די ערשטע וועלט מלחמה
די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד
- שטאלצער יוד
- שר האלפיים
- תגובות: 2433
- זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm
לכאורה האט געשריבן:דאכט זיך אז ניוועץ מיינט "אין מיסט אריין"
לכאורה האט רעכט.
מאשקע
viewtopic.php?p=324485#p324485
מאשקע(אויף אן אנדערע סערווער)
http://ns8.ektec.com/forum/viewtopic.ph ... 60d#p14857
- מונאוויטש
- שר האלפיים
- תגובות: 2366
- זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
- פארבינד זיך:
ניי-פארעפענטליכע בילדער פון די ערשטע אמעריקאנע סאלדאטן אין WW1
א מיליטערישע מאזעאם אין מעין (MAINE) האט איצט צום ערשטן מאל פארענפענליכט פרישע בילדער פון די ערשטע אמעריקאנער סאלדאטן אין די ערשטע וועלט קריג אין 1917.
ווי באקאנט האט זיך אמעריקע געהאלטן מער-ווייניגער נייטראל אין די ערשטע פאר יאר פונעם קריג. אין 1916 האט פרעזידענט ווילסאן פראבירט אויסצוהאמערן א שלום אפמאך צווישן די צענטראלע מאכטן (דייטשלאנד און עסטרייך-אונגארן, און די אטאמאנישע אימפעריע) און די אליאירטע מאכטן (פראנקרייך, ענגלאנד, רוסלאנד, וכו'), אבער אן ערפאלג. אין 1917—נאכדעם וואס די דייטשע U-שיפלעך האבן דערטראנקען אמעריקאנער האנדלס שיפן, און נאכן זיממערמאן טעלעגראם, אין וואס דער דייטשער אויסערן מיניסטער ארטור זיממערמאן האט פארגעשלאגן צו שליסן א מיליטערישע שותפות מיט מעקסיקא אקעגן די פאראייניגטע שטאטן—איז דער אמעריקאנער פאלק געווארן מער און מער פרא-קריג געשטימט, און אין אפריל 1917 האט קאנגרעס, אויפן פארלאנג פונעם פרעזידענט, דעקלערט קריג אקעגן דייטשלאנד.
די ערשטע אמעריקאנער טרופן זענען אנגעקומען קיין פראנקרייך אין יוני 1917, און זענען זיי באגלייט געווארן דורך טויזענטער מעדעצינישע פערסאנאל ארויסצוהעלפן מיט אמבולאנס טראנספארטן און אנדערע מעדעצינישע סערוויסעס. די דאזיגע בילדער זענען געכאפט געווארן דורך אן אומבאקאנטער סערוויס מעמבער. נאכן קריג זענען די בילדער אהיימגעברענגט געווארן דורך אן אמעריקאנער סאלדאט וואס האט זיי איבערגעגעבן צו א מאזעאם אין אגאוסטא, מעין. איצט, צום 100'סטן יארטאג פונעם קריג דעקלעראציע, האט די מאזעאם פארעפענטליכט די אלטע בילדער.

לעצט פאראכטן דורך מונאוויטש אום דאנארשטאג אפריל 20, 2017 7:10 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
- מונאוויטש
- שר האלפיים
- תגובות: 2366
- זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
- פארבינד זיך:
בענקעל האט געשריבן:שכח מאנאוויטש. זייער אינטערעסאנט.
אז דו האסט נאך, פאַקאויס ס'גאנצע.
דער מאזעאם Maine Military Historical Society איז קליינע פארשטיפטע ארגאניזאציע אין מעין. זייערע שעות זענען א יעדע ערשטע זונטאג פונעם מאנאט, פון צען פארטאגס ביז צוויי נאכמיטאג...
די בילדער זענען לעצטנס פאבליצירט געווארן דורך די וואשינגטאן פאוסט.
http://www.washingtonpost.com/news/chec ... ld-war-one
לעצט פאראכטן דורך מונאוויטש אום פרייטאג אפריל 21, 2017 11:03 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
- אויסגערעכנט
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6845
- זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm
ווער איז אונליין
באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט