וואו איז הר סיני?

היסטאריע פון שטעט און ערטער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

וואו איז הר סיני?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

איבערן געאגראפישן ארט פונעם בארג סיני, אויך גערופן הר חורב, הר אלוקים, הר בשן, הר גבנונים איז דא עטליכע דעות צווישן די דעבאטירערס.

סיני פענינסולע
די טראדיציאנאלע שיטה, און דאס איז וואס מיר אלע ווייסן היינט, געפונט זיך הר סיני אינעם ראיאן וואס ווערט גערופן
סיני פענינסולע וואס באלאנגט היינט פאר עגיפטן. דאס איז אין די ריזיגע מדבר הגדול והנורא וואס איז אויסגעמאלן אין אלע מפות פון אלע חומשים.

אין יוסיפין זאגט ער אז הר סיני געפינט זיך אינעם שטאט וואס הייסט 'מַפקַתּ', דאס איז לויט די אנגעגעבענע סימנים דאס זעלבע ארט וואס ווערט היינט גערופן סיני פענינסולע.


וועלכער בארג איז ווידער דא א מבוכה צווישן די ביבליסטן.
יוסיפין לייגט צו אז דאס איז דער העכסטער בארג אינעם ראיאן. דערפאר איז דא וואס נעמען אן אז דאס איז "מאונט קעטערין". אנדערע האלטן אז דאס איז דער דערנעבענדיגער בארג "זשאבאל מוסא" (=משה'ס בארג) און נישט די "מאונט קעטערין". דא איז א בילד פון זשאבאל מוסא וואס איז אנגענומען היינט איבעראל אין די גוישע וועלט אלס "מאונט סיינעי".
בילד

די קשיות איבער דעם ארט זענען;
אין פסוק שטייט קלאר אז דער בארג האט געהאט א וואסער שטראם, "ויטחון עד אשר דק ויזר על פני המים", זאגן חז"ל בשיפולי טורא. און דארט אין די גאנצע פענינסולע אזור איז נישטא קיין טראפ וואסער צום געפונען, עס איז א פוסטער מדבר מיט שטיינערנע און זאמדיגע בערג און אינגאנצן אומבאוואוינט.


סאודי אראביע
אין 1978 האט ראן ווייעט, א ביבליסטישער שטודירער פילמירט א נסיעה וויאזוי ער האט זיך אריבערגעכאפט צו צפון מערב סאודי אראביע, הארט מזרח פונעם רעכטן ים סוף צעטיילונג וואס ווערט גערופן "גאלף אף אקאבא". (ווי באקאנט איז דער ים סוף פארמירט ווי א Y שאפנדיג א צעטיילונג ביי איר צפון עק איינס ציהט רעכטס און איינס לינקס).

ער צייגט דארט אן אויף היסטארישע שטוינענדע זוילן, לויטן שאץ געבויט געווארן 3500 יאר צוריק, אין די זוילן איז געווען איינגעקריצט עברי'שע בוכשטאבן באצייכענענדיג ווערטער ווי פרעה, מצרים, עבדים וכו'. וואס קען שטארק אנדייטן אז די אידן האבן דאס געבויט אלס אנדענק פון זייער באפרייאונג. די זוילן האבן זיך געפונען אויף ביידע זייטן פונעם ים סוף, איינס אין נואייבא (סיני פענינסולע פראווינץ) און איינס אנטקעגן איבער דעם ים סוף אין סאודי אראביע.
ווען דאס איז אנטדעקט געווארן האבן די סאודיער צעווארפן די זויל אויף זייער טעריטאריע נישט וועלנדיג לאזן א אידישער איינדריק אין זייער לאנד. די אנדערע זויל שטייט נאך היינט און מען קען עס זעהן.

דערמיט ציהט ער א מסקנא אז די הר סיני געפינט זיך אין סאודי אראביע אין די זאנע פון די אמאליגע "מדין". ער שטעלט אראפ א מהלך בערך אזוי:
די אידן זענען ארויס פון גושן וואס איז צפונית מזרחית פון מצרים, גייענדיג צו מזרח ביזן רעכטן פליגל פונעם ים סוף. דארט האט זיך עס געשפאלטן און די אידן זענען אריבער ביז סאודי אראביע-מדין וואו זיי זענען אנגעקומען צום הר סיני גערופן "זשאבאל על לאז". אינמיטן דעם בארג איז פארהאן אן עפענונג צו א הייל וואס קען זיין מערת אליהו ווען ער איז אנטלאפן פון אחאב צו הר חורב.
דער גאנצער שפיץ פונעם בארג איז שטארק אפגעברענט ווי דער פסוק זאגט "ואת ההר סיני עשן כולו מפני אשר ירד עליו ה' באש".

די הכרח אז הר סיני געפינט זיך אין מדין איז דאך א בפירוש'ער פסוק ווען משה איז אנטלאפן קיין מדין האט ער דאך געפאשעט יתרו'ס שאף, ביז ער האט געטראפן דעם סנה האט אים דער אייבערשטער געזאגט "בהוציאך את העם ממצרים תעבדון את האלקים על ההר הזה".
אזוי אויך ציטירט ער פון יוסיפין אז הר סיני איז דער העכסטער בארג אין לאנד מדין.

זיינע ראיות זענען באזירט אויף אנדערע טרעפונגען אינעם ארט ווי למשל ריזיגע שטיינער איינגעקריצט דערין צורת עגל וואס קען אנדייטן אז די ערב רב האט איינגעקריצט א אנדענק פון זייער אפגאט. אויך זעט מען דארט א גרויסער שטיין וואס איז וואונדערליך געעפענט אין צווייען (פתח צור ויזובו מים) און צופוסנס דערקענט מען אזוינע וואסער אפלויפן וואס קען שטארק זיין די סלע וואס האט געגעבן וואסער.
דערנעבן טרעפט מען א קליינער טאל מיט א גרופע פון טייטלביימער און גענוי 12 קוועלער ווי דער פסוק זאגט "ויבאו אלימה ושם שתים עשרה עינות מים ושבעים תמרים", טראץ דעם וואס אינעם גאנצן ארום וואקסן נישט קיין שום געוויקסן.
ער דאקומענטירט נאך א צאל ראיות ווי למשל אז נעבן דער פלאץ וואו בארג סיני געפינט זיך הייסט "אל-באאד", אין די אמאליגע מאפעס האט עס געהייסן "מאן על זשעטרוי" (שטאלן פון יתרו) וואס איז א שטארקער באווייז. אין פאקט איז היינט דא דארטן געבויט אזוינע גרויסע פעסטונגען מיט היילן אין א בארג מיט פארצייטישע שטאלן איינריכטונגען. די דרויסנדיגע פעסטונגען זענען דאקומענטירט בערך צוויי טויזנט יאר צוריק אבער די היילן אדער שטאלן זענען פול עלטער.
בילד

די קשיות איבער דעם זענען;
ער טוישט די גאנצע מהלך פון די טראדיציאנאלע מ'ב מסעות.
גערעכט אז הר סיני איז ערגעץ נעבן מדין לפי פשוטו של מקרא, אבער וואו געפינט זיך טאקע מדין?
לויט אים האט זיך די ים סוף צעשפאלטן בלי ספק אין א גלייכע ליניע, אנדערש פון שיטת התוספות אז ס'יז געווען א האלבער רינג.
ער פארפעלט צו ברענגען מקורות צו עטליכע פון זיינע ראיות.

המשך יבא אי"ה
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
זיס
שר האלף
תגובות: 1400
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיס »

עיין "דער בליק" עטליכע חדשים צוריק- דארט האט ער צונומען דעם ענין.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35237
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

ר' שוועמל, איך זע אז איר האט אייך שוין פושט געווען אייער פראגע,, יישר כחכם פאר די שיינע אפהאנדלונג און די ידיעות וואס מיר האבן צובאקומען.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

פארשלאפן, איך בין נאך אלץ נישט אזוי קלאר וואו מדין איז. כאטש אלע אנדייטונגען צייגן טאקע צום צפון מערב ברעג פון סאודי אראביע.


איך וועל בל"נ שפעטער באשרייבן נאך א מוראדיג שטארקע ראיה צו ראן ווייעט'ס שיטה אז הר סיני געפינט זיך אין סאודי אראביע.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
חוקר ודורש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוקר ודורש »

עס איז דא נאך א ראי' צו דעם ווייל ארום הר סיני דארף זיין א שטרעקע פון י"ב מיל כדי גאנץ כלל ישראל זאל דארט קענען שטיין און דארט ווי עם איז מקובל איז אפ' איין מיל פלאך אויך נישט דא.
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

געזעהן לעצטע וואך ר' דן שווארץ'ס ספר 'אלה מסעי' נעמט אויך אן אז מדין איז אין סאודי אראביע, אבער גייט מיטן מהלך אז הר סיני איז צי רעכטס פון ים סוף, ער איז מבאר די מ"ב מסעות לויט דעם מהלך
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

איז דא דער ספר אונליין?
איך וועל מיך דאס מוזן איינהאנדלען
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אינגערמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 25, 2009 9:01 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינגערמאן »

אגב דאכט זיך מיר אז אין ביהמד"ר ויואל משה אין ק"י איז דא העכערען ארון קודש (אין די ארון קודש אין פאליש) שטיינער פון הר סיני. עכ"פ אזוי שטייט דארט...
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

די שטיינער פון הר סיני, זענען באזירט אויף די ווערטער פון ערבי נחל, (כ'געדענק נישט וואו) אז עס איז מצוייר דערויף א תמונה פון דעם סנה, און דער גרעסטער חידוש דערפון איז אז ווי מער מען ציהאקט עס וועט מען אלס זעהן במקום השבירה א בילד פון סנה!!
בקיצור, מען קען עס קויפן דא

איך ווייס נישט פון וועלכען פון די אויבנדערמאנטע פלעצער עס קומט

דער ספר 'אלה מסעי' דאכציך איז נישטא אנליין, אבער אין מיין ביהמ"ד אין ווילי. איז דא צוויי דערפון, איך גלייב אז אין געשעפט איז עס אויך בנמצא
אוועטאר
קאמענטאטאר
שר חמש מאות
תגובות: 981
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2008 10:07 am
לאקאציע: אין ביבילאטעק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאמענטאטאר »

כ'ווייס נישט איבער די שטיינער אין ארון הקודש דארט, נאר ווען איך בין געווען א קינד האט מען געקענט קריגן אין ספרים געשעפט שטיינער פון הר סיני אין די גרויס פון בערך כשיעור ביצה, אויב דענק איך גוט פאר בערך דריי דאלאר.
קאמענטארן זענען איבריג
ליפשיץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 291
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 11, 2009 2:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליפשיץ »

און וואו איז דער מדבר הגדול והנורא, לויט דעם ראן ווייט? פשטות איז דאך משמע פון די פסוקים אז דער מדבר לויפט לענגאויס דרום, און די אידן זענען געגאנגען פון מעריב (מצרים) קיין מזרח (מדין?) צו, און פון דרומית מזרחית האבן זיי זיך ארויפגעריקט מער צו מזרח לצד צפון, און פון דארט אריבער דעם ירדן.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

לכאורה אין סאודי אראביע וואס באשטייט פון ריזיגע פוסטע מדבריות, פול פול גרעסער פון סיני פענינסולע.
אגב, זיין מהלך שטימט בעסער מיט דעם פרט אז די אידן זענען אריין קיין ארץ ישראל פון עבר הירדן, ווייל סאודי אראביע איז פאקטיש מעבר לירדן.

נאך א ראי' האט ער ווייל דער אייבערשטער האט געזאגט פאר משה בעפאר קריעת י"ס וישובו לפני פי החירות בין מגדול ובין הים.
ער ווייזט אויף פון ארכיוון אז פי החירות איז געווען א עבודה זרה וואס איז באשטאנען פון צוויי הויכע פעלזן בערג, אינדערצווישן איז געווען א שמאלע דורכגאנג דערפאר האט עס געהייסן 'פי החירות'. דאס געפונט זיך לויט אים אין נואייבא הארט נעבן דעם דערמאנטן היסטארישן זויל וואס איז נעבן דעם וואסער, גאלץ אף אקאבא.

נאך ווייזט ער אן אז 'מגדול' איז א פעסטונג וואס מצרים האט אויפגעהאלטן אין נואייבא פאר מיליטערישע געברויך אין פאל עס ברעכט אויס א מלחמה. די פעסטונג איז הויך דריי שטאק (דעמאלט איז דאס געווען א הויכע געביידע) און דאס געפונט זיך ממש אויפן בארטן פון וואסער.

אי"ה וועל איך באשרייבן איבער די געפונענע חפצים אין ים סוף וואס צייגט ווידער אז דארט זענען די אידן אריבער.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
ליפשיץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 291
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 11, 2009 2:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליפשיץ »

דאס אז דער מדבר איז אין סאוד אראביע לייגט זיך אויפן שכל און ס'שטימט מיט די פשטות הפסוקים, אבער דאס אז די אידן זענען געגאנגען קודם ביז קיין מזרחית צפונית, נעבן מדין, וואו עס דארף צו זיין דער הר סיני לפי דבריו, און דערנאך צוריק דעם מדבר, שטימט עפעס נישט געהעריג.

דאס איז איינמאל זיכער אז מדין איז ערגעץ בגבול מזרחית דרומית, ערגעץ ארויפציר פון הר שעיר וארץ אדום, ס'טייטש דער קצה השני פונעם מדבר, ווי מ'זעט פון די פסוקים אין פר' חוקת בלק און פנחס, אבער דער הר סיני זאל אויך זיין דארט?

עבר הירדן איז לכאורה סיחון ועוג, וואו עס איז היינצוטאגס מלכות ירדן.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

ליפשיץ האט געשריבן:דאס אז דער מדבר איז אין סאוד אראביע לייגט זיך אויפן שכל און ס'שטימט מיט די פשטות הפסוקים, אבער דאס אז די אידן זענען געגאנגען קודם ביז קיין מזרחית צפונית, נעבן מדין, וואו עס דארף צו זיין דער הר סיני לפי דבריו, און דערנאך צוריק דעם מדבר, שטימט עפעס נישט געהעריג.

פון וועלכען מדבר רעדסטו? פארגעס נישט מיר גייען יעצט מיט די מהלך אז זיי זענען געבליבן אגאנצן צייט אין סאודי אראביע, דארט איז דער מדבר און נישט אין די אנגענומענע סיני פענינסולע.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
קאמענטאטאר
שר חמש מאות
תגובות: 981
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2008 10:07 am
לאקאציע: אין ביבילאטעק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאמענטאטאר »

דרך אגב זעה איך דא אויף וויקיפעדיע אז דער ראן ווייעט איז אויך דער אנטדעקער פון נח'ס תיבה, מהפכת סדום ועמורה, שיריים פון בית ראשון וכ"ו ביז - להבדיל א"א הבדלות בין קדושה לטומאה - בלוט פון אותו האיש וועלכע האט געטריפט בשעת'ן אים קרייצן...
לעצט פארראכטן דורך קאמענטאטאר אום דינסטאג יאנואר 12, 2010 12:59 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
קאמענטארן זענען איבריג
ליפשיץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 291
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 11, 2009 2:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליפשיץ »

מיר רעדן פונעם זעלבן מדבר, און טאקע דערפאר פארשטיי איך דאס נישט. דאס זעט מען פון די פסוקים אז לסוף הארבעים שנה וואס די אידן האבן זיך געדרייט אין מדבר זענען זיי אנגעקומען לגבול מדין, וועלכע איז בקצה השני פון מצרים. דער לעצטער איז בגבול דרומית מערבית, בעת ווען מדין איז בגבול דרומית מזרחית. טא, לפי דבריו פון דעם חוקר, מוז מען דאך זאגן אז באלד נאך יציאת מצרים האבן די אידן אין 49 טעג דורכגעשפרייזט דעם גאנצן מדבר ממעריב למזרח, און די 40 יאר האבן זיי זיך געדרייט אין בלויז דעם קליינעם שטח שבגבול ארץ מדין. דאס קוקט עפעס נישט אויס פון די פסוקים.

ועוד, ארץ אדום והר שעיר איז אביסל פאר מדין, און לויט ווי עס איז משמע אין די פסוקים בפר' חקת האבן זיי זיך געבעטן צו אדומ'ן באלד ווען זיי האבן געגרייכט צו זיין גרעניץ, און אז ולא נתן אדום לעבור בגבולו האבן זיי זיך געריקט פאראויס צו סיחון אויסקרויזנדיג מדין.
חוקר ודורש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוקר ודורש »

אגב דאס וואס מען זאגט וועגען די סנה אויפן שטיינער איז כדי צו באמערקן אז פולע בערג ארום דו געגנט האבן די סמינים
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8715
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

אינגערמאן האט געשריבן:אגב דאכט זיך מיר אז אין ביהמד"ר ויואל משה אין ק"י איז דא העכערען ארון קודש (אין די ארון קודש אין פאליש) שטיינער פון הר סיני. עכ"פ אזוי שטייט דארט...

אנטשולדיגט פארן פרעגן
אין ביהמ"ד ויואל משה אויף גארפיעלד אדער אויף קאזניץ?
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
זיס
שר האלף
תגובות: 1400
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיס »

חוקר ודורש האט געשריבן:עס איז דא נאך א ראי' צו דעם ווייל ארום הר סיני דארף זיין א שטרעקע פון י"ב מיל כדי גאנץ כלל ישראל זאל דארט קענען שטיין און דארט ווי עם איז מקובל איז אפ' איין מיל פלאך אויך נישט דא.


לאו דוקא... די חברה טענה'ען אז אויך דארט איז פאראן א גרויסע ליידיגע שטח פארן בארג, וואו אלע אידן האבן געזאלט שטיין צוגלייך.
אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1672
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 31, 2011 5:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגעתי ומצאתי »

זיס האט געשריבן:
חוקר ודורש האט געשריבן:עס איז דא נאך א ראי' צו דעם ווייל ארום הר סיני דארף זיין א שטרעקע פון י"ב מיל כדי גאנץ כלל ישראל זאל דארט קענען שטיין און דארט ווי עם איז מקובל איז אפ' איין מיל פלאך אויך נישט דא.


לאו דוקא... די חברה טענה'ען אז אויך דארט איז פאראן א גרויסע ליידיגע שטח פארן בארג, וואו אלע אידן האבן געזאלט שטיין צוגלייך.

ראשית כל, לויט אלע שיטות, די עננים האבן דאך אויסגעגלעט דעם וועג ווי אידן זענען געגאנגען, איז דא ביי איינע פון די בערג וואס מען זעהט א גלייכע וועג ביז אהין?

עס איז מעגליך אז ווען די אידן זענען אוועק פון א פלאץ איז די פלאץ געווארן צוריק בערגיג אזויווי פאר די אידן זענען דארט אנגעקומען, אויב אזוי איז נישט קיין ראי' אז עס איז נישט דא קיין ליידיג פלאץ, ווייל קען זיין אז בשעת מתן תורה איז דאס געווען גלאט דורך די עננים און שפעטער צוריק געווארן בערגיג.
זיס
שר האלף
תגובות: 1400
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיס »

אינעם אנגענומענעם ארט זעלבסט, איז פאראן עטליכע בערג וואס מען שאצט אז עס דארף זיין הר-סיני, גארנישט איז זיכער.
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

הר סיני

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

איז דא אויפן וואסער אינטערוויו נומער 3-1-957 וואו בארג סיני איז. א חלק איזפון ר׳ דן שווארץ בעל המחבר אלה מסעי און א חלק פונעם ליאזני רבי רב דויטש. רב שווארץ נעמט אן למעשה אז עס איז די בארג קאטארינע און רב דויטש שרייט נאו וועי און עס איז אינעם היינטיגן סאודי אראביע.. כידוע איז די נושא אינעם וויכוח אן אלטער וואלט געווען גוט להזדמנם אל פונדק אחד. אויב שוין דא בעט איך מחילה ברמ״ח איבריי ושס״ה גידיי
מנוחה ושמחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 255
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 05, 2013 9:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מנוחה ושמחה »

דער טעאריע, אז הר סיני געפונט זיך אינעם היינטיגן סאודיע אראביע, גייט אינאיינעם מיטן שיטה אז קריעת ים סוף איז געווען אויף דער אנדערע זייט ים סוף ווי אנגענומען (כידוע האט דער ים סוף צוויי פינגער ווי אV).
דער ליאזנער רבי, איז זייער ביזי מיט די מרכבות פרעה, וואס זענען געפונען געווארן אינעם ים סוף. די רעדער זענען געפונען געווארן, אין אט דער פינגער אינעם ים סוף, וואס שטימט מיט דער שיטה אז דער הר סיני איז אין סאודיע אראביע, דערפאר ווערט ער געשטופט צו זאגן אז דער הר סיני איז דארט.
ווער האט געטראפן די מרכבות פרעה אינעם ים סוף?
נישט ליאזנער רבי!
דאס קומט פון א ארכיאלוג וואס הייסט ראן ווייט, א גרויסער שקרן, און זייער נישט אן אנגענומענער מקור!
אוועטאר
שויתי'ניק
שר האלף
תגובות: 1834
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 20, 2011 10:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שויתי'ניק »

ארכיאלאגיע מיט שקר גייט געווענליך צוזאמען.
און זיי אלע זוכן צו שטיפן פאראויס זייער אגענדע.

מ'דארף קענען אפשיידן צווישן זייערע געפינסן (פאקטן) מיט זייער פרשנות.
שויתי השם לנגדי תמיד
ווילוויסן
שר האלף
תגובות: 1436
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 27, 2011 11:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווילוויסן »

זיי האבן אמאל געהאט א אונטערויוא מיט א איד וואס האט באזוכט דעם הר סיני אינעם סיני האלב-אינזעל.
שרייב תגובה

צוריק צו “עיר ועיר”