רייניגן די לייסענס רעקארד

אינפארמאציע און הילף פארן דרייווער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
משיח
שר שלשת אלפים
תגובות: 3318
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

רייניגן די לייסענס רעקארד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משיח »

די מעשה האט זיך אנגעהויבן כמעט א יאר צוריק.

אין א שיינעם פרי מארגן, די וועטער איז גאנץ קיל, די זון שיינט פון מזרח דיירעקט אריין צו מיין קאר פענסטער, אלע וועגן זענען אנגעלייגט מיט א דינע שיכט אייז פון די רעגן און שניי-אפ-פאל וואס איז פארפרוירן געווארן במשך די נאכט. איך זיץ אין מיין קאר, און בעק ארויס פון מיין דרייוו וועי, איך קוק רעכטס, לינקס, איך זעה אז בלויז איין קאר איז אופן שטאראסע אינטער ווי איך ברויך יעצט ארויספארן, און דער יעניגער האט געזען אז איך פראביר ארויס צו קריכן פון מיין לעכל, האט ער פארשטאטערט זיין ספיד, אזוי אז איך זאל קענען אינגאנצן ארויס בעקן רואיגערהייט. זענדיג אז פון הינטן איז אלעס אפגעשטעלט, האב איך קאנצעטרירט מיינע אויגן אויף פאראויס, צו די צוויי קארס וואס האבן געפארקט הארט נעבן מיין דרייוועי, און מיר איבערגעלאזט א שמאלן פתח כחודו של מחט. צו שנעל האב איך נישט געקענט גיין, פון די זייט די געפארקטע קארס, פון הינטן די רוישיגע גאס, און פון אינטן א שיכט מיט אייז, איך בין געקראכן אפשר אויף 10 מ.פ.ש..

מיטאמאל... א קלאפ... איך געב א קוק וואס איז געשען, זעה איך אז דער אויבענדערמאנטער קאר האט זיך געריקט מיט עטליכע פיס פאראויס, און נישט באמערקענדיג האב איך אים געגעבן א לייכטע קיש! ווייזט אויס אז די לאמפ איז געווארן גרין, און ער האט מחליט געווען אז ער יאגט זיך און וויל יא כאפן די לייט, און פונקט דאן איז געשען וואס איז געשען...

איך בין באלד ארויס זען וואס איז געשען, זעה איך אז מיין קאר האט געמאכט בלויז א קליינעם דענט אין זיין הינטערשטע טיר, א זאך וואס קאסט לאמיר זאגן צוויי דריי הונדרעט דולר צו פארעכטן.

יענער, א רוסישער גוי, אפשר 25 יאר אלט, איז אויך ארויסגעקומען אפשאצן די שאדן, און איך שאר מיר צו צינעם זאגענדיג, לאמיר זיך מסדר זיין, איך באצאל דיר דעם שאדן, און שלום על ישראל. ער ענטפערט קאלטערהייט: איך האב שוין גערופן די פאליציי, זיי זענען אופן וועג אהער. צו וואס? צו ווען? אבער אזוי זאגט ער.

פונדערווייטנס הערט זיך שוין די לעלא'ס, א פאליציי קאר קומט אן צום "עקסידענט סין", נעמט די נויטיגע דאקומענטן פון אונז ביידע, הערט אויס די מעשה אשר לא יעשה. פונדערווייטנס הערט זיך נאך א סיירין, איך האב געקלערט מן הסתם איז נאכערגעץ געשען א צוזאמשטויס, אבער נישט מער און נישט ווייניגער, א מינוט דערויף, באווייזט זיך א אמבולאנס, און שטעלט זיך אפ מיט א שארפן אפשטעל הערט נעבן מיר! פון די קולות הערט זיך אז ס'איז דא לכה"פ א דאזען אומגעקומענע... צוויי רעטונגס לייט טאנצן ארויס מיט די עקוויפמענטס, און פרעגן באלד: ווי איז די געשעדיגטע? דער דרייווער פון די צווייטע קאר ענטפערט מיט פארכט: דעטס מי! איך גיב אים אזא קוק אן מיט וואונדער, און איך זעה ווי די צוויי פאליציי לייט טוישן זיך אויך די בליקן מיט א באהאלטענע שמייכל...

דא טוט מיר אביסל וויי.

ווייז מיר ווי.

דא, אויף די רעכטע זייט.

דא?

ניין אביסל העכער.

דא?

אביסל אריינציר.

דא?

יא פונקט דא.

נאך עפעס טוט וויי?

איך פיל מיר אויפגעשאקעלט.

ווילסט אריין אין עמערדזענסי רום?

איך מיין ס'וואלט געווען כדאי.

מיט א צינישע שמייכעל האט מען דעם "געשעדיגטן" ארויף געלייגט אופן בעטל, און אוועקגעפירט צום נענסטן שפיטאל אויף באלדיגע באהאנדלונגען...

זעט אויס ער האט געוואלט האבן א טאג וויקאציע פון זיין דזאב, ווייל קיין אינשורענס האט ער נישט געקענט קלעימען ווען ס'פאסירט באמת גארנישט...

וואס האט פאסירט אין שפיטאל ווייס איך נישט פונקטלעך, איך שטעל מיר פאר אז נאכן אפזיצן עטליכע שעה און ווארטן אויף א דאקטאר האט ער שוין חרטה באקומען אויף דעם שפיל.

אבער דאס איז נישט צו וואס איך וויל צוקומען.

אפאר טאג שפעטער, קריג איך אין די מעיל א געוויסע פארם פון די ד.מ.וו., וואס איך ברויך אויספילן און גראד צוריקשיקן צו זיי, מיט א בריוו אז דאס איז א נייע געזעץ, (זעה אפטיילונג 12, נומער 1554854555854-54878-854 פון די מאטאר וויקעלס 2009 געזעצן), און אויב זיי ערהאלטן דאס נישט ביז 2 וואכן, דראטט מיר א שטראף פון 200 דולר קנס, ביז עטליכע חדשים טורמע, געוואנדן אינעם ריכטערס פסק.

איך האב נישט געוואלט אריינשטעלן מיר מיט מיין גאנצע משפחה אין געפאר, וואספארא חילול ה' ס'קען נאך ארויסקומען, א איד מיט בארד אין פיאות זיצט אין תפיסה מיט נידריגע פארברעכער, און נישט פאר גארנישט, נאר פארן צו'מזיק'ן אן ערל מיט זיין קאר, און ער האט געפעילט צו פיילן דעם ריפארט... נאר דאס פעלט מיר אויס...
דעריבער האב איך ערליכערהייט אויסגעפילט דעם גאנצן פארם און צוריקגעשיקט ווי פארלאנגט, און די גאנצע מעשה איז ארויס פון קאפ.

נעכטן, קריג איך א בליץ-בריוו פון מיין פארזיכערונג אגענט, אז מיין אינשורנס פאר די קומענדיגע יאר למספרם איז ארויף מיט עטליכע דולר. איך קלינג אים באלד, און פרעג אים:

פארוואס?

ווייל דו האסט געמאכט אן עקסידענט.

וואס? איך? אן עקסידענט?

יא! דו! ס'שטייט פונקטלעך ווי און ווען, און אז סאיז געווען דעמיג' פלאס אינדג'וריס.

ער זאגט מיר דעם דאטום און מיין בלוט איז מיר ארויף אין קאפ. פארגעט אבאוט די פאר דולר וואס ס'האט מיר דאן געקאסט צוליב די שאדן, אבער אז אויף מיין רעקארד זאל שטיין פאר די קומענדיגע פאר יאר אז איך בין א אומ'ארענטליכע דרייווער וואס מאכט שאדן אויף קארס און שעדיגט מענטשען? אויף דעם בין אין שוין נישט מוותר!

איז דא א וועג צו רייניגן די רעקארד? קען מיר איינער דאהי העלפן?
Professional bookkeeping for your small business
[email protected] | 347-708-2079
אוועטאר
שמייכל
שר חמישים
תגובות: 65
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 07, 2007 2:01 am
לאקאציע: אויף די לעפצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמייכל »

קודם זייער שיין געשריבן מיט א זאפטיגע שפראך.
איך מיין אז דו וועסט דארפן די קומענדיגע צייט דרייוון זייער ארנטליך וועט עס אראפגיין פון דיין רעקארד.
פרעג דיין אינשורענס אגענט מסתם 3 אדער 4 יאר.
האסט באקומען א טיקעט אויך דעמאלטס?
אוועטאר
משיח
שר שלשת אלפים
תגובות: 3318
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משיח »

שכוח שמייכל פאר די תשובה.
איך האב נישט באקומען קיין טיקעט ב"ה.
אבער איך וויל באמת נישט דארפן ווארטן א 3-4 יאר אז ס'זאל אראפגיין.
איז דא א וועג צו פייטען?
Professional bookkeeping for your small business
[email protected] | 347-708-2079
וואלוועלע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואלוועלע »

אויב איינער האט א עצה וואלט געווען געוואלדיג ווייל איך ווארט אויך זייער וויכטיג פאר א תירוץ, ווייל איך האב איינמאל יא געמאכט שאדן פאר א 2טן, און עס איז געוון א שאדן פון 2 טויזנט דאללער, און ער האט עס געקלעימט פון מיין אינשועס, און אויך האב איך א טיקעט און איך צאל א אםנארמאלע הויכע פרייז פאר מיין אינשורענס, און איך וויל ניש ווארטן ביז ס'ווערט קלין מיין רעקארד,
אוועטאר
קאר אינשורענס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 323
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 04, 2008 5:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאר אינשורענס »

the first thing is to make a 6 hour class
you have to see whats on the report and if there was any payouts from your insurance company
אוועטאר
לוסטיג
שר האלף
תגובות: 1138
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 23, 2008 1:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לוסטיג »

יא, א 6 שעה'דיגע קלאסס העלפט פאר דעם, בדיד היא עובדה אין ס'האט געהאלפען מורעדיג.

פאר א פלאץ ווי צו מאכן, מיין איך האט מען שוין דערעדט דא אויף דעם פארום, שטייצעך אנע ווארטן.
אבער צום סוף לאכן מיר דיר אויס, הא..הא..הא..חחח...
אוועטאר
משיח
שר שלשת אלפים
תגובות: 3318
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משיח »

אויף וואס העלפט עס? עס קלינט די רעקארד פון עקזיסטינגס מארקס? אדער פשוט אויף א ביליגערען אינשורנס קאסטן?
Professional bookkeeping for your small business
[email protected] | 347-708-2079
אוועטאר
לוסטיג
שר האלף
תגובות: 1138
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 23, 2008 1:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לוסטיג »

שנים שהן אר.. ביידע.
אבער צום סוף לאכן מיר דיר אויס, הא..הא..הא..חחח...
אוועטאר
משיח
שר שלשת אלפים
תגובות: 3318
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משיח »

א ריזיגן דאנק.

ווי לאנג נעמט טאקע אזא 6 שעה כיתה?
Professional bookkeeping for your small business
[email protected] | 347-708-2079
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

6 שעה נעמט 6 שעה.

נישט שרייבן אין פובליק די זאכן.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
jkup50
שר האלף
תגובות: 1079
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 09, 2010 2:45 pm
לאקאציע: איך וואלט אויך געוואלט וויסן!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך jkup50 »

צי ווייסט איינער אויב טויש איך לייסענס פון איין סטעיט צי א צווייטע גייט אויך די עבירות איבער ?
יאנקעל די פופציגער
שרייב תגובה

צוריק צו “אויטאס און אלעס ארום”