בלאט 51 פון 56

געשריבן: מאנטאג פאברואר 19, 2018 3:06 pm
דורך קיקיון
נישט צו הומארישטיש פאר א מציבה ?
אינט.gif
אינט.gif (132.34 KiB) געזעהן 1740 מאל

געשריבן: מאנטאג פאברואר 19, 2018 4:34 pm
דורך מונאוויטש
וואו איז דאס?

געשריבן: מאנטאג פאברואר 19, 2018 4:38 pm
דורך קיקיון
בודאפעשט
Gránátos Street Cemetery

געשריבן: מאנטאג פאברואר 19, 2018 5:20 pm
דורך הילולא דצדיקיא
זענדל האט געשריבן:
83669_tumb_750Xauto.gif
נאכנישט באצאלט.....

דאס איז א וועג פון שרייבן, אז דער מציבה שטעלער, האט דאס פון זיך אליינ'ס מנדב געווען?

געשריבן: מאנטאג פאברואר 19, 2018 5:21 pm
דורך הילולא דצדיקיא
קיקיון האט געשריבן:נישט צו הומארישטיש פאר א מציבה ?
אינט.gif

גארנישט אזוי שלעכט די מציבה

א) מ'קען טרעפן אסאך אזעלכע אלטע מציבות (מער ווייניגער)
ב) ווייניגע הומאריסטיש, ווי אלע שטותים וואס מ'שרייבט היינט אין 10 20 שורות מלא וגדוש מיט הפרזות, און באדערט ווייניגער אויף יענע וועלט ווי היינטיגע מציבות.

געשריבן: מאנטאג פאברואר 19, 2018 5:43 pm
דורך קיקיון
הילולא דצדיקיא האט געשריבן:גארנישט אזוי שלעכט די מציבה

א) מ'קען טרעפן אסאך אזעלכע אלטע מציבות (מער ווייניגער)
ב) ווייניגע הומאריסטיש, ווי אלע שטותים וואס מ'שרייבט היינט אין 10 20 שורות מלא וגדוש מיט הפרזות, און באדערט ווייניגער אויף יענע וועלט ווי היינטיגע מציבות.

די ערשטע שורות רעדעדיג צום שטיין איז מיר געווען א ביסעל אינטערסאנט
די שבחים זענען טאקע זייער צו די זאך
א וואילער בעה"ב וואיל געדאווענט געווען נזהר אין הלכות שבת און שמירת הלשון
געטיילט צדקה

געשריבן: מאנטאג פאברואר 19, 2018 5:53 pm
דורך בענקעל
איז 'רובץ' א געווענליכע אויסדרוק אויף א מציבה?

געשריבן: מאנטאג פאברואר 19, 2018 5:55 pm
דורך קיקיון
בענקעל האט געשריבן:איז 'רובץ' א געווענליכע אויסדרוק אויף א מציבה?

עס פאסט גאנץ גוט מיט דעם סגנון פון רעדען צום שטיין

געשריבן: דינסטאג פאברואר 20, 2018 3:34 am
דורך זענדל
מצבה-2.jpg
מצבה-2.jpg (97.31 KiB) געזעהן 1607 מאל

אהבת בעלי חיים

געשריבן: דינסטאג פאברואר 20, 2018 3:48 am
דורך זענדל
d79ed7a6d791d7941.jpg
d79ed7a6d791d7941.jpg (35.29 KiB) געזעהן 1603 מאל
בעילום שם
חושש מגילוי!

געשריבן: דינסטאג פאברואר 20, 2018 3:50 am
דורך זענדל
קיקיון האט געשריבן:נישט צו הומארישטיש פאר א מציבה ?
אינט.gif

וואס מיינט "מלולו ברח תמיד"....

געשריבן: דינסטאג פאברואר 20, 2018 8:09 am
דורך קיקיון
זענדל האט געשריבן:וואס מיינט "מלולו ברח תמיד"....


מלולו ברה זיין דיבור איז געוועען ריין
תמיד ה' עמו

געשריבן: דינסטאג פאברואר 20, 2018 10:10 am
דורך קאזאבלאנקא
זענדל האט געשריבן:
d79ed7a6d791d7941.jpg
בעילום שם
חושש מגילוי!


לכל הפחות די לעצטע שורה קען מען אויסליינען
נפטר ט' תשרי שנת תרעו

געשריבן: דינסטאג פאברואר 20, 2018 10:40 am
דורך lebediger berel
קאזאבלאנקא האט געשריבן:
זענדל האט געשריבן:
d79ed7a6d791d7941.jpg
בעילום שם
חושש מגילוי!


לכל הפחות די לעצטע שורה קען מען אויסליינען
נפטר ט' תשרי שנת תרעו

ווער ווייסט, קען זיין סאיז נישט געווען קיין געלט האט מען קודם געלייגט אלע רמזים, ס'איז געווען אינמיטן די ערשטע וועלט קריג

געשריבן: דינסטאג פאברואר 20, 2018 11:00 am
דורך farshlufen
lebediger berel האט געשריבן:ס'איז געווען אינמיטן די ערשטע וועלט קריג

א"כ אפשר איז ער געווען א "טמיר ונעלם"..

געשריבן: דינסטאג פאברואר 20, 2018 12:14 pm
דורך הילולא דצדיקיא
farshlufen האט געשריבן:
lebediger berel האט געשריבן:ס'איז געווען אינמיטן די ערשטע וועלט קריג

א"כ אפשר איז ער געווען א "טמיר ונעלם"..

און מ'האט מורא געהאט אז די מיליטער וועט אים קומען נעמען?

געשריבן: דינסטאג פאברואר 20, 2018 12:17 pm
דורך מה ידידות
אפשר וואלט זיין משפחה געקענט ליידן?!

געשריבן: דינסטאג פאברואר 20, 2018 12:23 pm
דורך קאזאבלאנקא
ועוד אפשר לומר
אז די הקמת מצבה איז געווען אינמיטן חול המועד סוכות, ווען כתיבה איז אסור

געשריבן: דינסטאג פאברואר 20, 2018 12:25 pm
דורך הילולא דצדיקיא
יעצט גייסטו אריין אין הלכה ענינים, ברויך מען אריבער פירן דעם אשכול אין 'בית המדרש' :lol:

געשריבן: מיטוואך פאברואר 21, 2018 1:15 pm
דורך mar0was
דאס איז נישט זייער אן אינטערעסאנטע אויפשריפט, אבער דאך פאר מיר איז דאס אינטערעסאנט און איך זיך א תשובה דעראויף (משפחה קרוב).

וואס איז געווען זיין אידישע נאמען?
ס'שטייט "נדול בן שמואל אליהו" אבער "נדול" איז נישט זיין גוי'אישע נאמען ווייל ביי די גוי'איש שטייט "Harry".
האט איינער אמאל געהערט פון א אידישע נאמען "נדול"? (אדער עפעס ענדליך צו קענען זאגן אז ס'איז א טעות).

איך פרעג די זעלבע שאלה אין "גמ"ח המצא מנוחה" אשכול.

Chait.jpg
Chait.jpg (376.38 KiB) געזעהן 1445 מאל

געשריבן: מיטוואך פאברואר 21, 2018 1:28 pm
דורך קיקיון
אין גור ישיבה חידושי הרי"ם איז געווען א משגיח הרה"צ ר גד אייזנער זצ"ל געריפען האט מען אים ר' גד'ל

געשריבן: מיטוואך פאברואר 21, 2018 1:35 pm
דורך הסרפד
גאדל איז אויכעט א כינוי פאר גדליה.

בין כך ובין כך, גד'ל/גאדל הערט זיך ווי 'גדול' אויף רוב אשכנזי'שע הברות...

געשריבן: מאנטאג מארטש 05, 2018 8:38 pm
דורך בענקעל
28700994_2066778260224115_7586619161729758519_o.jpg
28700994_2066778260224115_7586619161729758519_o.jpg (339.56 KiB) געזעהן 1306 מאל

לאמיר פרובירן צו ליינען. דאס איז פון מישקאלץ אונגארן.

"פ"נ
ענגעלהארד
לעזלאון
קופערשמיד זארולטא
1905 - 1944 מגורש
נהרג באושוויץ"

געשריבן: מאנטאג מארטש 05, 2018 11:14 pm
דורך מונאוויטש
די né אין Lászlóné מיינט אז זי איז געווען די פרוי פון László. אזוי איז געווען די סדר ביי פארהייראטע נשים אין אונגארן. אנשטאט מרת ענגלארד איז עס לעזלאנעי ענגלארד.

איר פולע מיידל נאמען איז געווען סאראלטא קופפערשמידט.

געשריבן: דינסטאג מארטש 06, 2018 1:13 pm
דורך mar0was
בענקעל האט געשריבן:
28700994_2066778260224115_7586619161729758519_o.jpg

לאמיר פרובירן צו ליינען. דאס איז פון מישקאלץ אונגארן.

"פ"נ
ענגעלהארד
לעזלאון
קופערשמיד זארולטא
1905 - 1944 מגורש
נהרג באושוויץ"

נישט קיין מציבה נאר א געדענקמאל.

דא האט געוואוינט
די פרוי פון ענגלהארד לעזלא
קופערשמידט סארולטא
געבוירן 1905
דעפאטירט אין 1944
און גע'הרג'עט געווארן
אין אושוויץ