יסודותדיגע היסטאריע פון ציונות

אידישע און אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
קוימען קערער
שר מאה
תגובות: 118
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 25, 2008 6:20 pm

יסודותדיגע היסטאריע פון ציונות

תגובהדורך קוימען קערער » דינסטאג אוגוסט 26, 2008 12:38 am

איך האב יעצט אנגעטראפן א אשכול אין היידפארק ווי איינער האט ארויף געלייגט דרשות פון הר"ר שמואל שלמה טעללער, וועגן ציונות היסטאריע, איך הער עס שוין א שיינע פאר שעה, זייער שיין צוזאמגענומען.

ער רעדט די דרשות פאר בחורים, ער געט זיי די אינפארמאציע וואס א יעדער סאטמארער תלמיד דארף וויסן. איך ווייס אזויפיל אז איך בין אין די לעצטע פאר שעה זייער אסאך געוואויר געווארן וואס איך האב נישט געוואוסט ביז יעצט

די לינק איז www.drushes.com
פון אן אלטער ליינער און א אינגער שרייבער
דער קוימען קערער

אוועטאר
קוימען קערער
שר מאה
תגובות: 118
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 25, 2008 6:20 pm

תגובהדורך קוימען קערער » דינסטאג אוגוסט 26, 2008 12:40 am

1. די מערכה קעגן ציונות בארה"ק בשנות תר"ע
2. השתלשלות והייסדות "אגודת ישראל" פארטיי
3. הסתדרות פון די "אגודת ישראל"
4. די ראלע פון די ציונים ביים וועלט מלחמה
5. די זעקס טאגיגע מלחמה און די "נשא תורה"
6. פרשת "יאסעלע שוכמאכער"
7. כנסת המינים און איר היסטאריע
8. דער מגן דוד אןו דער ציוניסטישער פאן
9. די בחירות
10. די תכסיסי מלחמה פון רביה"ק זי"ע
11. וואס האט פאסירט ה' אייר תש"ח
12. פרשת "ילדי טעהאראן"
13. כיזבאלא מלחמה תשס"ו
14. EL-AL לופליניע
15. פרשת "איראן האלאקאסט קאנפערענץ"
16. לערנען טעגליך א בלאט גמרא (דף היומי)
17. ילדי תימן
18. הצלת החינוך
19. חינוך הטהור
20. די (אזויגערופענע) היתר מכירה - שמיטה
פון אן אלטער ליינער און א אינגער שרייבער
דער קוימען קערער

חיים
שר מאה
תגובות: 216
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 18, 2008 11:46 am

תגובהדורך חיים » דינסטאג אוגוסט 26, 2008 11:33 am

איך האב אויך געהערט די דרשות טרעפנדיג די לינק אויף הייד פארק און איך האב שטארק הנאה געהאט, די זעלבע סארט דרשות מיט מער רייכקייט אראפגעלייגט איז דא פון הרב ר' מנשה פילאפף מען קען קויפן די טעיפס ביי גמ"ח ובלכתך בדרך.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25688
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג אוגוסט 26, 2008 12:05 pm

א דאנק ר' קומען קערער פאר די לינק (מאשקע, קענסט עס אריינלייגן אין היכל המוזיק הגם עס איז נישט קיין מוזיק זעלבסט אבער אודיא איז דאך עס.

ר' חיים,
איז דא צובאקומען די דרשות פון ר' מנשה אנליין?

אוועטאר
מאטעס
שר מאה
תגובות: 222
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 15, 2008 12:28 pm

תגובהדורך מאטעס » דאנארשטאג פאברואר 12, 2009 5:11 am

דאס הייסט 'יסודישע' היסטאריע? א דרשה פון א מתנגד צו ציונות? דאס איז אפשר יסודישע רצון ווי אזוי די היסטאריע האט געדארפט אויסקוקן,
יסודישע היסטוריה מיינט די היסטוריע נטו, ד.ה. יעדע געשעהעניש אזוי ווי עס איז געווען במציאות, נישט קיין קנאי/סאטמאר און נישט קיין ציוני קענען דערציילן היסטוריא פון ציונות
כאילו הוא נושה על הצלחת ובעל חוב על הקלחת.. (ר"י אלחריזי)

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20443
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » דאנארשטאג פאברואר 12, 2009 8:41 am

מאטעס, איך ווייס נישט פארוואס דו האסט אפגעמאכט אזא אפמאך, אבער דאס איז אמאל זיכער, אז יעדער לאזט דיך מברר זיין צו דער פארציילער פארציילט היסטאריע נעטו, אדער ער לייגט צו.

אוועטאר
מאטעס
שר מאה
תגובות: 222
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 15, 2008 12:28 pm

תגובהדורך מאטעס » דאנארשטאג פאברואר 12, 2009 10:38 am

סאכדעס האט געשריבן:מאטעס, איך ווייס נישט פארוואס דו האסט אפגעמאכט אזא אפמאך, אבער דאס איז אמאל זיכער, אז יעדער לאזט דיך מברר זיין צו דער פארציילער פארציילט היסטאריע נעטו, אדער ער לייגט צו.

דאס איז א פשוט'ע סברא וואס דארף קיין ראיות נישט, איך וואלט געברענגט דא אפשר ראיות פון פארשידענע סילופים פון געוויסע מתנגדי הציונות, אבער עוד מעט וסקלוני
נ.ב. איני ח"ו מטיל דופי בעצם ההתנגדות לציונות, רק לשקר אסור גם לצורך האמת
כאילו הוא נושה על הצלחת ובעל חוב על הקלחת.. (ר"י אלחריזי)

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25688
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג פאברואר 12, 2009 11:02 am

וידבר מיללער אל ראשי ה'מאטעס' לאמר,

די טעיפס פון וועלכע דער אזויגערופענער 'קוימען קערער' רעדט באהאנדלט די 'יסודותדיגע היסטאריע פון ציונות' מיט א קנאי'שיען בליק, עס נעמט אבער נישט אוועק אז די היסטאריע חלק ווערט אויך באהאנדלט.

דעם ספר 'מקטוביץ עד ה' באייר' האט איר שוין געלייענט? אוודאי איז דאס א ספר מיוסד אויף די היסטאריע פון די אגודת ישראל, אפגעזעהן פון וואס די מאיווען פונעם מחבר זענען.

אוועטאר
מאטעס
שר מאה
תגובות: 222
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 15, 2008 12:28 pm

תגובהדורך מאטעס » דאנארשטאג פאברואר 12, 2009 11:05 am

מיללער האט געשריבן:וידבר מיללער אל ראשי ה'מאטעס' לאמר,

די טעיפס פון וועלכע דער אזויגערופענער 'קוימען קערער' רעדט באהאנדלט די 'יסודותדיגע היסטאריע פון ציונות' מיט א קנאי'שיען בליק, עס נעמט אבער נישט אוועק אז די היסטאריע חלק ווערט אויך באהאנדלט.

דעם ספר 'מקטוביץ עד ה' באייר' האט איר שוין געלייענט? אוודאי איז דאס א ספר מיוסד אויף די היסטאריע פון די אגודת ישראל, אפגעזעהן פון וואס די מאיווען פונעם מחבר זענען.
נו שעלט איר צו דעם מקטביץ צו די דרשות פון יענעם?
נ.ב. קוימען קערער על שום מה?
כאילו הוא נושה על הצלחת ובעל חוב על הקלחת.. (ר"י אלחריזי)

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25688
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג פאברואר 12, 2009 11:13 am

מאטעס,
דער פותח האשכול טראגט א ניק 'קוימען קערער'.
איך האב עס צוגעשטעלט אלס א משל, אויב פארשטייט איר נישט דעם משל, פרובירט כאטש צו פארשטיין דעם נמשל.

אוועטאר
מאטעס
שר מאה
תגובות: 222
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 15, 2008 12:28 pm

תגובהדורך מאטעס » דאנארשטאג פאברואר 12, 2009 11:14 am

נו נו וחננו מאתך דעה....
כאילו הוא נושה על הצלחת ובעל חוב על הקלחת.. (ר"י אלחריזי)

אוועטאר
קוימען קערער
שר מאה
תגובות: 118
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 25, 2008 6:20 pm

תגובהדורך קוימען קערער » דאנארשטאג פאברואר 12, 2009 11:34 pm

מאטעס, אויב קענסטו אפפרעגן איינע פון זיינע זאכן, דאמאלטס ביזטו גערעכט, ער דערציילט היסטארישע פאקטן

אויב ווייסטו אנדערש, אדרבה שרייב דא, און מיר וועלן זיך פרובירן געוואויר ווערן דעם אמת, עס איז נישט קיין שום קונץ סתם שיסן סטעיטמענטס.

לעטס די סקאס פעקטס
פון אן אלטער ליינער און א אינגער שרייבער
דער קוימען קערער

לעווי
שר האלף
תגובות: 1915
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

תגובהדורך לעווי » דינסטאג פאברואר 17, 2009 3:37 pm

עס זעהט מיר אויס משום איזה סיבה שהיא אז די עולם האט זיך נישט שטארק צוגעכאפט צו די נייע אפטיילונג 'זכור ימות עולם', צי מחוסר זמן אדער מחוסר ידיעות. מיט דעם אלעם וויל איך פרובירן אנצוהייבן א שמועס דא און זעהן אויב עס וועט זיך ציען אויף אן איטרעסאנטע אופן.


קודם כל וויל איך מקדים זיין פאר די וואס קענען נאך נישט דוד לעווי (וכל שום ניק וחניכא דאית ליה :? ) אז איך לערן אפ די דאזיגע סוגיות נאר פון אן היסטארישע שטאנדפונקט און איך פרוביר ווי ווייט מעגליך צו האבן אן אומ'אגענדע'דיגע בליק אויף די סארט זאכן. איך האב ליב אפצוטיילן די תורה'דיגע חלק פון די היסטארישע אדער לאגישע חלק. (אין אנדערע ווערטער איך האב נישט געלערנט אין די קנאי'שע חדר.) איך מיין אז איך האב דאס שוין א שיינע פאר מאל אויף געוויזן דא בין כותלי הקרעטשמע.

וויט דעט עסייד.

ר' מאטעס ברענגט אויף אן אינטרעסאנטע טענה. עס איז נישט קיין קונץ צו הערן א איד וואס קומט פון די קנאי'שע צד, און נישט סתם קנאי'ש נאר פון די עקסטרעמערע (עכ"פ אזוי הערט זיך פון זיינע רייד) אז ער זאל אויף ווייזן ווי אלעס אין די היסטאריע פון מדינת ישראל והמסתעף שטימט גוט מיט די קנאי'שע שיטות. עס איז אזוי ווי איינע פון די רבנים פון התאחדות וואלט זיך אויף געשטעלט און מסביר געווען און אויף געוויזן אז אלע פראבלעמען פון כשרות אין די היסטאריע זענען געווען מיט אלע אנדערע הכשרים אויסער התאחדות. עס הערט זיך א קול פון 'אג'ענדע' אין די שמועסן. ער רעדט מיט א סארט נצחון'דיגע שפראך, אזוי ווי ער וויל זיי צוריק געבן. (איך מיין נישט אוועק צו מאכן די בעל דרשן, איך קען אים נישט און איך ווייס נישט זיין גדלות וכו', איך מיין נאר ארויס צו ברענגן ווי אזוי עס הערט זיך פאר אן אינדערויסנ'דיגע.)


עס מיינט אבער נישט אז וואס ער זאגט איז נישט אמת, רבי מאטעס. איך האב שטודירט אסאך די היסטאריע און די אונטערשטע שורה איז אז עס איז דא א 'כאן קודם ציונית כאן לאחר ציונית'. איידער ציונית איז געווען אן אנדערע וועלט אין ארץ ישראל ווי נאך ציונית. און די מער די ציונים האבן געטון די מער די רעפרעקאשען איז געווען. ווי אויך האט עס און איז נאך אלץ מעורר שנאת ישראל איבער די גאנצע וועלט. עס איז נישט גורם שנאת ישראל, ווייל שנאת ישראל ביי די גוים איז אן הלכה בידוע. עס איז אבער מעורר די שנאת ישראל, עס וועקט אויף די האס וואס ליגט באהאלטן טיף אין די גוים בכלליות. יעצט קען מען זיך אריין לאזן אין די פרטים וואס ער פארציילט צו עס איז טאקע געווען אזוי, אדער גאר פארקערט, אדער אפשר איז נישט דא א ראי' לכאן ולכאן.


איך וויל דא קודם באדאנקען די קוימן קערער פארן ברענגן די לינק צו די דרשות. דערווייל האלט איך אין מיטן הערן די צווייטע חלק ווען דאס התייסדות פון אגודה. קיין גרויסע חידושים האב איך דערווייל נישט געלערנט. אבער עס איז אלעמאל גוט איבער צו חזר'ן. ממילא ווען איך טו גרינגערע ארבייט שפילט עס אויף מיין קאמפיוטער.


איך וויל אנכאפען אפאר קליינע נקודות וואס האט מיר דערווייל געבאדערט און עס פרובירן מלבן צו זיין. נישט אז די פרטים טוען טוישן די ענדגילטיגע בליק אויף די גאנצע פרשה, נאר סתם למען ההיסטאריע איז אינטרעסאנט עס אויס צו שמועסן.


1)ער זאגט אז אין חברן תרפ"ט זענען פערציג בחורים אויסגעשאכטען געווארן אויף זייערע גמרא'ס אין בית המדרש. למעשה איז נאר איין בחור (איך קען מיך יעצט נישט דערמאנען זיין נאמען) גע'הרג'ט געווארן אין בית המדרש, די אנדערע זענען אויס גע'הרג'ט געווארן אין די הייזער ארום די שטאט. אויך דאכצעך אז נישט אלע פערציג זענען געווען בחורים פון די ישיבה נאר א גרויסע טייל זענען געווען איינוואוינער פון די שטאטץ


2)ער פארציילט א מעשה ווי די רב פון חברן האט זיך געבעטן ביים מושל אז ער זאל אפשטעלן די שחיטות, און יענער האט געענטפערט אז קוק איז שולדיג (עפעס אזוי). איך האב געליינט אסאך באריכטן פון די שחיטות פון מענטשן וואס זענען געווען אין די שטאט בשעת מעשה און דער מעשה האב איך נאך אין ערגעץ נישט געזעהן. אדרבא, איינער זאל מיר דא ברענגען א פארלעסליכע מקור צו דער מעשה. אדערווייל, ליבי אומר לי אז די מעשה איז א געבאקענע מעשה, לאו דוקא דורך די בעל דרשן אליינס נאר קען זיין אז דער מעשה איז שוין געבאקען געווארן דעמאלטס. איר דארפט פארשטיין אז די מלחמה צווישן די עדה החרדית מיט די אנדערע איז געווען אזוי היציג דעמאלטס אז א יעדער צד האט געזוכט אפצוטוען און אויף צו ווייזן די אנדערע אז זיי זענען שטערקער און בעסער. פארשטייט זיך אז איך רעד נישט פון די רבנים, איך רעד פון די פשוט'ע בעלי בתים. און ממילא האבן זיך אסאך מעשיות אנגעפאנגן מיט 'איך האב אליין געזעהן' אדער 'איך האב אליין געהערט' וכדומה. און לכאורה איז די זעלבע מיט די מעשה, עכ"פ אזוי האלט איך ביז איך זעה א מקור. די מעשה לייגט זיך נישט אויפן שכל לאגיש, און ממילא מוז איך זעהן א קראנטע מקור עס צו קענען גלייבן.




.
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!

אוועטאר
סתם_אזוי
שר ששת אלפים
תגובות: 6112
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 24, 2008 4:13 pm

תגובהדורך סתם_אזוי » דינסטאג פאברואר 17, 2009 4:28 pm

איך האב עס געליינט אין די "ליכט שטראלן". פון וואו ער האט עס גענומען איז מיר אומבאקאנט.
איך האב עס געזאגט.... סתם אזוי. איך האב עס געפרעגט.... סתם אזוי.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25688
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג פאברואר 17, 2009 6:15 pm

איך האב א טעיפ פון איינעם הרב קאפלאן וועלכער האט דאן געלערנט אין חברון ווי ער פארציילט איבער די שחיטה, עס איז נישט קלאר אבער גאר אינטערעסאנט, איך געדענק נישט די פרטים וואס איר הרב לעווי דערמאנט, אבער דאס געדענק איך אז ער בלעימט שטארק די ציונים פאר די שחיטה, כמובן.

לעווי
שר האלף
תגובות: 1915
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

תגובהדורך לעווי » דינסטאג פאברואר 17, 2009 6:20 pm

מיללער האט געשריבן:אאבער דאס געדענק איך אז ער בלעימט שטארק די ציונים פאר די שחיטה, כמובן.


איך האב טאקע צוגעענדיגט אז די ענדגילטיגע לימוד איז די זעלבע, איך האב נאר געפרעגט דייקא אויף יענע מעשה.
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!

זילבערנע בעכער
שר מאה
תגובות: 123
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2007 10:01 am

תגובהדורך זילבערנע בעכער » דינסטאג פאברואר 17, 2009 8:34 pm

גראדע לעווי האב איך זייער הנאה פון דעם אפטיילונג, אבער ווי היסטאריע האט שוין באוויזן דא, איז ביי די ענינים פון וואס דא רעד זיך געזאגט געווארן 'מילא בסלע שתיקה בתרי'.

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4729
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » מיטוואך פאברואר 18, 2009 1:50 pm

זילבערנע בעכער האט געשריבן:גראדע לעווי האב איך זייער הנאה פון דעם אפטיילונג, אבער ווי היסטאריע האט שוין באוויזן דא, איז ביי די ענינים פון וואס דא רעד זיך געזאגט געווארן 'מילא בסלע שתיקה בתרי'.


זייער גוט געזאגט אבער מיר באקומען דאך אויך נישט דעם מילה בסלע, וואס א חילוק צווישן איינמאל גארנישט מיט צוויי מאל גארנישט
0-0=0
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
מאטעס
שר מאה
תגובות: 222
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 15, 2008 12:28 pm

תגובהדורך מאטעס » מיטוואך פאברואר 18, 2009 4:30 pm

סתם_אזוי האט געשריבן:איך האב עס געליינט אין די "ליכט שטראלן". פון וואו ער האט עס גענומען איז מיר אומבאקאנט.

נו נו א מקור נאמן... ;l;p-
כאילו הוא נושה על הצלחת ובעל חוב על הקלחת.. (ר"י אלחריזי)

לעווי
שר האלף
תגובות: 1915
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

תגובהדורך לעווי » דאנארשטאג פאברואר 19, 2009 5:13 pm

לעווי האט געשריבן:אויך דאכצעך אז נישט אלע פערציג זענען געווען בחורים פון די ישיבה נאר א גרויסע טייל זענען געווען איינוואוינער פון די שטאט.



יעצט האב איך געזעהן אז 24 זענען געווען פון די בחורי הישיבה.
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!

אוועטאר
אינסוזעאיסט
שר מאה
תגובות: 208
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 8:13 pm

תגובהדורך אינסוזעאיסט » דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 1:30 pm

זייעראינפארמאטיווע לעקציעאיבער די בעלפאר דעקלעראציע און די גאנצע היסטאריע ארום פון הר"ר בערל וויין


צוריק צו “זכור ימות עולם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 7 געסט