קראון-הייטס און איר היסטאריע

היסטאריע פון שטעט און ערטער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5600
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

ביקסאד, דו דערמאנסט מיר פון גוטע צייטן, אוי איז דאס געווען א גוטער אשכול..............
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
פליגל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5994
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליגל »

אויך געווען דארט א ביהמ"ד האליין אויף איסטערן פארקוועי, היינט ציטאגס איז עס אין ב.פ. דוכציך אויף 50 ביי פארט העמילטאן, אנגעפירט דורך הרה"צ מהאליין (טויב) שליט"א, איינער ווייסט עפעס מער דיטעילס דערפון?
אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טהור-עיניים »

ביקסאד האט געשריבן:

איטליכע תגובות איבער די התקשרות פון הרה"ק מ'סקולעין צו הרה"ק רמש"י מ'סאדיגורא.[/quote]

ר' ביקסאד, בבקשת מחילה מכבוד תורתך הרמה, איטליכע מיינט אלע, אפאר זאגט מען עטליכע
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3447
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

ארעסטאנט האט געשריבן:איך ווידערהאלט מיין בקשה ווער עס ווייסט גענוי וועלכע יארן דער סאטמארע'ער חדר האט פונקציאנירט אין קראון הייטס זאל ביטע לאזן וויסן. ולמצוה גדולה יחשב.

דער סאטמארער תלמוד תורה אין קראון הייטס האט זיך געעפענט אין יאר תשי"ב אויף 1699 פרעזידענט סטריט. און אין יאר תשט"ז האט סאטמאר אפגעקויפט א בנין אויף 1478 פרעזידענט סטריט, און אויך אויף 1078 פארק פלעיס קארנער קינגסטאן עוועניו.
בונמס זיידע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 473
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2011 7:11 pm
לאקאציע: THE "SANE" ASSYLUM

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בונמס זיידע »

bhm shel mi.jpg
bhm shel mi.jpg (16.63 KiB) געזען 4172 מאל
אויפריכטיג האט געשריבן:
ארעסטאנט האט געשריבן:איך ווידערהאלט מיין בקשה ווער עס ווייסט גענוי וועלכע יארן דער סאטמארע'ער חדר האט פונקציאנירט אין קראון הייטס זאל ביטע לאזן וויסן. ולמצוה גדולה יחשב.

דער סאטמארער תלמוד תורה אין קראון הייטס האט זיך געעפענט אין יאר תשי"ב אויף 1699 פרעזידענט סטריט. און אין יאר תשט"ז האט סאטמאר אפגעקויפט א בנין אויף 1478 פרעזידענט סטריט, און אויך אויף 1078 פארק פלעיס קארנער קינגסטאן עוועניו.

דער חדר איז נישט לאנג געווען אויף יענעם אדרעסס פון דארט איז עס אריבער איו א PUBLIC SCHOOL אויף
DEAN STREET און איןן בנין מיט די מיידלעך איך ג'דענק קלאר דעם וואנט אין הויף (מער פרטיום ווייס איך ניט כ'האב געלעגט אין באבוב)
דאס שטיבעל איז געווען א שיינע פאר יאר אויף פארק פון דארט קיין ?
םון דארט קיין kingston & montogomery
אויף דעם בילד דאס געשעפט מיט דעם A דערנעבען (וואס זעהט אויס איז ג'בליבען א בה"מ) אי ג'ווען סקווירא שטיבעל

satmar kingston.jpg
לעצט פארראכטן דורך בונמס זיידע אום זונטאג מארטש 25, 2012 11:58 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
בונמס זיידע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 473
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2011 7:11 pm
לאקאציע: THE "SANE" ASSYLUM

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בונמס זיידע »

BADATZ
ב''ה
כבוד הקאשע עסער [הרב מילר מסקרענטאן]
האדמו''ר מבאבאוו עבר בפועל ממ'ש בשנת תשכ''ה והסיבה הפשוטה כי החלק שהוא הי' גר בה נעשה
שחור ..אמת שהוא רצה לעבור לצד השני ולקנות את בנין בית הרפואה על קראון סטריט וטראי אך הדבר לא יצא אל הפועל . וזה שהוא עבר בנה את בארא פארק והי' טובה לו ולשכונה מה' מצעדי גבר . גם הי' בזמן
ההוא שרצה לעבור לקווינס ע''י לעפראק סיטי אך זה הי' פראדזעקט מידי גדול לובימים ההם .
גם סאטמאר חיפשו מקום לעבור בזמן ההוא כי הי' פחד בוויליאמסבורג בלילות . וכן באיסט-סייד קשה
להסביר היום לעולם איך המצב ברחובות העיר הי' אז


כפי מה ששמעתי אז בבחרותי ה"רממ"ש" שלח לו שיסייע לו "לקנות את בנין בית הרפואה על קראון סטריט וטראי" יהיא ענה לו
"ווי זענט איר געווען די אלע יארען ? יעצט דערמאנט איר זיך אז איך בין א שכן?"

שרצה לעבור לקווינס ע''י לעפראק סיטי אך זה הי' פראדזעקט מידי גדול לו בימים ההם
. זה הי מוקדם בכמה שנים הייתי אצל ההנחת אבן הפינה כילד קטן
עוד קודם שבנה את הבנין על PARK PLACE
בונמס זיידע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 473
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2011 7:11 pm
לאקאציע: THE "SANE" ASSYLUM

ליובאוויטש dean and bedford

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בונמס זיידע »

א"א ע"ה רצה לרשום אותי ראה מה שראה וברח

תשי"?
lubavitch dean and beford.jpg
lubavitch dean and beford.jpg (20.89 KiB) געזען 4155 מאל
אז איך ווער נעלם ווער ווער וועט זיך בענקען????
בונמס זיידע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 473
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2011 7:11 pm
לאקאציע: THE "SANE" ASSYLUM

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בונמס זיידע »

אבטע קלאס ללימודים הכרחיים באבוב תש"כ אויף די טרעפ פון נייעם בנין אויף PARK PLACE
8th grade grad.jpg


דער בנין היינט
PARK PLACE BLDG.jpg
לעצט פארראכטן דורך בונמס זיידע אום זונטאג מארטש 25, 2012 4:01 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
בונמס זיידע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 473
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2011 7:11 pm
לאקאציע: THE "SANE" ASSYLUM

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בונמס זיידע »

עמפייר שטיבעל
489 empire blvd between Brooklyn and new york ave
empire shtiebel .jpg
empire shtiebel .jpg (9.49 KiB) געזען 4132 מאל

די זייטיגע טיר פאר עזרת נשים גדעגק איך נישא
ווען מיר האבען זיך אריינגעצויגען אין געגענט האט עס שוין געהייסען אן אלט בה"מ
עס ליגט נאך אין זכרון ווי די אלטע אמעריקאנער אידעו זענען ג'זעסען ביי לעקיך ברוינפען הערינג
און OJ יעדע יומא דילולא
ריגליצער רב דעמאלט א זקן האבען זיי מחשיב גנווען
כ'דענק נאך א זקן הרב חייטאווסקי ע"ה א ליטוואק וואס איז געקימען
אלס אינגערמאן פון ליטע און האט בקיםען א פאסטען אלס רב און א סקווירא שיבעל און RHODE ISLAND
מיט א תנאי ער זאל אנטוען א גארטעל איבערגעלאזט ליכטיגע דורות א טאכטער איז גווען א לערערין
אין פאפא אין די תשי יארען אן אייניקיר ר ליפא נ"י (היינט א זיידע) א יושב אוהל און מאנסי
לעצטענס דורכגעםארעו און געזעהן א טאוועל "מקוה" זעהט אויס די מיסדים האבען ג'האט גרויסע זכותים

נאך א הערליך בה"מ מיט אן הערליכען עבר ריעים האהובים א המשך פון בראונסוויל
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

יישר כח ר' בונם
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
בונמס זיידע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 473
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2011 7:11 pm
לאקאציע: THE "SANE" ASSYLUM

סחחורה פאר די מומחים מיללער בן בוזי וכ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בונמס זיידע »

די בית יעקב איז געווען אויף קינגסטאן און א געדינגענעם בנין (דוכט זיך א טעמפעל)
בית יעקב דר מאיר איז א זכר נאך דעם מנהל ר מאיר LEVI
די טעכער פון באבאווער רב זצ"ל האבען דארט געלערנט

yeshiva of eastern parkway
ג'דענק איך נאר דעם נאנען
די ישיבה פון הגה"צ ר חיים עפשטיין שליט"א ישיבה זברון מלך איז א המשך און נקראת על שמו פון
דעם מנהל הרב אלימך זילבער

איך געדענק א טאוועל ישיבת רמיילעס

אויזער חובבי תורה איז געווען נאך אן ארטאדאקסישער שול אויף EASTERN PARKWAY
אז איך ווער נעלם ווער ווער וועט זיך בענקען????
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

אפשר רעכנסטו אויס די נעמען פון די פיקטשער פון די קלאס פון תש"כ,
ווער איז ווער
איז דאס פאר די יציאה גדולה פון באבוב?
למה זה תשאל לשמי...
אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4589
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 23, 2010 4:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף שרייבער »

א סקווירא שטיבל אין ראוד איילענד??
בונמס זיידע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 473
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2011 7:11 pm
לאקאציע: THE "SANE" ASSYLUM

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בונמס זיידע »

יוסף שרייבער האט געשריבן:א סקווירא שטיבל אין ראוד איילענד??


פארוואס א גרעסערע חידוש ווי סטאלין אין דעטרויט?
וויפיל בנש"קס אין CHELSEA MASS ?
ידוע וואס ר יעקב קאמענעצקי זצ"ל האט געזאגט וועגען זיין ערשטע שטעלע בארה"ב SEATTLE WASH
זיי זענען נישט ג'ווען צופרידען ווייל כ'האב ניט ג'האט א גארטיל און איך נישט פון זיי , זיי האבען ג'ארבייט ש"ק
אז איך ווער נעלם ווער ווער וועט זיך בענקען????
אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4589
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 23, 2010 4:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף שרייבער »

ווייסט איר אויף זיכער אז עס איז געווען א סקווירא שטיבל אין ר.א.? אדרבה טיילט מיט די פרטים, ווען איז דאס נתייסד געווארען און ביז ווען האט דאס אנגעהאלטען.
בונמס זיידע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 473
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2011 7:11 pm
לאקאציע: THE "SANE" ASSYLUM

עס איז מיר געווען פונקט אזא חידוש וי דיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בונמס זיידע »

איך האב מיטגעטיילט וואס איך האב געהערט פון אן אלטען איד וועגען זיין ערשטען פאסטען
קומט מיר שוין אן INTERROGATION ??????? עס איז מיר געווען פונקט אזא חידוש וי דיר
ג'דענק איך עס טאקע
אז איך ווער נעלם ווער ווער וועט זיך בענקען????
בונמס זיידע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 473
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2011 7:11 pm
לאקאציע: THE "SANE" ASSYLUM

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בונמס זיידע »

בונמס זיידע האט געשריבן:א"א ע"ה רצה לרשום אותי ראה מה שראה וברח

תשי"?


שטארק יתכן אז דער בילד איז א טעות דער בנין וואס איך גדענק איז טאקע אן ענליבער STYLE
אכער עס האט געהאט 2 STAIRCASES פון פארענט און מן הסתם ברייטער זעה דעם בילד פון אינווייניג

http://www.multiculturalcanada.ca/node/211989/full

הרב י י יונגרייז דיארמוטער רב זצ"ל האט ג'האט א בה"מ אויף 226 New York Ave
אין די ערשטע תשכ ס האט ער זיך געצויגען קיין ב"פ און פארקויפט דעם בה"מ פאר
הרב שניאור זלמו שניאורסאן ז"ל גאר או אינטערסאנטער פיגור
(געקימען פון פאריז זיינע פעולות בשעת דעם חורבין זענען געווען לעצטענס באשריבען אין HAMODIA
ידיעה אז ער איז צירוק און פאריז נאך גלות
http://www.hebrewbooks.org/pagefeed/heb ... 451_24.pdf
ידיעה מייסיד ישיבת חב"ד בפאריז
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... 2&pgnum=13

און איינעם פון זיינע ערשטע דרשות האט ער ג'זאגט פאר זיינע ניעע אונגארישע מעמבערס
"קיינער האט ניט קיין מאניפאל אויף חסידות אפילו ניט חסידות חב"ד ניט 770 ניט 780 ניט 790"
ער איז געווען דער מיסד פון Shevet Yehuda Rabbinical Institute of Technology
מיט דער כוונה פון תורה עם דרך ארץ על טהרת הקודש
לעצט פארראכטן דורך בונמס זיידע אום מאנטאג מארטש 26, 2012 12:42 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אז איך ווער נעלם ווער ווער וועט זיך בענקען????
בונמס זיידע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 473
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2011 7:11 pm
לאקאציע: THE "SANE" ASSYLUM

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בונמס זיידע »

אן אינסערסאנטער עפיזאד אין קורות קראון הייטס
שמוא' שרגא און זיינע "בריונים??" "מכביים?"

http://www.crownheights.info/index.php?itemid=30851
אז איך ווער נעלם ווער ווער וועט זיך בענקען????
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

יישר-כח הרב הסבא פאר די פילע חומר, דא האמיר אן אשכול מיוחד איבער ר' שניאור זלמן שניאורסאהן הנ"ל ז"ל:
viewtopic.php?f=31&t=7814
פילע שאלות ווערן דארט דערמאנט, ווי זיין איידעם הרב קארליבאך אחיו התאום של שלמה'לע ועוד.
בונמס זיידע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 473
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2011 7:11 pm
לאקאציע: THE "SANE" ASSYLUM

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בונמס זיידע »

BADATZ
וקרעסטירער -בערבעשטער רבי ....הרב נפתלי גראסס
שכולם הוסיפו לצביון היהדות

ס'וואלט זיך ג'קימען פאר דעם בה"מ אן אריכות דוכט זיך אז עס איז
געווען דאס ערשטע ריכטיג חסידיש בה"מ און די סביבה (מיט א מקוה)
אבער איך קען דאס נישט צי שטעלען פשוט מחסרון ידיעה
די רבנית ע"ה איז געווען א מפורסמת מיט
מעשיה בדרכי אבותיה הקדושים

נאראלער רב וועם איך האב נישט ג'קענט האט אויך ג'וואנט דארט
אז איך ווער נעלם ווער ווער וועט זיך בענקען????
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5600
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

בונמס זיידע האט געשריבן: כ'דענק נאך א זקן הרב חייטאווסקי ע"ה א ליטוואק וואס איז געקימען
אלס אינגערמאן פון ליטע און האט בקיםען א פאסטען אלס רב און א סקווירא שיבעל און RHODE ISLAND
מיט א תנאי ער זאל אנטוען א גארטעל איבערגעלאזט ליכטיגע דורות א טאכטער איז גווען א לערערין
אין פאפא אין די תשי יארען אן אייניקיר ר ליפא נ"י (היינט א זיידע) א יושב אוהל און מאנסי
לעצטענס דורכגעםארעו און געזעהן א טאוועל "מקוה" זעהט אויס די מיסדים האבען ג'האט גרויסע זכותים

נאך א הערליך בה"מ מיט אן הערליכען עבר ריעים האהובים א המשך פון בראונסוויל


אין אן עלעקטאראנישע שמועס מיט הרב חייטאווסקי'ס אן אייניקל, גיבט ער אהן געוואוסע שינויים, קודם כל איז דאס געווען ספרינגפיעלד מאסאטשוסעטס, צווייטנס איז ער נישט געווען רב נאר מער חזן שוחט וועלכע האט צומאל אויך געקענט דינען אלס רעווערענד במקום ראביי, און דער שוהל איז נישט דייקא געווען קיין סקווערער שטיבל נאר געווען באקאנט אלס דער רוסישער שוהל (חסידים-רוסיא-נוסח ספרד וכדומה) ס'קען זיין אז א מערערע טייל פון די מעמבערס זענען געווען סקווערער פונדערהיים.

וועגן דער רעים האהובים שטיבל אין בראנסוויל וואלט זיך פארלאנגט א לענגערע אפהאנדלונג איבער דער שטיבל בכללות און בפרטות איבער יעדעם. (באקאנט איז ר' אברהם דוד ראזענבלאט מ'גאלוועסטאן-בראנזוויל און נאך)
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

קרעמער האט געשריבן:יישר כח הרב מיללער פארן עפענען אן אשכול איבער קראון הייטס, א געגענט וואס ווערט מיט די צייט נאנטער און נאנטער קיין וויליאמסבורג, נאכדעם וואס אידישקייט צושפרייט זיך ימין ושמאל און נעמען צוביסלעך איין די שווארצע בעד-סטיי געגנט וואס צושיידט אונז פון די חב"ד'סקער חסידים.


על זה דוה לבנו, אז ווען מען וואלט געבויעט וויליאמסבורג און דער ברייט אנשטאטס און דער הייעך (ווי א געטא) וואלט מען שוין לאנג געהאלטען ביי עטלאנטיק עוועניו, דירות וואלטען געווען ביליג, און מען וואלט געהאט גענוג און נאך פארקינג. ווער זאגט נאך אז מיר וואלטען אויך געהאט נאך איינס אדער צוויי קאנגרעסלייט. ממש א שאד.

ווען מיר קאנעקטען זיך מיט קראון הייטס וואלט דאס געמיינט אז וויליאמסבורג, קראון הייטס און בארא פארק, (אריין גערעכענט די סאטאליטען, קענסינגטאן, פלעטבוש, איסט פלעטבוש, און בענזענהורסט, וואלטען געהאט א מוראדיגע פאראייניקטע כח דורך צו ברעכען די אלע אנשיקענישען און בייז ווילען וואס אונזערע שכנים ווילען אויף אונז ארויף צווינגען.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4589
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 23, 2010 4:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף שרייבער »

סאו פון א רב אין סקווירא שטיבל אין ר.א. איז געווארען א שוחט חזן אין רוסישער שטיבעל בספרינפיעלד דאס איז שוין א גאנץ אנדערע מעשה.
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

דער סיבה וואס מען האט זיך אוועק געצויגען פון קראון הייטס איז געווען ווי מען האט שוין דערמאנט, אבער עס איז דא מער דערצו.

קראון הייטס איז געווען באוואוינט פון מלחמה געליטענע, אלט און קראנק און שוואך וואס האבען נאר געוועלט וואוינען אויף דער ערשטער שטאק און בדיעבד אויף דער צווייטער שטאק נישט צו גיין קיין טרעפ. איז אויס געקומען אז דער דריטער און פערדע שטאק האט מען נישט געהאט קיין ברירה נאר פארדינגען פאר שחורים פון וועם מען האט געציטערט, און מען האט אנגעהויבען טראכטען פון אפציען. או די 10 יאר פון תשכ"ה ביז תשל"ה האבען איבער 75 פערצענט נישט קיין לובאוויטשער ארויס געמופט פון דארט.

לאידך גיסא און וויליאמסבורג האט מען זיך אן געליטען פון די פראדזעקס מיט מסירות נפש.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

טהור-עיניים האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:דער ישוב אין קראון-הייטס איז וואול באקאנט היינט צווישען אונז אלס דער צענטער פאר די ליובאוויטשער חסידים איבער דער גארער וועלט, דער בנין 770 איסטערן פארקוועי איז דער בית המדרש המרכזי פאר די פילע פעולות פון חב"ד איבער די וועלט און פלעגט אויך דינען אלס שטוב פאר די פריערדיגע און לעצטע ליובאוויטשער רביים.


עס איז אינטערעסאנט צו באמערקן, אז עס איז א טעות ביי די וועלט, אז דער לעצטער ליובאוויטשער רבי, רמ"מ, האט געוואוינט אין 770. פאקטיש האט ער נישט דארט געוואוינט, ער האט געוואוינט אין זיין אייגענעם הויז אויף פרעזידענט סטריט, עטליכע גאסן אוועק פון 770. דער הויז שטייט ליידיג ביז היינט. די קהילה צאלט פאר עפעס אן עלנדן מענטש צו וואוינען דארט און קער נעמען פון דעם הויז, אבער אויזער דעם איז עס ליידיג.

אין 770 האט געוואוינט דער ריי"צ זצ"ל, און אזוי אויך זיין איידעם הרש"ג (ר' שמריהו גורארי'). און אפילו שפעטער ווען די המשכה איז סוכ"ס געבליבן ביי רמ"ש, איז נאך אלץ דער רש"ג געבליבן וואוינען אין דעם בנין 770 עד יום פטירתו. זיין רביצין האט מען פארטריבן פון דארט ביי די פרשה מיט די ספרים ווען זי האט זיך אנגענומען פאר איר זוהן ר' בערל.

אבער רמ"מ איז געבליבן אפיציעל וואוינען אין זיין אייגענעם הויז כל ימיו. ווער עס געדענקט ווען זיין רביצין חי' מושקא איז אוועק, איז מען אים געגאנגען מנחם אבל זיין דארט אין זיין הויז.


מען האט נאך נישט דערמאנט אז נעבען דער לובאוויטשער רבי'ס הויז אויף פריזידענט סטריט איז געווען דער באסטענער בית המדרש, נאך דעם וואס ער האט אוועק געמופט קיין קראון הייטס און פארקויפט די בית המדרש פארען קאפישער רב.

און תשכ"ח האט דער באסטונער רבי, רבי משה הורוויץ זצ"ל געמופט קיין בארא פארק און פארקויפט זיין בית מדרש פאר לובאוויטש. איך געדענק נאך ווי און א חלום דער באסטענער בית מדרש. אוי בענקט זיך מיר צו קראון הייטס.

דער סקולענער רבי זצ"ל פלעגט גיין און מקוה און קירלהאזער בית מדרש. ווען דער קירלהאזער רב האט געמופט קיין בארא פארק און תשל"ג, האט ער פארקויפט זיין בית מדרש צו הרב דויטש א לובאוויטשער חסיד, דער טאטע פון רבי שאול שמעון דויטש דער ליאזשנער רבי.

אויף ראדזערס עוועניו קארנער פרעזידענט סטריט איז געווען הרב הארליג'ס בית מדרש. הרב הארליג זצ"ל איז געווען א פלומעניק פון הגאון רבי מאיר שפירא זצ"ל (כ'מיין אז זיין מאמע איז געווען א שוועסטער). מען האט עס גערופען דער פרעזידענט שטיבעל. איר שמש איז געווען וועלוועל שמש. ווער געדענקט נאך רבי וועלוועל שמש ע"ה? געווען אן אמעריקאנער סאלדאט, און אפגעהיטען אידישקייט מיט מסירות נפש דורך ווערען א שמש. אוי בענקט זיך צו יענע צייטען. געווען א מאל א וועלט.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
שרייב תגובה

צוריק צו “עיר ועיר”