יידישיסטען און יידישיזם

אידישע און אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

מי חכם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4080
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

תגובהדורך מי חכם » מאנטאג יולי 18, 2011 1:11 am

אויב עס איז ערלויבט פאר לי הפעוט אריין צו רעדן בין ההרים הגבוהים, לדעתי איז מר אמר חדא ומר אמר חדא, ולא פליגי.

עס ווענדט זיך פון וועלכע זייט מען קוקט דערויף.

למשל, כל ימי גדלתי אז דער פארווערטס אונטער אב קאהאן, איז געווען ממש א פאבריק פון מינות, כפירה, און מעביר זיין אידן על הדת. למעשה, אז מען קוקט די ביכער פון די איינגעשטעלטע דארטן, זעט מען אז דער רוח דארטן איז געווען נייטראל צו דת, נישט פרא, און נישט אנטי.

ביידע זענען גערעכט. נאר וואס דען, עס ווענדט זיך פון וועמענס פערפעסקטיוו.

אין דער צייט וואס קאהאן איז כפי זכרוני שוין געקומען פון א סעקולערע שטוב, און מיינסטנס אזוי זיין גאנצער שטאב, האט ער זיך נישט געזען אויף א מיסיע פון אפשמד'ן כלל ישראל. ער האט שוין אנגעקוקט דת fון די אנדערע זייט. אויב האט ער חוזק געמאכט פון רעליגיע, איז דאס געקומען פשוט פון זיין קאלטן פרעמדן בליק אויפן דת, ווי עפעס א פארבלייבעניש פון די פריערדיגע דורות עפ"ל. אנדערש למשל ווי די גראבע נידערטרעכטיגע שנאת הדת וואס די ציונים האבן ארויסגעוויזן ביים מעביר זיין מיליאנען אידן על דעת קונם.

פון דער אנדערער זייט, א איד וואס איז אויfגעוואקסן אין א אידישע שטוב צו ערליכע עלטערן, ווערט דערציטערט צו ליינען - אין אידיש נאך דערצו - א מין גראבער הפקרות און התעלמות פונעם הייליגן באשעפער ותורתו הק'.

כנלענ"ד.
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃

ארגינעלע יוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 284
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 6:11 pm

תגובהדורך ארגינעלע יוד » מוצ"ש נובעמבער 09, 2019 9:09 pm

ביקסאד האט געשריבן:
יידישיסט האט געשריבן:(די יידישיסטן אין פוילן זענען אין אלגעמיין נישט געווען קעגן יידישקייט, און כאטש זיי זענען אליין נישט געווען פרום האבן זיי נאך געליבט יידישקייט, דאס אין גענצליכן קאנטראסט מיט וואס עס איז געווען אין רוסלאנד ביי די יעווסעקציעס.)

יאך קלער אז מען קאן מחולק זיין דערויף און עס איז א שאד צופירן א דיסקאסיע און א פאלעמיק דעריבער,
זיי האבן געליבט אידישקייט פונקט אזוי פיל וואו זייערע פריינט פון אדעס וכו',
וויפיל זיי האבן באהאלטענערהייט צווישן די ציילן [שורות] אריין געלייגט זייער גיפט און שנאה צו כל הקדוש והיקר לנו,
געמאכט שפאס און געטריבן ליצנות פון אויטענטישע אידישקייט, קאן מען לעזן און זעהן אין זייערע שריפטן.

מסכים צו יעדן ווארט פון הרב ביקסאדער,זיי האבן פארברענט די יוגנט ווי זיי זענען נאר געווען אן קיין קאמוניזעם!! אין פוילן רומעניע אונגארן, און וואו נישט?
זיי האבן געמאכט געמישטע קאננצערטן געבויט טעאטערס געשריבן בוכער ארויסגעגעבן צייטונגען.
בקיצור זיי האבן פארכאפט די אידישע קולטור מיט די אידישע געשמאק און חוזק געמאכט פון כל הקודש לנו.
הער נאר אביסל דודו פישערס נגינה משרידי דור הישן, העסט זיין נבהל ונשתומם וויאזוי אויף אזא היימישע יודיש קען מען רעדן אזויפיל שטותים און ניבול ביינאזאם
וויייל דו קענסט נישט מאכן דיין יצטיגע רבי פאר די זעלבע קדוש ווי די אלטע, דארפסטו אבער נאכנישט אראפברענגען די אלטע....
ס'זענען נאך יא דא וואס מיינען עס ערנסט!!
אם הראשונים כמלכים אנו כבני אדם ואם לאו אנו כחמורים..פארשטייסט זיי נישט קיין דעמאקראט!

ארגינעלע יוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 284
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 6:11 pm

תגובהדורך ארגינעלע יוד » מוצ"ש נובעמבער 09, 2019 9:24 pm

יידישיסט האט געשריבן:
ביקסאד שרייבט:
זיי האבן געליבט אידישקייט פונקט אזוי פיל וואו זייערע פריינט פון אדעס וכו',
וויפיל זיי האבן באהאלטענערהייט צווישן די ציילן [שורות] אריין געלייגט זייער גיפט און שנאה צו כל הקדוש והיקר לנו,
געמאכט שפאס און געטריבן ליצנות פון אויטענטישע אידישקייט, קאן מען לעזן און זעהן אין זייערע שריפטן.


הונדערט פראצענט אזוי, אבער דאס איז דער געווענליכער פראבלעם פון פרייע וואס מ'האט שוין אסאך באהאנדלט אין דעם פארום, דאס האט ווייטער נישט מיט יידישיזם. די הונדערטער פרייע צייטונגען וואס זענען ארויס אויף יידיש האט נישט דירעקט מיט יידישיזם, און ווידער יידישיזם האט נישט געהאט דירעקט קעגן יידישקייט, פיל גרויסע יידישיסטן וואס זענען געווען פריי רעדן שיין איבער יידישקייט כאילו זיי וואלטן נאך געווען א טייל דערפון, כאטש עס זאגט אוודאי גארנישט איבער זייער יידישן כאראקטער איז דאס אבער זייער אפיציעלע שטימע.

אין קורצן: פון נחום סטוטשקאוו אדער פון אוריאל וויינרייך - און אפשר אויך פון זיין טאטן מאקס - הערט זיך ווי זיי וואלטן זיך וועלן אידענטיפיצירן מיט'ן יידישליכן לעבן כאטש זיי אליין האבן געהאלטן ווייט פון דעם. אנדערש איז אבער ביי די רוסישע יידישיסטן ווי עס איז געווען אויסגעליידיגט פון יידישקייט, און טאקע דאס אליין איז געווען אן אינטעגראלער טייל פונעם יידישיזם. א זאך וואס אין פוילן האבן די צוויי זאכן קיין שייכות געהאט, און נישט זיי מיינט מען ווען מען רעדט מיט ביטערניש פון יידישיסטן. אין פוילן איז דער בראך געווען אן אלגעמיינער צוליב די אלע פרייע פון אלע סארטן, אנגעהויבן מיט השכלה און געענדיגט ביי ציונות. עס איז נישט געווען קיין שטוב כמעט אן קיין אוועקגעפאלענע, אבער נישט יידישיזם איז געווען דער לוחם קעגן יידישקייט. נאכמאל, טייל אפ צווישן פרייע, יידיש-רעדנדע, און צווישן דער אידעאלאגיע וואס הייסט יידישיזם. און נאך דעם טייל אויך אפ צווישן יידישיסטן וואס זייער אידעאלאגיע שליסט איין א מלחמה קעגן דער יידישער טראדיציע, און אנדערע יידישיסטן וואס יידישיזם מיינט ביי זיי איינפאך זיך קלאמערן אינעם יידיש.

עס איז שוין איינמאל אן אידעלאגיע.
אלע יארן האבן אלע פושעים געהאט א פראבלעם, אויב ביסטו א פושע ישראל באלאנגסטו נישט אינעם כלל ישראל (עכ"פ דאס איז די געפיל), דאן וואו יא? א גוי וויל ער דאך נישט ווערן(..איך רעד נישט יעצט פון זיין זון...) דארף מען מאכן אז יודישקייט זאל דוקא נישט האבן מיט תורה ומצוות, נאר וואס דען "קולטור".
דאס איז בעצם די געדאנק פון ציונות, און היות מקען דורך ציונות זיין א יוד (...יענץ יוד..."קולטור" ..שפראך און לאנד) אן קיין "יודישיזם" האבן זיי אלע געטוישט פון "יודעשיזם" צו ציוניזעם,דאס איז די ס"ה פון זייער "גלאררייכע היסטאריע".
וואו איז זייער גאנצע געפיל צו "יודישזם" פארשווינדען געגאנגען? אלא מאי הוברר הדבר למפרע אז עס איז נאר געווען א אהבה התלויה בדבר....(צו האבן א מעמד אויף דער וועלט..)
וויייל דו קענסט נישט מאכן דיין יצטיגע רבי פאר די זעלבע קדוש ווי די אלטע, דארפסטו אבער נאכנישט אראפברענגען די אלטע....
ס'זענען נאך יא דא וואס מיינען עס ערנסט!!
אם הראשונים כמלכים אנו כבני אדם ואם לאו אנו כחמורים..פארשטייסט זיי נישט קיין דעמאקראט!


צוריק צו “זכור ימות עולם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 7 געסט