טיטאניק: די אידישע היסטאריע דערפון

דאקומענטאציע און זכרונות פונעם אמאליגן וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

חוקר משפחות
שר מאה
תגובות: 246
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 16, 2016 9:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוקר משפחות »

יואל ווייס האט געשריבן:(טאבאקא, איך בין געווען נאכאמאל אויף דער יארכע...)

ראמני 08 האט געשריבן:
נחמן נתן האט געשריבן:איך האב אויך געזעהן די מציבה פונעם בחור וועלכער איז געווען אויפן שיף, איך געדענק נישט אז עס זאל שטיין די ווערטער אז דאס איז נאר א זכר, ווי צוביילטע"ר האט געשריבן.



לויט ווי איך געדענק שטייט צוויי דאטומען איינס ווען מען האט אים געטראפן די צווייטע ווען ער איז געקומען לקבורה וואס איז געווען איטליכע חדשים נאכן געפונען ווערן

באט כבין נישט זיכער


בייגעלייגט בילדער פון דעם אינטערעסאנטן מציבה
און דער אויפשריפט דערויף:

פ"נ‬‬
‫‫הבחור המשכיל יעקב ז"ל בן מו' ירוחם‬‬
‫‫בירנבוים מקראקא, בן כה שנים‬‬
נטבע בשבר טיטאניק ביום כ"ח ניסן‬‬
‫‫ואחר י"ב ימים נמצאה גויתו על הים‬‬
‫‫והובל לקברות ביום א"ח (לכאו' אסרו חג) שבועות‬‬
תרע"ב לפ"ק‬‬
‫‫י"י משפטיך תהום רבה‬‬
‫‫עול ימים בחיר בשנים ירד מצולה‬‬
קבר מצא ?? חיים בארץ הנשיה‬‬
במרומים תמצא נפשו תחיה‬‬
‫‫תנצב"ה‬‬

Titanic copy.jpg
Titanic top.jpg
Titanic words.jpg


--------------------------------

אויך האב איך געפונען אן אנציקלאפידיע איבער'ן טיטאניק און זיינע קרבנות:


‫‫http://www.encyclopedia-titanica.org/titanic-victim/jakob-birnbaum.html‬‬

אמר ה' מבשן אשיב אשיב ממצולות ים


על הבחור יעקב בירנבוים מקראקא, משפחתו ויחוסו ראו כאן
mar0was
שר חמש מאות
תגובות: 504
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2009 9:44 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך mar0was »

צדיק מושל האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:צווישען די רייזענדע זענען געווען די פרייע-אידישע 'שטרויס' פארפאלק, דער מאן איזידאר שטרויס פון דייטשען אפשטאם איז געווען א עושר מופלג און א שותף און די באקאנטע 'מעיסיס' דעפארטמענט געשעפטן, מיט זיין ווייב איידע זענען געווען אויפן וועג אהיים פון דייטשלאנד קיין אמעריקא ווען די שיף האט אנגעהויבען זינקען און דער קאפיטאן האט אויסגערופען אז פרויען און קינדער האבן פארצוג געראטעוועט צו ווערן דורך די שיפלעך, דערציילט די לעגענדע אז מר. שטרויס האט זיך געזעגנט פון זיין פרוי צושטימנדיג אז כאטש זי זאל גיין זיך פרובירען צו ראטעווען, האט זי אבער געזאגט 'מיר האבן אינאיינעם געטרינקען דעם כוס העשירות ביים לעבן, וויל איך אינאיינעם טרינקען דעם כוס התרעלה און נקבר ווערן דא צוזאמען מיט דיר'.

למעשה איז איר וואונטש ערפילט געווארן און צוזאמען מיט נאך הונדערטער רייזנדע איז די שטרויס פארפאלק איינגעזינקען במצולות ים, מיט יארען שפעטער האט א בריטישע קארגא-שיף אנטעדקט די קערפער פון איזידאר, און ער איז געקומען לקבר ישראל אין וואדלאון סעמעטערי אין די בראנקס.

ר' יוסף מאיר לעווין פון סינסינעטי אין זיין חיבור 'לבית דוד סי' ט"ז שרייבט אראפ א הספד וואס ער האט געזאגט אין זיין קהילה נאך די טראגעדיע, ווי ער באוויינט מיט פארביגע קאלירען דאס טויס פון מר. ומרס. שטרויס און ברענגט ארויס די מעשי הצדקה וואס זיי האבן געטאן בחייהם.

יהודה דוד אייזנשטיין, דער באקאנטער אמעריקאנער חוקר און שרייבער, דערמאנט די 'טיטאניק' טראגעדיע און זיין טאג-בוך אוצר זכרונותי זייט 122 ווי ער פארציילט די שטרויס עפיזאד.

מדה טובה מרובה, וואלט ווען געווען כדאי צו דערמאנען דא זיין ברודער נתן שטרויס,
וועלכער האט גאר אסאך געהאלפן בממון דעם ישוב הישן אין ירושלם עיה"ק תובב"א,
און צוליב רחמנות [פון זיין ווייב] איז ער דארט געבליבן העלפן און געראטעוועט געווארן בגוף פון דעם טיטאניק טראגעדיע.


די שטרויס ברידער מיט זייערע ווייבער זענען געווען אויף א באזוך אין איירופע, דערנאך האבן זיי מחליט געוען זיך אריבערצוכאפן קיין ארץ ישראל.
נאך א וואך אין ארץ ישראל האט יצחק (איזידאר) געזאגט אז ס'איז צייט צוריק צופארן, אבער זיין ברידער נתן איז געווען זייער איבערגענומען פון ארץ ישראל און האט געזאגט אז ער וויל נאך פארבלייבן.
יצחק האט זיך פאר'עקשנ'ט און איז צוריקגעפארן מיט זיין ווייב קיין ענגלאנד פון ווי ער האט געזאלט צוריק פארן קיין אמעריקא מיט'ן טיטאניק ווי ער איז ליידער אומגעקומען, זיין ברידער נתן איז פארבליבן אין ארץ ישראל, ווי ער האט פארטיילט אסאך צדקה, ווי אויך האט ער פינינצירט דאס בויען פונעם שטאט נתניה ונקרא על שמו.
mar0was
שר חמש מאות
תגובות: 504
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2009 9:44 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך mar0was »

אין מאנטריאל איז געקומען לקבורה א אידישע אומגעקומענער פונעם טיטאניק, זיין נאמען איז געווען ליאפאלד ווייס, מקום מנוחתו איז אין די באראן הירש בית החיים (אויף דע-לע-סאוואן), [ער ליגט אין section 1, שורה 12 קבר 6].


אין האליפאקס (נאווא-סקאשיא, קאנאדא) איז דא 10 קברים פון טיטאניק אומגעקומענע אין די ארטיגע אידישע באראן הירש בית החיים, נאר צוויי פון זיי האבן נעמען, די איבריגע זענען נישט געווארן אידענטיפיצירט, און זיי האבן נאר די דאטום אין זייער נומער (א נומער וואס יעדע אומגעקומענער האט באקומען ביים ארויסשלעפען אין האליפאקס).

למעשה שטעלט זיך אויס אז קיינער פון די 10 זענען נישט קיין אידן, ס'איז געווען א טעות ביים אידענטיפיצירן, מ'האט אידענטיפיצרט 18 אידן, און די רב האט אין א געיעג זיי געוואלט ברענגען לקבורה פאר שבת, אבער ווען די אוטאריטעטן האבן זיך דערוואוסט אז מען האט גענומען אומגעקומענע אהן ערלויבעניש, האבן זיי דאס גלייך אפגעשטעלט, און נאר 10 פון די 18 זענען געקומען לקבורה דארט.
mar0was
שר חמש מאות
תגובות: 504
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2009 9:44 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך mar0was »

mar0was האט געשריבן:אין מאנטריאל איז געקומען לקבורה א אידישע אומגעקומענער פונעם טיטאניק, זיין נאמען איז געווען ליאפאלד ווייס, מקום מנוחתו איז אין די באראן הירש בית החיים (אויף דע-לע-סאוואן), [ער ליגט אין section 1, שורה 12 קבר 6].


אין האליפאקס (נאווא-סקאשיא, קאנאדא) איז דא 10 קברים פון טיטאניק אומגעקומענע אין די ארטיגע אידישע באראן הירש בית החיים, נאר צוויי פון זיי האבן נעמען, די איבריגע זענען נישט געווארן אידענטיפיצירט, און זיי האבן נאר די דאטום אין זייער נומער (א נומער וואס יעדע אומגעקומענער האט באקומען ביים ארויסשלעפען אין האליפאקס).

למעשה שטעלט זיך אויס אז קיינער פון די 10 זענען נישט קיין אידן, ס'איז געווען א טעות ביים אידענטיפיצירן, מ'האט אידענטיפיצרט 18 אידן, און די רב האט אין א געיעג זיי געוואלט ברענגען לקבורה פאר שבת, אבער ווען די אוטאריטעטן האבן זיך דערוואוסט אז מען האט גענומען אומגעקומענע אהן ערלויבעניש, האבן זיי דאס גלייך אפגעשטעלט, און נאר 10 פון די 18 זענען געקומען לקבורה דארט.


איך בין געווען די פארגאנגענע וואך אין די באראן הירש בית החיים, איך האב געוואלט אפירזוכן די דערמאנטע קבר פון ליאפאלד ווייס, אבער וויבאלד עס איז געווען רעגענדיג האב איך זיך נישט פארזוימט צו לאנג און איך האב עס נישט געטראפן.

אבער זוכענדיג אויפן אינטערנעט האב איך געטראפן א בילד פון זיין מציבה.
אריה בן אברהם אבינו... איך וויס נישט צו ער איז געווען א גר אדער מ'האט געשריבן אברהם אבינו ווייל מ'האט נישט געוואוסט ווער איז געווען זיין טאטע.
ער האט ליידער חתונה געהאט מיט א גויטע, זי איז באגראבן אין איינס פון די גוי'ישע סעמעטעריס אין מאנטריאל מיט א צלם אויפן שטיין.

53820937_135128141985.jpg
53820937_135128141985.jpg (37.7 KiB) געזען 4270 מאל
נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8004
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

mar0was האט געשריבן:
צדיק מושל האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:צווישען די רייזענדע זענען געווען די פרייע-אידישע 'שטרויס' פארפאלק, דער מאן איזידאר שטרויס פון דייטשען אפשטאם איז געווען א עושר מופלג און א שותף און די באקאנטע 'מעיסיס' דעפארטמענט געשעפטן, מיט זיין ווייב איידע זענען געווען אויפן וועג אהיים פון דייטשלאנד קיין אמעריקא ווען די שיף האט אנגעהויבען זינקען און דער קאפיטאן האט אויסגערופען אז פרויען און קינדער האבן פארצוג געראטעוועט צו ווערן דורך די שיפלעך, דערציילט די לעגענדע אז מר. שטרויס האט זיך געזעגנט פון זיין פרוי צושטימנדיג אז כאטש זי זאל גיין זיך פרובירען צו ראטעווען, האט זי אבער געזאגט 'מיר האבן אינאיינעם געטרינקען דעם כוס העשירות ביים לעבן, וויל איך אינאיינעם טרינקען דעם כוס התרעלה און נקבר ווערן דא צוזאמען מיט דיר'.

למעשה איז איר וואונטש ערפילט געווארן און צוזאמען מיט נאך הונדערטער רייזנדע איז די שטרויס פארפאלק איינגעזינקען במצולות ים, מיט יארען שפעטער האט א בריטישע קארגא-שיף אנטעדקט די קערפער פון איזידאר, און ער איז געקומען לקבר ישראל אין וואדלאון סעמעטערי אין די בראנקס.

ר' יוסף מאיר לעווין פון סינסינעטי אין זיין חיבור 'לבית דוד סי' ט"ז שרייבט אראפ א הספד וואס ער האט געזאגט אין זיין קהילה נאך די טראגעדיע, ווי ער באוויינט מיט פארביגע קאלירען דאס טויס פון מר. ומרס. שטרויס און ברענגט ארויס די מעשי הצדקה וואס זיי האבן געטאן בחייהם.

יהודה דוד אייזנשטיין, דער באקאנטער אמעריקאנער חוקר און שרייבער, דערמאנט די 'טיטאניק' טראגעדיע און זיין טאג-בוך אוצר זכרונותי זייט 122 ווי ער פארציילט די שטרויס עפיזאד.

מדה טובה מרובה, וואלט ווען געווען כדאי צו דערמאנען דא זיין ברודער נתן שטרויס,
וועלכער האט גאר אסאך געהאלפן בממון דעם ישוב הישן אין ירושלם עיה"ק תובב"א,
און צוליב רחמנות [פון זיין ווייב] איז ער דארט געבליבן העלפן און געראטעוועט געווארן בגוף פון דעם טיטאניק טראגעדיע.


די שטרויס ברידער מיט זייערע ווייבער זענען געווען אויף א באזוך אין איירופע, דערנאך האבן זיי מחליט געוען זיך אריבערצוכאפן קיין ארץ ישראל.
נאך א וואך אין ארץ ישראל האט יצחק (איזידאר) געזאגט אז ס'איז צייט צוריק צופארן, אבער זיין ברידער נתן איז געווען זייער איבערגענומען פון ארץ ישראל און האט געזאגט אז ער וויל נאך פארבלייבן.
יצחק האט זיך פאר'עקשנ'ט און איז צוריקגעפארן מיט זיין ווייב קיין ענגלאנד פון ווי ער האט געזאלט צוריק פארן קיין אמעריקא מיט'ן טיטאניק ווי ער איז ליידער אומגעקומען, זיין ברידער נתן איז פארבליבן אין ארץ ישראל, ווי ער האט פארטיילט אסאך צדקה, ווי אויך האט ער פינינצירט דאס בויען פונעם שטאט נתניה ונקרא על שמו.


געווען באשריבן די וואך אין "די צייטונג" אדער אין "דער איד"
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

"דער נאסער קבר"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

אפריל 15 1912. 106 יאהר צוריק.

.

חורבן טיטאניק
"דער נאסער קבר"

פון שלמה שמולעוויץ

1.
אך טרויערט,
בעדויערט,
דעם גרויסען, פרישען בראך,
זאלן טרעהרען,
זיך מעהרען,
און פליסען נאך און נאך.
זאלן וויינען רייך און ארעם,
ניט זאלעווען קיין טרעהר,
אויף די טיעפע, נאסע קברים,
פון שוידערליכען מעער.
דעם ים איז יעצט געלונגען,
זיין ווילדע טייפעל שפיעל,
אין אבגרונד האס ער פערשלונגען,
קרבנות, לעבענס פיעל.
ער האט געצייגט זיין קראפט,
אך! שרעקליך! שוידערהאפט!

פ'
מענש מעגסט אמבעסטען,
שארפען דיין מח,
קענסט זיך ניט מעסטען
מיט דעם ים'ס כח.
מעגסט זיך ווי קליגען,
ער איז דיר גובר,
אט מוזסטו ליעגען
אין זיין נאסען קבר...

.2
די פריידען, פו יעדען,
וואס איז אין שיף אריין,
אויף דיעזען, דעם ריעזען,
א פאסאזשיר צו זיין.
טיטאניק וועט זיי פיהרען,
קיין שפאס, עס איז א גליק.
מען וועט זיך אמוזירען,
מיט טהעאטער, מיט מוזיק.
א רעגעלע קאמעדיע,
א לעבעדיגע וועלט,
דאך אויף אויף אזא טראגעדיע,
האט זיך קיינער פארגעשטעלט.
דערטרונקען איז די פרייד,
געבליעבען איז די לייד.

(פ')

3.
אט שטעהען, מיט װעהען,
די טויזענדע אין נויטה,
און ווייסען. אז שטויסען
וועט זיי צום גרונד דער טוידט.
אט שרייט מען געהט זיך רעטען,
אין שיפלאך, פרויען, שנעל,
ניט וואגען זאל בעטרעטען,
קיין מאן גאר יענע שטעל.
דאן הערט א פרויען זעעלע,
װאס קען א זאג טהאן דאן,
איך געה ניט פון דער שטעלע,
איך שטארב דא מיט מיין מאן...
זאלען עהרען קליין און גרויס,
דעם נאמען איידא שטראוס !

(פ)
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15939
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

Re: טיטאניק: די אידישע היסטאריע דערפון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

Untitled.gif
Untitled.gif (203.65 KiB) געזען 2857 מאל
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

Re: טיטאניק: די אידישע היסטאריע דערפון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

קיקיון האט געשריבן:
Untitled.gif

פון וואנעט קומט די בלאט?
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15939
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

Re: טיטאניק: די אידישע היסטאריע דערפון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

Binyan the children's section of Hamodia
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

Re: טיטאניק: די אידישע היסטאריע דערפון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

איר וועט אין נאענטן קענען אליינס בויען דעם טיטאניק מיט די הילף פון די פירמע 'לעגאו'. עס קומט מיט 9090 שטיקלעך מיט אלע היסטארישע דעטאלן ווי די אריגינעלע שיף איז געבויט געווארן און וועט קאסטן ארום $630 דאלאר
https://www.lego.com/en-us/product/lego-titanic-10294
אוועטאר
פומפדותא
שר האלפיים
תגובות: 2684
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 13, 2015 1:16 am

Re: טיטאניק: די אידישע היסטאריע דערפון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פומפדותא »

איך האב געטראפן א קלארע בילד פון די מצבה פון דעם בחור וואס איז געשטארבן אויף די טיטאניק
ווערט דערמאנט אויף די ערשטע בלאט viewtopic.php?p=377659#p377659


פ"נ
הבחור המשכיל יעקב ז"ל בן מו' ירוחם בירנבוים מקראקא. בן כה שנים
נטבע בשבר טיטאניק ביום כ"ח ניסן
ואחר י"ב ימים נמצאה גויתו על הים
והובל לקברות ביום א"ח שבועות
תרע"ב לפ"ק

י' משפטיך תהום רבה
עול ימים בחיר בשנים ירד מצולה
קבר מצאנו? חיים בארץ הנשיה
במרומים תמצא נפשו תחיה

תנצבה

JACOB BIRNBAUM
טיטאניק מצבה
טיטאניק מצבה
IMG-20220429-WA0037.jpg (81.67 KiB) געזען 2134 מאל
בילד
מיין_מיינונג
שר מאה
תגובות: 115
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 30, 2022 5:46 pm

Re: טיטאניק: די אידישע היסטאריע דערפון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיין_מיינונג »

פרישע בילדער פון די טיטאניק, גענומען דורך סאפיסטיקירטע digital scans
https://www.bbc.com/news/science-environment-65602182
אוועטאר
הארזים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5251
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: טיטאניק: די אידישע היסטאריע דערפון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

מיין_מיינונג האט געשריבן: מיטוואך מאי 17, 2023 6:19 pm
פרישע בילדער פון די טיטאניק, גענומען דורך סאפיסטיקירטע digital scans
https://www.bbc.com/news/science-environment-65602182
אטעטשמענטס
אידישע ווינקל
אידישע ווינקל
IMG_20230521_142249_884.jpg (235.45 KiB) געזען 1735 מאל
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

אוועטאר
איךביןעס
שר מאה
תגובות: 131
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 17, 2013 5:32 pm

Re: טיטאניק: די אידישע היסטאריע דערפון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איךביןעס »

א שיף וואס פלעגט נעמען טוריסטן אראפצודייוון צו די טיטאניק איבערבלייבענישן, פאר א פערטל מיליאן דאלאר פער מענטש, האט איינגעזינגקען. דאס ברענגט צוריק ארויף די טיטאניק נייעס אויף די אויבערפלאך.

https://www.nytimes.com/live/2023/06/19 ... urist-tour
שרייב תגובה

צוריק צו “זכור ימות עולם”