איצט פארענדיגט דורכליינען דעם בוך "ארטאדאקסיע אויף פאלשע וועגן". ס'איז מורא'דיג.
ווי עס שיינט ארויס בין הפרקים, איז דער בוך געשריבן געווארן אין די סוף ת"ר אנפאנג ת"ש יארן, ווען די מלחמה אין אייראפע האט שוין געפלאקערט.
1] ער פארופט זיך אויף דעם אז אדאנק די מלחמה, וועלכע האט פאראורזאכט א מאנגל אין די ווייסע [געזעצליכע] פלייש אינדוסטריע, האבן די דעמאלטדיגע אזוי גערופענע אידישע סוחרים געהאנדלט אין די שווארצע פלייש מארקעט און אריינגעשווערצט אן איבערפלוס פון כלומר'שט כשר'ע פלייש א דאנק די שווארצע מארקעט. [ער לייגט אראפ דעם ציור, אין א געוויסן פראצענט, זייער ענדליך צו די מעשה פינקל אין מאנסי. וויי געוואלד, וואו האלטן מיר אויף דער היינטיגער אמעריקאנער וועלט?...].
אז מ'רעדט שוין איז אינטערסאנט וואס ער פארווארפט דארט בתוך הדברים, אז די נ.י. סטעיט האט שוין דאן בימים ההם געהאט געוויסע כשרות געזעצן.
[איך בין נוטה צו זאגן אז דאס איז געדרוקט צווישן די יארן תשב-ד, ווייל דעמאלט איז שוין אמעריקע געווען פארמישט אין די מלחמה, אבער ס'נישט קיין הכרח. מעגליך אז דער אימפארט עקספארט וכדומה האט שוין געליטן דערפון איידער אמעריקע האט אריינגעשטעקט אירע נעגל אין די קריג].
2] ווי אויך רירט ער אן אז דער אינטערנאציאנאלער אידישע פאליטיק, בנוגע א אידישע לאנד אין ארץ ישראל, איז א שטארקער שטער פאר דעם צוזאמענארבעט און אויפבליה פון ארטאדאקסיע אין אמעריקע. ער טייטלט אן, אז דאס צושפליטערטע מיינונג בנוגע די מדינה לאזט נישט פאראייניגן דעם ארטאדאקסישן אידנטוהם אפילו אויף לאקאלע אידישקייט פראבלעמען. (גאנץ אינטערסאנט צו וויסן וועמען אין אמעריקע עס האט געשעטערט בימים ההם דער אויפוואכונג פון א אידישע מדינה).
לויט די היסטאריע, האט דאס געמוזט זיין אין די יארן וואס די טעמע איז שוין געווען ברייט אויסגעלופטערט צווישן די אידישע מאסן וואס דאס מיינט לכאורה אין שפעטעריגע תר"צ יארן.
--
איך קען מיך נישט צוריק האלטן פון נישט מעתיק זיין איינס א גוטס, וואס ער שמייסט אריין בתוך דבריו ווען ער באקלאגט זיך אויף די אמעריקאנע מחנכים און לערערס.
א גרייפענדיגע באמערקונג האט וועגען דעם געמאכט א שארפער פקח:
דער העבעראישער לעהרער וואס ווייס ניט דעם אונטערשיד צווישען שוא נע און שוא נח טויג ניט, אבער ווען ער ווייס ניט מבחין צו זיין בין קודש לחול, בין אור לחושך, בין ישראל לעמים, בין יום השביעי לששת ימי המעשה, מאכט ניט אויס! איהם קענען אנגעטרויט ווערען די נשמות פון אונזערע קינדער אויף זיי צו פראק טיצירען.
אין אזעלכע הענט גיבען מיר איבער די צוקונפט פון אידענטום!