קרית יואל אמאל

אידישע און אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
צו געזונט
שר האלפיים
תגובות: 2109
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » מאנטאג ינואר 02, 2017 7:26 pm

מענדי טעללער איט איס
בוי זיך זעלבסט

אוועטאר
יציב פתגם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5224
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » פרייטאג מאי 26, 2017 12:55 pm

די אמאליגע מאנרא באס... די סטעישאן וועגאנס... דער גראזיגער שטח קעגן איבער דעם ביהמ"ד הגדול...

unnamed.png
unnamed.png (451.72 KiB) געזעהן 2375 מאל

פלייוואד
שר מאה
תגובות: 205
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 18, 2009 3:46 pm

תגובהדורך פלייוואד » זונטאג מאי 28, 2017 5:59 pm

אינטערעסאנטע זאך, האב איך ביי מיר א בילד פונם זעלבן ארט, מיט א שיינע פאר יאר שפעטער (ווען אן אויסגעפלאסטערטער פארקינג לאט פארנעמט דאס ארט פון דעם גראזיגן שטח) און די סוכה דארט אויפן פארטש איז אקוראט די זעלבע פון דעם פריערדיגן בילד,

(מיין בילד איז בערך 22 יאר צוריק)
צוגעלייגטע
CCI05282017.jpg
CCI05282017.jpg (493.09 KiB) געזעהן 2235 מאל

אוועטאר
אלט מאנרא
שר האלף
תגובות: 1481
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

תגובהדורך אלט מאנרא » זונטאג מאי 28, 2017 7:18 pm

פלייוואד האט געשריבן:אינטערעסאנטע זאך, האב איך ביי מיר א בילד פונם זעלבן ארט, מיט א שיינע פאר יאר שפעטער (ווען אן אויסגעפלאסטערטער פארקינג לאט פארנעמט דאס ארט פון דעם גראזיגן שטח) און די סוכה דארט אויפן פארטש איז אקוראט די זעלבע פון דעם פריערדיגן בילד,

(מיין בילד איז בערך 22 יאר צוריק)


אינעם הונטערגרונט זעהט מען בויען די פילמאר הייזער.
איר זאלט לעבן ווי לאנג איר ווילט, מיט נאך פופצן מינוט, נישט אלעס דארף גיין פונקטליך וויאזוי דו ווילסט!‎

יעקב צוקערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 663
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 05, 2014 1:27 pm

תגובהדורך יעקב צוקערמאן » זונטאג מאי 28, 2017 8:25 pm

farshlufen האט געשריבן:
שלך לחמך האט געשריבן:wow יעצט באמערקט דעם אשכול.
איז דא דא גיטע זכרונות, כל מקדש פון ר' אורי שווארטץ ביי מתמידים (און אולם עקשטיין)
די גוי וואס האט געכאפט א פיקטשער ווי מען האלט אינמיטען בויען די נייע לאנטשרום (בית מרדכי) ער האט זיך ארויפגעזעצט אויף די באלי פון א קרען אין אזוי ארויפגעפארן און די הייעך צי קענען כאפען די פיקטשער.

איר ערוועקט מיר זכרונות, געוויס אין מוקדם ומאוחר.



אוי דערמאנט עטץ מיך.
איך פלעג עסן טשו-טשוס און ריקאולע קענדיס, די צונג פלעגט אויסקוקן שרעקליך נאך די ריקאולע קענדיס, די געלע ,א גערוך האט עס אויך געהאט.
הקיצור, פונקט געהאט א זייגער אין טאש, און אינמיטן ווען דער מלמד פון מתמידים האט זיך גענומען פארלערנען משניות..... נאכ'ן סטראשען מיט געבן "אן עקס" אויפ'ן צעטל....
האט זיך דער זייגער צוקלונגען.
הקיצור, מען האט מיך פארשיקט פון מתמידים ביינאכט, דוכט זיך פאר 2 וואכן.
דער גרעסטער פארלוסט איז געווען, אז איך האב פארפאסט דעם גאנצן לעצטן חלק פון ר' אורי שווארץ כל מקדש, יארן יארן האב איך זיך געפלאגט זיך משלימ צו זיין און צולערנען ,אויף די אייגענע מיה און שווייס, דעם צווייטן חלק. נאך היינט הונקע איך אונטער ביים עס זינגען.......

אוועטאר
צו געזונט
שר האלפיים
תגובות: 2109
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » זונטאג מאי 28, 2017 11:21 pm

יעקב. דאן האלטסטו שוין ביי די בינה... איך העל דיך צולערנען די צווייטע פאל
בוי זיך זעלבסט

אוועטאר
יציב פתגם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5224
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » מאנטאג מאי 29, 2017 3:40 pm

היינט איז די ערשטע יארצייט פון הרה"ח ר' חיים יחזקאל שרגא לויפער ז"ל, פון די לאנגיעריגע תושבים אין קרית יואל

7989.JPG
7989.JPG (477.09 KiB) געזעהן 1939 מאל

הרים כדונג
אנשי שלומינו
תגובות: 3
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 05, 2016 2:58 am

תגובהדורך הרים כדונג » דינסטאג מאי 15, 2018 3:06 pm

yidusa האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:אויב זענט איר געבוירן אין די פריע אכציגער יארן, לאמיר עס געבן א מיטל-פונקט פון 83 דאס הייסט תשמ"ג, דרייסיג יאר צוריק, געדענקט איר ווי דער שטעטל האט אויסגעזען 25 יאר צוריק אלט זייענדיג 5 יאר? נישט מסתבר.

הרב מילער פארוואס זאגט איר אז ס'איז נישט מסתבר צו געדענקען זאכן פון די 5 יאר
איך האב ב"ה אסאך זכרונות פון יענע יארן וויאזוי די שטעטעל האט אויסגעזען כעל נישט זאגן אז איך געדענק אלעס פונקטליך דיטעלט
אבער געדענקען געדענק איך אדרבה איך וועל שרייבן אביסל פון מיינע זכרונות פון די יארן מ"ז מ"ח מ"ט אין די וועסט מיר זאגן וואס איך געדענק נישט גוט


לאזמיר פארמאכן מיינע אויגן און שפאצירן אויף די גאסן מיט אלטע זכרונות. הגם נישט אלעס קומט מיר יעצט ארויף אויפן זכרון.

אריינפארנדיג אין שטעטל ביי בעקערטאון פון ק.ר.105 האט מען געגעבן אזא פאל אריין אראפ א בערגל. (יארן שפעטער האט מען עס אויסגעגראדט אין געריקט אביסל די אנהייב פון די ראוד מער אויף רעכטס מיט עטליכע לעינ'ס). בעקערטאון ביידע זייטן בלויז א וואלד פון ביימער. ערשטע סימן פון שטעטל איז געווען די בעק פון הרב אשר ישעי' כהנא און הערש מיילך געלבמאן'ס הויז אויף משה יעקב קט.(היינט ויואל משה קט.) דערנאך איז געווען דעם רבין'ס באקאנטע הויז, שפעטער איז צוגעקומען אויף די אנדערע זייט מענדל ברייער'ס אויטא שאפ. אראפציר האט געוואינט ר' חיים שלמה פריעדמאן און זיין פיש סטאר איז דארט געווען אין א כמו טרעילאר דערנעבן מיט א האלצערנע רעמפ ארויף. די אלטע קעצעלע הויז ביי קארנער עיקער'ס איז נאך געשטאנען ביז א יאר צוויי צוריק. כ'געדענק ווען זומער האט די רוט פון די חדר באס געפארן ווייטער אויף בעקערטאון (בלובערי געגנט) אראפצולייגן זומער קינדער ביי "סאניקרעפט" קאנטרי.

ווייטער אויף עיקערס איז געווען נחום פריעדמאן'ס מילך דארט ווי ס'איז היינט יאסי'ס פיצא געווען אזויווי א לאודינג דאק. ביי ישראלזשופניק קאר. קאהאן איז געווען אין וואלד אזא פאונדעישן צימערן געמאכט פון סעמענט וואס לויט די לעגענדע פון די קינדער האט עס געשטאמט פון די אינדיענ'ס. (מיין זכרון טראגט מיר יעצט שוין אויף א שפעטערע תקופה). אביסל ארויפציר איז געווען די אפטא שול אין א מאביל טרעילער בנשיאת ר' מיכאל אפטער א רוסישע יוד. א קורצע צייט איז די קינדערגארטן געווען אין ביהמ"ד ישמח משה ביי שווימער'ס הייזער. און א פריעדיגע תקופה געדענק איך אלס נוירסערי יונגל איז מען געווען אין די קבלת פנים שטיבל אונטערן ביהמ"ד הגדול. (בדרך אגב, דארט פלעגט מען מאכן די קדישים פאר באווארפען'ס).

לאמיר ארויפארן געציל בערגער צום אלטן בנין הת"ת, פאר מ'האט געבויט בית מרדכי איז די לאנטש רום געווען אונטען אויף די רעכטע זייט. אין בעק פון ת"ת שטייט (נאך היינט) א סטארידזש געביידע וואס מ' פלעגט סטראשענען קינדער אז דארט וואינען בוגי-מען'ס. די ישיבה קטנה אויבן ביי יצחק לעווי'ס בילדונג איז שפעטער (נאכן בויען עצי חיים) געווארן א עמעזינג סעווינגס געשעפט פון איינער שרעם.

ביי עיקער'ס נאך סאטמאר איז געווען א קוואל וואסער מיט א פאמפ צווישן די ביימער וואס מ'האט שפעטער געבויט דערויף די מקוה טהרה. ביים ארויפארן די בארג צו ילד מיט ר' עקיבא'לע פאר א קריאת שמע ליינען האבן די קינדער געזינגען מיט גרויס כוונה "מען פארט ארויף צו ילד שעשועים" זיבן מאל, אריין דארט אין די גרויסע דיינונג רום פונם קימפעטארן היים האט מען קודם דורכשפאצירט די האללוועי ווי עס איז געווען אינמיטן א גרויסע וואנע מיט א דזשעקוזי. נאכן קר"ש ליינען און זאגן צוזאמען "וויפל נעגל אויפן דאך אזויפיל מלאכים אויפן וואך" (ג"פ) האט מען אויסגערופן "יעדער זאגט הויעעעעעך" (וענו כל העם) "א שכוח"! נאכן טיילן פעקעלעך ביים ארויסגיין האט מען געפילט גליקליך פאר אזא געשמאקע אויספלוג.

אריינפארנדיג אויף סאטמאר איז געווען אויף די לינקע זייט פרענקל'ס גראסערי געמאכט פון 5 צוזאמגעקנעקטע טרעילער'ס מיט א פארצייטישע חן. ארויפציר רעכטס אין די זייט פון גרשון מאנדל'ס הויז אין בעק איז יארן לאנג געזיצן א אלטן פארצייטישן טראק. אויף די לינקע זייט ביים טשאטה'ע ביהמ"ד פלעגט פארקומען אין בעק ביים געיט צוזאמשטויסן צווישן די ישיבה לצעירים בחורים פון די אנדערע זייט און טשאטה, אזא כמו עזה גרעניץ. אויף סיגעט קט. אויף א פארבויטע בעק פארטש האט ר' אהרן וויינבערגער געדרוקט די (אלטע) ק"י בולעטין.

ארויפציר ביי די שארטקאט צום צעירים/מצה בעקערי בילדונג פלעגט ליגן א ריזיגן מעכטיגע גרויסע שטיין. אונטן אין די מצה בעקערי האט געשיב'ט ביים אויוון ר' עקיבא וויינשטאק. די אנדערע זייט בילדונג אונטען איז געווען איינגערישט א וואכן הויז פאר הגה"צ ר' ברוך כהנא שליט"א מקארלסבורג זייענדיג ראש ישיבה לצעירים.

פארנדיג ווייטער ארויף סאטמאר איז געווען א סיין ביים סיידוואלק פאר א הויז "סופר סת"ם" פון ר' ישעי' גאטעסמאן (וואינט היינט אין לאנדאן) געווען דארט געפארקט א קליינע ברוינע שיך'לע קאר וואס האט געהאט א גרויסן לאך פון אונטען. שיעור נישט פארגעסן אראפציר די ברוינע 15 פעסענדזשער ווען פון ר' דוד פרידלענדער ארויפגעפעינט מיט ריזיגע אותיות "ביקור חולים דרבינו יואל מ'סאטמאר". צוריק ארויף, ביי ר' דוד שלמה בערגער'ס פארטש פלעגט יעדן תשרי הענגען א עלעקטעריק סיין "אתרוגים מובחרים", אראפ ביי קארנער העיס איז געווען די דרייגוד סטאר פון די אלטע מרת. ביקעל איר זון ר' שלו' ביקעל האט אויך דארט געוואינט. ארויף די אנדערע בארג לינקס גאלדבערגער'ס טוי סטאר.

אויף קראלע איז געווען מאשקאוויטש טוי סטאר. (שוין דערמאנט דורך אנדערע אויבן) די רויטע פארם הויז אויף עיקער'ס ביי פארעסט (היינט גלויבער'ס קלאדינג וכו') שטייט נאך היינט.

איך זעה (אין זכרון) ר' אהרן כהן שניידן די גראז ביי איינעמ'ס פעלד, און די קרית יואל מילך טרעקל דעליווערן צופריה די טשיז און מילך צו הייזער, די זעלבע פארט ארום שפיצער'ס אייער. (איך מיש עטליכע תקופות אביסל).

איך זעה יצחק שווארץ'ס שטיינערנע הויז אריין צווישן די ביימער ביי קארנער פארעסט. כ'דריי זיך לינקס, רעכטס אריין אויף מאונטען רד. אויף די רעכטע זייט (ווי ס'איז היינט סאסוב) האט געוואינט איינער ווערצבערגער. ביים קארנער (ווי ס'איז היינט וואלאווע) איז געווען די בעקעריי פון זינגער'ס קוקיס. - א שפאציר אין די אלטע היים (עס זינגט זיך אינטער כמו "מיין שטעטעלע בעלז")- ארויף רעכטס אויף ק.ר. 44 אויף די לינקע זייט א בארג ארויף (היינט ראוונע) די באקאנטע ציגעל'ע פארם פון ר' מענדל גערטנער וואס די גאנצע שטעטל פלעגט דארט ארויפקומען חוה"מ האלטן. (גראדע איינמאל געזען דארט ווי א שוחט שעכט טשיקענ'ס, מסתמא א קורצע תקופה) נישט ווייט פון דארט אין וואלד איז געשטאנען א הויעכער אייזערנע טורעם וואס מ'האט געקענט זען די אויבערשטער שפיץ פון ווייט אוועק. די בחורים פון ישיבה גדולה פלעגן קומען ארויפקריכן דערויף ביז אויבן צו קענען זען ווייטע שטרעקעס פון אלע זייטן און זיך אביסל אויסליפטערן.

צוריק צו פארעסט, די עטרת זקנים מיט די אלטע אידן (א שמועס פאר זיך, איינער וואלט דאס געדארפט ביישרייבן) אריין א רעכטס אויף סקאנעמאנק אויף די לינקע זייט איז געווען עפעס א באונגעלאו האלצערנע 2 שטאקן הויז וואס אונטן איז געווען גרינהוט'ס פיש סטאר. כ'דערמאן מיך יעצט פון א וויזיט דארט זעענדיג ר'משה וואלף דאנציגער האקט פיש און ס'ארבעט א טעיפ פון יאסעלע ראזנבלאט.

די ביקור חולים בילדונג בית שרה (כהנא) ווי דר. ווערצבערגער'ס קליניק איז געווען,(היינט קרן ויואל משה אויף דעם פלאץ) אויפן אויבערשטען שטאק איז געווען די אפיסעס פון די מוסדות און ר' ישראל חיים שטעסל דרוקעריי. די געשעפטן פון סעקשאן 1 און ווייטער אראפ פארעסט פאר די שאפינג סענטער תקופה איז שוין טיילווייז געוועו דא באשריבן דורך אנדערע.

שניצער'ס שיך סטאר אויף טעילאר אונטער שרייבער'ס (ווידער) הויז און ענגל'ס שיך סטאר אונטער ר' הירצקא גרינפעלד'ס הויז האט שוין אויך איינער דערמאנט, אזוי אויך די פלייש געשעפט אין א טרעילאר דארט ווי די בנין הכולל שטייט היינט. די איינציגסטע געשעפט וואס שטייט נאך היינט מיטן ארגינעלן (ערשטע) סיין איז לכאורה פעדער'ס גראסערי אויף העיס קט. - אזויווי מיין הענט האט אנגעהויבן וויי טון פון אזויפיל טייפן האב איך מיך פון שלאף אויפגעכאפט.. און כ'וועל דא מפסיק זיין - אדרבה זאל דער עולם אריינקומען מיטטיילן נאך זכרונות.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 19069
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג מאי 15, 2018 3:26 pm

וואס האסטו געטאן?

האסט צוריקגעדרייט מיין זייגער מיט אריבער דרייסיג יאר.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

blue moon
שר מאה
תגובות: 161
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 02, 2016 4:45 pm

תגובהדורך blue moon » דינסטאג מאי 15, 2018 4:08 pm

ר' אליעזר הארפענעס פיצא סטאר. פארעסט קאר. קוויקוועי. גרינע בילדונג.

ווי האלט איך דא
שר מאה
תגובות: 130
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 26, 2017 4:49 pm

תגובהדורך ווי האלט איך דא » דאנארשטאג מאי 24, 2018 6:22 pm

צומארגענס נאך די גרויסע חתונה תשמ"ה אין נעסאו קאליסיום ווען איך בין געשטאנען מיט מיין מאמע געווארט אויפן חדר באס זענען מענטשען דעמאלטס אהיים געקומען פון די חתונה

אוועטאר
מאנסי שטופער
שר חמישים
תגובות: 84
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 12:40 am

תגובהדורך מאנסי שטופער » דאנארשטאג מאי 24, 2018 6:26 pm

20180524_182534.png
20180524_182534.png (305.97 KiB) געזעהן 781 מאל

אוועטאר
צו געזונט
שר האלפיים
תגובות: 2109
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » דאנארשטאג מאי 24, 2018 7:11 pm

הרים כדונג האט געשריבן:
ווייטער אויף עיקערס איז געווען נחום פריעדמאן'ס מילך (קודם ביי די פארקינג לאט פון עזרת חולים) דארט ווי ס'איז היינט יאסי'ס פיצא (וואס איז קודם געווען דארט ווי היינט גלויבערס) געווען אזויווי א לאודינג דאק. ביי ישראלזשופניק קאר. קאהאן איז געווען אין וואלד אזא פאונדעישן צימערן געמאכט פון סעמענט וואס לויט די לעגענדע פון די קינדער האט עס געשטאמט פון די אינדיענ'ס. (יא, מען האט אריינגעשריגן אןו די ווידער קול איז געווען א אינדיען וואס שרייט צוריק...) און א פריעדיגע תקופה געדענק איך אלס נוירסערי יונגל איז מען געווען אין די קבלת פנים שטיבל אונטערן ביהמ"ד הגדול (אויך די אימיוניזעישאן'ס פליגט מען דארט געבן).

לאמיר ארויפארן געציל בערגער צום אלטן בנין הת"ת, פאר מ'האט געבויט בית מרדכי איז די לאנטש רום געווען אונטען אויף די רעכטע זייט. אין בעק פון ת"ת שטייט (נאך היינט) א סטארידזש געביידע (גבריאל פאפענהיים'ס סטארעדזש) . די ישיבה קטנה אויבן ביי יצחק לעווי'ס בילדונג איז שפעטער (נאכן בויען עצי חיים) געווארן א עמעזינג סעווינגס געשעפט (און א שוסטעריי) פון איינער שרעם (ששון).

אריינפארנדיג אויף סאטמאר (קודם אויף סיגעט נעבן גרשון מאנדל'ס פארדזשאווערטע טראק)

ארויפציר ביי די שארטקאט צום צעירים/מצה בעקערי בילדונג פלעגט ליגן א ריזיגן מעכטיגע גרויסע שטיין (נאכאלס). אונטן אין די מצה בעקערי האט געשיב'ט ביים אויוון ר' עקיבא וויינשטאק. די אנדערע זייט בילדונג אונטען איז געווען איינגערישט א וואכן הויז פאר הגה"צ ר' ברוך כהנא שליט"א (דאס בלוט פארט מיר ארויף...) מקארלסבורג זייענדיג ראש ישיבה לצעירים.

אויף די רעכטע זייט (ווי ס'איז היינט סאסוב) האט געוואינט איינער ווערצבערגער (אברהם משה און זיין שוואגער אליעזר שווימער). אריין א רעכטס אויף סקאנעמאנק אויף די לינקע זייט איז געווען עפעס א באונגעלאו האלצערנע 2 שטאקן הויז וואס אונטן איז געווען גרינהוט'ס פיש סטאר (און א באנגאללאו פון ר' הערש לעווין ומשפ').
בוי זיך זעלבסט

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 19069
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » פרייטאג מאי 25, 2018 9:32 am

מאנסי שטופער האט געשריבן:
20180524_182534.png

לויט די קארס אי דער בילד פון אנהויב נו"ן'ס
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 19069
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » פרייטאג מאי 25, 2018 9:34 am

צו געזונט האט געשריבן:
אריין א רעכטס אויף סקאנעמאנק אויף די לינקע זייט איז געווען עפעס א באונגעלאו האלצערנע 2 שטאקן הויז וואס אונטן איז געווען גרינהוט'ס פיש סטאר (און א באנגאללאו פון ר' הערש לעווין ומשפ')
.

נאר א באנגעלאו האט ער געהאט? א מאטארביציקל פלעגט ער פירן אזוי מיטן זקן היורד ע"פ מידותיו.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
גיכער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 259
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 13, 2012 11:32 am

תגובהדורך גיכער » זונטאג מאי 27, 2018 10:06 am

איי ר׳ גרשון מאנדל׳ס טראק, פלעג מיר זיך אריינזעצן דערינען און אין דמיון פלעגן מיר זיך פארשטעלן ווי מען דרייווט אויפ׳ן הייוועי אבער אך און וויי איז געווען ווען ר׳ גרשון האט איינעם געפאקט אינעם טראק,

איך בין נייגעריג צי איינער געדענקט דא די גרויסע ביזנעס מיט וואס מיר קינדער פלעגן האנדלען ביי די ת״ת בית מרדכי
עס איז נישט געווען מיט וואס צי שפילן מיר האבן זיך געשפילט מיט פשוטע זאמד מיט ליידיגע מילך באטלעך, ווער עס האט זיך געקענט פארשאפן א זיפל ווי למשל א א שטיקל פון א סקרין אדער א שטיקל לעיס סחורה האט געקענט ווערן אן עושר
די סוחרים פלעגן ארום גיין מיט אן אנגעפילטע מילך באטל מיט געזיפטע זאמד און הויעך אויסריפן, געזיפטע זאמד פאר פלעי מאני, אוי איז דאס געווען א טייערער ארטיקל
גראדע די בונקער ווי מיר פלעגן עס ריפן דארט אויף ישראל דזשופניק איז נאך אלץ דארט דאכט זיך
ווערצבערגער (גרשי׳ס טאטע) פלעגט האבן א שטיקל צייט א טרעקל ווי ער פלעגט פארקויפן נארהאפטיגע פליישיגע מאכלים דארט אויף סאטמאר קארנער עיקערס

מי יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5652
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » זונטאג מאי 27, 2018 10:16 am

גיכער האט געשריבן:איי ר׳ גרשון מאנדל׳ס טראק, פלעג מיר זיך אריינזעצן דערינען און אין דמיון פלעגן מיר זיך פארשטעלן ווי מען דרייווט אויפ׳ן הייוועי אבער אך און וויי איז געווען ווען ר׳ גרשון האט איינעם געפאקט אינעם טראק,

איך בין נייגעריג צי איינער געדענקט דא די גרויסע ביזנעס מיט וואס מיר קינדער פלעגן האנדלען ביי די ת״ת בית מרדכי
עס איז נישט געווען מיט וואס צי שפילן מיר האבן זיך געשפילט מיט פשוטע זאמד מיט ליידיגע מילך באטלעך, ווער עס האט זיך געקענט פארשאפן א זיפל ווי למשל א א שטיקל פון א סקרין אדער א שטיקל לעיס סחורה האט געקענט ווערן אן עושר
די סוחרים פלעגן ארום גיין מיט אן אנגעפילטע מילך באטל מיט געזיפטע זאמד און הויעך אויסריפן, געזיפטע זאמד פאר פלעי מאני, אוי איז דאס געווען א טייערער ארטיקל
גראדע די בונקער ווי מיר פלעגן עס ריפן דארט אויף ישראל דזשופניק איז נאך אלץ דארט דאכט זיך
ווערצבערגער (גרשי׳ס טאטע) פלעגט האבן א שטיקל צייט א טרעקל ווי ער פלעגט פארקויפן נארהאפטיגע פליישיגע מאכלים דארט אויף סאטמאר קארנער עיקערס

"מעדני מלך" מיינסטו
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

גאלדגרוב
שר מאה
תגובות: 182
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 08, 2013 2:56 pm

תגובהדורך גאלדגרוב » דינסטאג יוני 19, 2018 4:37 pm

פרענקלס גראסערי בימים ההם


צוריק צו “זכור ימות עולם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 11 געסט