קורות וזכרונות מהעיר סיגוט

אידישע און אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2749
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

תגובהדורך והוא פלאי » מיטוואך אוקטובער 21, 2009 7:41 pm

דער שוחרי השם וכו' איז נישט סתם נישט קיין נאמן, ער איז אויסער וואס ער איז געווען פון די עורכים פון די אוקעלעט, וואס האט געגאסן פעך און שוועבעל אויפן סאקמיר רב ז"ל און צוליב דעם איז עס גע'אסר'ט געווארן פון די עדה החרדית, און די אונגערעשע גדולים און א"י. איז ער א ווזניצער שנה ופירשניק, וואס פון זיין גאנצע וויזניץ איז אים נאר געבליבן זיין האס קיין בית סיגוט
למה זה תשאל לשמי...

כהנא
שר חמישים
תגובות: 50
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2009 2:45 pm

תגובהדורך כהנא » דאנארשטאג אוקטובער 22, 2009 10:03 am

והוא פלאי האט געשריבן:דער שוחרי השם וכו' איז נישט סתם נישט קיין נאמן, ער איז אויסער וואס ער איז געווען פון די עורכים פון די אוקעלעט, וואס האט געגאסן פעך און שוועבעל אויפן סאקמיר רב ז"ל און צוליב דעם איז עס גע'אסר'ט געווארן פון די עדה החרדית, און די אונגערעשע גדולים און א"י. איז ער א ווזניצער שנה ופירשניק, וואס פון זיין גאנצע וויזניץ איז אים נאר געבליבן זיין האס קיין בית סיגוט


גראדע באשרייבט ער די ספרדים אויך נישט צי שיין.

יוסלמאן
שר האלף
תגובות: 1698
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2009 9:47 am

תגובהדורך יוסלמאן » דאנארשטאג אוקטובער 22, 2009 10:30 am

אויך די ייטב לב האט געגעבן א משל: א שוחט וואס גייט שפאצירען מיט זיין ווייב שבת נאכמיטאג, איז גיט פאר די קאנצליי, אין פאר פעסט, נישט פאר סיגוט.


לויט ווי כ'האב געהערט פון א מקור נאמן איז דאס געווען די טענה פון די כהנא'ס, אז זיי קענען נישט לאזן אז א אשכנזישער זאל זיי זאגן וואס צו טוען. ס'איז געגאנגען נאך מער. מ'וועט זיך אפרעדן אז דער שוחט גייט מיטן ווייב שפאצירן און דער רב פון די קאנצעליי וועט נישט וויסן וואס מ'וויל פון אים, ער אליין גייט דאך אויך שפאצירן מיט ווייב.

די סיבה פארוואס די כהנא'ס האבן זיך אזוי קעגן געשטעלט איז געווען ווייל איינער פון די ברודערס האט פאראטען די ארטאדאקסען ביי אן אסיפיה און מ'האט אים אפירגענומען, ואכמ"ל.
הק' יוסף שלמה
מיושבי הקרעטשמע יצ"וו
קומט אריין און כאפט א טרונק (ד')

ברוקלין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 372
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 18, 2009 1:53 pm

תגובהדורך ברוקלין » דאנארשטאג אוקטובער 22, 2009 11:07 am

יוסלמאן האט געשריבן:
אויך די ייטב לב האט געגעבן א משל: א שוחט וואס גייט שפאצירען מיט זיין ווייב שבת נאכמיטאג, איז גיט פאר די קאנצליי, אין פאר פעסט, נישט פאר סיגוט.


לויט ווי כ'האב געהערט פון א מקור נאמן איז דאס געווען די טענה פון די כהנא'ס, אז זיי קענען נישט לאזן אז א אשכנזישער זאל זיי זאגן וואס צו טוען.

די סיבה פארוואס די כהנא'ס האבן זיך אזוי קעגן געשטעלט איז געווען ווייל איינער פון די ברודערס האט פאראטען די ארטאדאקסען ביי אן אסיפיה און מ'האט אים אפירגענומען, ואכמ"ל.


1) אין שוחרי השם, אין אויך מושיעין של ישראל (בשם הגה"ק המהר"י ט"ב) שטייט אז די ייטב לב האט געגעבן א משל מיטן שוחט.

אויך שטייט אין מלחמת מצוה, אויך זאגט דער ערך ש"י (בתשובותו בספר מלחמת מצוה) אז דער ייטב לב האט אינאנפאנג נישט געוואלט. נאר האט שפעטער בסוף ימיו צוריקגעצויגן. דאס איז יעדער מודה.

(נאר די ספרדים האבען געזאגט ער האט נאר צוריק געצויגען אז ער איז גרייט אנצינעמן די תקנת שומרי הדת, חוץ די תקנה בנוגע שוחטים. אין אנדערע מקורות איז דא עדות אז ער האט געוואלט אריינגיין אינגאנצען אין די קאנצליי)

2) איך ווייס וואס די מיינסט צי זאגען. דארט שטייט אז זיי האבען געהאט א שנאה פרטיות צים יו"ר פין קאנצליי. למעשה האבען זיי געשריבען אז עס איז נישט אמת ווייל יארען יארען שפעטער (נאכען טיילונג, בערך בשנת התרמ'ס), האט ר' קלמן געארבעט מיטן יו"ר אין מיטן קאנצליי לטובת הכלל. אין זיי זענען מוכן געווען צי שטיצען די קאנצליי מיט געלט.

אין פארשטייט זיך אז נישט אלע שטעך ווערטער/מעשות וואס מפארציילט בשעת א מחלוקה איז אמת. אזאך מיז שטיין אויך אין אנדערע פלעצער, אדער נייטראלא פלעצער עס אנצינעמן.

3) אז די ווילסט דוקא זאגען אז עס זענען געווען אייגענע חשבונות צוישען די (ערליכע) בעלי בתים, איז די מער מסתבר ציזאגען, אז ר' קלמן זייענדיג אשטארקע חסידישע יוד (אין אויך די וויזניצע חסידים) האבען נישט געוואלט די קאנצליי, אין וועגען דעם האבען רוב טובי הקהל אנגענימען די תקנות בלי הקאנצליי; אין נאכדעם האט זיך ר' קלמן אזוי שטארק געקשענט ווייל ער האט געוואלט אנהאלטען די "קהלה" אויסזעהן פין סיגוט. אין ר' משה ארי' האט געהאלטען אז די טובי הקהל מיט די תקנות זענען בטל ומבוטל קעגן דעם רצון פין רב (הקדיו"ט זצ"ל) וואס וויל יא די קאנצליי, אין די גאנצע טובי הקהל וכדומה איז נישט ווערט ציסאך.

דע אלע זאכען זענען סברות. אין ס'איז מסתמא געווען נאך חשבונות צוישען די מענטשען פין ביידע זייטן. למעשה ווען מקיקט אריין אין מלחמת מצוה אין נאך קונטרסים וואס איז דעלמאטץ ארויסגעקימען, זעט מען אז (99%, פין) די טענות ביי ד"ת אין די בריוון פין גדולי ישראל רעדט מען: יא קאנצליי, נישט קאנצליי.

סיי ר' משה ארי' זצ"ל אין סיי ר' קלמן זצ"ל זענען געווען פייערדיגע יודען. - שוין געשריבען פריער, ר' קלמן האט נישט געוואלט עסן פין זיין אייגענע שחיטה (אפילו פארן ד"ת, אין אפילו פאר זיין רבי די שינאוואר רב האט עס געאסרט) ווייל עס איז א בשר שהורה בה חכם (אין מ'רעדט נישט דא אז עס איז געווען א שאלה בהל' טריפות, וכדומה). נישטא אזא מציאות היינטיגע וועלט אפילו ביי א רבי כמעט, כ"ש א בעה"ב.

אויך ר' משה ארי' איז געווען א מתמיד וחסיד עצום - א תיקון חצות יוד.
לעצט פאראכטן דורך ברוקלין אום מאנטאג אוקטובער 26, 2009 10:28 am, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

אוועטאר
אייניקעל פון אהרן הכהן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 280
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 29, 2008 6:13 pm

תגובהדורך אייניקעל פון אהרן הכהן » דאנארשטאג אוקטובער 22, 2009 3:43 pm

מיללער האט געשריבן:אין די ארץ ישראל'דיגע צייטונג 'הארץ' האט דער באקאנטער חוקר און פראפעסאר דוד ווייס-הלבני אפגעשריבען זיינע זכרונות פון 'סיגוט-ראמעניא' ווי ער איז אויפגעוואקסען אלס קינד אונטער די השפעה פון זיין זיידע א חסידישער איד ר' ישעי' ווייס ע"ה.


די בוך פון דוד ווייס אין ענגליש http://books.google.com/books?id=l03H-X55SycC פארהאן דארט פארשידענע אינטערעסאנטע פרטים וועגן די שטאט
הוי מתלמידיו של אהרן אוהב שלום ורודף שלום, אוהב את הבריות ומקרבן לתורה

ברוקלין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 372
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 18, 2009 1:53 pm

תגובהדורך ברוקלין » מאנטאג אוקטובער 26, 2009 10:22 am

והוא פלאי האט געשריבן:דער שוחרי השם וכו' איז נישט סתם נישט קיין נאמן, ער איז אויסער וואס ער איז געווען פון די עורכים פון די אוקעלעט, וואס האט געגאסן פעך און שוועבעל אויפן סאקמיר רב ז"ל און צוליב דעם איז עס גע'אסר'ט געווארן פון די עדה החרדית, און די אונגערעשע גדולים און א"י. איז ער א ווזניצער שנה ופירשניק, וואס פון זיין גאנצע וויזניץ איז אים נאר געבליבן זיין האס קיין בית סיגוט


גראדע ביי דע פרשה איז דער שוחרי השם נייטראל. ער שרייבט געניג זאכען קעגן די ספרדים, אין אז די גאנצע מחלוקה איז געווען ווייל די מענטשען מקהילות הספרדים וואס זענען געווען מראה"ק סיגוט האבען געפילט אז זיי פארלירען די מאכט אין סיגוט, וויל סיגוט איז געווארען א חסידות.

וועגען דעם האב איך מקדים געווען אז איך גיי נישט דא פארענטפערן יעדע עסקן אין בעה"ב אין סיגוט, עס קען זיין עס איז געווען אייגענע פניות - פין ביידע זייטן. איך גיי נאר שרייבען וואס די גדולי ישראל האבען זיך מתווכח געווען.
לעצט פאראכטן דורך ברוקלין אום מאנטאג נובעמבער 02, 2009 12:06 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

ברוקלין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 372
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 18, 2009 1:53 pm

תגובהדורך ברוקלין » מאנטאג אוקטובער 26, 2009 11:01 am

המשך פין די באשרייבונג פין הפולמוס בסיגוט.

למעשה, ביי יענע פשרה האט מען דן געווען א וויכטיגע ענין.

דער חשש 1) אז א בעה"ב זאל שטיין בראש המוסד, 2) דע חשש אז אלע קהילות פין מדינה זאל זיין אינטער איין קהלה, 3) דע חשש פין ציזאם שטעלען קהילות מיט גאר אנדערע מנהגים - האט מען דעלמאץ (די ערשטע מאל אין היסטאריע פין כלל ישראל) דן געווען.

אפילו מהאט שוין אנגעהויבן צי רעדן דערפין 15-10 יאר פריער, אזוי ווי מהאט שוין באשריבען פריער, אבער ביז די סיגעטער פרשה איז עס אייביג געווען באופן "א בריוו דא א בריוו דארט". משא"כ בשעת די סיגטער מחלוקה האט מען דאס דן געוווען "אפען טיש", אין עס איז געווען א ד"ת וועגען דעם. אין דע ענין איז אנגעקימען צי כמעט אלע מדינות אין אייראפא – אונגארין, עסטרייך, פולין, גאלציע, רוסלאנד–ליטע. (עס איז דא א בריוו וועגען דע פרשה פינעם רשכבה"ג הנצי"ב מוולאזין זצ"ל).

אין מ'קען זאגען אז פין דעלמאץ איז דאס געווארען א חלק פין הנהגה ביי גדולי ישראל, אין אזאך וואס מדארף דן זיין א יעדעס מאל לפי המצב ולפי הענין, עס זאל זיין יצא שכרו בהפסדו אין נישט פארקערט.

בשנת תרנ"ז ווען די יו"ר פינעם קאנצליי הרה"ח ר' יצחק רייך ז"ל איז אוועק, אין מ'האט אויפגענימען א נייעם יו"ר איז דער קדיו"ט באלד ארויס שארף קעגן די קאנצליי אין די יו"ר.

דער יו"ר וואס איז באמת געווען א אדם גדול ואדם חושב, אויך א גרויסע קנאי למען הארטדאקסים. אבער למעשה איז ער נישט געווען פאר די געשמאק פין די חסידישע סיגוט, אין פארן קדיו"ט (זיינע קינדער האבען שטודירט). די קדיו"ט האט געוואלט מ'זאל נעמן א צוייטען. עס איז דורך א פאר יאר אין עס איז גארנישט געווארען דערפין. עס איז דא א בריוו פינעם קדיו"ט וואס ער שרייבט זייער שארף קעגן די קאנצליי, אין אז די קאנצליי איז שילדיג אין די ירידות הדורות וואס מזעט אין אונגארין, אין זיי צווינגען ארויף זייער דעת אויף די קהילות. – די קדיו"ט האט געזאגט אז ער וועט ארויסנעמען סיגוט פינעם קאנצליי. אין מאכען אן אייגענע אגודה מיט די קהילות פין אינטערלאנד.

למעשה זענען רוב רבנים געווען זייער שטארק קעגן דעם, ובכללם הזכרון יהודה מסאטמאר זצ"ל די ערוגת הבושם מחוסט זצ"ל (וואס אלע זענען געווען ידידים פארן קדיו"ט) אין אויך השבט סופר מפרשבורג זצ"ל, אין מ'האט געזאגט אז מיט דעם וואס מפארפירט קעגן די קאנצליי איז מען אז "נותן יד לפושעים" ח"ו.

עס איז אינטערעסאנט, אז הגר"י מודרן שרייבט אינעם בריוו (10 יאר פריער, בשנת תרמ"ח) אז ער איז קעגן אריינציגען אינעם קאנצליי ווייל "מי ידוע מי יבוא אחר מוע"ש", וכן שלפי "תכונת העיר" סיגוט "אין מן הראוי שיכנע להקאנצליי".

למעשה האט די דרכי תשובה זצ"ל געמאכט א פשרה אז מען האט ציגעשטעלט א סגן יו"ר פין אינטערלאנד (מונקאטש). אין מהאט געמאכט א וועד הרבנים מ'זאל איבערקיקען די הנהגה פינעם קאנצליי יעדע שטיק צייט.

למעשה סיגוט איז אלע יארען געווען אין קאנצליי אבער ס'איז געווען באופן כבדהו וחשדהו.

די ענינים הנ"ל וויאזוי מאחד צי זיין קהילות ישראל, איז געווען פאר מהר"י ט"ב זצ"ל פאר די אויגען (אין ער האט עס גענימען פין קדיו"ט בשעת די קדיו"ט האט אנגעפירט די התנגדות להקאנצליי, עי' בחידו"ת תשט"ז מה שאמר בעת התייסדות של התאחדות הרבנים). אין כידוע וועגען די טעמים הנ"ל איז ער געווען א מתנגד אז אונגארין זאל אריינגיין אין אגודת ישראל. (אין די ערשטע יארען איז ער נישט געווען קעגן אגודת ישראל בפולין, וויל ער האט געהאלטען אז ס'קען זיין דארט פעלט אויס. הכל לפי המצב)

אויך דאס איז געווען די טענה פין מהרי"ד מבעלזא זצ"ל.
אויך ווי באקאנט די חששות האט הגאון ר' חיים עוזר גראזנסקי זצ"ל אין הגאון ר' חיים מבריסק זצ"ל חושש געווען וועגען אגודת ישראל. אין עס קען זיין אז זיי האבען עס מקבל געווען פין זייער מנהיג הנצי"ב מוואלזין זצ"ל וואס איז געווען אביסל פארמישט אין די סיגעטער פרשה בשנת תרמ"ז אזוי ווי עס איז באשריבען אויווען – מי יודע

ברוקלין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 372
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 18, 2009 1:53 pm

תגובהדורך ברוקלין » מאנטאג אוקטובער 26, 2009 6:43 pm

farshlufen האט געשריבן:אז מ'רעדט פון די צדדים אין סיגעט דארף מען צו קענטעניס נעמען אז עס איז געווען פיר צדדים, משפחת שטערן וואס אין די ערשטע יארן איז מאראמאראש געווען זייערס, משפחת כהנא די אייניקלעך פון קונטרס הספיקות, חסידי קאסוב, און חסידי סיגעט.

פאשרטייט זיך אז די שטעלונגען פון די צדדים האבן זיך גערייט און געענדערט לויט די אומשטענדן.

די פרשה פון ר' יוסף שטערן אויף וועמען מ'האט אמגעלייגט צוויי הארבע זאכן איז פארבליבן דאקומענטירט אין תשובה ספרים, צום סוף איז ער טאקע אוועק פון הארץ עסענישן.

אז מ'רעדט שוין פון ר' יוסף, הרב ריח"ג דערציילט טייל פון די מעשה אויף איינס פון זיינע שבועות טעיפס, ער דרייט דעם ייט"ל דערין וואס איז לכאורה נישט אמת.


אזוי פארציילט הרב גר"וו, אז הגה"צ ר' יוסף זצ"ל איז אוועק פין הארצעסענישט ווייל ער עס איז אוועק ביי 55 יאר.

ר' יוסף האט געליטן אסאך ל"ע, ווען זיין ווייב איז אוועק ל"ע שרייבט ער אין א תשובה (נדפס בשו"ת מהראי"ז ענזיל סי' מט) "כי כל הגלים אשר עברו עלי מעודי לא הזיזו אותי ממקומי כמו עתה".

אבער וויאזוי איז שייך ציוויסען פארוואס ער איז אוועק ביי די 55 יאר?

אין אויב מוויל יא זיין א דאקטאר, איז אסאך סאך מער מסתבר ציזאגען אז עס וועגען די מעשה וואס הגאון מטשימפא זצ"ל שרייבט אין הקדמה צי זיין ספר "תפארת אדם" דף ו, עיי"ש.

ר' יוסף איז געווען רב אין סיגוט 18 יאר, אין די וויכוח וועגען די זאלץ איז געווען 8 יאר פאר ער איז אוועק.


די מעשה וואס ריח"ג דערציילט וועגען די מעשה וועגען יוהכ"פ, שטאמט פין ר' יענקעלע זצ"ל. ער האט עס אזוי פארציילט.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22100
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג אוקטובער 27, 2009 10:20 am

הרב מברוקלין יישר כחכם, קיינמאל געזען אדער געהערט די מעשה נוראה, למעשה זאגט מען אז אין דעם יאר פון יענעם יוה"ק איז ער אוועק.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22100
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג אוקטובער 27, 2009 10:42 am

עכשיו ראיתי שכבר קדמך ידידנו היקר פה מפיק מרגליות ר' בני היכלא:

בני היכלא האט געשריבן:
ר' סענדערל קאמארנער, דער בעל זכרון דברים, זצוק"ל, וואס איז געווען רב אין קאמארנע, אנדערש ווי זיין זון דער הייליגער קאמארנער, פלעגט פארן אויף אונגארן אויף שבתים איינמאל א יאר, ר' אייזיקל פלעגט אויך אסאך פארן, ער האט געהאט אסאך חסידים אין אונגארן, וועסט זען אנפאנג פון היכל הברכה די מורא'דיגע בריוו צו די אונגארישע חסידים, עכ"פ ער איז געפארן קיין אונגארן אויף אוהעל און איז אוועק אויפן וועג, דער קאמארנער שרייבט אין זוהר חי און אין נאך פלעצער, אז ער האט געוויינט שבע ימים ושבע לילות, ווייל ער האט געזען ביים פארן אז ער גייט נסתלק ווערן דארט, און מ'דערציילט אז ביים לויה האט דער ישמח משה געהאלטן א מורא'דיגע הספד, און ס'איז געקומען א בריוו פון קאמארנע אז דער קליינער אייזיק'ל, אלט זייעדיג צען יאר אינגאנצן איז קראנק רח"ל פון דעם טאטענס פטירה, און ער זאל מעורר זיין רחמים, און דער ישמח משה האט מעורר רחמים געווען און ער האט געזען ווי ר'סענדער'ל איז נזדעזע געווארן עטליכע מאל, טשימפא רב אין הקדמה צו תולדות אדם דערציילט עפעס א אינטערעסאנטע מעשה דערוועגן, איך הער זאגן אז סאטמאר רב האט עס נישט אנגענומען כלומר לא סבירא לי',
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

ברוקלין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 372
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 18, 2009 1:53 pm

תגובהדורך ברוקלין » דינסטאג אוקטובער 27, 2009 12:01 pm

ווי שטייט אז ער איז אוועק יענע יוה"ק? אין מצבת קודש?

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22100
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג אוקטובער 27, 2009 12:28 pm

ניין עס שטייט נישט דארט ווי איר האט געזען דאס:
ברוקלין האט געשריבן:ר' יוסף האט געליטן אסאך ל"ע, ווען זיין ווייב איז אוועק ל"ע שרייבט ער אין א תשובה (נדפס בשו"ת מהראי"ז ענזיל סי' מט) "כי כל הגלים אשר עברו עלי מעודי לא הזיזו אותי ממקומי כמו עתה".

וכן אמרתי "אזוי זאגט מען".

אבער דאס איז הכל מודים אז די משפחה אחת האט זיך געאמפערט מיט אים נאך איידער די "אלוין" פרשה.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

ברוקלין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 372
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 18, 2009 1:53 pm

תגובהדורך ברוקלין » דינסטאג אוקטובער 27, 2009 1:57 pm

farshlufen האט געשריבן:ניין עס שטייט נישט דארט ווי איר האט געזען דאס:
ברוקלין האט געשריבן:ר' יוסף האט געליטן אסאך ל"ע, ווען זיין ווייב איז אוועק ל"ע שרייבט ער אין א תשובה (נדפס בשו"ת מהראי"ז ענזיל סי' מט) "כי כל הגלים אשר עברו עלי מעודי לא הזיזו אותי ממקומי כמו עתה".

וכן אמרתי "אזוי זאגט מען".

אבער דאס איז הכל מודים אז די משפחה אחת האט זיך געאמפערט מיט אים נאך איידער די "אלוין" פרשה.


יא די 2 משפחות האבען זיך געאמפערט.

מקען נישט זאגען די גאנצע משפחה. הגה"צ ר' יוסף מרדכי כהנא בן הקונה"ס וואס איז געווען ראב"ד בסיגוט בשעת הגה"ק ר' מענדל שטערן זצ"ל איז געווען דארט רב, איז אויך געווען א שוואגער מיט ר' מענדל אין א פעטער פאר ר' יוסף שטערן. (סיי ר' יוסף מרדכי אין סיי ר 'מענדל זענען געווען איידעמער ביי ר' בנימים מנאדבורנה.)

די חסידות האט אויך געהאט געהאט שייכות מיט די אמפערנישן. רוב כהנא'ס זענען געווען איהעלער חסידים (אחוץ ר' יוסף מרדכי אין זייינע קינדער וואס זענען געווען קאסובער-וויזניץ חסידים), אין די שטערנ'ס זענען געווען קסוב-וויזניץ.


אויך איז אינטערעסאנט, ואעתיק מספר פרי העץ החדש (תולדות): יש אגרת שנשלח מצפת בשנת תר"כ, שהכותב (שעלה לאר"י בשנת תרי"ד) מבקש מבנו הג"ר מאיר דוד שעכטער שו"ב ז"ל (שהיה חתן הגה"צ רבי יוסף שטערן זצלה"ה אב"ד סיגוט) שידבר עם רבינו [ר' יהודה מודרן] להמליץ עליו בפני רבי מנחם מענדל מדעעש – שהיה נשיא כולל זינבערגען – בקשר לדמי הכולל.
לעצט פאראכטן דורך ברוקלין אום מיטוואך אוקטובער 28, 2009 9:58 am, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22100
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג אוקטובער 27, 2009 2:48 pm

שטארק זיך האט געשריבן:וואס איז די סיבה פארוואס היינט איז נישט איינגעפירט אין 'געהעריגע' ישיבות דער סיסטעם פון ארבעטן א חלק טאג.
מחדש זיין נייע זאכן איז שווער, אבער אויב איז אזוי געווען דער סדר, למה לא?

אין די יארן פאר די קריג איז אזוי אייגעפירט געווארן אין די מארמאראשע ישיבות, ווי סיגעט און ווישעווע, דאס האט געהאט מיט די דאמאלגסטיגע יצה"ר אז א ישיבה בחור אן א פאך איז געווען אן אפגעפרעגטע זאך ביים המון.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

ברוקלין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 372
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 18, 2009 1:53 pm

תגובהדורך ברוקלין » דינסטאג אוקטובער 27, 2009 3:53 pm

נאך א פאר פרטים וועגען די ד"ת אין סיגוט.

ר' קלמנ'ס שטאטען (אן די קאנצליי) איז דורך ביי די "וואט" ביי די טובי הקהל בזמן הייטב לב (מספר מלחמת מצוה). מאכדעם האט מען האט עס געברענגט פאר א גענעראל פארזאמלונג אזוי די געזעץ איז, נאר ביי די גענעראל פארזאמלונג האט מען געהערט קולות פין ביידע זייטן. די ייטב לב זצ"ל איז געווען דארט אין געהאט גרויס צער.

נאכדעם האט... אוועקגעשיקט צי די רעגירונג תקנות מיט די קאנצליי (כאילו דעס איז דורך), אין קיינער (ר' קלמן) האט נישט געוויסט דערפיען. אינצווישען איז דער ייטב לב אוועק, אין ר' משה אריה זצ"ל האט פארגעליינט ביי די לויה די תקנות מיט די קאנצליי, אין קיינער פארשטייט זיך האט נישט מוחה געווען בשעת די לויה.

פאר די רעגירונג האט מען געזאגט אז די לויה איז געווען די גענעראל פארזאמלונג, אין דע תקנות זענען די עכטע (מספר מלחמת מצוה, וכן סיפר מהר"א טייטעלבוים שליט"א).

אזוי איז די תקנות מיט די קאנצליי באשטעטיגט ביי די רעגירונג.

(אפשר דעס מיינט הרה"ק ר' ברוך גארליצער במכתבו לקהל אורטדאקסין בסיגוט (בשנת תר"ן, נאכן ד"ת) ווי ער בעט פין קהל אורטדאקסין אז מען זאל מאכען שלום מיט די ערליכע ספרדים, וז"ל וימחול להשיב לי אם דברי עשו פרי בהצד שלכם וד"ל. ויש לי להאריך אך אמרתי לע"ע עת לחשות, ואם ח"ו לא ישקיט המחלוקה אהיה מוכרח לגלות כל מה שבלבי וד"ל. המכתב נדפס בספר עטרת חיים (ברוקלין תש"מ) ח"ב דף רכה)

למעשה ווי שוין געשריבען האט ר' קלמן פארלוירן די ד"ת, 1) ווייל די קאנצליי איז א וויכטיגע זאך, 2) פין סיגוט אין פין גאנץ אונגארין האט זיך יעדער משכיל ציגעכאפט: קיק ר' קלמן איז אויך קעגען קאנצליי (אזוי איז משמע פין הגה"ק משינאווא).

אין נאכדעם וואס די פרימע זענען במשך הזמן ארויס פין יענע קהלה, איז ממילא די קהלה געווארן שוואך.

כהנא
שר חמישים
תגובות: 50
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2009 2:45 pm

תגובהדורך כהנא » זונטאג נובעמבער 01, 2009 1:21 pm

ווי עס קיקיט אויס פין די גאנצע באשרייבונג, איז "סיגוט" אייביג געווען א שטאט פאר זיך, מיט אירע אייגענע מנהגים.

ברוקלין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 372
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 18, 2009 1:53 pm

תגובהדורך ברוקלין » דאנארשטאג נובעמבער 05, 2009 10:05 am

נאך א אינטערעסאנטע זאך, די ספרדישע קהלה האט יארען שפעטער (שנת תרס"ו) אויפגענימען א רב הרב ד"ר שמואל בנימין דאנציג הי"ד. ער האט געהאט א זין "הלל דאנציג" וואס איז געווען זייער נאנט מיט ד"ר קאסטנער. (ביידע זענען געווען ציונים)

ווען עס האט זיך געהאנדעלט צי מ'זאל אריינלייגען רבינו מהר"י ט"ב זי"ע אין די קאסטנער ליסטע (געראטוועט צי ווערן פין די עמלקים ימ"ש), האט הלל דאנציג שטארק געשטיפט אז יא, אין האט געזאגט: אז אפילו זיין טאטע איז רב ביי די קהלה וואס איז געאסערט פין די טייטלבוימ'ס, אפ"ה "זיין טאטע האט עם געזאגט אז זיי זענען הייליגע מעטשען", וכן הוה כידוע.

אגב: ביי די קריג האט דער סיגעטער רב ר' זלמן לייב זצ"ל הי"ד געארבעט אינאיינעם מיט ר' שמואל בנימין אויף געוויסע הצלת נפשות ענינים.

נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

תגובהדורך נחמן נתן » דינסטאג נובעמבער 17, 2009 3:35 pm

די ישיבה און בית מלאכה אין סיגוט בעט פאר שטיצע אום טבת תרצ"ט
צוגעלייגטע
.jpg
.jpg (34.22 KiB) געזעהן 2966 מאל
2.jpg
2.jpg (11.6 KiB) געזעהן 2967 מאל
לחיים ולברכה!

ברוקלין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 372
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 18, 2009 1:53 pm

תגובהדורך ברוקלין » דאנארשטאג דעצמבער 31, 2009 8:28 am

יעצט געטראפען אסאך אינפארמעשען פין די שטאט סיגוט. אסאך נעמען פין די פערמענאנטען לספרים; עסקנים; חברי חברה הקדישא; בעלי בתים; ווער עס איז אוועק אין די קריג, ווער עס האט איבערגעלעבט, סאלדאטען, וכדומה וכדומה. קרעדיט מר. מנחם קעראן פין ארץ ישראל.

קיקט'ס מער וועגן דעם דא

אוועטאר
lebediger berel
שר שלשת אלפים
תגובות: 3721
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » דאנארשטאג דעצמבער 31, 2009 9:30 am

כהנא האט געשריבן:ווי עס קיקיט אויס פין די גאנצע באשרייבונג, איז "סיגוט" אייביג געווען א שטאט פאר זיך, מיט אירע אייגענע מנהגים.

עס האט דאך אויך געהאט א אייגענע כולל ר' מאיר בעל הנס
אז מ'לעבט דערלעבט מען

ברוקלין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 372
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 18, 2009 1:53 pm

תגובהדורך ברוקלין » דאנארשטאג דעצמבער 31, 2009 10:27 am

lebediger berel האט געשריבן:
כהנא האט געשריבן:ווי עס קיקיט אויס פין די גאנצע באשרייבונג, איז "סיגוט" אייביג געווען א שטאט פאר זיך, מיט אירע אייגענע מנהגים.

עס האט דאך אויך געהאט א אייגענע כולל ר' מאיר בעל הנס


יא גערעכט. סיגוט איז געווען די ערשטע אין איינציגסטע חסידישע שטאט אין אונגארין פאר לאנגע יארען. וועגען דעם זענען זיי ממילא געווארען/געווען א "אינזעל" פאר זיך.

אינטערעסאנט... די שטאט סיגוט אין אונגאריש איז טייטש "אינזעל" ווייל עס לעבן א וואסער קיק דא

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22100
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » זונטאג ינואר 31, 2010 7:54 am

די דזשןאיש דזשען Romsig האט געעפענט א וועבסייט ווי זיי וועלן אי"ה שטעלן אידישע געבורט רעקארדס וכדו' פון איבער מאראמאראש, די ארבעט האלט נאך ביי פתיחה:
http://www.maramarosjewishrecords.com/
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

ברוקלין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 372
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 18, 2009 1:53 pm

תגובהדורך ברוקלין » זונטאג ינואר 31, 2010 12:14 pm

ישר כח גדול

דער קוטשער
שר חמש מאות
תגובות: 774
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 14, 2009 9:47 pm

תגובהדורך דער קוטשער » דאנארשטאג מארטש 04, 2010 3:21 pm

איך זעה נישט עס זאל שוין זיין דא געשריבן ערגעץ, אבער די לעצטע פאר יאר קען מען שוין אריבער גיין די גרעניץ צו סיגוט אדורך אוקריינא, וואס דאס איז אסאך שנעלער ווי די פאר שעה וואס נעמט זיך ארויפצושלעפן דעם בארג, אנצוקומען דורך די אונגארן זייט. (איך בין לעצטענ'ס ארויפגעפארן די ברך משה בארג אין קרית יואל, און אראפגעקוקט אינמיטן דעם בארג, האב איך זיך דערמאנט פון דעם בארג.)

איך ווייס נישט אויב נסיעות אדער פריוואטע מענטשן טוען דאס שוין, אבער עס לוינט זיך שוין צוזאמצושטעלן סיגוט מיט אוקריינא, ווי איידער אונגארן, עס נעמט ממש אפאר מינוט פון אוקריינא.

נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

תגובהדורך נחמן נתן » דאנארשטאג יוני 10, 2010 12:40 pm

-
צוגעלייגטע
Sighet.jpg
Sighet.jpg (105.22 KiB) געזעהן 2543 מאל
לחיים ולברכה!


צוריק צו “זכור ימות עולם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 10 געסט