תולדות הישוב בירושלים ובגליל

היסטאריע פון שטעט און ערטער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תולדות הישוב בירושלים ובגליל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

די טעמע פון 'תולדות הישוב הישן בירושלים' איז זייער ברייט און פארצווייגט, כולל די היסטאריע פון די ערשטע עליות החסידים ותלמידי הגר"א, די כוללים און קהילות פון די פארשידענע פראקציעס; חסידים, אשכנזים, פרושים, ספרדים ועוד, די אנשי שם וגדולי ישראל וועלכע האבן אויסגעלעבט זייערע יארען אין ארץ ישראל ועוד.

יעצט אז מ'שטייט אין די ימי אבילות פונעם חורבן ביהמ"ק איז דאך אקטועל דער ענין פון נעלה את ירושלים, ווען מיר זענען מתפלל נחם את אבלי ציון וירושלים איז נישט כדאי צו זיין פון די וואס ער נביא זאגט ציון הוא דורש אין לה, איז אפשר ווערט אז מיר זאלען לכה"פ ווידמען אן אשכול איבער דעם ענין (הגם עס איז נישט דער ירושלים של מעלה אויף וועלכע מיר ווארטן און ווייט נישט קיין דמיון צו וואס מיר האבן פארלוירן, אבער לעורר את הלבבות קען עס האבן א שטיקל באדייט).

פונקט פארגאנגענעם שב"ק האב איך נאכאמאל געזעהן וואס דער חת"ס ז"ל זאגט אין א הספד נאך דעם באקאנטן ערד-ציטערניש אין צפת, אז לדעתו איז דאס געווען אן עונש ווייל אידן האבן איבערגעלאזט ירושלים זיך צו באזעצן בערי הגליל וירושלים תבע את עלבונה, ער איז דארט מאריך אויך איבער די הילולא דרשב"י וועלכע ווערט יערליך געפראוועט אין מירון טענה'נענדיג אז דאס איז קעגן אונזער קבלה (וכבר דשו בה רבים לתרץ טענת החת"ס), און ער דערמאנט אויך דארט אז דער פ'את השולחן' ר' ישראל משקלוב האט געהאלטן אז די פירוד הלבבות צווישען די כוללים האט צוגעפירט צו די טראגעדיע.

אויף היברו-בוקס איז דא אזויפיל ווי 109 חיבורים פון א געוויסען פנחס בן צבי גראיבסקי, וועלכער שיינט צו זיין א גרויסער חוקר ובקי בתולדות הישוב, איך האב דערווייל נישט געטראפן קיין תולדות איבער אים שטעל איך נישט קיין לינק צו זיינע ווערק וועלכע נעמט ארום יעדן אספעקט פון דעם ישוב הישן וחכמיה, און אלע קורות הדורות פון יענע אומגעגנט.

ווייסט איינער מער פרטים איבער דעם מחבר?
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

ר' פנחס מרדכי ב"ר צבי גראיבסקי נולד בשנת תרל"ג, בשנים תרנ"ג תרצ"ח היה המפקח והמנהל הפנימי של בית החולים 'ביקור חולים' (דער שפיטאל איז יעצט אין די נייעס ווי חרדישע אידן ווילן אהין גיין אנשטאט הדסה) ונפטר בשנת תש"א - בזכותו השתמר רוב ההיסטוריא של הישוב בירושלים בימים ההם, שהוא הנציחם בעשרות ספריו ומאמריו שפרסם בספרים ירחונים מאמרים וכו'.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

א דאנק אייך ר' יהי',
עטליכע הערות קודם דעם נאמען 'מרדכי' דערמאנט נישט אויף קיין איינע פון די ספרים, איך זעה טאקע אין היברו-בוקס אויך אזוי אויף זייער מפתח, אבער מה המקור?

נולד בתרל"ג, בעיר?
מפקח ומנהל בית החולים, גשמי או רוחני?
נפטר בתש"א, הניח בנים?
ער איז געווען אן ערליכער?
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

וויפיל כהאב גענאשט פון דא און דארט, האבעך דערווישט די אויבנדערמאנטע פרטים, און נאך אפאר ברעקליך וואס וועסט שוין אליינס שופט זיין ווי ערליך ער איז געווען, און וואס הייסט ביי דיר 'ערליך'
היה לו אח בשם הרב יעקב גאלדמאן שהיה סופר בהעתון 'המליץ' ו'החבצלת', וכנראה מספרותו שהיה חבר עם פינס, ומיכלין, ונראה שנולד בירושלים, כי הוא מספר מהגאון רבי שמואל סאלאנט שהכירו בקטנותו
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

דו דערמאנסט מיך פון יענעם וואס האט מיר אמאל געענטפערט אויף אן ענליכע שאלה 'רעליגיעז איז א רעלאטיווע טערמין' ודו"ק.

בקיצור, כ'האב טאקע דאס געמיינט, ווייל איך זעה ער באשרייבט ביאליק מיט אזא הערצה, אולי היה ציוני-דתי אבל בוודאי שלא היה רב וכדומה.

פאלגענד איז א ליסטע פון מושבות וואס ער ברענגט אין איינע פון די חיבורים בשנת תר"ץ מיט שנת התייסדותם צו דער געלעגנהייט פון די גרינדונג פונעם מושב 'נחלת השבים' וואס א גרופע פון 45 שובי"ם פון ניו-יארק האבן פינאנצירט.

די פריעסטע רעכנט ער 'פתח תקוה' אין וועלכע ר' עקיבא יוסף שלעזינגער ז"ל דער 'לב העברי' איז געווען שטארק אינסטרומענטאל אין באצוג מיט זיין 'קאלאניע' שיטה פון תורה עם דרך ארץ, ער שרייבט אז אויך זיין שווער האט באמת געוואלט עולה זיין קיין אר"י אבל לא עלתה בידו.

גאר באקאנט איז די נסיעה פון הגרי"ח זונענפעלד מיט הראי"ה קוק באזוכענדיג די מושבות ארום ארץ ישראל, אסאך איז שוין געשריבען פון אלע צדדים דערוועגן מיט פארשידענע אנקעדאטן ארום-און-ארום (אלס קינד האב איך געלייענט אין 'ליכט שטראלן' דערוועגן לפי דרכו).
אטעטשמענטס
1a.jpg
1-b.jpg
hebrewbooks_org_36855_21.jpg
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

א רב איז ער נישט געווען, אפשר א ציוני דתי.
אז דו דערמאנסט שוין די ליכט שטראלן, 'די הימלדיגע שטאט' מעשה'לעך איז גאנץ מעגליך קומט א גרויס חלק פון עם
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

אפשר קען איינער אויסרעכענען וויפיל די מושבות דערמאנט אויבן זענען געגרינדעט געווארן דורך פרומע אידן אזוי ווי פתח-תקוה, און וועלכע פון די זענען היינט דא פרומע אידן.

אויף די צווייטע שאלה זעה איך;
בני ברק
כפר סבא (היינט נאך אויך?)
פתח תקוה
ראשון לציון
רחובות
רמת גן
בנימינה (היינט אויך?)
חדרה
כפר גדעון
בית וגן
יבנאל
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

דערזייט מען ארבעט צוצושטעלן זידלונגען פאר די פארטריבענע פון 'גוש קטיף' און אנדערע ישובים, ארבעט מען מיט א שנעלע אימפעט אין פארשידענע אומאויפגעבויעטע געגנטן, אינדערצווישען האט מען מגלה געווען עטליכע גאר היסטארישע ענינים ווי א מקוה טהרה מימות תקופת החשמונאים.

אזוי אויך האט דער ישראלישער נייעס-קוואל 'אתרוג' דעטאלירטע באריכטען מיט בילדער איבער פארשידענע ארכעלאגישע אויפדעקונגען מימות בית שני ארום דעם מקום המקדש און מקוואות טהרה אינעם 'רובע ההורידאנו' אין ירושלים, וואס איז אינטערעסאנט צו לייענען.

לייענט דא נאך פארשידענע מאמרים איבער היסטארישע ערטער אין ארץ ישראל און אנדערע פלעצער.
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

מאתר 'אתרוג' פרק ג' המשך להנ"ל,
וואו אויך קאנט איר דארט ליינען פרקים ד' און ה'.
ועמך כולם צדיקים
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1738
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרעגער »

מיללער האט געשריבן:אפשר קען איינער אויסרעכענען וויפיל די מושבות דערמאנט אויבן זענען געגרינדעט געווארן דורך פרומע אידן אזוי ווי פתח-תקוה, און וועלכע פון די זענען היינט דא פרומע אידן.



חלק גדול מהמושבים אפילו אותם שנתייסדו ע"י יהודים דתים וחרדים, כבר היו מקולקלים בשנת תרע"ד בעת מסע התשובה של הרב קוק והגרי"ח זוננפלד זצ"ל, הרב הורוויץ משטראסבורג שהשתתף בהנסיעה רושם ביומנו 'אלה מסעי' מצב הרוחני של המושבים ושל היוגענט.
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

פרעגער האט געשריבן:הרב הורוויץ משטראסבורג
ממתי הוא היה משטראסבורג ?

לפי ידיעתי היו קוראים אותו בשם דער פראנקפורט'ער ראבינער.
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1738
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרעגער »

ביקסאד האט געשריבן:
פרעגער האט געשריבן:הרב הורוויץ משטראסבורג
ממתי הוא היה משטראסבורג ?

לפי ידיעתי היו קוראים אותו בשם דער פראנקפורט'ער ראבינער.


תגובה זו כבר הגבת באשכול אחר, ובכל זאת לא שניתי....
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

וגם שמה לא ענית לי, אתה חושב שהתעלמות פירושו ידיעה ?
אדרבה אם כנים דבריך, תרחיב את הדיבור אודות רבי יונתן בנימין.
ועמך כולם צדיקים
כגעדענק נישט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כגעדענק נישט »

גראייבסקי האט טאקע פיעל געשריבן

עס זענען דא אנדערע אויך לפניו ולאחריו, הרב יהוסף שווארץ (תבואות הארץ), ער איז געווען א אדם גדול ממש געלערנט תורה מתוך הדחק, ער האט אויך געשריבן תשובות דברי יוסף

ר' אריה לייב פרומקין בעל תולדות חכמי ירושלים (אבן שמואל מהדורה ראשונה של כרך ראשון) אויך געווען א פייערידעגר איד ווי מען זעהט אין די הערליכע הסכמות און אין די 3 בענדער תולדות חכמי ירושלים און (די פערטע איז פון הערויסגעבער ריבלין און מען זעהט דארט און אין די הערות צום ספר גופא דעם חילוק פון דעם פארצייטישן פרומקין צום מאדערנעם ריבלין)

אברהם משה לונץ (ירושלם, לוח ארץ ישראל, ועוד צענדליגער ביכער און מאמרים און א פירוש אויף ירושלמי ברכות) געווען א ניש'קשה דיקער פרומער געווען באפריינדעט מיט ישראל בער פרומקין-ראדקינסאהן רעקאקטאר פונעם חבצלת געווידמעט געגן פרומע אידן אבער אין אלגעמיין איז ער בעסער געווען פאר איהם. איראניש איז אז אין זיינע פריע צוואנציג אומגעפעהר איז ער ל"ע גענצליך בלינד געווארן אויף ביידע אויגן אבער ער איז אנגעגאנגען מיט זיין ארבעט און פארשונג אומגעשטערט - פרעגט מיר נישט ויאזוי ווייל נישט איך ווייס און נישט איך וויל וויסן קיינעם געוואונטשן אזעלכע צרות

ועוד
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

דעם עוכר ישראל לונץ באטיטעלט איר אלס פרומער ? אתמהה !
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
יודל מענדלזאהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3111
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 09, 2008 4:19 pm
לאקאציע: ואנה מפניך אברח?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודל מענדלזאהן »

כגעדענק נישט האט געשריבן:

אברהם משה לונץ (ירושלם, לוח ארץ ישראל, ועוד צענדליגער ביכער און מאמרים און א פירוש אויף ירושלמי ברכות) געווען א ניש'קשה דיקער פרומער געווען באפריינדעט מיט ישראל בער פרומקין-ראדקינסאהן רעקאקטאר פונעם חבצלת געווידמעט געגן פרומע אידן אבער אין אלגעמיין איז ער בעסער געווען פאר איהם.



מסתמא מיינט איר צוזאגן אז ער איז געווען א שות"ומ. מעגליך. אין זיינע יונגע יארן האט ער אויך געהייסן א גרויסע עילוי. ער איז אבער געווען א היבשער ציוניסט דערצו. רב קוק איז אויך געווען א פרומער, ווייסט איר דאך אוודאי. גאר א פרומער...

מיר איז גענוג דאס אז ער איז געווען א חבר אין ועד הלשון העברית.

פון וויקיפעדיע:
ועד הלשון העברית הוא ארגון שנוסד על ידי אליעזר בן יהודה וליווה את תחיית הלשון העברית בארץ ישראל. לימים הפך הארגון לאקדמיה ללשון העברית.

די חברה אין וועד זענען אייגענטליך אויך געווען שותו"מ. און טאקע לא על חינם הלך הזרזיר...
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

גאר א חשובע חבורה,

דער מייסד הנ"ל האט די זכיה, אז עד היום האט מען קיין איינעם נישט געלייגט אין זיינע ארבע אמות . . .
ועמך כולם צדיקים
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

אין 'דער הימלדיגע שטאט' אדער 'ירושלים של מעלה' איז פאראן א מעשה'לע ביי הגרי"ח זוננפעלד, (אדער רי"ל דיסקין, כגעדענק נשט פונקליך) וואס האט צוריסן א כתובה ביי א סידור קידושין, ווען ער האט געזעהן דערויף די ווערטער 'נדפס בדפוס לונץ'
נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחמן נתן »

א אלטען ירושלימ'דיגער כינוס רבנים [יאהר 1920].
אטעטשמענטס
Kines_Raboonim_Yerushaleim_1920.jpg
Kines_Raboonim_Yerushaleim_1920.jpg (27.28 KiB) געזען 3809 מאל
לחיים ולברכה!
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35246
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

ר' נחמן נתן, איר דערקאנט דא בכלל איין רב?

דאס איז עפעס א ציונ'יסטשער פארזאמלונג.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5596
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

בעז"ה האב איך נעכטן ערהאלטן אן אריגינעלער אוצר זכרונותי פון אייזנשטיין, איז מיר געווארן גרינגער צו ליינען דערפון און טרעפן אינטערעסאנטע ענינים, איז דא דארט באשריבן צוויי פון זיינע נסיעות קיין ארץ ישראל, און עס אנטהאלט זייער חשובע און אינטערעסאנטע פרטים איבער אלעמען.

ערשטע נסיעה תרנ"ט

זיין צווייטע נסיעה בשנת תרפ"ו
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחמן נתן »

farshlufen האט געשריבן:ר' נחמן נתן, איר דערקאנט דא בכלל איין רב?

דאס איז עפעס א ציונ'יסטשער פארזאמלונג.

ניין, קיין אינפארמאציע איבער דעם בילד.
לחיים ולברכה!
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

אויפן בילד אין די צווייטע שורה דערקענט מען די ספרדישע רבנים (דורך זייער קאפ-צודעק) ווארשיינליך איז איינע פון זיי הרב עוזיאל.
נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחמן נתן »

אלט-שטאט ירושלים אמאל
קרעדיט: הירשל ציג
אטעטשמענטס
old_city_of_Jerusalem.jpg
לחיים ולברכה!
שרייב תגובה

צוריק צו “עיר ועיר”