דאס אידישקייט אין אמעריקא בשנים קדמוניות
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35431
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
יעהופית און פארשלאפן,
דער מבי 'אבוה' האט מען געברויכט שרייבן אויב זי איז נישט אויפגעצויגען אינדעהיים און דער נדן קומט ממקום אחר נישט מבי אבוה.
א כתובה וואס האט נישט קיין טאטעס נאמען איז כשר?
די עדות וואלט איך געליינט אלס 'דזשעני ראדניל' און 'משה דוב באנחאוו'
דער רב גיט א 'סיעל' (אונטען לינקס) מיט זיין אינטערשריפט, עפעס ווי 'ר' שלום ראדויץ'
גאנץ הונטן לייענט זיך די נעמען אויף ענגליש Bessie Kischner & Peter Seibel - Siebel Marriage 1912
-
יעהופיץ פרעגט:
דאס איז דאך ניו יארק, מ'ברויך מיר טאקע רעדן איבער הרב גוטטערמאן, ווען איר האט א מינוט.
אגב, הרב יהופיץ איר זעהט אויס צו זיין נישט קיין קליינער ידען, מיר שלינגען מיט דארשט אייערע ידיעות, יה"ר שלא יבוש המעיין.

ווי האט זיך דער סקרענטענער רב פארשאפט דער כתובה איך האף אז נישט אין די סקרענטאנער קהילה ארכיוו. דאן איז געווען לכאורה רב ר' אלחנן צבי גיטטערמאן איך גלייב נישט אז ס'פון דארט.....
דאס איז דאך ניו יארק, מ'ברויך מיר טאקע רעדן איבער הרב גוטטערמאן, ווען איר האט א מינוט.
אגב, הרב יהופיץ איר זעהט אויס צו זיין נישט קיין קליינער ידען, מיר שלינגען מיט דארשט אייערע ידיעות, יה"ר שלא יבוש המעיין.
- שמערי בערי
- מ. ראש הקהל
- תגובות: 9165
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
- לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
- פארבינד זיך:
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35431
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
פאר א גענויער באשרייבונג וויאזוי די מסדרי קדושין האבן דאן אויסגעזען זעט דא:
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35431
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
- lebediger berel
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5249
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am
הרב פארשלאפן שיחיו און אלע חשוב'ע ליינער,
איך האב געזען אין אשכול פון בתי חיים אז דו הייבסט אן מיט הרב אברהם אהרן יודעלאוויץ ז"ל
אפשר וואלסטו געקענט אביסל שרייבן פון זיין היסטאריע, איך האב געזען אמאל אין וומס אין א בית המדרש ביי א שמחה זיין ספר "בית אב תליתאי" אבער במשך הזמן האב איך פארגעסן דעם נאמען פונעם ספר און פונעם מחבר.
איך בין געווען פאריגע וואך אין וומ"ס בין איך עס געגאנגען אויפזוכן, יגעתי ומצאתי תאמין, מ'קען שרייבן פון דעם ספר אליין א גאנצע אשכול, און כ'האב שוין נאכגעקוקט אין היברו בוקס, און ער האט ארום ניין ספרים, מסתמא זענען אלע אויך זייער אינטערעסאנט.
איך וועל ציטירן איין אינטערעסאנטע זאץ פון די הקדמה
"ואין רצוני כלל לעשות קטטות ומריבות בין איש לאשתו, כי אוי ואבוי יהי' להאיש שיהי' מנשק איז ספר שיהי' כי אשתו תהי' נוטרת לו שנאה ותקוטט עמו כי נתן עיניו בזולתה, וגם כסף לא אבקש מהם כי לאלה אשר יכניסו הניירות לבתי הכסאות שלהם אהי' נזהר בל"נ שלא אמכור ספרי"
אויך האב איך געזען אין היברו בוקס אז אין עטליכע פון זיינע ספרים רופט ער זיך רב הכולל, און איין ספר האט ער גאר געדרוקט אין סאטמאר.

אז מ'לעבט דערלעבט מען
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35431
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
ידידנו ר' בערל, ערשטנס נישט אני הקטן בין נישט געווען דער וואס עס האט דערמאנט ר' אברהם אהרן יודעלעוויץ, עס איז דאכציך געווען דער סקרענטאנער רב זז"ג.
איבער ר' אברהם אהרן האט מען שוין גערעדט כמה וכמה פעמים און איך מיין אז איך בין נישט קיין מגזם ווען איך וועל זאגן אז מ'האט נאך נישט צוגערירט אים און צו יענע שטורמישע תקופה אין אמעריקא, ווען א יעדער ריר וואס האט געהאט א שייכות מיט אידישקייט איז צוגעגאנגען ממש ווי קריעת ים סוף, ניטאמאל ביז די מאנדזשעטן.
אין די אמעריקאנער ירחונים פון יענע יארן איז אויך דא אסאך אינפארמאציע איבער אים.
דער טיטל "רב הכולל" האט סך-הכל באדייט אין יענע יארן אז דער רב אדער זיינע מענטשן האבן אפגעמאכט אז ער איז רב הראשי פון גאנץ ניו יארק סטעיט, און אזוי ווי קיינער האט נישט מוחה געווען וויטהין די 24 האוערס איז עס אריין אין קראפט למפרע.
איבער ר' אברהם אהרן האט מען שוין גערעדט כמה וכמה פעמים און איך מיין אז איך בין נישט קיין מגזם ווען איך וועל זאגן אז מ'האט נאך נישט צוגערירט אים און צו יענע שטורמישע תקופה אין אמעריקא, ווען א יעדער ריר וואס האט געהאט א שייכות מיט אידישקייט איז צוגעגאנגען ממש ווי קריעת ים סוף, ניטאמאל ביז די מאנדזשעטן.
אין די אמעריקאנער ירחונים פון יענע יארן איז אויך דא אסאך אינפארמאציע איבער אים.
דער טיטל "רב הכולל" האט סך-הכל באדייט אין יענע יארן אז דער רב אדער זיינע מענטשן האבן אפגעמאכט אז ער איז רב הראשי פון גאנץ ניו יארק סטעיט, און אזוי ווי קיינער האט נישט מוחה געווען וויטהין די 24 האוערס איז עס אריין אין קראפט למפרע.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
עס גייט נאך אסאך מער פון דעם, ביים אויפנעמען דעם אריגינעלן 'רב הכולל' ר' יעקב יוסף, האבן די וואס האבן נישט מסכים געווען, גענומען אן אייגענע 'רב הכולל', אין יענע צייט האט זיך ר' חיים יעקב ווידערוויץ א חבד'סקער חסיד ומהדיר ספרי שו"ת צמח צדק, אויך א נאמען געגעבן 'רב הכולל' אבער אזוי ווי ניו יארק האט שוין געהאט צוויי רב הכולל'ס, האט ער זיך גערופען 'רב הכולל לאמעריקע'......... (איך זיך נאך ווער עס האט זיך גערופען 'רב הכולל לכל העולם') עס איז לעת עתה נישט באקאנט צו אפי' א בית המדרש האט ער יא פארמאגט, ווען מ'האט אים געפרעגט ווער עס האט אים מכתיר געווען, האט ער ציניש אנגעוויזען אז דער שרייבער פונעם שילד העכער זיין טיר (די סיין אויף זיין הויז האט געטראגן דעם טיטל רב הכולל לאמריקה).
איבער הרב יודעלעוויץ בכלליות, גוט א קוק ביי ישיבת ר' יצחק אלחנן (RIETS) ווי ער האט געדינט אלס ר"י, ער איז אויך באשריבען אין יעדע ביכל וואס באשרייבט רבני אמעריקא פון פאר די קריג.
איבער הרב יודעלעוויץ בכלליות, גוט א קוק ביי ישיבת ר' יצחק אלחנן (RIETS) ווי ער האט געדינט אלס ר"י, ער איז אויך באשריבען אין יעדע ביכל וואס באשרייבט רבני אמעריקא פון פאר די קריג.
- lebediger berel
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5249
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am
אין די הקדמה פונעם ספר עטרת צבי לר' צבי לאס דומ"ץ בניו יארק, שרייבט דער מחבר אז לעולם האט ער געוואלט ארויסגעבן א ספר פון זיינע שו"ת, זייענדיג א חבר בבית דינו של הרב הכולל ר' יעקב יוסף ז"ל, האט ער זיך אפגעגעבן מיט די השגחות בכשרות הבשר ממילא איז אים אויסגעקומען צו באהאנדלען אסאך שאלות העומדים על הפרק, אבער זייענדיג דא אין אמעריקא 'פה עולם חדש נראה לפני, פה עסק ההלכה הוא בשפל המדריגה, ואך חלק האגדה והדרוש יעלה נצה כפורחת, כי כל כחם של יושבי הארץ הזאת אינן אלא בפיהם'.
דער הרב לאס, איז מתחילה געווען רב אין א שטעטל יעזנא אין רוסלאנד נאר מחמת חוסר פרנסה איז ער געווען געצווינגען צו קומען קיין אמעריקא וואס ווי דערמאנט האט ער געדינט אלס דיין אונטער דעם רב הכולל, עס איז כדאי צו דערמאנען נאך צוויי חברי הבד"צ אין יענעם בית דין, ר' בנימין בינוש זאלקינד ראבינער און ר' שלמה נתן קאטלער ר"י רי"א.

אידן אין ניו יארק ווילעןהאלטען שבת! באריכטעט די נ.י. טיימס בשנת תרס"ט.
ביי א קאנפרענס פון די התאחדות שומרי שבת האט מען ארויסגעברענגט לשבח די נייע געזעץ אז אז איינער וואס האלט פארמאכט זיין געשעפט אום שבת מיט רעליגעזע מאטיווען, איז ערלויבט צו עפענען זיין געשעפט אום זוונטאג טראץ וואס די אלגעמיינע געזעץ ערלויבט נישט אפען צו האלטען געשעפטן זונטאג (אמאל איז אזאנס געווען אין ניו יארק, אין ניו זשערסי איז נאך היינט אזוי).
אן אנדערער האט ארונטערגעריסען די פרויען וועלכע שטיצען אזעלכע געשעפטן וואס זענען אפען אום שב"ק, בשעת וואס איינער ברענגט ארויס דעם טראגי-קאמישען פאקט אז געוויסע געשעפטן שעמען זיך מיאטאמאל צו שרייבען מיט לשון-הקודש אותיות אז זיי זענען אפען אום שבת (א ביטער געלעכטער).

קרעמער האט געשריבן:און איך האב נישט געוואוסט אז דער עמטליכער געזעץ אין ניו דזשערזי רופט צו פארשליסן געשעפטן אום זונטאג.
באדייט דאס אז מען קען באקומען א 'פיין' פארן אפן זיין?
נישט אין גאנץ ניו זשערסי, די רעכט איבער דעם באלאנגט פאר די לאקאלע רעגירונגען און די גאווערמענט פון 'בערגען קאונטי' ניו זשערסי איז איינע פוטן די לעצטע גרעסערע מונציפאליטעטן אנצואהאלטן די פארבאט פון זיין אפען זונטאגס.
קוק דא און דא.
- scy4851
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6806
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
- לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!
א היפשע פאר יאהר צירוק איז געווען א פאבליק רעפערענדאם און בערגען קאנטי וועגען לאזען עפענען סטארס אום זינטאג. די גרויסע דעפארטמענט סטארס האבען שטארק קעמפעינד אוועק צי מאכען מיטען געזעטץ און לאזען עפענען סטארס אויף זינטאג.
די המון עם וואס וואוינען דארט האבען אבער שטארק קעמפעינד אהנהאלטען דאס געזעטץ אז די געשעפטען מוזען זיין פארמאכט, און זיי האבען געזיגט.

the SCY is the limit
מיללער האט געשריבן:עס גייט נאך אסאך מער פון דעם, ביים אויפנעמען דעם אריגינעלן 'רב הכולל' ר' יעקב יוסף, האבן די וואס האבן נישט מסכים געווען, גענומען אן אייגענע 'רב הכולל', אין יענע צייט האט זיך ר' חיים יעקב ווידערוויץ א חבד'סקער חסיד ומהדיר ספרי שו"ת צמח צדק, אויך א נאמען געגעבן 'רב הכולל' אבער אזוי ווי ניו יארק האט שוין געהאט צוויי רב הכולל'ס, האט ער זיך גערופען 'רב הכולל לאמעריקע'......... (איך זיך נאך ווער עס האט זיך גערופען 'רב הכולל לכל העולם') עס איז לעת עתה נישט באקאנט צו אפי' א בית המדרש האט ער יא פארמאגט, ווען מ'האט אים געפרעגט ווער עס האט אים מכתיר געווען, האט ער ציניש אנגעוויזען אז דער שרייבער פונעם שילד העכער זיין טיר (די סיין אויף זיין הויז האט געטראגן דעם טיטל רב הכולל לאמריקה).
לכאורה איז הרב ווידרעוויץ נישט געווען קיין קטלא קניא, און ער איז געווען רב אין די ליובאוויטשער שוהל אויף הענרי סטריט אזויווי דו האסט שוין געשריבן אין די קברים סייט, ר' יונה לאנדא דערמאנט שוין אביסל אין זיין ספר אזוי בדרך רמז אז די חסידים האבן געהאט א היבש חלק אינעם דורכפאל פונעם רב הכולל, ר' יעקב יוסף איז געווען א ליטוואק, און די חסידים האבן זיך נישט געהאלטן ביים צושטעלן צו איהם, דערפאר קען זיין אז הרב ווידרעוויץ איז געווען א שטעקן פאר די חסידים.
וואס ס'איז אינטערעסאנט אז הרב סיגעל וועלכע איז לכאורה געווען דער ממלא מקום פונעם רב הכולל און ער האט געמאכט דער עירוב אויף די לאוער איסט סייד אין מאנהעטן איז געועון א ליטוואק און בעיקר זענען עס געווען די חסידים וואס האבן געטראגן מיט זיין עירוב.
ר' יעקב איסקאלסקי בארירט אין דגל ישראל בשנת תרפ"ז, די ווייטאגליכע פאקט אז גאנצענע חלקים פון כלל ישראל אין אמעריקא היטן נישט די הלכות פון טהרת המשפה רח"ל, א זאך וואס שטעלט דעם עתיד פון כלל ישראל אונטער א פראגע צייכען וויאזוי מען וועט קענען שידוכים טאן מיט די קינדער.
ער שרייבט אז געוויסע חסידישע רביי האבן געוואלט איינפירן אז מען זאל זיך ברויכען רעגיסטרירען ביי א געוויסע ארגענעאזציע, אינצוגעבן צו מען האלט איין די הלכות אז מען זאל דא וויסען ביי שידוכים.
לא יאומן כי יסופר.
ער שרייבט אז געוויסע חסידישע רביי האבן געוואלט איינפירן אז מען זאל זיך ברויכען רעגיסטרירען ביי א געוויסע ארגענעאזציע, אינצוגעבן צו מען האלט איין די הלכות אז מען זאל דא וויסען ביי שידוכים.
לא יאומן כי יסופר.
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35431
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
ר' מיללער, איז דער מצב אין געוויסע שטעט אין פוןילן ליטע דען נישט געווען אזוי?
אקארשט האב איך געזען צוברענגען פון חזון איש שאמר בענין החורבן האחרון "וויפיל פרויען אין ווילנא האבן געהאלטן טהרת המשפחה"?
נאכזוכענדיג היסטארישע בילדער פון ווילנע וכדו' זע איך אז דאס איז געווען דאן דער ביטערער מציאות דער אינגער דור האט מורא'דיג געגליטשט אין יענע תקופה.