אינטערעסאנטע אויפשריפטן אויף מציבות

אידישע און אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

יוסלמאן
שר האלף
תגובות: 1698
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2009 9:47 am

אינטערעסאנטע אויפשריפטן אויף מציבות

תגובהדורך יוסלמאן » מיטוואך אוגוסט 12, 2009 3:43 pm

זייענדיג לעצטנס אין טשעלסי אויפ'ן ציון פון מארובער רבין האב איך גענומען א בילד פון אן אינטערסאנע מציבה, געשריבן אויף אידיש. דארט איז דא אסאך אידישע מציבות אבער נישט אסאך אזעליכע.
צוגעלייגטע
ברוך.JPG
ברוך.JPG (34.22 KiB) געזעהן 8993 מאל
הק' יוסף שלמה
מיושבי הקרעטשמע יצ"וו
קומט אריין און כאפט א טרונק (ד')

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 17983
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך אוגוסט 12, 2009 3:47 pm

ר' יוסלמאן, א דאנק פאר די איידיע.

א מצבה מיט א אידישע פאום, קרעדיט דזשואיש דזשען.
צוגעלייגטע
פאום אויף א מצבה.jpg
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1493
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

תגובהדורך בןהרחמן » דאנארשטאג אוגוסט 13, 2009 12:35 am

אמאל זעהענדיג ערגעץ א אינטערעסאנטע מציבה האב איך שוין געטראכט פון אזא אשכול, שכח פארן עס עפענען,

יעצט מיין באשטייערונג, א מציבת באתרי' דמר סקרענטאן פענסילוועניא וואס דער איד ישראל יצחק בן מנשה יעקב שטירבאם האט זיך אליין באשריבן אזוי ווי ער שרייבט אויבן מעשה ידי המציבה הזאת, (קרעדיט א זייטל וואס הרב מסקרענטאן האט עטליכע טעג צוריק אנגעצייכענט, איך געדענק נישט וואו)
צוגעלייגטע
matzeva in scranton PA.jpg

אוועטאר
שמיי_דריי
שר האלף
תגובות: 1308
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 20, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים שרייב טישל ערגעץ ווי אין יודישע וועלט

תגובהדורך שמיי_דריי » דאנארשטאג אוגוסט 13, 2009 1:00 am

דא שטייט אין קליינע ווערטער אונטן "געבארן א איד געלעבט א איד"
צוגעלייגטע
Untitled-1.jpg
Untitled-1.jpg (19.65 KiB) געזעהן 8891 מאל
א חתימה ברויך מען האבן ?

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מוצ"ש אוגוסט 15, 2009 11:30 pm

בןהרחמן האט געשריבן:אמאל זעהענדיג ערגעץ א אינטערעסאנטע מציבה האב איך שוין געטראכט פון אזא אשכול, שכח פארן עס עפענען,

יעצט מיין באשטייערונג, א מציבת באתרי' דמר סקרענטאן פענסילוועניא וואס דער איד ישראל יצחק בן מנשה יעקב שטירבאם האט זיך אליין באשריבן אזוי ווי ער שרייבט אויבן מעשה ידי המציבה הזאת, (קרעדיט א זייטל וואס הרב מסקרענטאן האט עטליכע טעג צוריק אנגעצייכענט, איך געדענק נישט וואו)

איך האב שוועריקייטן אויסצולעזן דאס לעצטע ווארט פונעם לעצטן שורה.

אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1493
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

תגובהדורך בןהרחמן » זונטאג אוגוסט 16, 2009 2:38 am

קרעמער האט געשריבן:
בןהרחמן האט געשריבן:אמאל זעהענדיג ערגעץ א אינטערעסאנטע מציבה האב איך שוין געטראכט פון אזא אשכול, שכח פארן עס עפענען,

יעצט מיין באשטייערונג, א מציבת באתרי' דמר סקרענטאן פענסילוועניא וואס דער איד ישראל יצחק בן מנשה יעקב שטירבאם האט זיך אליין באשריבן אזוי ווי ער שרייבט אויבן מעשה ידי המציבה הזאת, (קרעדיט א זייטל וואס הרב מסקרענטאן האט עטליכע טעג צוריק אנגעצייכענט, איך געדענק נישט וואו)

איך האב שוועריקייטן אויסצולעזן דאס לעצטע ווארט פונעם לעצטן שורה.


דעס מיינסטו?
דיזעס טהוט מיינע ארבייט עוויגן (=אייביגן, פאראייביגן)

אגב, יעצט נאכן איבערקוקן זעה איך אז אונטן שטייט אויף ענגליש WEISS זעהט אויס אז ער האט געהייסן ווייס נישט 'שטירבאם', האב איבערגעקוקט די נוסח קומט מיר אויס אז דארט שטייט שטירב (=געשטארבן) אם (=אין טאג) ז' חשון, קוקט אויס אז ער האט געשטעלט די מציבה נאך ווען ער האט געלעבט אזוי ווי עס שטייט אונטן אין קליינע אותיות אויף ענגליש געבויט דורך E. WEISS 1914 וואס דאס איז געווען 17 יאר פאר ער איז אוועק אין שנת תרצ"ב (1931) נאר ער האט געלאזט ליידיג פלאץ אויפן מציבה אריינצושרייבן דעם דאטום.

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8739
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » זונטאג אוגוסט 16, 2009 2:43 am

א איד האט מיר אמאל פארציילט אז ער האט געזעהן א מצבה ווי פאלגענד (בערך):


פה נטמן
שלום עליכם
די גאנצע וועלט איז אויף צרות
איך האב זיי אלע אויף כפרות
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג אוגוסט 16, 2009 2:43 am

אה, עוויגן / אייביגן, נישט געכאפט.

די שטירבאם כאפ איז אויך א גוטס.

אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1493
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

תגובהדורך בןהרחמן » זונטאג אוגוסט 16, 2009 2:45 am

שמערי בערי האט געשריבן:א איד האט מיר אמאל פארציילט אז ער האט געזעהן א מצבה ווי פאלגענד (בערך):


פה נטמן
שלום עליכם
די גאנצע וועלט איז אויף צרות
איך האב זיי אלע אויף כפרות

;l;p- :cry:

אוועטאר
צום זאך
שר האלפיים
תגובות: 2827
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 25, 2009 3:31 pm
לאקאציע: רעסט עריע

תגובהדורך צום זאך » זונטאג אוגוסט 16, 2009 2:57 am

עטליכע יאר צוריק בין איך געווען אין די ביה"ח אין ליאדי ניו ג'ערסי ווי עס דא די חלקה פון מתפללי ביה"מ נוסח הארי פון די בראנקס, האב איך באמערקט א אינטערסאנטע זאך נעבן די מציבה פונעם מלאך איז געווען א מציבה וואס ליינט זיך 'פ"נ ר' רובינשטיין' (- לדוגמא, כ'געדענק נישט די לעצטע נאמען) אן קיין ערשטע נאמען, ס'איז מיר געווען א חידוש ווייל די גאנצע מציבה איז געשריבן אויף לשה"ק (וואס ווייזט לכאו' אז ער איז געווען פרומע איד) אבער אן קיין זכר פון זיין ערשטע נאמען.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24250
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » זונטאג אוגוסט 16, 2009 2:36 pm

צום זאך האט געשריבן:עטליכע יאר צוריק בין איך געווען אין די ביה"ח אין ליאדי ניו ג'ערסי ווי עס דא די חלקה פון מתפללי ביה"מ נוסח הארי פון די בראנקס, האב איך באמערקט א אינטערסאנטע זאך נעבן די מציבה פונעם מלאך איז געווען א מציבה וואס ליינט זיך 'פ"נ ר' רובינשטיין' (- לדוגמא, כ'געדענק נישט די לעצטע נאמען) אן קיין ערשטע נאמען, ס'איז מיר געווען א חידוש ווייל די גאנצע מציבה איז געשריבן אויף לשה"ק (וואס ווייזט לכאו' אז ער איז געווען פרומע איד) אבער אן קיין זכר פון זיין ערשטע נאמען.


עס איז גאנץ גוט פאר א ליובאוויטשער חלקה צו זיין אין 'ליאדי' אבער דער אמת איז אז דער שטעטל הייסט לאדיי-LODI.

דאס אז אידען האבן נישט געהאט קיין געהעריגע אינפארמאציע דאהי ביים שרייבן מציבות איז ליידער געווען שטארק שכיח, ווען די קינדער האבן זיך גאנץ ווייניג פאראינטערעסירט אינעם פאטער'ס עבר, אבער דאך אזויפיל געפיל געהאט צו טאן זיין רצון אין שרייבען דעם נוסח אויף לשה"ק, טיילמאל נח מיט זיבען גרייזען, די הימל-שרייענדע עם-הארצות איז צומאל מרפסין איגרא.

יוסלמאן
שר האלף
תגובות: 1698
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2009 9:47 am

תגובהדורך יוסלמאן » מאנטאג אוגוסט 17, 2009 8:34 am

טאקע ניטש קיין אידישע אויפשריפט אבער א קינד פון צוויי טאג אלט.
צוגעלייגטע
Picture 111.JPG
Picture 111.JPG (43.7 KiB) געזעהן 8604 מאל
הק' יוסף שלמה
מיושבי הקרעטשמע יצ"וו
קומט אריין און כאפט א טרונק (ד')

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 17983
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג אוגוסט 18, 2009 12:30 pm

וואס פאר א נאמען איז דאס? [קרעדיט jgen]
צוגעלייגטע
vm.jpg
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8739
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » דינסטאג אוגוסט 18, 2009 12:34 pm

אפשר אזוי ווי הערציל? קען זיין מ'האט אים גערופן העצל, און דאס האט מען געשריבן.
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24250
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג אוגוסט 18, 2009 1:05 pm

אדער 'העשיל'

אוועטאר
אינטעליגענט
שר חמש מאות
תגובות: 876
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2008 6:23 pm

תגובהדורך אינטעליגענט » דינסטאג אוגוסט 18, 2009 1:58 pm

איך קען גראדע א פרויען נאמען "הציל".
[כ'האב שוין געהערט וועגן עטליכע מיט דעם נאמען "קראסיל הציל"].

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8739
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » דינסטאג אוגוסט 18, 2009 2:13 pm

יא, כ'האב אויך אזוי געקלערט, אבער דא שטייט "איש" תם וישר...

(בד"וו יענע נאמען איז היצל אדער הוצל)
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג אוגוסט 18, 2009 2:22 pm

דיין ראיה איז נאר פון "איש"? עס שטייט דאך קלאר אז מען רעדט דא פון א האסבענד...

אפשר קען דער ראש הקהל קיין ענגליש :oops:

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24250
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג אוגוסט 18, 2009 2:44 pm

דער 'בית שמואל' דערמאנט נישט אזא נאמען בכלל.

אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1493
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

תגובהדורך בןהרחמן » מיטוואך אוגוסט 19, 2009 1:04 am

עס מסתבר אז ער האט געהייסן הערצל\העשיל ווי מען זעהט אז אויף ענגליש רופט מען איהם אן HARRIS.

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8739
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » מיטוואך אוגוסט 19, 2009 12:15 pm

כ'האב נישט געקוקט אויף די ענגלישע ווערטער, נאר א בליק געטאן אויף דעם נאמען
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...

ליפשיץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 289
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 11, 2009 2:51 pm

תגובהדורך ליפשיץ » מאנטאג אוגוסט 31, 2009 2:48 pm

שמערי בערי האט געשריבן:א איד האט מיר אמאל פארציילט אז ער האט געזעהן א מצבה ווי פאלגענד (בערך):


פה נטמן
שלום עליכם
די גאנצע וועלט איז אויף צרות
איך האב זיי אלע אויף כפרות


פון דער ערשטער מינוט אן, אין אנהויב פון דעם אשכול, ווען איך האב געזען די אידישע אויפשריפטן אויף דער מציבה האט דאס מיר געשמעקט אזוי איי איי איי'דיג. איר פרעגט פארוואס? ווייל איך, פונקט ווי שמערי בערי, האב אויך געהאט אמאל געהערט אז די יידישיסטן, א שטייגער ווי דער באקאנטער 'שלום עליכם', האבן זיך געלאזט אויסקריצן אויף זייערע געדענקשטיינער פאומ'ס וכדומה.

צו באמערקן דאס ליצנות וואס ליגט אין דעם שלום עליכמ'ס געדענקשטיין פאום.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24250
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:50 pm

שלום עליכם איז געווען מער כופר ווי יידישיסט, אפי' ער זאל רעדן ריין ענגליש טאר מען נישט נאכזאגען זיינע דברי ניאוץ וכפירה.

דער פושע ישראל איז ארויפגעקומען אויף יענע וועלט מיט זיין פאום אינאיינעם און געכאפט אזאנע מכות, ויצאתם ופשתם כעגלי מרבק, זאגט די גמ' גייט ארויף אויף מינים ואפיקורסים, מסיתים ומדיחים, עס איז קיין ספק אז דער פגר האט געהאט א חלק אין אראפפירען טויזענטער ערליכע קינדער פון ערליכע שטובער פון אידישען וועג מיט זיינע ליצנות וניבול פה, ימח שמם וזכרם.

אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1293
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

תגובהדורך פרעגער » דינסטאג סעפטעמבער 01, 2009 9:32 am

מיללער האט געשריבן:שלום עליכם איז געווען מער כופר ווי יידישיסט, אפי' ער זאל רעדן ריין ענגליש טאר מען נישט נאכזאגען זיינע דברי ניאוץ וכפירה.

דער פושע ישראל איז ארויפגעקומען אויף יענע וועלט מיט זיין פאום אינאיינעם און געכאפט אזאנע מכות, ויצאתם ופשתם כעגלי מרבק, זאגט די גמ' גייט ארויף אויף מינים ואפיקורסים, מסיתים ומדיחים, עס איז קיין ספק אז דער פגר האט געהאט א חלק אין אראפפירען טויזענטער ערליכע קינדער פון ערליכע שטובער פון אידישען וועג מיט זיינע ליצנות וניבול פה, ימח שמם וזכרם.


מיללער מיללער, נישט אזוי ווילד
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 17983
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג סעפטעמבער 01, 2009 9:49 am

הרב פרעגער, איך זע נישט די ווילדקייט אין מיללער'ס ווערטער, דער כופר האט אפגעפירט גאנצעטע שטיקער כלל ישראל מחיק אביהם שבשמים.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.


צוריק צו “זכור ימות עולם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט