אסיפת התאחדות הרבנים בנוגע שיטת רבינו תם לעניני זמנים

אידישע און אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

בין השמשות
שר מאה
תגובות: 160
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 07, 2017 9:45 am

תגובהדורך בין השמשות » פרייטאג אוגוסט 04, 2017 4:59 am

הרב למעלה משבעים
איך זעה אז דו האלטסט אדער אדער, אדער 72 מינוט אדער 6.5 מעלות, אבער איך בין מחולק אויף דעם, דער חת"ס האט וואהרשיינליך נישט געוואוסט פון קיין מעלות צו זאגן, ער האט פשוט געקוקט אויף די שטערנס, ע"פ המציאות קען די וועטער/טעמפעראטור אויסמאכן א שטיקל חילוק אז ס'זאל ווערן טונקל אביסל פריער אדער שפעטער, אויך איז א חילוק צווישן א הויכע פלאץ און א נידריגע, צווישן א פלאץ ארומגענומען מיט בערג און א גראדע פלאץ, וכו' וכו' (כמובן איז דאס נישט אזאלכע גרויסע חילוקים פון מעהר ווי אפאר מינוט), ממילא קומט נישט אין באטראכט צו רעכנען מיט א פונקטליכע שיעור במעלות אין יעדע פלאץ, און אויב עס קומט אויס אפגערוקט מיט אפאר מינוט דארף מען נאכנישט אפווענדן, וד"ב לפענ"ד.
און פארשטייט זיך אז אויב איז פארוואלקענט און מ'קען נישט זעהן קיין שטערנס דאן ברויך מען אויסרעכנען ווען מ'וואלט געזעהן די כוכבים אויב ס'וואלט געווען קלאר (או ימתין עד שיצא הספק מליבו).
איך מיין אז דאס איז זייער פשוט.

און ניין ביי מיר גייט עס נישט אדער אדער, איך לייקן נישט אז ס'דא אזאלכע וואס האבן געהאלטן 72 (כגון החמד"י ומהר"ש לאנייאדו והרה"ק מבעלזא ועוד), איך האלט נאר אז ווי מקען זעהן קלאר איז געווען דער מנהג ישראל ברוב המקומות צו קוקן אויף די שטערנס, ממילא מוז מען נישט מאכן קיין דוחקים אין חת"ס כדי צו אריינצולערנען אז ער האט אויך געהאלטן 72, עס איז זייער מעגליך (ואפי' מסתבר) אז דער חת"ס האט געהאלטן ווי רוב כלל ישראל בימים ההם.

למעלה משבעים האט געשריבן:
בין השמשות האט געשריבן:
למעלה משבעים האט געשריבן:ובנוגע פלפולים איר זאלט מיר זייער זייער מוחל זיין, אבער אין השמים בהירים איז קיין שום פלפול נישט פארהאן, אויב עפעס די וואס ווילן פון די ווערטער ברענגן א ראי' צו קוקן אויף כוכבים מאכן פלפולים, ווייל ס'איז קלאר אז ער מיינט ארויסצוברענגן אז ס'איז נישטא קיין שטערנס, וואס וועט זיין ווען ס'איז יא שטערנס רעדט ער נישט אין דעם שורה. און די וואס ווילן לערנען אנדערש פראבירן דא אריינקוועטשן אז ער זאל יא זען שטערנס אתמהה. נאך מער, אויב ווילסטו דייקא יא לערנען ער מיינט מען זעט שטערנס אין א קלארע הימל, זעסטו דא פונקט פארקערט פון דיינע ווערטער אז מען רעכנט זיך מיטן וועטער, נאר אדרבה, די וועטער איז נישט משנה, ווייל די זמן דארף מען קובע זיין ווען מען זעט די שטערנס אויף א קלארע הימל.

נו איז פארוואס דארף מען שטערנס? לשיטתך דארף מען נאר ד' מילין??
זייער פשוט דער שואל פרעגט וואס מען טוהט אז מ'האט נישט געקענט זעהן די שטערנס, און דער חת"ס ענטפערט איהם א זמן ווען איז צה"כ און ווען איז ביה"ש (און לייגט צו אז נאר אויב ס'שטימט טאקע אין יענעם ארט).

די קושיא בעצם האט גארנישט מיטן חתם סופר, ס'האט פונקט אזוי מיט די וואס לערנען ר"ת פשוט כפשוטו 72 אייביג.

האסט נישט פארשטאנען. וואס מיינט די שואל ווען ער זאגט אז מ'האט נישט געקענט זעהן די שטערנס? צו וואס דארף ער די שטערנס?
אפשר קען זיין מסתבר צו זאגן אז ער האט געמיינט אז ער האט נישט געקענט קוקן אויף די שטערנס כדי צו וויסן ווען איז נאכט וביה"ש (אזוי ווי מ'טוהט ווען ס'איז נישט פארוואלקענט)??? מאכט סענס?

און יעצט לגבי שיעור המיל
דער חת"ס שרייבט קלאר (בהגהות על הש"ע או"ח סי פ"ט, ובחי' למס' שבת לה.) "ותלתא רביעי מיל הם קרוב לי"ח מינוטען, וכשתסיר זה מד' מילין ישאר שעה וחומש בקירוב". ג' רבעי מיל איז 17 מינוט און ווען מ'נעמט דאס אראפ פון ד' מילין (90 מינוט) בלייבט איבער 73 מינוט (שזה ג' מילין ורביע). זעהט מען קלאר אז ער האט גערעכנט אויך ד' מילין לפי חשבון הח"י, וז"פ.
ולשיטתך ווייס איך נישט ווי אזוי דו רעכנסט די ג' מילין ורביע 55 מינוט.
אויך פונעם לשון אינעם תשובה זעהט מען אויך אז ס'איז נישט אזוי, ווי ער שרייבט "ושיעור מיל במוחלט הוא כ"ב מינוטין כמו שהאריך והוכיח בראיות ברורות שאין עליהם תשובה בחק יעקב סי' תמ"ט סק"י", יעצט לגבי די ג' רבעי מיל נעמט ער אן די שיעור פון חק יעקב ווייל ער האט מוכיח געווען בראיות ברורות וכו', און וואס טוהט זיך מיט די ד' מילין דא דארף מען נישט צוקומען צו די ראיות ברורות וכו'??? און בכלל ער האט נישט חושש געווען אז מ'וועט נאך רעכנען די ד' מילין אויך לפי חשבון הח"י (כמו שהבינו כולם עד שבא למעלה משבעים ודרשה) וממילא איז ביה"ש 73 מינוט נאכן שקיעה??

אוועטאר
למעלה משבעים
שר שבעת אלפים
תגובות: 7986
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » פרייטאג אוגוסט 04, 2017 2:42 pm

בראשית ברא, כ'קלער עס אפשר שפעטער דא אריינשטעלן אינעם אנדערן אשכול [באמת די גאנצע שמועס דא קומט דארט...], כ'האב עס געשריבן אין אישי פאר מאירים און דערנאך געפארווערד פאר דער וואס האט געפרעגט דערוועגן, צו שטעלן ברבים, דארף איך פשוט נעמען די צייט איבערצוגיין די שריפט זיכער מאכן אז ס'איז טאקע ליינבאר [OCD....].

בין השמשות, ווילאנג האסט נישט קיין הוכחה אין די ווערטער פון חת"ס קענסטו האלטן וואס דו ווילסט און איך בין נישט מחויב דאס אנצונעמען פאר פשוט פשט. און פון מנהג רוב עם איז בכלל נישט קיין ראיה צו וואס דער חת"ס האט געהאלטן "להלכה" ווייל צו טוישן מנהגים טוישט זיך נישט אזוי שנעל, קענסט עס קלאר זען טאקע ביי די אונגארישע וואס שרייבן דאס.

בנוגע דיין פראגע פשט אינעם שואל וכו', די זאכן איז שוין אויסגעשמועסט געווארן אינעם אנדערן אשכול viewtopic.php?p=1492715#p1492715.

לגבי שיעור המיל איר זאלט מוחל זיין און איבערלערנען נאכאמאל דעם חת"ס, ער רעדט דארט בשיטת "הרמב"ם" בזמן ביה"ש ובזמן עלות השחר, וואס עפ"י חק יעקב האט ער אנגענומען אז די רמב"ם לערנט קלאר די חשבון המיל פאר 22.5, און ווען וועסט לערנען דעם חק יעקב וועסטו זען אז די ראיות ברורות איז פשט ווי אזוי די רמב"ם האט אפגעלערנט די סוגיא דארט בדעת עולא ורבה בר בר חנה, און אויף דעם זאגט ער דעם ושיעור מיל במוחלט 22 ווייל ער רעדט דאך דא פון די חשבון אין ביה"ש, און דאס איז מוחלט כפי מה שמבואר החק יעקב בדעת הרמב"ם.

און שוין געשריבן אז דער חת"ס איז בכלל נישט געבינדן צו אננעמען אז די ד' מיל זאל זיין מיט דעם חשבון, און נישט נאר ער איז נישט געבינדן, נאר ער פסק'נט הלכה למעשה אין אנדערע פלעצער לויטן חשבון פון 18 מינוט א מיל.

בלעטל
שר האלף
תגובות: 1488
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

תגובהדורך בלעטל » פרייטאג אוגוסט 04, 2017 3:52 pm

רב למעלה
צייכן ביטע צו, די מראה מקום פון דעם חתם סופר וואס איר רעדט, שכוח

בין השמשות
שר מאה
תגובות: 160
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 07, 2017 9:45 am

תגובהדורך בין השמשות » פרייטאג אוגוסט 04, 2017 5:42 pm

למעלה משבעים האט געשריבן:בראשית ברא, כ'קלער עס אפשר שפעטער דא אריינשטעלן אינעם אנדערן אשכול [באמת די גאנצע שמועס דא קומט דארט...], כ'האב עס געשריבן אין אישי פאר מאירים און דערנאך געפארווערד פאר דער וואס האט געפרעגט דערוועגן, צו שטעלן ברבים, דארף איך פשוט נעמען די צייט איבערצוגיין די שריפט זיכער מאכן אז ס'איז טאקע ליינבאר [OCD....].

בין השמשות, ווילאנג האסט נישט קיין הוכחה אין די ווערטער פון חת"ס קענסטו האלטן וואס דו ווילסט און איך בין נישט מחויב דאס אנצונעמען פאר פשוט פשט. און פון מנהג רוב עם איז בכלל נישט קיין ראיה צו וואס דער חת"ס האט געהאלטן "להלכה" ווייל צו טוישן מנהגים טוישט זיך נישט אזוי שנעל, קענסט עס קלאר זען טאקע ביי די אונגארישע וואס שרייבן דאס.

בנוגע דיין פראגע פשט אינעם שואל וכו', די זאכן איז שוין אויסגעשמועסט געווארן אינעם אנדערן אשכול http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 5#p1492715.

לגבי שיעור המיל איר זאלט מוחל זיין און איבערלערנען נאכאמאל דעם חת"ס, ער רעדט דארט בשיטת "הרמב"ם" בזמן ביה"ש ובזמן עלות השחר, וואס עפ"י חק יעקב האט ער אנגענומען אז די רמב"ם לערנט קלאר די חשבון המיל פאר 22.5, און ווען וועסט לערנען דעם חק יעקב וועסטו זען אז די ראיות ברורות איז פשט ווי אזוי די רמב"ם האט אפגעלערנט די סוגיא דארט בדעת עולא ורבה בר בר חנה, און אויף דעם זאגט ער דעם ושיעור מיל במוחלט 22 ווייל ער רעדט דאך דא פון די חשבון אין ביה"ש, און דאס איז מוחלט כפי מה שמבואר החק יעקב בדעת הרמב"ם.

און שוין געשריבן אז דער חת"ס איז בכלל נישט געבינדן צו אננעמען אז די ד' מיל זאל זיין מיט דעם חשבון, און נישט נאר ער איז נישט געבינדן, נאר ער פסק'נט הלכה למעשה אין אנדערע פלעצער לויטן חשבון פון 18 מינוט א מיל.

איך דארף נישט איבערלערנען דעם חת"ס נאכאמאל, איך האב געזעהן אז ער רעדט בשיטת הרמב"ם. די פראגע איז נאר פארוואס דא לערנט ער אנדערש, אז די ד' מילין איז נישט לפי דעם חשבון?
און פארוואס איז גוט די ראיות ברורות פונעם ח"י נאר אויף די ג' רבעי מיל און נישט אויף די ג' מילין ורביע?
(נו אז די ראיות פון ח"י איז פון די סוגיא פון פסחים מיינט דאך אז מ'דארף רעכנען די ד' מילין לפי חשבון, און פלוצלינג נוצט ער זיינע ראיות בלוי פאר די ג' רבעי מיל???).
און וואס טוהט מען מיט ג' מילין ורביע? האט דער חת"ס נישט געהאלטן אז ג' מילין ורביע נאכן שקיעה איז יום? (55 מינוט שטימט נישט לויט קיין איין חשבון).

בקיצור דו ווילסט אויפטוהן א חידוש אין חת"ס און דו מאכסט עס נאך כאילו ס'איז אזא "פשוט פשט" וואס יעדער איינער וואלט אליינס פארשטאנען... משא"כ די אלע וואס נעמען דאס נישט אן נאר לערנען אנדערש (כדעת המנח"כ), זיי קען מען דאך ממש נישט פארשטיין...... זיי זענען גאר דיא וואס דארפן ברענגעו א הוכחה....

אוועטאר
יום אחד
שר מאה
תגובות: 183
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 09, 2014 11:17 am

תגובהדורך יום אחד » מיטוואך אוגוסט 23, 2017 5:59 pm

א גוי'אישע ריכטער פסקנט כשיטת רבינו תם...

http://law.justia.com/cases/new-york/ot ... 27263.html


Signature Bank NA v Koschitzki
Annotate this Case
[*1] Signature Bank NA v Koschitzki 2017 NY Slip Op 27263 Decided on July 27, 2017 Supreme Court, Kings County Baynes, J. Published by New York State Law Reporting Bureau pursuant to Judiciary Law § 431. This opinion is uncorrected and subject to revision before publication in the printed Official Reports.

Decided on July 27, 2017
Supreme Court, Kings County

Signature Bank NA, Plaintiff,

against

Solomon Koschitzki and Maty Koschitzki, Defendants.



520610/16



For Plaintiff:

Platzer, Swergold, Levine, Goldberg & Kaslow, LLP

475 Park Avenue S., 18th Fl.

New York, NY 10016

(212) 593-3000

For Defendants:

Jerome E. Goldman, Esq.

1216 48th Street

Brooklyn, NY 11219

(917) 699-1028
Johnny L. Baynes, J.

Defendants, Solomon Koschitzki and Maty Koschitzki (hereinafter "Defendants") move by Order to Show Cause dated April 29, 2017, for an Order pursuant to CPLR § 5015 vacating the default judgment herein entered on the 8th day of February, 2017, and dismissing all claims herein.

Defendants assert that the purported service of the Summons and Complaint herein is invalid as they were served on November 26, 2016, which was a Saturday. It is undisputed that [*2]Defendants are orthodox Jews who observe the Sabbath. It is undisputed that plaintiff knew that defendants are observant Jews. Therefore, General Business Law § 13 requires that defendants not be served during the Jewish Sabbath. The Affidavit of Service submitted by Plaintiff, Signature Bank NA (hereinafter "Plaintiff") states that the Summons and Complaint were served at 5:30 p.m. on Saturday, November 30, 2017.

It is the sworn statement of Defendant Solomon Koschitzki, that the summons and complaint were served at that time upon a "Jane Koschitzki" relative. Defendants dispute the existence of any such relative who would have been authorized to accept service on their behalf. Defendants further dispute the propriety of the time at which they were served, stating that while Jews who adhere to the group Chabad believe that the Sabbath ended at 5:15 pm on the date in question, it is the belief of the defendants and others of their fellow adherents that Sabbath ends 72 minutes after sunset, or 90 minutes after candle lighting time. Defendants' sworn statement is that Sabbath ended for them at 5:43 pm on November 26, 2016. In support of this position, defendants submit information to show that among chasidic communities such as defendants', it is actually common practice to wait for 72 minutes past sundown to resume post-Sabbath activities. See link:


http://www.hebcal.com/hebcal/?year=2016 & month=x & YT=G & v=1 & nh=on & nx=on & mf=on & ss=on & o=on & s=on & i=on & lg=s & vis=on & D=on & d=on & c=on & geo=city & city=New+York & m=72 & .cgifields=nx & .cgifields=nh & .cgifields=mf & .cgifields=ss & .s=Preview+CalendarNo.cal-2016-11

The Court understands that there is disagreement as to the time at which Sabbath ends among different groups of observant Jews. This Court does not believe it would be appropriate for it to determine the manner in which religious custom should be observed by any individual group or require that one particular group's traditions be adhered to uniformly. The time asserted by defendants is not unreasonable given the conflicting opinions contained in different religious sources. Thus, the Court finds that plaintiff was in violation of General Business Law § 13 when it served defendants during their Sabbath observance.

On a final note, the Court observes that plaintiff asserts defendants' purported lack of meritorious defense as a reason to refuse to dismiss the action. However, when a defendant asserts that it he or she was never served or improperly served, it is inappropriate to consider the merits of the action and excusable default. The Court of Appeals has held that "it is axiomatic that the failure to serve process in an action leaves the court without personal jurisdiction over the defendant, and all subsequent proceedings are thereby rendered null and void". Feinstein v Bergner, 48 NY2d 234, 241 [1979]. Nor need the Court reach the issue of whether "Jane Koschitzki" was a person authorized to receive service since in this instance service violated General Business Law § 13 as applied to the facts herein.

WHEREFORE, it is hereby

ORDERED AND ADJUDGED that defendants' motion for an Order pursuant to CPLR § 5015 vacating the default judgment herein entered on the 8th day of February, 2017, and dismissing the Summons and Complaint herein is granted in all respects.

The foregoing constitutes the decision and order of the Court.


JOHNNY L. BAYNES, JSC
אי אפשר שתקרא עבודת עבד, אלא כשגוף הדבר זר בעיניו. :שם משמואל

מאירים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 403
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 2:43 pm

תגובהדורך מאירים » מיטוואך אוגוסט 23, 2017 11:36 pm

למעלה משבעים האט געשריבן:
בין השמשות האט געשריבן:
למעלה משבעים האט געשריבן:יא יא, יעצט טו אזוי, רעכן וויפיל אפגעריקט [מען זאגט] אז זייער זייגער איז געווען פון אונזער זייגער, דהיינו לפי חשבונך איז דאס 5 מינוט, און אויב רעכנסטו אויף מאטערסדארף 6.5 מעלות איז די צאת בערך 8:45 אויף זייער זייגער, ממילא שטימט עס נישט מיט די תשובה וואס ער שרייבט די זמן איז געווען 8:55.

וועגן זון זייגער האב איך שוין געשריבן, און 17 מינוט איז בצירוף מיט דעם וואס די זייגער'ס זענען בכלל נישט געגאנגען גוט.

דער חת"ס זאגט עס יא, איר האט עס כנראה פארזען וז"ל: אמנם אם יש ספק בכלי השעות מי יכול להכניס ראשו בזה וגם כי אולי אין הילוך כלי השעות שבכאן ושמה שווים וא"א לסמוך על דברי בזה.

ביסט טאקע גערעכט ער זאגט "אם יש ספק בכלי השעות", אבער דאס איז זיכער ווי למדן וצדיק האט שוין געשריבן, די שטאטישע גרויסע זייגערס פלעגט מען אנשטעלן פונקטליך, נאר די קליינע זייגערס וואס מ'האט פארמאגט פאר זיך האט געקענט פארפאהרן אויב מ'האט נישט אנגעשטעלט נאכאנאד.
(וכן שמעתי מזקיני אז אין די גרויסע שטעט פלעגט מען אנשטעלן די זייגערס לויט די גרויסע זייגערס וואס זענען געווען אויפן באהן סטאנציע אדער אויפן קירכע וכדו', משא"כ אין די קליינע שטעט האט מען נישט געקענט וויסן פונקטליך די צייט, ווייל אפי' ווער ס'האט שוין געהאט א זייגער פלעגט דאס פארפאהרן מיט די צייט).

און אגב, עס איז שטארק מסתבר אז דער חת"ס האט גענומען דעם זמן (8:55) פון די חשבון הזמנים שקיבל מרבו הגדול, דארט שטייט די זמן הלילה "מד' שבועות קודם תקופת תמוז פאן ניין אוהר אויף פינף מינוטען פאר ניין", און אינעם תשובה שרייבט ער צה"כ "ה' מינוטין קודם גמר קשקש ניין אוהר". און דארט ביי די חשבון הזמנים שרייבט דער חת"ס (אין פרוסטיץ) "וכפי הנראה שגם במדינות אלו נמצא כזה בקירוב", ממילא קען זיין אז ער האט דאס גענוצט אויך אין מאטערסדארף, ווייל "בערך" שטימט דאס מיטן מציאות.
ולגבי וואס דו פרעגסט אז ס'איז אפגערוקט מיט איין מעלה, האב איך שוין געענטפערט אז די מעלות זענען נישט קיין מילתא דפסיקא, און ס'קען זיך טאקע טוישן לויט די וועטער וכדו'. וממילא דיינע קושיות אויף די פרעשבוגע לוח זענען גארנישט שווער.
איז ווען דער חת"ס זאגט די זמן 8:55 האט ער מסתמא געמיינט די אמת'ע פונקטליכע זייגער (און איך גלייב אז ער האט פרובירט צו נוצן א פוקטליכע זייגער, ווייל ווען נישט וואלט ער זיך נישט פארלאזט אויף דעם). נאר בכ"ז האט ער חושש געווען אז אפשר איז דער זייגער פונעם שואל געווען פאררוקט וממילא מי יכול להכניס ראשו בזה וכו'.

נאך א זאך דו שרייבסט א לשון "זיך פארלאזן", איך פארלאז זיך נישט אויף דעם חשבון (אז זיין צה"כ איז ווייניגער ווי 72), עס איז נאר גוט אויף אזויפיל צו ברענגען א ראי' אז דער חת"ס האט געהאלטן צה"כ ווען מ'זעהט דריי שטערנס אהן רעכנען ד' מילין פונעם שקיעה וכמנהג כל ישראל בזמנו.
וממילא קען אפלערנען דעם חת"ס מיט א פשטות אהן קיינע פלפולים (ווי השמים בהירים וכו'.....), אדער מאכן דוחק אז ער האט גערעכנט די ד' מילין 72 און נאר די ג' רבעי מיל האט ער גערעכנט 17 מינוט לפי חשבון הח"י. (צו וואס פעהלט דיר אויס אזא דוחק וואס איז בכלל נישט מסתבר?).

א שאד אוועקצוגיין פונעם ארגינעלן אשכול ווי מען האט געשמועסט דערוועגן.

וכו' וכו'

ובנוגע פלפולים איר זאלט מיר זייער זייער מוחל זיין, אבער אין השמים בהירים איז קיין שום פלפול נישט פארהאן, אויב עפעס די וואס ווילן פון די ווערטער ברענגן א ראי' צו קוקן אויף כוכבים מאכן פלפולים, ווייל ס'איז קלאר אז ער מיינט ארויסצוברענגן אז ס'איז נישטא קיין שטערנס, וואס וועט זיין ווען ס'איז יא שטערנס רעדט ער נישט אין דעם שורה. און די וואס ווילן לערנען אנדערש פראבירן דא אריינקוועטשן אז ער זאל יא זען שטערנס אתמהה. נאך מער, אויב ווילסטו דייקא יא לערנען ער מיינט מען זעט שטערנס אין א קלארע הימל, זעסטו דא פונקט פארקערט פון דיינע ווערטער אז מען רעכנט זיך מיטן וועטער, נאר אדרבה, די וועטער איז נישט משנה, ווייל די זמן דארף מען קובע זיין ווען מען זעט די שטערנס אויף א קלארע הימל.

ובנוגע די 72 נגד די 17, כ'האב שוין געשריבן פאר מאירים אינעם אנדערן אשכול, אז דער חת"ס זאגט קלאר אז חז"ל האבן געהאט ביידע חשבונות, סיי די 18 און סיי די 22.5. ס'איז בכלל קיין קושיא נישט און נישט קיין דוחק, נאר אדרבה ואדרבה דברי חת"ס בדבר זה הם מתוקים מדבש.


הרב למעלה!
שטעל ביטע אהער דעם תשובת הב''ח, סימן קנ''ד פון אוצר החכמה.

הפך בה והפך בה!

וועסט וויסן קלאר וואס דער הייליגער חת''ס מיינט מיט די ווערטער ''בשמים בהירים''

החת''ס מציין להב''ח כאן.

אוועטאר
נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4051
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 12:39 am

יום אחד האט געשריבן:א גוי'אישע ריכטער פסקנט כשיטת רבינו תם...

http://www.hebcal.com/hebcal/?year=2016 & month=x & YT=G & v=1 & nh=on & nx=on & mf=on & ss=on & o=on & s=on & i=on & lg=s & vis=on & D=on & d=on & c=on & geo=city & city=New+York & m=72 & .cgifields=nx & .cgifields=nh & .cgifields=mf & .cgifields=ss & .s=Preview+CalendarNo.cal-2016-11


JOHNNY L. BAYNES, JSC


WOW!!!

בד"וו די וועבסייט איז עפעס א היימישע סייט.
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אוועטאר
עין טובה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1
פארבינד זיך:

תגובהדורך עין טובה » פרייטאג אוגוסט 25, 2017 1:46 pm

איך זעה נישט וואו ער פסקנט ווי די ר"ת. ביטע קאפי נישט קיין מעסעדזשעס וואס פארן ארום אן עס דורכליינען פארדעם... אויב עפעס זעה איך איך דע פסק פונקט קאפויער... אז אפילו שבת ענדיגט זיך פריער, איז נאכאלץ דא אידן וואס האלטן 72 אדער 90.... אזוי שטייט אין די פסק. אין ס'שטייט דארט קלאר אז די געריכט פארשטייט אז זיי האבן זיך נישט וואס אריינצומישן איבער ווען שבת ענדיגט זיך.
אייוועלט בתפארתה!

לדעתי, די וואס שטייען אונטער די קוליסן פון אייוועלט זענען נישט קיין שלוחי ציבור, און מ'דארף זיך צושטעלן צו זייערע קאפריזן צו ס'געפעלט דיך יא אדער נישט

פארברענגען איט איז!

מאירים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 403
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 2:43 pm

תגובהדורך מאירים » פרייטאג אוגוסט 25, 2017 1:57 pm

.. מ'קען אבער למעשה אזוי אריינלערנען פשט אין זיינע ווערטער...

פארשטייסט נישט?

אזוי ווי ''בשמים בהירים''....

אוועטאר
יום אחד
שר מאה
תגובות: 183
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 09, 2014 11:17 am

תגובהדורך יום אחד » פרייטאג סעפטעמבער 15, 2017 12:29 pm

עין טובה האט געשריבן:איך זעה נישט וואו ער פסקנט ווי די ר"ת. ביטע קאפי נישט קיין מעסעדזשעס וואס פארן ארום אן עס דורכליינען פארדעם... אויב עפעס זעה איך איך דע פסק פונקט קאפויער... אז אפילו שבת ענדיגט זיך פריער, איז נאכאלץ דא אידן וואס האלטן 72 אדער 90.... אזוי שטייט אין די פסק. אין ס'שטייט דארט קלאר אז די געריכט פארשטייט אז זיי האבן זיך נישט וואס אריינצומישן איבער ווען שבת ענדיגט זיך.


באמערק מיינע 3 פינטעלעך (...)
אי אפשר שתקרא עבודת עבד, אלא כשגוף הדבר זר בעיניו. :שם משמואל

מאירים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 403
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 2:43 pm

תגובהדורך מאירים » פרייטאג סעפטעמבער 15, 2017 5:25 pm

תירוץ אנגענומען...


צוריק צו “זכור ימות עולם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 8 געסט