אינטערעסאנטע אויפשריפטן אויף מציבות

בתי חיים איבער די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

badatz

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך badatz »

מיללער האט געשריבן:שלום עליכם איז געווען מער כופר ווי יידישיסט, אפי' ער זאל רעדן ריין ענגליש טאר מען נישט נאכזאגען זיינע דברי ניאוץ וכפירה.

דער פושע ישראל איז ארויפגעקומען אויף יענע וועלט מיט זיין פאום אינאיינעם און געכאפט אזאנע מכות, ויצאתם ופשתם כעגלי מרבק, זאגט די גמ' גייט ארויף אויף מינים ואפיקורסים, מסיתים ומדיחים, עס איז קיין ספק אז דער פגר האט געהאט א חלק אין אראפפירען טויזענטער ערליכע קינדער פון ערליכע שטובער פון אידישען וועג מיט זיינע ליצנות וניבול פה, ימח שמם וזכרם.

ב''ה
כבוד הרב שיחי'
לפלא שכבוד הרב לא בודק את פסקיו הלא כל פסק אצל הבי''ד שלנו תלוי במקורות .לדאבוני יכול אני לומר
לכת''ר ...כך כתוב בתורה בכל ספריו שאני לא קראתי אך שמעתי ממקורות נאמנים אין ח''ו שום דבר ליצנות
מהשי''ת ...רק מחיי היהודים ....
אך דבר אחד אני שמח לראות שכת''ר יודע בדוייק מה שנעשה בשמים ממעל ...שמח אני שאחד מחברתינו
מסתובב שם .וחוזר לכאן ומספר לנו .
ראה נא ברמב''ם הלכות יסודי התורה -ותשובה ..מה נקרא אפיקורס ומין .
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5600
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

מיללער האט געשריבן:שלום עליכם איז געווען מער כופר ווי יידישיסט, אפי' ער זאל רעדן ריין ענגליש טאר מען נישט נאכזאגען זיינע דברי ניאוץ וכפירה.

דער פושע ישראל איז ארויפגעקומען אויף יענע וועלט מיט זיין פאום אינאיינעם און געכאפט אזאנע מכות, ויצאתם ופשתם כעגלי מרבק, זאגט די גמ' גייט ארויף אויף מינים ואפיקורסים, מסיתים ומדיחים, עס איז קיין ספק אז דער פגר האט געהאט א חלק אין אראפפירען טויזענטער ערליכע קינדער פון ערליכע שטובער פון אידישען וועג מיט זיינע ליצנות וניבול פה, ימח שמם וזכרם.


צוליב די שארפע שפראך וואס כבוד הרב ד'סקרענטאן פא. האט געשריבן וויל איך מזכיר זיין את חטאי היום, איך האב יא געלייענט זיינע ווערק און ס'נישטא דארט קיין איין ווארט וואס גרעניצט זיך מיט ליצנות אויף אידישקייט און כ"ש וכ"ש אויפן רבוש"ע, זיינע ווערק זענען כדברי בד"ץ בלויז הומאר איבער די לעבנסשטייגער פון דאס דארפישע לעבן אין אוקראינה, וכידוע האט איהם זיין מאמע געברענגט אלס קינד צום הייליגער טאלנער און געזאגט אז ער האט א טאלאנט אין שרייבן, האט איהם דער טאלנער געבעטן אז ער זאל נישט שרייבן וועגן אידישקייט, וכנראה האט ער איהם געפאלגט.

דו האסט זיך פארמישט מיט 'מענדעלע מוכר ספרים'
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35431
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

תמיה לי הרב ר' בד"צ, וליצנות מחיי היהודים הפשוטים וגו' בכונה לרומם הפארגעשריטנקייט וההשכלה לא מתקרי אפיקורסות?

איך קאן נאך היינט אידן וואס זענען קאלט צו אלעמען צוליעבן ליינען זיינע ביכער.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5600
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

farshlufen האט געשריבן:תמיה לי הרב ר' בד"צ, וליצנות מחיי היהודים הפשוטים וגו' בכונה לרומם הפארגעשריטנקייט וההשכלה לא מתקרי אפיקורסות?

איך קאן נאך היינט אידן וואס זענען קאלט צו אלעמען צוליעבן ליינען זיינע ביכער.

איימסארי טו טעל יו ער מאכט נישט קיין שום ליצנות פון די וואס האבן זיך געמוטשעט אויף ברויט, ער שרייבט מיט הומער איבער די וואס האבן געהאט גרויסע השגות צו ווערן רייך, און ער לייגט אראפ די לעבנס שטייגער פונעם ארימאן.

און נאכאמל דו קענסט נישט קיין איין איד וועלכע איז קאלט צו אלעמען וועגן די ביכער, און אויב האסטו מורא פאר שלום עליכם'ס ווערק, דאן לאז דיר שוין אוועק מיט דיין פולסטע קנאות פון דער אינטערנעט וועלכע האט 'בלי ספק' קאלט געמאכט טויזנטער אידן צו אלס און אלעמען. דריי א קאפ פאר א צווייטן און נישט יעדער וואס גייט נישט מיט דיר אין שפאן איז א ימח שמו'ניק!!
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
יוסלמאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסלמאן »

געווען לעצטהס אין פארווערטס.

זעהט אויס מ'האט שוין דאן פארמישט אים מיט מענדעלע.

איך בין נאָך ניט גרייט צו ענטפֿערן מיט פֿולער זיכערקייט אויף דער פֿראַגע, פֿאַר וואָס מע האָט אין יאָר 1926 געמאַכט אַזאַ קאָמוניסטישן טאַראַראַם אַרום דעם צענטן יאָרצײַט פֿון שלום-עליכמען. דער שרײַבער האָט דאָך קיין שום שײַכות ניט געהאַט צו קאָמוניזם. וועגן אים האָט מען אויך ניט געקאָנט צוטראַכטן אַזעלכע מעשׂיות, ווי מע האָט דערציילט וועגן מענדעלע — אַז ער איז, כּלומרשט, געווען גליקלעך צו שטאַרבן (אין דעצעמבער 1917) שוין וויסנדיק, אַז די ליכט פֿון דער רעוואָלוציע האָט געוויזן אירע ערשטע שטראַלן.
badatz

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך badatz »

farshlufen האט געשריבן:תמיה לי הרב ר' בד"צ, וליצנות מחיי היהודים הפשוטים וגו' בכונה לרומם הפארגעשריטנקייט וההשכלה לא מתקרי אפיקורסות?

איך קאן נאך היינט אידן וואס זענען קאלט צו אלעמען צוליעבן ליינען זיינע ביכער.

ב''ה
הוא ''לא'' מרומם את ההשכלה .הוא לא מדבר מהשכלה .ולא עושה ליצנות מרבנים או רעבי'ס וכדומה .
דבריו יותר איידעל מהיאר... רב וכדומה . so please stop when you donot know what you talking about /
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

עס איז הימל-שרייענד די אבסורדיטי וואס איך זעה צומאל דא צווישען אונז, ווען מ'שרייבט אמאל א טיטל אויף אן ערליכען איד וואס קען אויסזעהן אביסל מוגזם וועלן די זעלבע מענטשן שפרינגען מיט א לשה"ר וואס זיי האבן מקובל איש מפי איש מפי עבד מפי אשה וקטן, אבי איבערצווייזען אז דער טיטל פאסט אים נישט.

ווידער ווען עס קומט צו א פורק עול (זעה בילד) ווי שלום ראבינאוויטש וועלכער איז געווען אנגעפיקעוועט מיט השכלה וכפירה פון זיינע רבי'ס און חברים ווי טאקע דער דערמאנטער מענדעלע מוכר ספרים און אנדערע און מ'שרייבט אז ער האט א חלק ניכר אין אראפירען דאס יוגנט פון אידישקייט, דעמאלטס איז מען מחפה אויף אים מיט אלע ערליי אויסריידען און מ'נעמט זיך אן אז עס איז ווילד און איבערגעטריבען, גיוו מי עי ברעיק!

און הרבד"צ, איך בין נישט אין הימל אבער איך בין מאמין בדברי חז"ל אז ווען איינער וואס האט א כח השפעה אויף אנדערע און ער נוצט אויס זיין טאלאנט אראפצופירען מענטשן פון וועג איז ער א מסית ומדיח וואס די תוה"ק זאגט אויף אים 'לא תחמול ולא תכסה עליו' ועליהם אמר דוד 'הלא משנאיך ה' אשנא ובתקוממיך אתקוטט, תכלית שנאה שנאתים לאויבים היו לי' קיין אהבת ישראל קיין ואהבת לריעך כמוך, עז ער איז נישט עושה מעשה עמך איז נישטא וועם ליב צו האבן, הבדלו מאהלי האנשים הרשעים האלה.

עלובה עיסה שנחתומה מעיד עליה, איך וועל ציטירען פונעם העברעאישען וויקי בערכו וואס 'זיי' האבן צו זאגען איבער אים.
נכנס לעולם העסקים של קייב בעקבות עזבון שקיבל, ובשנת 1888 החל להוציא את שנתוני "הספרייה העממית היהודית" לספרות, ביקורת ומדע. לשם כך ריכז סביבו את מיטב סופרי היידיש של התקופה, דוגמת מנדלי וי"ל פרץ. הוא ביקש ליישם את רעיון הוצאת רומנים יהודיים כספרי מופת, תוך מתיחת ביקורת על הרומנים הזולים ביידיש שהיו נפוצים מאוד בזמנו


דאס איז אויסער דעם וואס זיינע ביכער זענען פיל מיט ליצנות ודברי חשק וניאוף, אשר נפש היפה קצה בהם, און מיט דעם האט ער געפיטערט דעם יוגנט, אבער ווייל ער איז בילדותו געווען ביים טאלנער מגיד ברויך מען אויף אים מחפה זיין, איז דאס נארמאל?

זיין באקאנטער ביכלטעוויע (טובי') דער מילכיקער איז ליצנות טאקע פון דעם ארימאן וואס האט נישט אויסגעפירט זיין טרוים, אבער יעדער פאראגראף איז פיל מיט דברי נבלה רח"ל.

איין בילד רעדט מער ווי טויזנט ווערטער; די ארבעה 'כוכבי לכת', פון רעכטס צו לינקס, חיים נחמן ביאליק דער משורר הלאומי, מרדכי בן-עמי, שלום עליכם, און מענדעלע מוכר ספרים.
אטעטשמענטס
150px-Tevye.jpg
150px-Tevye.jpg (8.71 KiB) געזען 3872 מאל
250px-Mendele_Mos_Sholem_Aleichem_Ben-Ami_Bialik_Odessa_1910.jpg
250px-Mendele_Mos_Sholem_Aleichem_Ben-Ami_Bialik_Odessa_1910.jpg (16.28 KiB) געזען 3870 מאל
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35431
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

אב"ד ובן בוזי שראו את החידוש, וואס נעמט איר זיך היינט צו מיינע אויסגעדארטע ביינער?

האקט אריין, איך בין געקומען ביט די בלעכענע הויזן... איים יוזד טו איט.

אין בלבי אף תרעומה קלה עליכם, אבל מאת היארמא רב אתם צריכים לבקש מחילה על מה שהשויתם אותו להני אינשי דלא מעלי.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

איז ער געווען א תינוק שנשבה, אויפגעוואקסן אן א חדר וכו'
אדער א פושע להכעיס, יודע את רבונו וכו' ?
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

בערל,
ער איז געגאנגען אין חדר, און ליידער נשפע געווארן פון די רוסישע השכלה.
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

נו, אפשר הייסט עס אויך א תינוק שנשבה, יעך ווייס דאך נישט וואס פאר א חדר ער האט געהאט, איך זאג אלעס נאר בדרך אפשר, ספעציעל אז איך זע אז ער האט לויט טייל פון די באשרייבער דא נישט געשריבן קיין אפיקורסות, ווייס איך נישט, ווייס איך נישט.
בכלל איז אביסל שווער צו פארשטיין וואס דער כי לא ידח ממנו נדח מיינט, ווען דארף מען מלמד זכות זיין און ווען טאר מען נישט, חוץ אויף א מסית איז דא א לאו בפירוש לא תחמול.
דער הייליגער חפץ חיים וואס ער איז געווען דער גרעסטער לוחם איבער שמירת הלשון, אהבת ישראל וכו', איז אויך געווען דער גרעסטער לוחם "קעגן" די רוסישע השכלה, און כ'האב געזען פון ר' אלחנן וואסערמאן זצ"ל הי"ד בשם דעם חפץ חיים אז מ'וואלט ווען געדארפט לוחם זיין ממש בחרב ובחנית קעגן זיי
עכ"פ ס'איז היפש א קאמפליצירטער ענין ווען מ'ווייסט נישט קיין פאקטן, (אפשר אנדערע ווייסן איך ווייס נישט גענוג)
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
שמערי בערי
מ. ראש הקהל
תגובות: 9165
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמערי בערי »

ביטע אפטיילן דעם חלק איבער שלום עליכם'ן אין א באזונדערן אשכול
אוועטאר
האניג
שר האלפיים
תגובות: 2804
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2009 5:32 pm
לאקאציע: אין דער היים, אין האטעל, אין מיין דארמינטארי צימער
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האניג »

פעלט טאקע אויס צו האבן א גאנצע באזונדערע אשכול פאר איין כופר?...
ביז'ן טרינק דארף מען אויך א קרעטשמע.
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

מע
דאס איז נישט קיין אינטרעסאנטע מצבות!! בכלל נישט......
דא זוכט מען אינטרעסאנטע אויפשריפטן אויף מצבות, האט איינער?
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

באקאנט וואס צדיקים האבן געזאגט אויפן פסוק אין משלי, מצרף לכסף וכור לזהב ואיש כפי מהללו, מען דארף נאר זען ווער עס רימט עם.
ווער רימט דעם שלום עליכם, כהיום? ביי וועם איז ער א העלד?
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

יהיה כן האט געשריבן:מע
דאס איז נישט קיין אינטרעסאנטע מצבות!! בכלל נישט......
דא זוכט מען אינטרעסאנטע אויפשריפטן אויף מצבות, האט איינער?


זאג, האסט עפעס קאמפלימענטן אויך?
דאס האב איך געפונען אין מיינע ארכיווען, די מציבה איז דאכציך מיר אין איהעל אדער אין בודאפעסט, דערווייל קריך איך נאכנישט ארויס מיט די מכוון.
אטעטשמענטס
openkraut.jpg
openkraut.jpg (38.57 KiB) געזען 4283 מאל
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

מיללער וועלכע חלק פארשטייסטו נישט
עס איז פון נאך די מלחמה, ווייל ער שרייבט אויף לשון הקודש דעם נוסח וואס מ'שרייבט געווענליך אויף די ענגלישע מצבות.
די ווערטער א יידישע מאמע איז ווארשיינליך געבויעט אויף יאסעלע ראזענבלאטס ניגון א יידישע מאמע
ס'איז אינטערעסאנט ווי ער שרייבט צום סוף
הרבה צאצאים מכבדים את זכרונה, זעט עפעס אויס ווי נישט אלע
אז מ'לעבט דערלעבט מען
יוסלמאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסלמאן »

אין טשעלסי לעבן מאקרובער רבין'ס ציון זענען דא אסאך אינטערסאנטע אידישע מציבות. דער אשכול האט זיך טאקע אנגעהויבן מיט א מציבה אין טשעלסי ווען מ'זעמיר דארט געווען מיט אפאר וואכן צוריק.

כ'בין שוין געווען אין אסאך בתי חיים אין אמעריקע און כ'האב עס קיינמאל בעפאר ניטש באמערקט.

נעקסט טיים אויב איינער איז דארט ביטע נעמן נאך בילדער.

א דאנק
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

דער סקרענטאנער רב האט נאך ווייניג געזאגט, ושם רשעים ירקב, ווען מען דערמאנט א רשע איז א מצוה אים צו שעלטן.
איך ווייס נישט וואס די האסט יא געזען אדער נישט, איך האב גערעד מיט הונדרעטער יודען פון פוילין און גאליציע, און ווען מען האט גערעד פ"וו איז אזא פראצענט פונעם יוגענט אפגעפארען איז איינער פון די תי' געווען ביכער, ושאלתי וואסערע ביכער, והי' התי' מעולם שלום עליכם ביכער, נאך חקר'ן בין איך געוואר געווארען אז שלום עליכם ביכער איז געווען דער שם הכולל, מיט וואס ערליכע יודען האבען מכנה געווען די ביכער. און אויב האט ער זוכה געווען אז שמו נקראת על זה, איז יש דברים בגוי. ואדרבא פרובירט אויס, גייט צו, צו סיי וועלכער וועסט גאליציאנער יוד, איבער 88 און פרעגט אים וואס מיינט א שלום עליכם בוך.
יעצט מה שלא מצאת כלום, שמעתי בשם האדמו"ר מבאבוב ז"ל, וואס האט מסביר געווען, (בשעת ער איז געווען דאס ערשטע מאל אין פאקאנא קעמפ, און מען האט אים פארציילט אז מען האט געטראפען אסאך טרפה'נע ביכער אין דעם קעמפ פון די פריערדיגע בעלי בתים, און מען האט עס מבער געווען) אז אינדערהיים א בחור איז געווען ביחידות מיט אזא ביך (ונקט בלשונו א שלום עליכם בוך) איז געווען א גרויסע נסיון נישט צו ליינען, און אויב ח"ו ער האט עס געליינט איז ער געווען פארטיג, און היינט קען זיין ביכער, ואין אף אחד וואס איז אינטרעסירט, וכו', והסביר, כי כך כוחו של היצר הרע, בשעת א נסיון ברענט מיינט מען אז עס איז עק וועלט, ולאחר זמן קוקט מען צוריק פארשטייט מען נישט בשל מה הרעש, וכדוגמת יצרא דע"ז. ממילא לפי מקומו ושעתו איז ער געווען שולדיג אין טויזענטער או רבבות אפגעפארענער. אבל כהיום קשה להבין.
ב' אפלאכען פון דעם סדר החיים, איז געווען סם ממש, כדוגמת ווי דער מהר"ל איז מסביר פ"וו מאי אהני לן רבנן איז אן אפיקורס, ווייל אז מען צווארפט די ווענט וואס האלטן א מענטש אין די ראמען, איז ער עלול אויף אלעם. משא"כ, כהיום ווייניג פארשטייען פון וואס ער מאכט ליצנות, עכ"פ עס מאכט נישט קיין קשיות אויפן טאטן וכדו'
ג' אחד אמר פעם על דבר מיר שאט עס נישט, וענה לו גדול, מה עשית אז דיר שאט עס שוין נישט ודי
ואודות תינוק שנשבה, הוא נושא שצריכים לדבר בפני עצמו, אבל בקיצור אעיר, א' שהש"ך בהל' רבית פוסק דלא כהרמב"ם רק כהנ"י דמותר ללוות לתינוק שנשבה ברבית, ודינו כמומר. ועוד דהרמ"א אומר דעל תינוק שנשתמד עם אמו אין מתאבלים אלא אוכלים ושותים ושמחים, ובכלל הענין יש אריכות גדול בפוסקים, ואי אפשר לומר, על כל דבר תינוק שנשבה.

יעצט צוריק צו ענין פון מצבות, וואס זענען די תקנות, מעג מען שרייבן מאדנע פון היימישע דאהי?
למשל "גשמים היו מזלפים על מטתה"
אדער "כל ימיו אשר חי' אות הקשת על פניו לא נהי'"
אויף היימישע בתי עולם, אדער נאר פון סקרענטאן והגלילות מעג מען שרייבען
בן בוזי האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:שלום עליכם איז געווען מער כופר ווי יידישיסט, אפי' ער זאל רעדן ריין ענגליש טאר מען נישט נאכזאגען זיינע דברי ניאוץ וכפירה.

דער פושע ישראל איז ארויפגעקומען אויף יענע וועלט מיט זיין פאום אינאיינעם און געכאפט אזאנע מכות, ויצאתם ופשתם כעגלי מרבק, זאגט די גמ' גייט ארויף אויף מינים ואפיקורסים, מסיתים ומדיחים, עס איז קיין ספק אז דער פגר האט געהאט א חלק אין אראפפירען טויזענטער ערליכע קינדער פון ערליכע שטובער פון אידישען וועג מיט זיינע ליצנות וניבול פה, ימח שמם וזכרם.


צוליב די שארפע שפראך וואס כבוד הרב ד'סקרענטאן פא. האט געשריבן וויל איך מזכיר זיין את חטאי היום, איך האב יא געלייענט זיינע ווערק און ס'נישטא דארט קיין איין ווארט וואס גרעניצט זיך מיט ליצנות אויף אידישקייט און כ"ש וכ"ש אויפן רבוש"ע, זיינע ווערק זענען כדברי בד"ץ בלויז הומאר איבער די לעבנסשטייגער פון דאס דארפישע לעבן אין אוקראינה, וכידוע האט איהם זיין מאמע געברענגט אלס קינד צום הייליגער טאלנער און געזאגט אז ער האט א טאלאנט אין שרייבן, האט איהם דער טאלנער געבעטן אז ער זאל נישט שרייבן וועגן אידישקייט, וכנראה האט ער איהם געפאלגט.

דו האסט זיך פארמישט מיט 'מענדעלע מוכר ספרים'
למה זה תשאל לשמי...
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

מיללער האט געשריבן:
יהיה כן האט געשריבן:מע
דאס איז נישט קיין אינטרעסאנטע מצבות!! בכלל נישט......
דא זוכט מען אינטרעסאנטע אויפשריפטן אויף מצבות, האט איינער?


זאג, האסט עפעס קאמפלימענטן אויך?


מיר האבן אייך נישט געמיינט, מיר האבן געמיינט די שלו' עלכם'ניקעס

א חבר מיינער זאגט מיר ער האט געזאגט יארן צוריק ערגעץ דא אין נוא יארק א מצבה, מיט בערך דעם אויפשריפט,
וויסן זאלט איר אלע דורכגייער
דארט ווי איר זענט איצט יעצט
בין איך אמאל געווען
און דארט ווי איך בין איצט
וועט איר אלע דארט זיין

ווערט ס'האט זיך באגעגנט ערגעץ מיט אזא נוסח זאל זיך מעלדן
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5600
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

[b]דער קבר פון היטלערס זיידע אויפן אידישען בית עלמין אין בוק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

א בילד פון א מציבה אויפן בוקארעסטער בית עולם פון א איד וועלכע האט געהייסן אברהם אלי' היטלער, און זיך גערופן מיטן נאמען אדאלף היטלער, דער איד איז נפטר געווארן שוין תרנ"ב, זעהט אויס אז ער האט געהאט אן אייניקל א מפורסם, קען מען זעהן אויף איין בילד ווי עס שטייט געשריבן 'דער קבר פון היטלערס זיידע אויפן אידישען בית עלמין אין בוקארעסט'.

אויפן אונטערשטע בילד זעהט מען אידן מתפלל זיין אויף זיי קבר אין יארע ניינצן דרייסיג.
אטעטשמענטס
yivovd_49721.jpg
yivovd_49721.jpg (2.49 KiB) געזען 4088 מאל
yivovd_49722.jpg
yivovd_49722.jpg (3.33 KiB) געזען 4084 מאל
yivovd_49723.jpg
yivovd_49723.jpg (11.25 KiB) געזען 4085 מאל
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

צום זאך האט געשריבן:עטליכע יאר צוריק בין איך געווען אין די ביה"ח אין ליאדי ניו ג'ערסי ווי עס דא די חלקה פון מתפללי ביה"מ נוסח הארי פון די בראנקס, האב איך באמערקט א אינטערסאנטע זאך נעבן די מציבה פונעם מלאך איז געווען א מציבה וואס ליינט זיך 'פ"נ ר' רובינשטיין' (- לדוגמא, כ'געדענק נישט די לעצטע נאמען) אן קיין ערשטע נאמען, ס'איז מיר געווען א חידוש ווייל די גאנצע מציבה איז געשריבן אויף לשה"ק (וואס ווייזט לכאו' אז ער איז געווען פרומע איד) אבער אן קיין זכר פון זיין ערשטע נאמען.


אינטערסאנט איך בין שוין דארט געווען אפאר מאל אין נישט באמערקט,



ב.ד.וו.
די חלקה פון מתפללי ביה"מ נוסח הארי' פון די בראנקס איז היינט אינטערן בעלות פון בהמ"ד נתיבות עולם און ווילימסבורג, ביה"מ נוסח הארי' איז געווען די בהמ"ד פינעם מלאך (הרה"צ ר' חיים אברהם דובער לעווין) אין די בהמ"ד נתיבות עולם און ווילימסבורג זענען זיינע תלמידים
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מענין לענין, דער מט. חברון סעמעטערי וועלכע פארמאגט א 'סורטש אפשען' פון אלע זייערע נפטרים וועלכע האלט ביי איבער 217,000 ל"ע, מיט פוקנטליכע אנווייזונגען.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35431
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

תלצה? ס'פארא נאמען איז דאס?
אטעטשמענטס
.jpg
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

טעלצא אדער טעלצי איז גאנץ א פאפולערע נאמען דא אין בארא פארק, כ'מיין ביי די באבובער חסידים, מרת וו' די פרוי פון אונזער מנהל המוסד (ס' ב"פ) רא"וו. הייסט אויך אזוי זיי קומען פון א חשוב'ע באבובער משפחה
אז מ'לעבט דערלעבט מען
שרייב תגובה

צוריק צו “בתי עלמין”