בן בוזי האט געשריבן:נעבעך אן אפגעהאקט ביימעלע (אזוי האט מען געמאכט ווען איינער איז ל"ע געשטארבן אינג האט מען געשטעלט א מציבה פון אן אפגעהאקט ביימעלע), יונג געשטארבן דינענדיג אין דער ארמיי, ביי וועלכער קריג איז ער אומגעקומען? מערקט דעם אמעריקאנער פאן ביים שפיץ.
מר. בוזי. לויט די דאטום קוקט אויס אז ער איז ל"ע אימגעקומען אין די לעצטע חודש פונעם ערשטן וועלט קריג. ARGON ON THE FOREST קען באדייטן אז ער איז געווען אין פראנקרייך ערגעצוואו.
דארט שטייט Argonne Forest און דאס איז טאקע געווען סוף פונעם ערשטען וועלט קריג (פון סוף סעמפטעמבער ביז אנהייב נאוועמבער יאר 918' למספרם, וואס דאס איז שוין לויטן אידישן יארגאנג געווען שנת תרע"ט), דאס איז געווען א חלק פונעם דרייפאכיגן גרויסן אפענסיווע וואס די אמעריקאנער און פראנצויזשע ארמייען האבן דורכגעבראכן דעם דייטשן ליניע אויפן מזרח פראנט, זעה דא אביסל אינפארמאציע, אדער פרעג אן ביי מיסטער גוגל איבער Argonne Forest
ביי די Deaths-אפטיילונג אין דעם "ניו יארק טיימס" האב איך מיט עטליכע יאר צוריק געזען א מודעה איבער איינעמ'ס פטירה, שרייבנדיג אז דער נפטר ז"ל האט גאר שטארק ליב געהאט צו שיפלען און צו עסן טשאקלאד טשיפ קוקיס, די מודעה האט אויסגעפירט אז די לויה וועט פארקומען אין טעמפל אהבת שלום אין מאנהעטן.
און ווער עס אי נייגעריג צו וויסען וואס איז געווען זיין דיסעביליטי, גיט מען א קוק ביי די קאורט-פאפירען זעהט מען אז דער איד האט געהאט צוטאן מיט די וועטעראן-אפעירס מיניסטעריום האלטענדיג אז מ'האט אים נישט גענוג קאמפענסירט פאר זיינע מערערע ליידונגען, לבי לבי על חללהים, כי אתה ה' באש הצתה ובאש אתה עתיד לבנותה.
ברויך מען נאר וויסען צו דער זון קומט שטעלן א קראנץ בלומען אדער אפשר זאגט ער גאר א קדיש'ל און טרעפט זיך אן מיט'ן פסק פונעם פארביטערטער פאטער.
ס'איז נאך אפשר שוין נאך פורים אבער דא אויפן בית עולם פונעם ארבעטערס רינג ווי עס ליגן די מיטגלידער פון די בונדיסטישע סאציאליסטישע און יידישיסטישע באוועגונג פון טאראנטא איז נאך פרייליך ביז גאר, דאס איז דער ערשטער מציבה -הארט ביים טויער- פון פילע אנדערע מציבות וואס האבן מיר און מיינע באגלייטער געמאכט אויפגעלייגט און גוטמוטיג, דער באזוך אין דער דאזיגער חלקה איז געווען א שעה של קורת רוח, און איך וועל אייך בל"נ אויך מיטטיילן מיט בילדער פון וואס מיר האבן געזעהן.
(די בילדער פון מקום מנוחתם והציונים של הרבנים והגדולים אשר מנו"כ אין יענער ביה"ח האבן מיר געשיקט קיין קברים דאט קאם און עס ווערט כידוע אין די טעג ארויף געשטעלט פאר אירע באזוכער)
אטעטשמענטס
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected] מורשת חכמי אמעריקא