קורות וזכרונות מהעיר סיגוט

היסטאריע פון שטעט און ערטער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

ברוקלין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 381
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 18, 2009 1:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוקלין »

דער וואס זיצט אינדערמיטען זעט אויס ווי ליפא שמעלצער...
אוועטאר
זאמלער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 464
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 12, 2010 4:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאמלער »

הערצל אפשאן די מחבר פינעם ביכעל וויזשניצער רבי'ס הויף איז אויך פין סיגוט ער פארציילט אין זיינע זכרונות פינעם ווישניצער קלויז דארט ווי אויך פין א באזיך פינעם אמרי חיים אין סיגוט אויף שבת שמיני תרצ''ז
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

ווער זענען די רבנים פון שטאט סיגוט אינעם פאלגענדן בילד? דער יאר פונעם בילד איז אנגעגעבן אלס תרנ"ח
http://www.flickr.com/photos/9679871@N04/1021983168/
אוועטאר
jkup50
שר האלף
תגובות: 1079
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 09, 2010 2:45 pm
לאקאציע: איך וואלט אויך געוואלט וויסן!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך jkup50 »

מר מיללער דאס זעט אויס ווי עפעס א פאסט קארד ווייסט אפשר וואס דאס איז?
יאנקעל די פופציגער
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35247
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

הרב קאפ, רב מיללער פרעגט דאך קלאר, אלזא וואס פארשטייט איר נישט?
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
jkup50
שר האלף
תגובות: 1079
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 09, 2010 2:45 pm
לאקאציע: איך וואלט אויך געוואלט וויסן!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך jkup50 »

פארשלאפן איך פרעג אויב ער ווייסט וואס עס שטייט געשריבן נישט די פוקטשער
יאנקעל די פופציגער
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

ניין מר. יעי-קאפ
אוועטאר
jkup50
שר האלף
תגובות: 1079
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 09, 2010 2:45 pm
לאקאציע: איך וואלט אויך געוואלט וויסן!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך jkup50 »

הרב מילער
במחילת כבודך יאך מיין אזוי לויט ווי איך האב ארום שפאצירט דארט פון ווי די ברענגסט די פוקוטשער בין איך אינגאנצען מסופק אויב דאס איז בכלל רבנים אדער סתם עמך יודן אדער איז עס גאר א געמאלנע בילד פון א קאמפני פון פאסט קארד'ס דאס וואס שטייט ראבייס איז די דיסקריפשן פונעם בילד אויפן בילד אליין שטייט נישט גארנישט והא ראיה אויפן נעקסטע בילד וואס יאך מיין -יש מקום לחלוק אבער סמאכט נישט אויס- אז איינער דערפון איז די זעלבע שטייט קלאר אויפן בילד ארטה.[דאקס] דשידא אין די דיסקריפשן איז אויך ראבייס
יאנקעל די פופציגער
אוועטאר
jkup50
שר האלף
תגובות: 1079
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 09, 2010 2:45 pm
לאקאציע: איך וואלט אויך געוואלט וויסן!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך jkup50 »

בכלל איז דא דארט גאר אינטרעסאנטע בילדער
יאנקעל די פופציגער
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מיללער האט געשריבן:פנקס סיגוט:
http://hebrewmanuscripts.org/hbm_1078.pdf


פון אנפאנג זעהט מען אז ר' משה ארי' פריינד איז דער הויפט פרעזידענט פון די קהילה/חברה קדישא לאחר פטירתו טוישט זיך דאס, אינצווישען איז געווען דער פרעזעסס ר' אשר אנשיל ווידער ביז צו זיין פטירה בשנת תרע"ט, זעהט אויף זייט 266 די מעלדונג איבער זיין פטירה ר' אשר אנשיל ב"ריצחק ווידער, ווייסט איינער מער איבער משפחת ווידער פון סיגוט? (זיין טאטע ר'יצחק איז אויך געווען פון די ראה"ק)
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35247
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

ר' יצחק ווידער איז געווען דער שמש פון חברא קדישא.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

ווי איך הער האבן חסידי סאטמאר (מהר"א) איבערגעפרישט דעם ביה"ח און די שוהל אין סיגוט, אויב האט איינער בילדער פונעם נייעם אוהל און אנדערע בילדער פון די שטאט נא שלא ימנע טוב.
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

.
אטעטשמענטס
סיגוט1.jpg
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

ייש"כ צייטליך דאס איז דער נייער אוהל, ווייסט איינער צו דער גאנצער ביה"ח איז איבערגעפרישט אדער נאר דער אוהל? איז פארהאן א רשימה מיט אלע מציבות?
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

אין אוהל
אטעטשמענטס
סיגוט 2.jpg
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלף בית »

די אוהל איז זייער שיין איבערגעפרישט.
נעקסטיים ווען איך וועל זיין אין סיגוט, וועט זיך מיין רעקל שוין נישט צורייסן פון די די הוקס אויפן וואנט (וואס איז ספעציעל געווען געמאכט ארויפצולייגן ליכט).

אגב, איז כדאי צו באמערקן אז די בית החיים האט געהאט נאך אן אריינגאנג, קעגן איבער דעם אוהל פונעם ייט"ל.
דעם ייטב לב האט מען - משום סיבות ידיעות - געלייגט אויף די אנדערע זייט פונעם בית החיים, נישט אויפן אויבן אן, האט מען דעמאלט געעפענט א נייעם עפענונג צו בית החיים, אז סזאל ווערן א נייע אויבן אן, און מ'זאל נישט מוזן אריבערגיין דעם גאנצן בית החיים ביז ייטב לב'ס אוהל.
נאך די קריג האט מען פארבויעט דעם אריינגאנג, און מ'האט געלאזט נאר די אלטע.
דער ברך משה זי"ע האט געזאגט אז ביז נאך די קריג ווען ער איז צוריקגעקומען קיין סיגוט אויף א נסיעה האט ער נישט געוואוסט וויאזוי די אנדערע זייט בית החיים זעהט אויס.

גייט מען יעצט צוריק עפענען דעם אלטן אריינגאנג?

(שכוח צייטליך פאר די פיקטשערס, כ'האף אז די בילדער זענען נאך געכאפט געווארן פאר נעכטן ביינאכט)
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

מיללער האט געשריבן:ייש"כ צייטליך דאס איז דער נייער אוהל, ווייסט איינער צו דער גאנצער ביה"ח איז איבערגעפרישט אדער נאר דער אוהל? איז פארהאן א רשימה מיט אלע מציבות?


זייענדיג דארט פארגאנגענע וואך האבן די עסקנים אנגעוויזן אויף עטליכע מציבות וועלעכע מ'האט פאראכטן אונעם בית החיים.

ווי אלף בית שרייבט שוין. די אוהל פאר זיך איז גענצליך איבערגעפרישט, אויך די זייטיגע אוהל ווי עס ליגט דער ערך ש"י און די לאנגיעריגע ראה"ק. מ'האט שענער אויסגעפלאסטערט א וועג אונעם ביה"ח ארומצוגיין (איך האב עס נישט געקענט זעהן צוליב די שניי)
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלף בית »

שלום עליכם הרב צייטליך.
זאלסט האבן גע'פועל'ט אלעס גוטס.
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

קורצע אינפארמאציע וואס איך האב געהערט און געזעהן די וואך וויילענדיג אין שטאט סיגוט.

אין די שטאט סיגוט האבן געוואוינט אריבער עלעוו טויזענט אידן בעפאר די קריג און א קליינער מיעוט פון גוים. היינט צוטאג איז נישט דא קיין איינציגער איד דארט און פארשטייט זיך נישט קיין ביהמ"ד.

איך האב גערעדט מיט איין ערל דארט זאגט ער מיר אז זיין טאטע אן אלטער גוי געדעקנט נאך די אידישע געמיינדע דארט בעפאר די קריג, אבער מיט אים אליין האב איך נישט גערעדט.

די פלאץ פונעם אלטע ביהמ"ד פונעם יטב לב, קדושת יו"ט און עצי חיים איז א גרויסער שפיל הויף פאר ספורט'ס (ווי מ'גייט אי"ה יעצט צוריק אויפבויען דארט א גרויסער בנין. א שוהל, מקוה און שלאף צימערן) ביים עק פונעם הויף איז נאך דא א גרויסער לאך אין די ערד מיט אלע שטיגן אראפ, דאס איז די אלטע מקוה, עס איז נישטא קיין בנין ארום דעם אבער די בור מיט די טרעפ שטייט נאך דארט אומבארירט (בילד וועט נאכפאלגן) אזוי אויך האט מען דארט געטראפן די ארגינעלע מעיין-קוואל פונעם מקוה.

אין די זייט פונעם אלטן שוהל הויף ווי עס איז געווען די ביהמ"ד, מקוה און די הויז פון די רביים, איז אויפגעשטעלט געווארן א גרויסער און הויכער 3-4 שטאקיגער מאנומענט לזכרון פון די אומגעקומענע אין די קריג. (כ'וועל שפעטער לייגן א בילד) פון אונטן שטייט אין גרויס אויפגעשריבן 1944 מיט א בילד פון א מנורה. אויבן שטייט אין גאלד אריינגעריצט די ווערטער "צום אייביקען אנדענק פאר די קרבנות פונעם אכזרישן פאשיזם אין אוישוויץ".

די לאט וואס האט באלאנגט פאר קהל דארט בעפאר די קריג איז אסאך גרעסער ווי בלויז די שוהל הויף, עס זענען פרהאן אסאך בנינים אין די זייט (און דאכצעך די מאנומענט אויך) וואס זענען אונטערן זעלבן בעלות ווי ס'גאנצער שוהל הויף.

ראמעניע איז א ארימע מדינה און סיגעט איז געוויס א ארימע שטאט אבער עס איז בכלל נישט אזוי צוריק געבליבן ווי איך האב געמיינט. אין די צייט וואס איין דירה פון א אלטישקע פרוי האב איך געטראפן אנע בענקלעך טישן אדער סיי וואס, בלויז עטליכע כמו מאטראצן צו שלאפן אין א בית הכיסא ניצט די אלטישקע א גרוב אונעם אונטערשטען הויף פון איר דירה. ווערן אבער אין די זעלבע צייט געבויעט דארט ריזיגע און טייערע געשעפטן, זאגאר שענער און מער סעפיטעקירט ווי אלע גרויסע טשעין-געשעפטן דא אין ניו יארק. די הויפט גאס א שטייגער ווי לי עוועניו אין וויליאמסבורג זענען פיל מיט געהעריגע גרויסע געשעפטן און רעסטוראנטן, וווידעראום אלע זייטיגע געסלעך זענען ארימער פון ארים.

הונט'ן דרייען זיך דארט אונטער די פיס ווי ביים טאטן אין וויינגארטן אנע בעלי בתים, אבער זיי טשעפען נישט קיין מענטשן. עס איז פארהאן אין סיגעט א 300 פארזען פאליצייאישע קראפט. דערצו זענען דארט פארהאן אויך דזשאנדארן (מיסתמא איז דאס פעדעראלע פאליציי א שטייגער ווי די מארשאלס דאהי) לויט ווי די פאליציי דערציילט מיר האבן זיי נישט קיין ערענסטע פאברעכן דארט, ער זאגט אז זיי האבן נישט קיין גניבות (ווייל דארט נעמט יעדער..) זייערע פראבלעמען זענען מיינסטענס שיכורים וועלעכע צושלאגן זיך אויף די גאסן. (אויך לאזן זיי נישט כאפן קיין בילדער נישט פון זיי און נישט פון זייער אויטא, פאר זיכערהייט סיבות..)

אינטערסאנט צו באמערקן. די גאסן ווערן דארט פוסט און ליידיג פון מענטשן ווי נאר די נאכט פאלט צו. איבערן טאג איז דאס פיל געפאקט מיט איינקויפער, דורכגייער אא"וו, אבער ווי נאר עס ווערט טינקל (7:00 אזייגער בערך) ווערן די געשעפטן אפגעשלאסן און די גאס ווערט גענצליך ליידיג.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

שכוח צייטי, מיר ווארטן אויפן פארזעצונג
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
אוועטאר
פונקטליך
שר האלפיים
תגובות: 2219
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 07, 2010 11:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פונקטליך »

שלום עליכם "צייטליך", זאלסט האבן גע'פועל'ט אלעס גוטס.

עפעס האט מען בטעות לעצטנס באגראבן א ערל אינעם אידישן בית החיים?
די זייגער לויפט, זעה צו זיין פונקטליך!
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

ר' חיים ארי' לערנער מסיגוט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

נחמן נתן האט געשריבן:די ישיבה און בית מלאכה אין סיגוט בעט פאר שטיצע אום טבת תרצ"ט


דער וואס שרייבט די מודעה איז הרב חיים ארי' לערנער וועלכער איז געווען א תלמיד פונעם עצי חיים, ער האט שוין יענע יארען געוואונט אין ניו יארק און געארבעט צו שאפן געלט פאר די סיגוטער ישיבה, אינעם באקאנטן 'אוסף בלאך' איז פארהאן מערערע בריווען פון הרב לערנער צו בלאך, און עטליכע פון זיי דערמאנט ער אדמור"י סיגוט-סאטמאר, זיין דרוק-סארט צייגט אן אז ער איז געווען רב אין חברה בני יוסף - דגל מחנה אפרים אויף קאלאמביא סטץ אין ניו יארק.

ווייסט דא איינער מער פרטים איבער הרב לערנער?
אטעטשמענטס
chaimbloch00reel04_0165.jpg
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

באדיבות ידידי מפארשלאפן מתצאתי תולדותיו בספרו 'אמרי חיים'
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... =&pgnum=16
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

אטעטשמענטס
fittowidth.jpg
שרייב תגובה

צוריק צו “עיר ועיר”