עגיפטן: קבר פון קליאופטרא מעגליך געפונען געווארן

אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

עגיפטן: קבר פון קליאופטרא מעגליך געפונען געווארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

די קבר פון די עגיפטישע קעניגן קליאופטרא וואס ווערט דערמאנט אין חז"ל (סנהדרין צ) איז מעגליך אפירגעקומען נאך דריי יאר פון העפטיגע ארכעאלאגישע גראבונגען אין די טאפאסיריס מאגנא געגענט אין מצרים אויפן טייך מאריוט, מערב פון אלכסנדריא. און ווערט היינט גערופן אבוסיר.

לויט א ווארטזאגער פון די ארכעאלאגישע גרופע אין מצרים "עגיפטישע קאנסול פון אנטיקן" איז ווארשיינליך אויך געפונען געווארן די קבר פון דעם רוימישן גענאראל 'מארק אנטאני' Marcus Antonius וואס איז אנגענומען אז ער האט געפירט מלחמות כבדות לכבודה פון קליאופטרא מלכתא.
די יאר פון איר טויט איז אנגענומען אלס 30 BC דאס מיינט 2039 יאר צוריק בזמן התנאים אין די לעצטערע יארן פון בית שני וואס איז געשטאנען 420 יאר ביז 70 למספרם.
זי ווערט באצייכענט אלס די סאמע לעצטע פרעה און מיט איר טויט האט זיך אפגעשלאסן די פרעה-עפאכע אינאיינעם מיט די שטארקע עגיפטישע הערשאפט, און ס'האט זיך אנגעהויבן די רוימישע אימפעריע וואס האט קורץ דערנאך חרוב געמאכט ירושלים מיטן בית שני דורכן קעניג טיטוס הרשע.

אלעס אינאיינעם זענען געפונען געווארן 27 מערות וואס מען גלויבט אז עס ליגן דארטן מומיס פון הויכע אדעל לייט פון מצרים, עטליכע דערפון באגילדעט. ווי אויך זענען געפונען געווארן מארמוירנע אויסשניצונגען פון קליאופטרא און אנדערע, א זאך וואס איז געווען שטארק אננעמבאר אין די פרעה'אישע עפאכע.
עטליכע צוואנציג מטבעות מיט די געשטאלט פון קליאופטרא זענען אויך געפונען געווארן.

אין די גויאישע וועלט איז דער שטיק היסטאריע שטארק באוויסט דורך א פילם וואס האט איבערגעשפילט דעם עפיזאד אין 1963. הגם איך ווייס נאכנישט א מקור אויף די אנגענומענע חלק פון מארק אנטאני בשייכות מיט קליאופטרא.



בילד
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

יישר-כח הרב שוועמל פאר די אינטערעסאנטע און היסטארישע נייעס-אויפדעקונג.

אין די ענגלישע 'משפחה' מאגאזין פון פארגאנגענעם יו"ט פסח, איז געווען א באשרייבונג איבער די מומיס פון די פרעה'ס וועלכע האבן געוועלטיגט ביי די אידן-אין-מצרים עפאכע, ווי דער שרייבער שטעלט גאר אינטערעסאנט צוזאם די היינטיגע אויפדעקונגען מיט פארשידענע מדרשים און ספר הישר, ווי מ'זעהט באשיינפערליך דברי חז"ל אלס קליפט און קראנט, נישט איז מיר ברויכן ראיות אבער עס פארשטערקערט די אמונה בדברי חז"ל.
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6806
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

מיט א 15 יאהר צירוק בערך בין איך געווען און נייעגרע און איך האב דארט געזעהן אונעם נייעגרע מוזיאם די מומי פון, רמסס דער ערשטע, פון די ערשטע פרעה'ס נאך יציאת מצרים.
די לעצטע פרעהס ממש פאר יציאת מצרים זענען געווען פונעם אכטצענטע דיינעסטי. רמסס דער ערשטע איז געווען דער ערשטע פרעה פון דעם נייטצענטע דיינעסטי

ער איז דארט געלעגען און נייעגרע ביז א 10 יאהר צירוק ווען דער מוזיאם האט זיך פארמאכט און מעהאט אוהם אריבער געפירט קיין עטלענטע.
מיט א 6 יאהר צירוק האט מען אוהם צירוק אהיים געפירט קיין עגיפטען.
the SCY is the limit
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

וואס רופט איר דיינעסטי?
דורות אדער וואס?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6806
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

שוועמעל
די היסטאריקער האבען איינגעטיילט דאס עגיפטישער מלכות און דריי קינגדאמס (kingdoms)
Old Kingdom
Middle Kingdom
New Kingdom

א יעדע קינגדאם האט געהאט פארשידענע משפחות וואס האבען געהאלטען די מלוכה ביי זיך. א דיינעסטי הייסט ווען די מלוכה איז אינטער איין משפחה.

ווען די מלוכה איז איבער געגאנגען צי אן אנדערע משפחה, צי מיט געוואלד אדער די כומרים האבען עס איבער געגעבען, האט זיך אנגעפאנגען א נייע דיינעסטי.

און דעם משפחה מעגעזין ארטיקעל וואס מיללער האט דערמאנט, איז געשריבען אז דער פרעה פון יציאת מצרים איז געווען Akhenaten
ער איז געווען דער צענטער פרעה פונעם אכטצענטען דיינעסטי.

מער אינפארמאציע וועגען די דיינעסטיס און מצרים קען מען זעהן אויף דעם סייט
the SCY is the limit
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

יישר כוח ר' שמחה פאר די געוואלדיגע אינפארמאציע.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5600
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

לויטן שרייבער אין משפחה האט דער פרעה וועלכע האט געקעניגט איבער די אידן אין מצרים אזוי אויס געזעהן, ער ברענגט אינטערעסאנטע ריאות דערצו.
אטעטשמענטס
paroh.jpg
paroh.jpg (19.84 KiB) געזען 3826 מאל
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6806
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

ווען מען ליינט די אלע היסטארישע באשרייבעונג פון דאס פראכטפולער מלכות וואס האט געהערשט און מצרים און דעם אורעלטער, קריגט מען א שטיקעל א באגרוף און דער טייטש פון דער פסוק און פרשת ואתחנן
או הנסה אלהים לבוא לקחת לו גוי מקרב גוי במסות באתת ובמופתים ובמלחמה וביד חזקה ובזרוע נטויה ובמוראים גדלים ככל אשר עשה לכם ה' אלקיכם במצרים לעיניך
the SCY is the limit
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

בן בוזי;
די פרעה'ס וואס האבן געקעניגט איבער די אידן אין מצרים זענען געווען אסך, נישט איינס.
איך געדענק פונעם בוך והצלתי ברענגט ער נעמען מסתם פון יוסיפין אדער סדר הדורות.


שמחה;
דאס זעהט מען אין מדרשי חזל אז מצרים איז געווען דאן א 'מעכטיגע אימפעריע' וואס האט געהערשט איבער א גרויס חלק וועלט. ארויסצוגיין פון דעם לאנד האט נאר דער רבוש"ע געקענט באווייזן.
אפילו דוד המלך און די נביאים האבן נאך גערעדט מיט אזא אייפער לגבי יציאת מצרים, זיי האבן געלעבט אין די תקופות ווען מצרים האט נאך אלץ געווען א מעכטיגע מלוכה, כאטש נישט אזוי שטארק ווי פריער. אבער ס'יז זיי נאך געליגן אין די ביינער זייענדיג בלויז עטליכע הונדערט יאר שפעטער.


אגב, דער אשכול רעדט פון קליאופטרא וואס איז געווען ארום 1400 יאר נאך יציאת מצרים ... !
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
יידישיסט
שר חמש מאות
תגובות: 618
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 13, 2008 10:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישיסט »

שוועמל האט געשריבן:
זי ווערט באצייכענט אלס די סאמע לעצטע פרעה און מיט איר טויט האט זיך אפגעשלאסן די פרעה-עפאכע אינאיינעם מיט די שטארקע עגיפטישע הערשאפט,


דו מיינסט אוודאי די תלמי-עפאכע, וואס דאס איז די תקופה פון דעם העלעניסטישן עגיפטן. ד.ה. די תקופה פון גריכישער קולטור-הערשאפט אין עגיפטן [וואס האט זיך אנגעהויבן פון אלכסנדר מוקדון'ס אייננעמען עגיפטן], אונטער דער פירערשאפט פון תלמי [פטאלמעאוס] המלך, און קליאופטרא [קלעאפאטרע] המלכה. אלע קעניגן מיט זייערע ווייבער האבן געהאט די נעמען אין דער העלעניסטישער תקופה, ביז די רוימער האבן זיי אונטערטעניגט.
אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3628
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: מאלי הויז ארעסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויזאמער »

בן בוזי האט געשריבן:לויטן שרייבער אין משפחה האט דער פרעה וועלכע האט געקעניגט איבער די אידן אין מצרים אזוי אויס געזעהן, ער ברענגט אינטערעסאנטע ריאות דערצו.


דער האט צו א לאנגע קאפ פאר דעם נידריגן פרעה...

אגב, אין שלמי יו"ט פונעם לאנדסבורגער זצ"ל טייטשט ער אז פרעה האט געזאגט פאר משה רבינו "הפרד נא מעלי", ווייל פרעה איז געווען 6 טפחים, און משה 10 אמות, האט פרעה זיך אויפגעהויבן זיין נידריגן פרצוף ארויפגעקוקט צו משה, און געשריגן "גיי אוועק דארט פון אויף מיר", ווארום עס האט אים ווירקליך אויסגעקוקט אז משה שטייט אויף אים...
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני
יידישיסט
שר חמש מאות
תגובות: 618
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 13, 2008 10:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישיסט »

דאכט זיך אז "הפרד נא מעלי" האט אברהם געזאגט פאר לוט, און נישט פרעה פאר משה. אפשר מיינט איר אן ענליכן אויסדרוק.
אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3628
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: מאלי הויז ארעסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויזאמער »

יא, ריכטיג, אפשר לך מעלי? איך געדענק נישט. קרעמער?
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני
ברוקלין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 381
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 18, 2009 1:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוקלין »

משרע"ה האט געזאגט אל תוסיף לראות את פני.
אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3628
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: מאלי הויז ארעסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויזאמער »

ניין, נו, דו מיינסט איך קאלעך? עפעס א לשון מעלי שטייט דארט. לאזט מיך נישט אליינס דא אויפן וואסער. וואו איז דר'עולם?
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני
ברוך_שמו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוך_שמו »

דר'עולם האט זיך אפגעפינען אין מיין די.בי.עס. פראגראם, און אט איז וואס די חברה געבן איבער:

וַיֹּאמֶר לוֹ פַרְעֹה לֵךְ מֵעָלָי הִשָּׁמֶר לְךָ אַל תֹּסֶף רְאוֹת פָּנַי כִּי בְּיוֹם רְאֹתְךָ פָנַי תָּמוּת.

גרויזי, נאטינג העפענד, פאל חלילה נישט אין וואסער אריין, און שטארק דיין אייגענע געוויסן אז דו קאלעכסט נישט...

נאך אלעם, איז די גירסא דינקותא ביי דיר היבש וואַך.. נאר וואס זאל מען טאהן אז ווי עס יונגל'ט זיך אזוי גרויזי'ט זיך...
יידישיסט
שר חמש מאות
תגובות: 618
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 13, 2008 10:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישיסט »

וויאזוי עס זאל נישט זיין, קענען מיר זיך פארשטעלן וויאזוי דער קליינטשיגער פרעה האט געקוקט צו משה'ן פון אונטן ארויף, אז דאס האט געדארפט אויסקוקן אומגעפער ווי דאס בילד פון דעם "גרויזאמער"... 
ברוך_שמו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוך_שמו »

גרויזי, ביסט נאך אויפן וואסער?
אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3628
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: מאלי הויז ארעסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויזאמער »

ברוך שמו, אייעם סארי איך האב נישט נאכאמאל אריינגעקוקט אין דעם אשכול, א גרויסער יישר כח פארן מיך ארויסראטעווען פונעם האדסאן.
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני
ברוך_שמו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוך_שמו »

גרויזי, איי עם רילי העפי טו בי דע העלד אף דע סטארי...

אויב כ'מעג בעטן: מאך דערפון צימעס דעם מאצע שאבעס אויף דיין טולק שאו...
געב די ריכטיגע כבוד פאר איינעם וואס האט דיר גערעטעט..
זיס
שר האלף
תגובות: 1400
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיס »

בן בוזי האט געשריבן:לויטן שרייבער אין משפחה האט דער פרעה וועלכע האט געקעניגט איבער די אידן אין מצרים אזוי אויס געזעהן, ער ברענגט אינטערעסאנטע ריאות דערצו.


וואו הויך זעט מען אים אויפן בילד? - איז ער טאקע אזוי נידעריג?
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

גרויזאמער האט געשריבן: ווייל פרעה איז געווען 6 טפחים...


מיין טאכטער האט מיר געפרעגט ווי הויך פרעה איז געווען, כ'האב מיר נישט געקענט דערמאנען. א גוגל סוירטש האט מיך געברענגט אהער.
איז 6 טפחים טאקע די אנגענומענע הייך?
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
אוועטאר
ווישוואש
שר שבעת אלפים
תגובות: 7029
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווישוואש »

זאכליך האט געשריבן:
גרויזאמער האט געשריבן: ווייל פרעה איז געווען 6 טפחים...


מיין טאכטער האט מיר געפרעגט ווי הויך פרעה איז געווען, כ'האב מיר נישט געקענט דערמאנען. א גוגל סוירטש האט מיך געברענגט אהער.
איז 6 טפחים טאקע די אנגענומענע הייך?

Screenshot_20170205-154002~01.png
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.
שרייב תגובה

צוריק צו “היסטאריע”