היסטאריע: ישיבת תורת חסד / בילדער

זכרונות פון די פארגאנגענע יארן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

עבודת_הבורא
שר חמש מאות
תגובות: 649
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 06, 2011 4:37 pm
פארבינד זיך:

הגדה של פסח מהראש ישיבה זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עבודת_הבורא »

ליגט מיר אין קאפ, ווען די ראש ישבה איז אוועק האט מען גערעדט אז ער האלט אינמיטן ארויסגעבן - שרייבן אן הגדה. ווייסט איינער אויב עס ליגט עפעס אין דעם, און אויב יא וואס איז געווארן דערמיט.
עבודת_הבורא
שר חמש מאות
תגובות: 649
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 06, 2011 4:37 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עבודת_הבורא »

קיינער דענקט נישט אדער די פוסחים האשכול זענען שוין היינט ביזי מיט די אייניקלעך
אוועטאר
לאנדאנער
שר חמש מאות
תגובות: 738
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 18, 2017 6:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאנדאנער »

עבודת_הבורא האט געשריבן:ליגט מיר אין קאפ, ווען די ראש ישבה איז אוועק האט מען גערעדט אז ער האלט אינמיטן ארויסגעבן - שרייבן אן הגדה. ווייסט איינער אויב עס ליגט עפעס אין דעם, און אויב יא וואס איז געווארן דערמיט.


זיכער ער איז פארנומען געווען מיט דעם אסאך
עבודת_הבורא
שר חמש מאות
תגובות: 649
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 06, 2011 4:37 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עבודת_הבורא »

איז דא א סיבה א איד מיט אזויפיל תלמידים מען זאל קענען אויספירן זיין רצון, א זאך וואס ער האט אנגעהויבן, בפרט ווען יעדער תלמיד וועט עס לויפן קויפן.
אוועטאר
האש שלי
שר חמישים
תגובות: 91
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 26, 2018 1:15 pm
לאקאציע: אומאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האש שלי »

איינער האט אפשר בילדער ווי מ'גרייט אן פאר די הדלקה (מען קויפט 5 ליטער מער פעטראל ווי מ'לאזט)
בא לחזק ונמצא חוזק
אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

ישיבת תורת חסד/אור תורה דהיטשין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

ישיבת תורת חסד איז געגרינדעט געווארן דורך הרה"צ ר' אברהם שמואל שטערן זצ"ל אין שטאט לאנדאן, די ישיבה תורת חסד טראגט מיט זיך א רייכע היסטאריע וועלכע איז ווערד אן עקסטערן ארטיקל אבער אין די באשרייבונג וועלן מיר פאקוסירן מער אויף די ישיבה אין די צייט וואס זי האט זיך שוין געפינען אין דערפל היטשין, ר' אברהם שמואל ז"ל האט אלס געהאט א פלאן צו ארויסטראגן די ישיבה ווייט פון די רוישיגע שטאט, ערגעץ צווישן וועלדער און פעלדער, ביימער און גראז, כדי די בחורים זאלן זיך קענען משלים זיין בתורה וחסידות אן קיין שטערונגען פון די אינדרויסנדיגע גאסן, ער האט אלס זיך אויסגעדריקט פאר זיינע ארומיגע אז זיין חלום איז צו עפענען א ישיבה וואו די בחורים זאלן זיך נישט באגעגענען מיט קיין שום נסיון און דורך דעם וועט זייער קאפ זיין מער אפן צום לערנען און צום דינען דעם אייבערשטן.

ווען זיין חלום איז ערפילט געווארן און ער האט אפגעקויפט א גרויסן שטח אין היטשין נישט ווייט פון סטעמפארד הילל מיט אן אלטער פאלאץ אויפן ארט ארומגענומען מיט לאנגע מיילן פון בלויז פעלדער און וועלדער און שטחים פון רואיגקייט און נאטור איז ער געווען אויסער זיך פון פרייד, ער האט אויפגענומען זיין ברודער דער היינטיגער ראש ישיבה הרה"צ ר' יצחק משה שטערן שליט"א אלס משגיח אויפן פלאץ און די ישיבה האט אנגעהויבן קונה שם זיין אלס איינע אין איר גלייכן און פון אלע עקן וועלט וואו אימער אידן געפונען זיך האט מען אנגעהויבן אהינשיקן, עס זענען דארט געווען אויסדרוקליך נאר חסידי'שע בחורים פון אמעריקע, ענגלאנד, ארץ ישראל, בעלגיע, ארגענטינע, און אפילו עטליכע פון אונגארן… די ישיבה האט זיך געהאט איר אייגנארטיגקייט צוליב דאס ארט וואו עס איז געשטאנען און צוליב דעם ציל פון דעם ראש ישיבה ז"ל – אריינצוברענגען א חשק אין אידישקייט דורך חסידי'שע באטעס און קרעטשניפע דאווענענ'ס.

ווען דער ראש ישיבה ז"ל איז נישט געזונט געווארן ל"ע און האט מער נישט געקענט ארויסקומען אין ישיבה יעדן טאג א שעה צייט האבן א חלק פון די הנהלה באשלאסן אז מען מוז די ישיבה אריינברענגען צוריק אין שטאט כדי אז דער ראש ישיבה וואס זיין גאנצער חיות איז נאר געקומען פון די ישיבה זאל קענען מיטהאלטן וואס עס טוט זיך אין זיין ישיבה אבער דער משגיח ר' יצחק משה שליט"א האט געוואלט ענדערש בלייבן טענה'נדיג אז זיין ברודער דעם ראש ישיבה'נס ציל איז דאך נאר דאס געווען אז די ישיבה זאל זיך געפונען אינדרויסן פון שטאט, די וועלכע האבן געוואלט צוריקטראגן די ישיבה אין שטאט אריין האבן אריבערגעשלעפט א גרויסן טייל פון די תלמידים צוריק צום אלטן בנין אין סטעמפארד הילל און דאן האט זיך עס צוטיילט, זיי זענען געבליבן מיטן נאמען תורת חסד און די דרייסיג בחורים וועלכע זענען געבליבן אין היטשין מיט ר' יצחק משה שליט"א האבן עס א נאמען געגעבן ישיבת אור תורה דהיטשין.

אזוי האבן זיך ביידע ישיבות געפירט על מי מנוחות ביז יענעם ביטערן י"ד כסלו תשע"ד ווען דער ראש ישיבה הרה"צ ר' אברהם שמואל זצ"ל איז נפטר געווארן, דאן האט מען אפיציעל געקרוינט זיין ברודער להבל"ח דער משגיח הגה"צ ר' יצחק משה שליט"א אלס ראש ישיבה.

ער האט אנגעהויבן מיט זיינע דרייסיג בחורים און מיט זיין פאטערליכע ליבשאפט אריינגעגאסן אין זיי עמערס יראת שמים און אהבת ה', ער פלעגט מיט זיי פארברענגען שעות על גבי שעות שמועסנדיג בעניני יהדות אזוי אז בחורים זענען אויסטערליש געשטיגן, יעדער תלמיד האט זיך זיינע עקסטערע פריוואטע מעשיות און געשעענישן וואס ער האט געהאט אין די ישיבה, דער דערציילט איבער די ריזיגע פעלדער וואו ער פלעגט מאכן התבודדות און דער דערציילט איבער די לאנגע שפאצירן וואס ער פלעגט כאפן אין די ארומיגע דערפלעך וכו', דער ראש ישיבה שליט"א האט באקומען א נאמען אין די גאנצע וועלט אלס אן אויסגעצייכנטער טאטע און מאמע ברוחניות ובגשמיות און די צאל תלמידים האט זיך צוריק געהויבן.
עס זענען געווען צייטן אינצווישן וואס עס האט אויסגעזען ווי די ישיבה גייט זיך פארמאכן, דא איז עס געווען וועגן געלט און דא איז עס געווען וועגן פראבלעמען מיט די שכנים, א שטיק צייט האט עס געהייסן אז תורת חסד וויל צוריקהאבן דעם שטח און די ישיבה וועט מוזן ארויסגיין, עס איז אפילו געווען איין זמן וואס צוליב דעם וואס עס האט געהייסן אז עס גייט זיך פארשליסן זענען נאר איבערגעבליבן ניין בחורים אין די ישיבה! און אפילו אין יענע צייט האט זיך ארויסגעוויזן דאס אריגינעלקייט פונעם ראש ישיבה שליט"א אז ער פלעגט קומען פונקט אזוי יעדן טאג און וועקן די בחורים מיט די זעלבע מאס געטריישאפט ווי ווען עס האבן דארט געלערנט הונדערט און פופציג בחורים!

א שבת אין היטשין אינאיינעם מיטן ראש ישיבה שליט"א איז אומבאשרייבליך, די תפילות הויעך אויפן קרעטשניפער נוסח, די סעודות אין וואס יעדער איינער איז געווען א חלק, די פייערדיגע שלש סעודות תורה וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט משמיע געווען און אוודאי מוצ"ש ווען דער ראש ישיבה לייגט שלאפן מיט א פאטערליכע ווארעמקייט.
דאס וועקן אינדערפרי מיט די עמערס וואסער… יעדער היטשינער תלמיד געדענקט זיכער דעם געפיל וואס ער האט געהאט אריינשפאצירנדיג אין ביהמ"ד מיט נאסע פיאות אינמיטן סדר, די בליקן וואס דער ראש ישיבה פלעגט געבן און די ווארעמע מוסר רייד וואס ער פלעגט אריינזאגן אין אויער אריין, איי… ווי קען מען רעדן פון היטשין און אויסלאזן די מקוה, די מקוה איז א צעמענטענע גרוב מיט פלאץ פאר דריי מענטשן, עס איז נישט איינגעגראבן אין דער ערד דעריבער איז דער וועג אריין נאר דורך א שרעקעוודיגער שמאלער לייטער און דערנאך גייט מען אראפ די צעמענטענע טרעפ גראד אריין אין הייסן (?) בור אריין… אויב זענען בחורים געזעצן דארטן אין שעות וואס מען האט נישט געדארפט זיין דארט פלעגט דער ראש ישיבה שליט"א אריינקומען און אנכאפן דעם רויטן גומינעם רער און טיילן שלעק אז עס איז געגאנגען א רויעך…

חנוכה אין היטשין איז א עקסטערע בחינה פאר זיך, די געווענליכע נאכט סדר ווערט פארוואנדלט אין א ספעציעלן סדר ווען דער גאנצער עולם זיצט פארזינקען אין ספרים פון תלמידי הבעל שם טוב זיע"א און מען פילעוועט אריין אין די סודות פון חנוכה, ספעציעל איז באליבט ביי די תלמידים שבת חנוכה ווען דער ראש ישיבה שליט"א קומט ארויס מיט די גאנצע משפחה און פראוועט א דערהויבענעם שבת.

פורים ווערט דער געקרוינטער פורים רב א עכטע רבי, ער באקומט אן עקסטערן באנגעלא אין ישיבה אויסגעשטאט שוין פון די פריערדיגע יארן מיט א גבאים צימער און א קוויטל שטוב און זילבערנע כלים מיט גאלדענע בעקיטשעס… די שפיל גייט אן פאר א וואך צייט וואס דער פורים רב איז מלך, ווען ער גייט אין מקוה פארשיקן די גבאים דעם ציבור, ווען ער קומט אריין אין ביהמ"ד שטעלט מען זיך אויף מלא קומתם, יעדע נאכט אראנזשירט מען א צווייטן מעמד, איינמאל א קביעת מזוזה און איינמאל א בר מצוה… דער עיקר אז ס'זאל זיין אקטיוועטי…
ל"ג בעומר איז מען אין היטשין אבער באווירא דארץ ישראל, וואכן פון פארדעם גרייט מען שוין אן א ריזן בנין מיט ברען מאטריאל פאר די הדלקה, די טויגליכע בחורים שניידן אפ ריזיגע ביימער און בויען עס אריין ארום די געביידע וואס וועט פארברענט ווערן, ווען עס קומט דער הייליגער טאג ל"ג בעומר גייט מען ארויס אין פעלד, אלע תלמידים אינאיינעם מיט די יוצאי הישיבה וועלכע וואוינען אין לאנדאן און דער גבאי פון ביהמ"ד פארקויפט דעם זכות ההדלקה, דער ראש ישיבה זינגט זיינע ווארימע ניגונים וואס ער האט מקבל געווען מבית רבו הרה"ק מקרעטשניף זי"ע און מען צינדט אן די הדלקה.

שבועות איז א מסכת פאר זיך, פון די וואך פון שבועות ווערט דער ביהמ"ד פארוואנדלט אין א וואלד, אלע שיינע ביימער וועלכע זענען געוואקסן משכ'ן יאר ארום די ביהמ"ד ווערן ארויסגעפליקט דורך די גרויזאמע מעסערס און צווענגלעך פון די היטשינע בחורים, עס ווערט אריינגעברענגט אין ביהמ"ד און ארומגעלייגט, די סעודות עסט מען אינאיינעם מיטן ראש ישיבה שליט"א וועלכער איז משריש אהבת התורה דורכאויסן יאר אין די הערצער פון די בחורים.

זייער אסאך באקאנטע פיגורן האבן געלערנט אין היטשין, א שטייגער ווי די בארימטע זינגערס יואלי גרינפעלד און שמואלי אונגאר, דער פויקער ישראלי שרייבער, דער בלומינגבורגער פאליטיקאנט אהרן צבי ראבינער, דער בדחן שלמה נחמי' ראזענבערג וכו' וכו'.

דאס ארט איז נאכנישט איבערגעמאכט געווארן זינט איר גרינדונג, פארשטייט זיך אז עס ווערט איבערגעפרישט מיט נייע פעינט און שלעסער אבער דער סטרוקטור איז נאך די זעלבע ווי ביים ערשטן טאג, דעריבער איז דער פלאץ גאר באליבט ביי די יוצאים צו קומען באזוכן.

היטשין איז א פלאץ וואס לאזט זיך נישט באשרייבן אין טרוקענע ווערטער, עס איז א ישיבה וואס געפינט זיך אין א וויסטעניש פון מיילן אויף מיילן פון ווייץ פעלדער, עס זענען דא אויך וויינגערטנער, דאס ווארעמקייט פונעם ראש ישיבה אינאיינעם מיט די רואיגקייט פון נאטור, אן קיין דרוק פון קיין שום זאך העלפט א בחור שטייגן גאר הויעך.

וואס קען זיין געשמאקער נאך א האלבן אדער גאנצער טאג לערנען פאר א היטשינער תלמיד ווי א שפאציר קיין ליט"ל אפפל"י (א געשעפטל צוואנציג מינוט שפאציר) אדער קיין לוטא"ן (א דערפל צוויי שעה צו שפאצירן) צו שעפעלע בארג (א בארג וואס ווערט אזוי אנגערופן על שם די הונדערטע לויזע שעפעלעך וועלכע פאשען דארט) גייט נאר צו צו א היטשינער תלמיד און זאגט אים אז איר ווייסט וועגן שעפעלע בארג צו זאגן… מיט די יארן האבן נאך ערטער אנגעהויבן באקומען נעמען, א געביידע וואס איינער האט געבויעט אויף א בוים מיט אפאר ברעטעלעך האט א נאמען באקומען כאי"ל תערוג אויף די ראשי תיבות פונעם בויער, א אויסגעגראבענער הייל האט באקומען א נאמען פויגל'ס בונקער, א פלאץ וואו עס וואקסן אזוינע אינטערסאנטע ביימער האט מען א נאמען געגעבן בראשעס און ערגעץ הינטער ביימער און בלעטער געפונט זיך בלעטער פלאץ… א טיר וואס איז אנגעפירקלט מיט צענדליגע חסידישע ווערטלעך ווערט אנגערופן ווינקל המאמרים של חיזוק, און א צווייטער פריוואטער ווינקל אין פעלד האט מען א נאמען געגעבן בצל כנפיך יחסיו"ן וויבאלד מען האט אויסגעפונען פון דעם ארט אום י"ח סיון (און… דער אויסטרעפער איז א חתן געווארן עטליכע יאר שפעטער אויכעט אום י"ח סיון…) אפילו א קליינער קרעטשמע וואו די אויפגעקלערטע בחורים פלעגן זיך ארויסכאפן א שלינג צו טאן האט א נאמען באקומען בישטינא... ווען איר הערט צוויי היטשינע תלמידים פארזינקען אין א שמועס – הערט אייך אונטער וועט איר זיכער געוואויר ווערן מער אינטערסאנטע פלעצער…
די געשמאקסטע חלק איז אז דער פלאץ גייט נאך געהעריג אן מיט א שטארקייט, עס געפונען זיך דארטן קרוב צו אכציג תלמידים וועלכע נוצן אויס דאס ארט מיט אירע פילע אייגנשאפטן פונקט ווי פאר דרייסיג יאר צוריק… זייער פיל בחורים זענען דארטן צוליב דעם וואס זייערע טאטעס זענען אויך היטשינע תלמידים… דער ראש ישיבה שליט"א קומט נאך אהין יעדן אינדערפרי, יעדער איינער וואס האט נאר אמאל געלערנט אין היטשין אפילו אויף א קורצע צייט האט א סענסיטיווע געפיל צו דעם ארט און יעדן מאל וואס עס קומט נאר אויס צו באזוכן אין ענגלאנד איז מען זיך משתדל צו טרעפן א ליידיגע פאר שעה אויף צו באזוכן די ווארעמע ישיבה ווענט.

זאל טאקע דער באשעפער העלפן אז דער ראש ישיבה שליט"א זאל זיין געזונט און קענען זוכה זיין צו משפיע זיין נאך גוטס פאר אידישע קינדער פאר לאנגע געזונטע יארן מתוך בריות גופא ונהורה מעליא, אמן.
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9233
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

Wow!
דער קומט אריין גאר שטארק!

זייער שיין און רייך געשריבן, קיפ איט אפ!
---
אוועטאר
האש שלי
שר חמישים
תגובות: 91
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 26, 2018 1:15 pm
לאקאציע: אומאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האש שלי »

טישטוך האט געשריבן:ווען דער ראש ישיבה ז"ל איז נישט געזונט געווארן ל"ע און האט מער נישט געקענט ארויסקומען אין ישיבה יעדן טאג א שעה צייט האבן א חלק פון די הנהלה באשלאסן אז מען מוז די ישיבה אריינברענגען צוריק אין שטאט כדי אז דער ראש ישיבה וואס זיין גאנצער חיות איז נאר געקומען פון די ישיבה זאל קענען מיטהאלטן וואס עס טוט זיך אין זיין ישיבה אבער דער משגיח ר' יצחק משה שליט"א האט געוואלט ענדערש בלייבן טענה'נדיג אז זיין ברודער דעם ראש ישיבה'נס ציל איז דאך נאר דאס געווען אז די ישיבה זאל זיך געפונען אינדרויסן פון שטאט, די וועלכע האבן געוואלט צוריקטראגן די ישיבה אין שטאט אריין האבן אריבערגעשלעפט א גרויסן טייל פון די תלמידים צוריק צום אלטן בנין אין סטעמפארד הילל און דאן האט זיך עס צוטיילט, זיי זענען געבליבן מיטן נאמען תורת חסד און די דרייסיג בחורים וועלכע זענען געבליבן אין היטשין מיט ר' יצחק משה שליט"א האבן עס א נאמען געגעבן ישיבת אור תורה דהיטשין.
בא לחזק ונמצא חוזק
יצח וועבערמאן
שר מאה
תגובות: 196
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 29, 2016 1:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצח וועבערמאן »

טישטוך האט געשריבן:האבן א חלק פון די הנהלה
האט דער ראש ישיבה הרה"צ ר' אברהם שמואל באשלאסן אז מען מוז די ישיבה אריינברענגען צוריק אין שטאט
אני הקטן הייתי לבקרו,פעם אחת אמר לי "איך וויל די ישיבה דא אין שטאט" והסביר לי טעמו, ואין כאן מקומו.
טישטוך האט געשריבן:ביז יענעם ביטערן י"ד כסלו תשע"ד ווען דער ראש ישיבה הרה"צ ר' אברהם שמואל זצ"ל איז נפטר געווארן

ד' כסלו שנת תשס"ו
אוועטאר
האש שלי
שר חמישים
תגובות: 91
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 26, 2018 1:15 pm
לאקאציע: אומאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האש שלי »

יצח וועבערמאן האט געשריבן:
טישטוך האט געשריבן:האבן א חלק פון די הנהלה
האט דער ראש ישיבה הרה"צ ר' אברהם שמואל באשלאסן אז מען מוז די ישיבה אריינברענגען צוריק אין שטאט
אני הקטן הייתי לבקרו,פעם אחת אמר לי "איך וויל די ישיבה דא אין שטאט" והסביר לי טעמו, ואין כאן מקומו.
טישטוך האט געשריבן:ביז יענעם ביטערן י"ד כסלו תשס ווען דער ראש ישיבה הרה"צ ר' אברהם שמואל זצ"ל איז נפטר געווארן

ד' כסלו שנת תשס"ו

ער רופט סערענטשע רב ראש ישיבה ...
בא לחזק ונמצא חוזק
אוועטאר
האש שלי
שר חמישים
תגובות: 91
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 26, 2018 1:15 pm
לאקאציע: אומאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האש שלי »

יצח וועבערמאן האט געשריבן:
טישטוך האט געשריבן:האבן א חלק פון די הנהלה
האט דער ראש ישיבה הרה"צ ר' אברהם שמואל באשלאסן אז מען מוז די ישיבה אריינברענגען צוריק אין שטאט
אני הקטן הייתי לבקרו,פעם אחת אמר לי "איך וויל די ישיבה דא אין שטאט" והסביר לי טעמו, ואין כאן מקומו.
טישטוך האט געשריבן:ביז יענעם ביטערן י"ד כסלו תשע"ד ווען דער ראש ישיבה הרה"צ ר' אברהם שמואל זצ"ל איז נפטר געווארן

ד' כסלו שנת תשס"ו

איך האב געהערט פון יענקל קארנבלי אז נאך 3-2 יאהר אין היטשין האט די ראש ישיבה ז"ל געזאגט אז עס איז נישט גוט מען דארף צירוקגיין אין שטאט
בא לחזק ונמצא חוזק
יצח וועבערמאן
שר מאה
תגובות: 196
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 29, 2016 1:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצח וועבערמאן »

ווי עס זעהט מיר אויס, האט טישטוך נישט געקענט דער ראש ישיבה הרה"צ ר' אברהם שמואל זצ"ל
טישטוך האט געשריבן:דעם ציל פון דעם ראש ישיבה ז"ל – אריינצוברענגען א חשק אין אידישקייט דורך חסידי'שע באטעס און קרעטשניפע דאווענענ'ס

הרב טישטוך, עס האט אין עהם געברענט התמדת התורה און דאס האט אריין געברענג אין זיינע תלמידים א חשק אין אידישקייט.
וזה לשונו, לערנען סוגיא (לאסוקי שמעתתא אליבא דהלכתא) דארף אזוי פארנעמען די קאפ און בלייבן פארטראכט אינעם סוגיא אפילו ארויס פין בית המדרש, (במליצה, זיך ציקלאפען די קאפ אינעם lamp post בלע"ז)
אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

איר זענט אלע גערעכט אבער ביטע נישט פאליטיזירן אין דעם אשכול... איך אלס א היטשינער תלמיד האב געשריבן לויט מיין אינפארמאציע, נישט געמיינט פאליטיק.
אוועטאר
לאנדאנער
שר חמש מאות
תגובות: 738
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 18, 2017 6:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאנדאנער »

גאנץ קרעטשניף קומט פון ר' יצחק משה

אגב האט מען שוין היינט לא עלינו געלייגט טיילס אין די מקוה

אגב דאכצומער אז גאנצע 9 בחורים זענען געגאנגען קיין תו''ח לאנדאן ווען מען האט זיך צוטיילט און דער ערשטע זמן איז געווען און אור תורה איבער 50 בחורים (נאך אלע פראבלעמען מיט וויזע''ס וואס איז דעלמאטס געשען)

היינט איז די ישיבה ב''ה אויף גאר א הויעכע סטאנדארט מלערנט פעסט א גרויסע ציבור ערליכע בחורים און דער ר''י זאל מעריך ימים זיין כאפט נאך אלס דער 6:28 באן יעדען טאג
אוועטאר
לאנדאנער
שר חמש מאות
תגובות: 738
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 18, 2017 6:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאנדאנער »

טישטוך האט געשריבן:איר זענט אלע גערעכט אבער ביטע נישט פאליטיזירן אין דעם אשכול... איך אלס א היטשינער תלמיד האב געשריבן לויט מיין אינפארמאציע, נישט געמיינט פאליטיק.


מ'קען זעהן אז די ביסט א תלמוד פון דער ראש ישיבה זז''ג און שטארק מיט דיין .....
אוועטאר
קראצער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 444
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:46 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קראצער »

די ליסטע פון באקאנטע פיגורן איז אסאאאאך גרעסער.
פיינע צייטן געוועהן
אז ס'קראצט, קראצט מען נישט צוריק ווייל ס'וועט קראצען שטערקער. (קרעדיט. מאסקיטוי)
אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

לאנדאנער האט געשריבן:גאנץ קרעטשניף קומט פון ר' יצחק משה


נישט ממש, ר' יצחק משה איז אנגעקומען קיין קרעטשניף נאכדעם וואס ער האט געזוכט ווארעמקייט און הרה"ק מקרעטשניף פלעגט דארט אהינקומען אין תורת חסד בזכות ר' אברהם שמואל זצ"ל.
ער האט אים געברענגט איינמאל אינמיטן זמן און אנגעדרייט אז אלע בחורים זאלן אים בעטן אז ער זאל בלייבן אויף שבת און ער איז טאקע געבליבן, ווער געדענקט נישט ר' יצחק משה שליט"א שטיין ביים פענסטער פון 118 קעיזענאוו און שרייען שחרית אויפן קרעטשניפער נוסח?...
אוועטאר
לאנדאנער
שר חמש מאות
תגובות: 738
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 18, 2017 6:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאנדאנער »

טישטוך האט געשריבן:
לאנדאנער האט געשריבן:גאנץ קרעטשניף קומט פון ר' יצחק משה


נישט ממש, ר' יצחק משה איז אנגעקומען קיין קרעטשניף נאכדעם וואס ער האט געזוכט ווארעמקייט און הרה"ק מקרעטשניף פלעגט דארט אהינקומען אין תורת חסד בזכות ר' אברהם שמואל זצ"ל.
ער האט אים געברענגט איינמאל אינמיטן זמן און אנגעדרייט אז אלע בחורים זאלן אים בעטן אז ער זאל בלייבן אויף שבת און ער איז טאקע געבליבן, ווער געדענקט נישט ר' יצחק משה שליט"א שטיין ביים פענסטער פון 118 קעיזענאוו און שרייען שחרית אויפן קרעטשניפער נוסח?...


קרעטשניפער רבי האט געזאגט פאר א איד אז אלעס וואס ער האט אין חו''ל איז אדאנק ר' יצחק משה ער האט געמאכט זיין ברידער א חסיד און עם אריינגעברענגט קיין תו''ח וואס פון דארט האט ער באקומען חסידים אויפן גאנצן וועלט
אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

שוין העליכזיכניש קריגן אויף א זאך וואס איך ווייס נישט 100 פראצענט...
שלום עליכם אייך
שר חמישים
תגובות: 70
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 29, 2015 12:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלום עליכם אייך »

געהערט אז ר' אברהם שמואל האט געשיקט מגי"ש זיך לערנען פירן א העליקאפטער אז מען זאל שנעלער אן קימען אין ישובה.
קען עס איינער קאנפירמען?
אוועטאר
האש שלי
שר חמישים
תגובות: 91
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 26, 2018 1:15 pm
לאקאציע: אומאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האש שלי »

שלום עליכם אייך האט געשריבן:געהערט אז ר' אברהם שמואל האט געשיקט מגי"ש זיך לערנען פירן א העליקאפטער אז מען זאל שנעלער אן קימען אין ישובה.
קען עס איינער קאנפירמען?

געהייסן האט עס אז אהרן לאנגבערג האט זיך געלערנט, איך האב אויך געהערט אז מען האט עס געוואלט פראבירן ביי די פורים רב פון יענע יאהר מרדכי לייב פרענקיל
בא לחזק ונמצא חוזק
אוועטאר
לאנדאנער
שר חמש מאות
תגובות: 738
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 18, 2017 6:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאנדאנער »

שלום עליכם אייך האט געשריבן:געהערט אז ר' אברהם שמואל האט געשיקט מגי"ש זיך לערנען פירן א העליקאפטער אז מען זאל שנעלער אן קימען אין ישובה.
קען עס איינער קאנפירמען?


געווען אויפן פלאן צו מאכן א העליקאפטער צו פארן דעמאלטס וואלט די וועג געדויערט 7 מינוט אפיציעל האט ער שוין געהאט א נדבן פאר די העליקאפטער נאר די ראניניג קאסט איז געווען צו טייער
אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

יא ער האט געהאט זייער קוריאזע געדאנקען, אין יענע צייטן איז ארויסטראגן א ישיבה אינדרויסן פון שטאט אויך געווען א זעלטענע זאך, היינט האסטו שוין מאסן ישיבות אינדרויסן פון בארא פארק וויליאמסבורג מאנסי און נאך אן עקסטערע פלאטע אינדרויסן פון מאנרא...
משבק
שר העשר
תגובות: 28
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 14, 2018 11:13 pm

מהרש''ב קרויס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משבק »

אויך גאנץ ר' שמואל בנימין קרויס לרפוש האט זיך דארט אנגעהויבן
אוועטאר
moishy56
שר עשרת אלפים
תגובות: 19924
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moishy56 »

היסטאריע:
די שריפה אין ישיבת תורת חסד

קינדליין
פ׳ שלח תשע״ח

toras chesed.jpg
toras chesed.jpg (574.53 KiB) געזען 3436 מאל
.

טעקסט בלויז די ווארט INFO צו 718-480-0545 און מען ארלעדיגט דיר א פאלעסי #קהלייף
שרייב תגובה

צוריק צו “זכרונות”