אפאר סענט!!!!

ולא אדע מה אדון ביה זאל איך איהם לאזן claim מיין אינשורענס מיט וויפיל וועט עס ארויפגיין? פון ווי ווייס איך וואס ער גייט אלץ claim'n?

זאג עהם אז די ווילסט עס נעמען צו דיין מעקעניק, די גלייבסט נישט אז אזא קליינע קריץ איז אזוי סאך געלט.
איך זינג נישט ווייל איך בין פרייליך

איך בין פרייליך ווייל איך זינג

אוועטאר
מיסטעריעז
שר שבעת אלפים
תגובות: 7359
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » זונטאג סעפטעמבער 06, 2015 7:46 am

לכאורה האט געשריבן:
חכם ממה נשתנה האט געשריבן:ביטע שרייב צו רח"ל אדער ל"ע נאך קאר עקסידענט

ביטע האק נישט קיין טשייניק רח"ל

וואסי, פאררעכטן א קריץ אין א טשייניק קאסט אויך אזויפיל?

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11185
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » זונטאג סעפטעמבער 06, 2015 8:08 am

געלעגער האט געשריבן:א איד?

אוועטאר
גוגל
שר האלף
תגובות: 1878
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 19, 2012 2:35 pm
לאקאציע: אויף אייוועלט

תגובהדורך גוגל » זונטאג סעפטעמבער 06, 2015 10:50 am

גיי צו יואלי באו צווישען 12*13 אויף 38, ס'גייט דיר קאסטען מעקס $300

יעקב צוקערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 703
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 05, 2014 1:27 pm

תגובהדורך יעקב צוקערמאן » זונטאג סעפטעמבער 06, 2015 5:07 pm

זינגער האט געשריבן:
בך בטחו האט געשריבן:האב איך היינט געמאכט א uturn און בטעות אריינגעבעקט און א קאר צו מיין מזל איז עס געוועהן א car dealer וכאן מצא בע"ד לגבות את חובו ער הייבט אן צו זוכן damage און יגעת ומצאת תאמין געטראפן א פיצילע קראץ וואס איז אפשר געשעהן אויף א molding פון די קאר בקיצור איך ווי א וואוילע יונגעל האב איהם געגעבן אלע אינפא. און געבעטן ער זאל מיך רופן זאגן וויפיל איז די "שאדן" גייט נישט אדורך קיין 2 שעה און ער האט שוין א פונקליכע פרייז פון נישט מער ווי 847 מיט אפאר סענט!!!!

ולא אדע מה אדון ביה זאל איך איהם לאזן claim מיין אינשורענס מיט וויפיל וועט עס ארויפגיין? פון ווי ווייס איך וואס ער גייט אלץ claim'n?

זאג עהם אז די ווילסט עס נעמען צו דיין מעקעניק, די גלייבסט נישט אז אזא קליינע קריץ איז אזוי סאך געלט.


גוט געזאגט, א קריץ איז נישט קיין שאדן פון 850 ביי עני סטרעטש, מען רעדט על פי תורה, נישט לויט די הויט שינדעריי פון קאר באדי שאפס.
יעצט וועגן דעם ליעס, מען קען דאס אויך מסדר זיין אן 850.
א איד זאל זאגן, איך בין גרייט שאדן צו מאכן מיין חבר שווערע געלטער קאר אינשורענס א חודש, אלעס כדי מיין קאר זאל נישט האבן א קריץ, בשעת עס איז זיכער קעגן די הלכה, על כל פנים בדיני שמים, איז ער סעלפיש.
עס ווערט מערערע מאל געברענגט אין ספרים, אז דער וועג צו זען וואסערער מין מענטש מען איד, איז דער ענין פון וויתור בממונו, דער וואס איז גרייט ארויסצורייסן געלט פון א צווייטן איד וועגן א קראץ אין קאר איז צריך בדיקה אחריו, לכאורה איז ער סעלפיש און האט גאנץ שוואכע מדות.
איך געדענק נאך ווי היינט, א מעשה פון באלד 15 יאר צוריק, איך האב אריינגעקראכט אין עמיצנס מיני-ווען, אן אלטן מיני-ווען, געמאכט א מיאוס'ן קריץ. יענער האט מיך געבעטן 500 דאלאר. איך בין געווען א בלוטיגער ארעמאן, איך האב ארויסגעריסן דאס געלט פון טאש און אים געגעבן, בשעת ער האט געסטראשעט מיט פאליס ריפארט וכו' וכו', געס וואַט ער האט קיינמאל נישט געפיקסט דעם קריץ, געוויס ווייל דער קאר שאפ האט געבעטן 700, די גויאישע קאר שאפס בעטן דאך משוגענע אמאונטס פון געלט, זיי זענען דאך טאשן שניידער ווארום דער ביל צאלט דאך דער אינשורענס פירמע. סאו איך פלעג זען דעם איד ארומפארן מיט'ן קריץ און מיך האט דאס גוט געבאדערט, סתם פון מיר ארויסגעריסן 500$. בקיצור, כ'האב נישט קיין צייט מאריך צו זיין. דער פינטל איז, מען דארף זיך נישט לאזן אפשינדן די הויט, עס איז קלאר צי יענעמס שאדן איז טאקע 800, און עס איז נישט קיין וויקטימ-לעס קריים, נאך אן עקסידענט גייט ארויף די אינשורענס, פינטל, נישט מיט איין הונדערט נאר מיט דריי הונדערט סאו עמיצער וואס דארף די דרייווערס לייסענס פאר פרנסה האט מען אים אפגעהאקט די פרנסה, לוינט דאס פאר א קריץ? דאס איז א וועג וויאזוי א גוי טראכט, א איד דארף זיך פירן ווי א איד און מוותר זיין אויף זיין געלט, דורך ארויסרייסן געלט פון א צווייטן איד האט מען גארנישט, אזא בלוט-געלט ברענגט נישט קיין שום הצלחה

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11896
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » זונטאג סעפטעמבער 06, 2015 5:12 pm

ס'איז נישט שייך צו געבן א פרייז פון א 'קליינע קריץ' יעדע ריר קאסט אנדערש און עס ווענדט זיך וואו די קריץ איז. ס'איז דא קליינע קראכעס וואס קאסטן באלד טויזענט דאלער צו פאררעכטן.

יעקב צוקערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 703
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 05, 2014 1:27 pm

תגובהדורך יעקב צוקערמאן » זונטאג סעפטעמבער 06, 2015 5:18 pm

ריכטיג, כ'מיין נאר ארויסצוברענגען אז פארן מאכן א קלעים און אומגליקליך מאכן אן אנדערן איד וועלכער האט בטעות אריינגעקראכט אין אייך איז גוט צו האבן אפאר מינוט התבוננות. דאס איז כמעט 100 פראצענט זיכער אז דער קלעים וועט דעם איד אפקאסטן שווערע געלטער, לאמיר זאגן צוויי יאר צאלן 300 א חודש קאר אינשורענס, דאס מיינט באלד 6,000 אידיש געלט געווארפן אין גארבעדזש. דעריבער בעפאר מען דרוקט צו דעם צושראקענעם אידל וואס האט געקראכט צו מאכן א קלעים אויף זיין אינשורענס און אים אויסזויגן עד הסוף דארף מען זיך מתבונן זיין, וויפיל איז דער קראך, איז דאס טאקע אזוי געפערליך, מוז מען דאס שוין פיקסן, אפשר קען מען עפעס מסדר זיין, אפשר גייט מען אריין צו א באדי שאפ און מען זאגט הער אויס, נישטא קיין אינשורענס, כ'צאל קעש, וויפיל איז דאס ביליגסטע עס צו מאכן, אפשר קען מען פרעגן די זעלבע פראגע 2-3 באדי שאפס און דאן הערט מען גאר גאר אנדערע פרייזן. געווענילך אז מען האנדעלט מיט היימישע אידן גיבן זיי גאר גוטע פרייזן ווען מען רעדט פון קעש. דאס אלעס איז סאך מער ביליכער ווי מאכן קלעימס אויף אינשורענס, אינשורענס פירמעס זענען בכלל נישט משוגע און אז מען מאכט קלעימס גייט ארויף די אינשורענס אדער מען פארלירט גענצליך די אינשורענס. בדידי הוה עובדא.
געס-וואַט, א איד א הארצלאזער מענטש, מיינט אז ער פירט די וועלט, שינדט יענעם אפ די הויט נאכדעם וואס יענער האט אריינגעקראכט אין זיין שיינעם יוקאן, פאסירט אפאר וואכן שפעטער ער מאכט אן עקסידענט און ער ווערט גוט אפגעשינדען, און דאן ווערט ער געוואויר אז מען דארף נישט צאפן יענעם דאס בלוט. דער באשעפער האט זיך זיינע וועגן צו שטעלן אזעלכע מענטשן אין פלאץ, און אויב איינמאל העלפט נישט אז יענער זאל פארשטיין דעם מעסעדזש, האט דער באשעפער אויך עצות דערצו. עס קומט נישט ארויס קיין גוטס פון גורם זיין א איד צער ועגמת נפש און טרערן, צוליב א קריץ אין קאר


צוריק צו “אויטאס און אלעס ארום”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט