yidusa האט געשריבן:מיללער האט געשריבן:אויב זענט איר געבוירן אין די פריע אכציגער יארן, לאמיר עס געבן א מיטל-פונקט פון 83 דאס הייסט תשמ"ג, דרייסיג יאר צוריק, געדענקט איר ווי דער שטעטל האט אויסגעזען 25 יאר צוריק אלט זייענדיג 5 יאר? נישט מסתבר.
הרב מילער פארוואס זאגט איר אז ס'איז נישט מסתבר צו געדענקען זאכן פון די 5 יאר
איך האב ב"ה אסאך זכרונות פון יענע יארן וויאזוי די שטעטעל האט אויסגעזען כעל נישט זאגן אז איך געדענק אלעס פונקטליך דיטעלט
אבער געדענקען געדענק איך אדרבה איך וועל שרייבן אביסל פון מיינע זכרונות פון די יארן מ"ז מ"ח מ"ט אין די וועסט מיר זאגן וואס איך געדענק נישט גוט
לאזמיר פארמאכן מיינע אויגן און שפאצירן אויף די גאסן מיט אלטע זכרונות. הגם נישט אלעס קומט מיר יעצט ארויף אויפן זכרון.
אריינפארנדיג אין שטעטל ביי בעקערטאון פון ק.ר.105 האט מען געגעבן אזא פאל אריין אראפ א בערגל. (יארן שפעטער האט מען עס אויסגעגראדט אין געריקט אביסל די אנהייב פון די ראוד מער אויף רעכטס מיט עטליכע לעינ'ס). בעקערטאון ביידע זייטן בלויז א וואלד פון ביימער. ערשטע סימן פון שטעטל איז געווען די בעק פון הרב אשר ישעי' כהנא און הערש מיילך געלבמאן'ס הויז אויף משה יעקב קט.(היינט ויואל משה קט.) דערנאך איז געווען דעם רבין'ס באקאנטע הויז, שפעטער איז צוגעקומען אויף די אנדערע זייט מענדל ברייער'ס אויטא שאפ. אראפציר האט געוואינט ר' חיים שלמה פריעדמאן און זיין פיש סטאר איז דארט געווען אין א כמו טרעילאר דערנעבן מיט א האלצערנע רעמפ ארויף. די אלטע קעצעלע הויז ביי קארנער עיקער'ס איז נאך געשטאנען ביז א יאר צוויי צוריק. כ'געדענק ווען זומער האט די רוט פון די חדר באס געפארן ווייטער אויף בעקערטאון (בלובערי געגנט) אראפצולייגן זומער קינדער ביי "סאניקרעפט" קאנטרי.
ווייטער אויף עיקערס איז געווען נחום פריעדמאן'ס מילך דארט ווי ס'איז היינט יאסי'ס פיצא געווען אזויווי א לאודינג דאק. ביי ישראלזשופניק קאר. קאהאן איז געווען אין וואלד אזא פאונדעישן צימערן געמאכט פון סעמענט וואס לויט די לעגענדע פון די קינדער האט עס געשטאמט פון די אינדיענ'ס. (מיין זכרון טראגט מיר יעצט שוין אויף א שפעטערע תקופה). אביסל ארויפציר איז געווען די אפטא שול אין א מאביל טרעילער בנשיאת ר' מיכאל אפטער א רוסישע יוד. א קורצע צייט איז די קינדערגארטן געווען אין ביהמ"ד ישמח משה ביי שווימער'ס הייזער. און א פריעדיגע תקופה געדענק איך אלס נוירסערי יונגל איז מען געווען אין די קבלת פנים שטיבל אונטערן ביהמ"ד הגדול. (בדרך אגב, דארט פלעגט מען מאכן די קדישים פאר באווארפען'ס).
לאמיר ארויפארן געציל בערגער צום אלטן בנין הת"ת, פאר מ'האט געבויט בית מרדכי איז די לאנטש רום געווען אונטען אויף די רעכטע זייט. אין בעק פון ת"ת שטייט (נאך היינט) א סטארידזש געביידע וואס מ' פלעגט סטראשענען קינדער אז דארט וואינען בוגי-מען'ס. די ישיבה קטנה אויבן ביי יצחק לעווי'ס בילדונג איז שפעטער (נאכן בויען עצי חיים) געווארן א עמעזינג סעווינגס געשעפט פון איינער שרעם.
ביי עיקער'ס נאך סאטמאר איז געווען א קוואל וואסער מיט א פאמפ צווישן די ביימער וואס מ'האט שפעטער געבויט דערויף די מקוה טהרה. ביים ארויפארן די בארג צו ילד מיט ר' עקיבא'לע פאר א קריאת שמע ליינען האבן די קינדער געזינגען מיט גרויס כוונה "מען פארט ארויף צו ילד שעשועים" זיבן מאל, אריין דארט אין די גרויסע דיינונג רום פונם קימפעטארן היים האט מען קודם דורכשפאצירט די האללוועי ווי עס איז געווען אינמיטן א גרויסע וואנע מיט א דזשעקוזי. נאכן קר"ש ליינען און זאגן צוזאמען "וויפל נעגל אויפן דאך אזויפיל מלאכים אויפן וואך" (ג"פ) האט מען אויסגערופן "יעדער זאגט הויעעעעעך" (וענו כל העם) "א שכוח"! נאכן טיילן פעקעלעך ביים ארויסגיין האט מען געפילט גליקליך פאר אזא געשמאקע אויספלוג.
אריינפארנדיג אויף סאטמאר איז געווען אויף די לינקע זייט פרענקל'ס גראסערי געמאכט פון 5 צוזאמגעקנעקטע טרעילער'ס מיט א פארצייטישע חן. ארויפציר רעכטס אין די זייט פון גרשון מאנדל'ס הויז אין בעק איז יארן לאנג געזיצן א אלטן פארצייטישן טראק. אויף די לינקע זייט ביים טשאטה'ע ביהמ"ד פלעגט פארקומען אין בעק ביים געיט צוזאמשטויסן צווישן די ישיבה לצעירים בחורים פון די אנדערע זייט און טשאטה, אזא כמו עזה גרעניץ. אויף סיגעט קט. אויף א פארבויטע בעק פארטש האט ר' אהרן וויינבערגער געדרוקט די (אלטע) ק"י בולעטין.
ארויפציר ביי די שארטקאט צום צעירים/מצה בעקערי בילדונג פלעגט ליגן א ריזיגן מעכטיגע גרויסע שטיין. אונטן אין די מצה בעקערי האט געשיב'ט ביים אויוון ר' עקיבא וויינשטאק. די אנדערע זייט בילדונג אונטען איז געווען איינגערישט א וואכן הויז פאר הגה"צ ר' ברוך כהנא שליט"א מקארלסבורג זייענדיג ראש ישיבה לצעירים.
פארנדיג ווייטער ארויף סאטמאר איז געווען א סיין ביים סיידוואלק פאר א הויז "סופר סת"ם" פון ר' ישעי' גאטעסמאן (וואינט היינט אין לאנדאן) געווען דארט געפארקט א קליינע ברוינע שיך'לע קאר וואס האט געהאט א גרויסן לאך פון אונטען. שיעור נישט פארגעסן אראפציר די ברוינע 15 פעסענדזשער ווען פון ר' דוד פרידלענדער ארויפגעפעינט מיט ריזיגע אותיות "ביקור חולים דרבינו יואל מ'סאטמאר". צוריק ארויף, ביי ר' דוד שלמה בערגער'ס פארטש פלעגט יעדן תשרי הענגען א עלעקטעריק סיין "אתרוגים מובחרים", אראפ ביי קארנער העיס איז געווען די דרייגוד סטאר פון די אלטע מרת. ביקעל איר זון ר' שלו' ביקעל האט אויך דארט געוואינט. ארויף די אנדערע בארג לינקס גאלדבערגער'ס טוי סטאר.
אויף קראלע איז געווען מאשקאוויטש טוי סטאר. (שוין דערמאנט דורך אנדערע אויבן) די רויטע פארם הויז אויף עיקער'ס ביי פארעסט (היינט גלויבער'ס קלאדינג וכו') שטייט נאך היינט.
איך זעה (אין זכרון) ר' אהרן כהן שניידן די גראז ביי איינעמ'ס פעלד, און די קרית יואל מילך טרעקל דעליווערן צופריה די טשיז און מילך צו הייזער, די זעלבע פארט ארום שפיצער'ס אייער. (איך מיש עטליכע תקופות אביסל).
איך זעה יצחק שווארץ'ס שטיינערנע הויז אריין צווישן די ביימער ביי קארנער פארעסט. כ'דריי זיך לינקס, רעכטס אריין אויף מאונטען רד. אויף די רעכטע זייט (ווי ס'איז היינט סאסוב) האט געוואינט איינער ווערצבערגער. ביים קארנער (ווי ס'איז היינט וואלאווע) איז געווען די בעקעריי פון זינגער'ס קוקיס. - א שפאציר אין די אלטע היים (עס זינגט זיך אינטער כמו "מיין שטעטעלע בעלז")- ארויף רעכטס אויף ק.ר. 44 אויף די לינקע זייט א בארג ארויף (היינט ראוונע) די באקאנטע ציגעל'ע פארם פון ר' מענדל גערטנער וואס די גאנצע שטעטל פלעגט דארט ארויפקומען חוה"מ האלטן. (גראדע איינמאל געזען דארט ווי א שוחט שעכט טשיקענ'ס, מסתמא א קורצע תקופה) נישט ווייט פון דארט אין וואלד איז געשטאנען א הויעכער אייזערנע טורעם וואס מ'האט געקענט זען די אויבערשטער שפיץ פון ווייט אוועק. די בחורים פון ישיבה גדולה פלעגן קומען ארויפקריכן דערויף ביז אויבן צו קענען זען ווייטע שטרעקעס פון אלע זייטן און זיך אביסל אויסליפטערן.
צוריק צו פארעסט, די עטרת זקנים מיט די אלטע אידן (א שמועס פאר זיך, איינער וואלט דאס געדארפט ביישרייבן) אריין א רעכטס אויף סקאנעמאנק אויף די לינקע זייט איז געווען עפעס א באונגעלאו האלצערנע 2 שטאקן הויז וואס אונטן איז געווען גרינהוט'ס פיש סטאר. כ'דערמאן מיך יעצט פון א וויזיט דארט זעענדיג ר'משה וואלף דאנציגער האקט פיש און ס'ארבעט א טעיפ פון יאסעלע ראזנבלאט.
די ביקור חולים בילדונג בית שרה (כהנא) ווי דר. ווערצבערגער'ס קליניק איז געווען,(היינט קרן ויואל משה אויף דעם פלאץ) אויפן אויבערשטען שטאק איז געווען די אפיסעס פון די מוסדות און ר' ישראל חיים שטעסל דרוקעריי. די געשעפטן פון סעקשאן 1 און ווייטער אראפ פארעסט פאר די שאפינג סענטער תקופה איז שוין טיילווייז געוועו דא באשריבן דורך אנדערע.
שניצער'ס שיך סטאר אויף טעילאר אונטער שרייבער'ס (ווידער) הויז און ענגל'ס שיך סטאר אונטער ר' הירצקא גרינפעלד'ס הויז האט שוין אויך איינער דערמאנט, אזוי אויך די פלייש געשעפט אין א טרעילאר דארט ווי די בנין הכולל שטייט היינט. די איינציגסטע געשעפט וואס שטייט נאך היינט מיטן ארגינעלן (ערשטע) סיין איז לכאורה פעדער'ס גראסערי אויף העיס קט. - אזויווי מיין הענט האט אנגעהויבן וויי טון פון אזויפיל טייפן האב איך מיך פון שלאף אויפגעכאפט.. און כ'וועל דא מפסיק זיין - אדרבה זאל דער עולם אריינקומען מיטטיילן נאך זכרונות.