דער פעלדער שוהל אין בארא פארק

היסטאריע פון שטעט און ערטער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

זכרונות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 402
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 19, 2018 12:26 pm

דער פעלדער שוהל אין בארא פארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זכרונות »

ידעתי האט געשריבן:א הארץ וויי.
א היסטארישע באחנ'טע שוהל, פון די עלצטע שולן אין ב"פ און פון די סארט וואס מזעהט היינט ווייניג אזוינע אריגינעלע שוהלן.
געדינט די געגענט פאר א מיני שומרי שבת מיט מנינים מנחה מעריב יעדן טאג און עטליכע מנינים שבת ויו"ט.

בנוגע די ספרי תורה, אין בעיסמענט ווי ס'איז נישטא קיין סעיף האט מען נישט געהאלטן די תורה היינט, און אויבן איז דא א פייער פרוף סעיף, און מ'האפט אז די ספרי תורה זענען געבליבן אומגעשעדיגט
וואס טוט זיך ביים סופר אויבן ווייס איך נישט.

א שטיק היסטאריע פון בארא פארק האט ליידער אפגעברענט. עס פארדינט א אשכול פאר זיך.

איך ווייס נישט גענוג אבער דער עולם וועט זיכער קענען צו לייגען א סאך.

הגאון ר' צבי מרדכי פעלדער זצ"ל איז געווען פון די טייערסטע אידען וואס בארא פארק האט פארמאגט. ער פאר זיך האט גארנישט געדארפט, געוואוינט האט ער אין זיין פיצקעלע דירה (אין דער צווייטע האלב פון בית המדרש) מיט א שמאלע קיטשען, אבער געדינט דער באשעפער מיט דעם עולם מיט א געוואלדיגע געטריישאפט און צופרידענקייט.

דער מעשה מיט דער הצלחה פון זיין בית המדרש וואס איז געווען זייער קליין פאר אזא גרויסע עולם, און דער בעיסמענט ווי מען האט שוין געשריבען איז ממש געווען דער דאך אויפען קאפ (הגבה?) אבער מען האט זיך געשטיפט דוקא צו דאווענען דארט.

אזוי האב איך געהערט די מעשה מיט צענדליגער יארען צוריק, אז הרב פעלדער (ווי מען האט אים גערופען בלשון חיבה) איז געשטאנען אין ליין פאר א ברכה ביים סאטמאר רב זי"ע אין וויליאמסבורג. דאס האט געמוזט זיין א ערך 60 יאר צוריק אדער מער. ער האט געווארט אויף זיין רייע, און דער סאטמאר רב פרעגט אים וואס איז זיין באגער, זאגט ער אז דער רבי זאל אים אנווינטשען אז ער זאל האבען מנינים אין זיין בית המדרש. דער סאטמאר רבי האט זיך זייער צושמייכעלט הערענדיג אזא באגער און אים ווארעם אנגעווינטשן אז "די וועסט האבען מנינים אויף מנינים", וכך הוה, און דער רעסט איז היסטארי.
לעצט פארראכטן דורך זכרונות אום מיטוואך דעצעמבער 16, 2020 2:58 pm, פארראכטן געווארן 3 מאל.
זכרונות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 402
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 19, 2018 12:26 pm

Re: דער פעלדער שוהל אין בארא פארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זכרונות »

הרב פעלדער זצ"ל איז געווען א תלמיד פון הגאון רבי משה פיינשטיין זצ"ל. ביי אים אין קיך האט געהאנגען זיין התרת הוראה פון רבי משה וואס ער האט פון אים באקומען אין (אויב געדענק גוט) אין תשי"א.

הרב פעלדער פלעגט געבען שיעורים ביי זיך אין בית המדרש, און מען פלעגט אים רופען אין אגודת הרבנים צו זיין א עד ביי א גט, וואס פאר דעם האט מען באצאלט ברויט אויף הויזען גאנצע צוואנציג דאלער!
זכרונות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 402
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 19, 2018 12:26 pm

Re: דער פעלדער שוהל אין בארא פארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זכרונות »

ווען אזא שרעקליכע זאך פאסירט בתוכינו מאנט עס פון אונז.

viewtopic.php?p=2527212#p2527212
זכרונות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 402
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 19, 2018 12:26 pm

Re: דער פעלדער שוהל אין בארא פארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זכרונות »

דריידל האט געשריבן:ר' שמחה פעלדער'ס טאטע'ס בית מדרש.

אסדר לסעודתא האט געשריבן:געהערט פון שמחה די מעשה. דער רבי האט אים געוואלט געבן געלט, האט ער געזאגט איך דארף נישט געלט נאר מנין. האט דער רבי געזאגט מיט א שמייכל, מנינים וועסטו האבן בריוח. וכך הוה.
זכרונות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 402
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 19, 2018 12:26 pm

Re: דער פעלדער שוהל אין בארא פארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זכרונות »

הגאון און פוסק ר' שמואל פעלדער פון לעיקוואד איז אויך א זוהן.
שטאפיק
שר חמש מאות
תגובות: 879
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 23, 2020 9:13 am
לאקאציע: עיה"ק ירושלם תובב"א

Re: דער פעלדער שוהל אין בארא פארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאפיק »

[quote="זכרונות"]הרב פעלדער זצ"ל איז געווען א תלמיד פון הגאון רבי משה פיינשטיין זצ"ל. ביי אים אין קיך האט געהאנגען זיין התרת הוראה פון רבי משה וואס ער האט פון אים באקומען אין (אויב געדענק גוט) אין תשי"א.

הרב פעלדער פלעגט געבען שיעורים ביי זיך אין בית המדרש, און מען פלעגט אים רופען אין אגודת הרבנים צו זיין א עד ביי א גט, וואס פאר דעם האט מען באצאלט ברויט אויף הויזען גאנצע צוואנציג דאלער![/quote]

וויפל מיינסטו ס'קאסט א גט? מיין גט האט געקאסט אינגאנצן 550 דאלער. פאר דער רב מיט די דיינים די סופר מיט די צוויי עדים (תשע"ב).
זכרונות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 402
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 19, 2018 12:26 pm

Re: דער פעלדער שוהל אין בארא פארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זכרונות »

איינער האט מיר צוגעוויזען דער מעלדונג פון הרב פעלדער'ס פטירה אויף ישיבה ווארלד (תשוחח"ל) וואס איז געווען י"ג אדר תשס"ט, איז צוליב איר חשובות וועלען מיר איבערזעצן עטליכע זאצען פון קאמענטס איבער אים.
הרב פעלדער איז געווען א ספעשל איד, א צדיק און עניו. איך האב נישט געטראפען צו פיל תלמידי חכמים ווי אים וואס עס איז זיי אנגעגאנגען אזוי ווייניג כבוד און גרויסקייט. ער איז שוין נישט געווען געזונט א פאר יאר, אבער פונדעסטוועגן איז עס א פארלוסט פון א ספעשל נשמה.

אוי! הרב פעלדער איז געווען א גרויסע צדיק - אויב וואלטען מיר נאך געהאט אזעליכע מענטשן מיט אונז וואלט נישט געווען אזוי סאך גיטין און קינדער אראפ פון דרך רח"ל, איך בין איבערצייגט אין דעם! ... אונז מוזען זיך צוזאמען נעמען באחדות און טוהן וואס מיר קענען צו העלפען אידישע נשמות! יהי זכרו ברוך.

יעצט באקומען א באריכט מן השמים, הרב פעלדער האט מען אנגעוויזען אריין צו גיין אין גן עדן, פרעגט ער פארווינדערט, וואס איך? איז מען זיכער? צו זיצען מיט די גרעסטע? עס מוז זיין א טעות! ער טענה'ט זיך נאך אלץ צו ער באלאנגט דארטן. דער מענטש איז געווען דער לעצטע פון זיין סארט. איך קען זיך נישט פארשטעלען ווען אלע דיגיניטעריס (וויכטיגע מענטשן) וועלען קומען געבען א שבעה קאל אין זיין הויז (צו זיין זוהן וואס איז א קאונסיל מאן) און זעהן ווי פשוט דער צדיק האט געוואוינט.
זכרונות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 402
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 19, 2018 12:26 pm

Re: דער פעלדער שוהל אין בארא פארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זכרונות »

דער 'פעלדער שוהל' האט זיך געפינען ביי די קארנער פון אכצענטע עוועניו און ניין-און-פערציג סטריט. עס איז געווען א מנין פאבריק אזוי ווי דער שומר שבת שוהל אויף די דרייצענטע עוועניו. הרב פעלדער האט אוועק געגבען א האלב אדער מער פון זיין אייגענע דירה צו מאכען דאס בית המדרש, און אזוי ווי אלעמאל (אינטער יעדער געלונגענע זאך שטייט א גוטע געטרייע ווייב) האט זי מסכים געווען און זיך נישט מתרעם געווען צו בלייבען אין איר שמאלע און ענגע דירה (זי האט בעסיקלי געוואוינט אין איר קיטשען!), און מען דארף איר געבען דער קרעדיט, זאל זי מאריך ושנים זיין געזונטערהייט מיט נחת פון אלע אירע קינדער.

ער איז געווען דער רב, גבאי און שמש, און געלאפען זיכען משלים זיין די מנין. עס איז שווער ארויס צו ברענגען מיט ווערטער דער וואס האט דאס נישט געזעהן.

געמיינט דעמאלט אז אזוי קומט עס - פעסט פארווערד, וועט דען דער נייע דור פארשטיין?
לעצט פארראכטן דורך זכרונות אום מיטוואך דעצעמבער 30, 2020 11:40 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
זכרונות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 402
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 19, 2018 12:26 pm

Re: דער פעלדער שוהל אין בארא פארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זכרונות »

אזוי ווי קיינער רופט זיך נישט אן, וועלן מיר מוזען פארקאטשען די ארבעל און אלץ א דבר בעתו ברענגען א ביסל וואס איז געווען געמאלדן אין די נייעס און וואס מיר ווייסען פון דער נאנט.

איך האב פאר מיר דער המודיע פון ח' טבת (עמודים 8-10) און די יתד פון עשרה בטבת (עמודים 91 און 97) אבער די אנהויב פון ארטיקל פעלט מיר און האב עס נישט געליינט. געזעהן אויפן קעפל פון 'מאמענט' אז זיי באשרייבן עס אויך אבער נישט געליינט.

דער 'פעלדערס שוהל' ווי דער גאס האט עס גערופען האט געדינט בארא פארק צענדליגער יארען, און א דאנק דאס בית המדרש האט זיך דער חלק פון בארא פארק אזוי שיין אנטוויקעלט און די כ' און ל' יארען.

הרב הערשל פעלדער זצ"ל איז אנגעקומען קיין אמעריקע מיט זיינע עלטערען אין שנת תר"פ אלט זייענדיג 6 יאר. זיין טאטע הרב אהרן פעלדער זצ"ל א תלמיד חכם און א תלמיד פון ערוגת הבושם זי"ע האט געוואוינט נאך די חתונה אין א קליינע גאליציאנער שטעטעלע Wola Michowa אין דער סאניקער געגענט און געהאט פרנסה פון זיין א זייגער מאכער.
https://en.wikipedia.org/wiki/Wola_Michowa

ווען דער באבובער רב זי"ע איז אנגעקומען קיין אמעריקע אין שנת תש"ו האט ער געדינגען פאכמאן אויס צו לערנען זיינע חסידים א פאך. געווען צוויי פאך שולע'ס, איינס צו לערנען זייגער מאכעריי און דער צווייטער צו קענען דער פאך פון פוריער furrier פון מאכען בגדים און שטריימלעך פון פעל. רבי אהרן פעלדער האט דארטן אויס געלערענט זייגער מאכעריי און רבי מאיר האראוויץ למשל איז געווען פון די וואס זענען געווארען זייגער מאכערס. זיי שרייבען אז די שולע איז געווען אין די וועסט סייד וואס איך מיין איז א טעות ווייל מיר האט מען געזאגט אז דער פוריער שולע איז געווען אין וויליאמסבורג אויפן צווייטן שטאק פונעם בנין וואס איז יארן שפעטער געווארן דער באבובער שטיבל אויף לי עוונעיו (געוועזענער קשאנובער בית המדרש) און כ'גלייב נישט אז עס איז געווען צוויי פלעצער.

רבי אהרן פעלדער האט געוואלט זיין זוהן רבי הערשל זאל זיך אויס לערנען א פאך אבער ער האט געוואלט בלייבן א כלי קודש און נאך די חתונה איז ער געווען א מלמד אין מאונטענדעיל ניו יארק. נאך די צווייטע וועלט מלחמה האט זיך הרב הערשל פעלדער באזעצט אין בארא פארק און גע'עפענט זיין שטוב פאר מנינים אויף דער 52'סטע גאס צווישען 16 און 17'טע עוועניו.

אין שנת תשי"ב האט הרב אהרן פעלדער אראפ געלייגט א דאון פעימענט פאר דער בנין אויף קארנער 49'סטע סטריט און אכצענטע עוועניו וואס דארט האט זיך אריין געצויגן זיין זוהן רבי הערשל און גלייך גע'עפענט זיין שטוב פאר מנינים וואס איז שנעל באוויסט געווארען ווי די פעלדערס שוהל.

ביז דאן האט זיך אידיש בארא פארק געצויגען ביז דער 16'טע עוועניו און דא און דארט האט איינער געוואוינט ביז 17, אבער צוליב די שוהל האט זיך דער געגענט צושפרייט און איבער גענומען דער חלק פון בארא פארק אויך. שפעטער (אין די סוף כ' יארען) איז צוגעקומען הרב אמסעל'ס בית המדרש, און אויך די קאסינער בית המדרש וואס האט אריין געברענגט א חסידישען טעם אין דער געגענט.

הרב פעלדער האט א נאמען געגעבן זיין שוהל 'בית אהרן' אלס א יישר כח צו זיין טאטן, און הרב פעלדער האט זיך אריין געלייגט לייב און לעבען צו טרעפען א מנין פאר יעדען חיוב וואס איז נאר אינטער געקומען. היצען און קעלט, זומער און ווינטער האט נישט צוריק געהאלטן הרב פעלדער פון איבער קערען די וועלט כדי צו מאכען זיכער אז א איד קען דאווענען פארען עמוד און זאגען קדיש.

זיין זוהן ר' שמחה דערציילט אז ער געדענקט נישט זיין טאטע זאל עמיצען עפעס בעהטען חוץ צוויי זאכען און דאס איז א שידוך פאר זיינע קינדער האט ער געקענט פרעגן אפילו פון איינעם וואס ער האט קיינמאל נישט פריער געזעהן, און אויך בעהטען א איד זאל קומען משלים זיין א מנין. ער דערציילט אז זיין טאטע איז אמאל אריין אין א רעסטאראנט קעגן איבער ווי עס האבען געגעסען א פאר פאלק און ער האט געבעטן דער פרוי זאל לאזען איר מאן קומען מיט אים משלים זיין א מנין. ער האט געקענט קומען מיט א קאר סערוויס ברענגען איינעם צום מנין.

ער דערציילט אז איינמאל איז געקומען צו זיין טאטע א פרעמדע איד פונעם אנדערע עק בארא פארק און געפרעגט צו ער קען דא דאווענען פאר דער עמוד שחרית. פרעגט אים הרב פעלדער וויפיל א זייגער ער דארף מנין, און דער איד ענטפערט 6:30. איז הרב פעלדער געגאנגען און גערופען מענטשן רעכטס און לינקס און איבער געדרייט דער שטאט אבער געמאכט פאר אים א מנין קבוע אין 6:30 צופרי.

פון דאס איז אויס געוואקסען א מנין פעקטארי וואס האט זיך געצויגען דאס גאנץ לעבן פון הרב פעלדער, אבער נאך דעם וואס עס זענען שוין געווען א סאך שוהלן אין דער געגענט איז געבליבען דער מנין פעקטארי נאר פאר מנחה און מעריב און בלויז איין מנין שחרית.

הרב פעלדער'ס חדר, נעקסט.
לעצט פארראכטן דורך זכרונות אום דאנערשטאג דעצעמבער 31, 2020 11:42 am, פארראכטן געווארן 3 מאל.
זכרונות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 402
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 19, 2018 12:26 pm

הרב פעלדער'ס חדר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זכרונות »

ר' שמחה דערציילט אז ווען זיין טאטע האט גע'עפענט זיין שוהל איז דער געגענט געווען מחוץ למחנה באזעצט מיט איטאליענער און אייריש גוים, מיט אפשר 10 פרוצענט אידען אבער נישט רעליגיעז.

די פרייע אידען און אפילו טייל פון די ארטאדאקסישע האבען געשיקט זייערע קינדער אין פאבליק סקול, דערובער האט הרב פעלדער אויף געמאכט א תלמיד תורה ביי זיך אין שוהל און אדווערטייזט אז ער לערענט אומזינסט מיט קינדער (מה אני בחינם אף אתם בחינם) פון 3:00 א זייגער נאכמיטאג (נאכען ענדיגען פאבליק סקול). דער 'תלמיד תורה בית אהרן' האט אנגעהאלטען ביז די אנהויב תש"כ יארען ווען עס האבען זיך גע'עפענט פיל תלמיד תורה'ס אין בארא פארק. א שילדל האט געהאנגען אין דרויסען פון בית המדרש וואס האט זיך געליינט ווי פאלגענד
Give your child a Jewish education, enroll them in "Talmud Torah Bais Aharon" under Rabbi Harry Felder

כאטש דער תלמיד תורה איז שוין מער נישט געווען אקטיוו האט הרב פעלדער נישט געוואלט אראפ נעמען דער טאוועל. ר' שמחה דערציילט אז ער פלעגט זיך שעמען פאר זיינע חברים וואס פלעגען אים טשעפען אז פארוואס הענגט דארט א טאוועל ווען עס איז א תלמיד תורה דארט נישט דא? און ר' שמחה פלעגט בעהטען זיין טאטע זאל עס אראפ נעמען, אבער זיין טאטע האט נישט געוואלט און אים גע'ענטפערט אז דער טאוועל איז אמת ווייל וועליכע אידיש קינד עס וועט נאר וועלען קומען לערנען איז ער אים גרייט צו לערנען תורה בחנם.

ויהי היום, איין הייסען זומער טאג ווען ר' שמחה איז געווען 11 יאר אלט (אויב אזוי האט עס געמוזט זיין בערך תשכ"ט) קומט א נישט רעליגיעזע אידישע פרוי און נישט צניעותדיג אנגעטוהן און גייט ארויף די שוהל טרעפ און זאגט פאר שמחה אז זי וויל געבען א אידישע חינוך פאר איר קינד און וויל רעדען מיטען רב. ר' שמחה זאגט אז ער האט זיך געשעמט און זאגט איר אז עס איז מער נישט דא א חדר דא. זי פארעקשענט זיך און זאגט אז עס קען נישט זיין, ווייל דער רב דא וועט נישט זאגען קיין ליגענט און אויב הענגט א טאוועל אז עס איז דא א חדר איז דא א חדר און זי וויל רעדן מיט דער רב. ר' שמחה זאגט איר אז ער האלט אין מיטען געבען א שיעור און זי זאגט אז זי וועט צו ווארטען. זי האט אויס געווארט און געבעהטען הרב פעלדער אז זי וויל אז ער זאל לערנען מיט איר קינד תורה. הרב פעלדער האט מסכים געווען אבער זיך אויס גענומען איין תנאי אז איר מאן פאר ער גייט ארבעטען שבת רח"ל מוז ברענגען דאס קינד אין שוהל צו אים. זיי האט מסכים געווען און היינט צו טאגס לערנען זיינע אייניקלעך אין חסידישע ישיבות! (ווען איך האב עס געליינט אין המודיע האביך געלאזט א טרער - מי כעמך ישראל!).

די חשובע מתפללים נעקסט.
לעצט פארראכטן דורך זכרונות אום מיטוואך דעצעמבער 30, 2020 11:41 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
זכרונות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 402
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 19, 2018 12:26 pm

Re: דער פעלדער שוהל אין בארא פארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זכרונות »

דער שוהל האט געדינט דער גאנצן כלל, אלע סארט אידען זענען דורך געגאנגען די טירען ווי פאר איבער 60 יאר איז דארט געווען א פאבריק פון מנינים בוקר וערב. אויך זענען עטליכע שיעורים געגעבען געווארען יעדן טאג, און די אזוי אויך קליינער בית המדרש האט געהאט א דיוויידער ווי מען האט געקענט מאכען פון בית המדרש צוויי און אין איין זייט איז געווען א שיעור און אין די צווייטע זייט האט מען געדאווענט, ולא אמר אדם צר לי המקום, ווייל והא ראי' מארגען איז ער נאכאמאל געקומען.

אין תשל"א ווען ר' שמחה איז געווארען בר מצוה האט מען אנגעהויבען אויך ניצען דער בעיסמענט פאר מנינים וואס ביז דעמאלט איז עס געווען א סטארידז און א שפיל פלאץ פאר הרב פעלדערס קינדער.

בערך אין תשמ"ה איז געווען דארט 6 מנינים שחרית, אוון מנינים מנחה מעריב פון נאכמיטאג ביז גוט אויף דער נאכט. הרב פעלדער האט אייביג געלאזט דער זייט טיר אפען א גאנצע נאכט כדי אויב א איד זאל אין מיטען דער נאכט דארפען א ביה"כ זאל ער קענען אריין קומען. דאס איז מסירות נפש ממש ווייל דעמאלט איז דער געגענט נישט געווען די בעסטע. אויך אויב איינער האט נישט געהאט ווי צו שלאפען האט הרב פעלדער אים געלאזט שלאפען ביי זיך אין שטוב.

הרב פעלדער פלעגט געבען א שיעור צווישען מנחה און מעריב און אויך זאגען שלוש סעודות תורה, אבער האט אוועק געגעבן בסבר פנים יפות אלע אנדערע שיעורים פאר א צווייטען און עס איז געווען דארט כל מיני שיעורים. הרב מנחם פייפער שליט"א רב פון אגודת ישראל אין בעיסוואטער דערציילט אז זיי האבען אריין געמאפט אין בארא פארק אין תשל"ב און זיין טאטע הגאון ר' חיים פייפער א תלמיד פון באראנאוויטש און קלעצק פלעגט געבען דער פארטאגס שיעור דך היומי אין דער אינטערשטע צימער אין דער בעיסמענט בשעת דערנעבען האט מען געדאווענט. הרב מנחם דערציילט אז ער האט געפרעגט זיין טאטע צו וואס דארפסטו דא געבען דער שיעור און ווערען "געשטערט" פון דאס דאווענען, ווען קענסט געבען דער שיעור אינעם געגענט דארט ווי מען דאווענט נאך נישט? זיין טאטע האט אים גע'ענטפערט אז דוקא דא וויל ער געבען דער שיעור ווייל 6 יאר פון תש"א ביז תש"ו איז ער געווען פארווארפען אין סיביר און נישט גע'ענטפערט קיין איין קדיש, קדושה און ברכו, און ער שפירט זיך גליקלעך אז ער קען עס יעצט משלים זיין.

אין די מניני שחרית פלעגט דארט אויך דאווענען הגאון רבי דוד קוויאט זצ"ל (מחבר ספרי 'סוכת דוד'),
https://he.wikipedia.org/wiki/%D7%93%D7 ... 7%90%D7%98
https://en.wikipedia.org/wiki/Dovid_Kviat
הגאון ר' יעקב נייבערגער האט אויך געגעבען א דף היומי שיעור, און להבח"ל פלעגט הגאון ר' יצחק רייטפארט (רב פון חב"ד אין בארא פארק) דארט געבען א שיעור. דער פאנאוויטשער רב זצ"ל ווען ער פלעגט זיין אין אמעריקע פלעגט דארט דאווענען, און צווישען די חשובע מתפללים איז אויך געווען הגאון המפורסם רבי יעקב הארענשטיין זצ"ל און הגאון רבי יוסף שמואל הערשלער זצ"ל (געווען א מלמד אין באבוב און א גרויסער תלמיד חכם) וואס וואוינענדיג א קעגן איבער איז געווען א רעגולער שטעל פארטרעטער פאר הרב פעלדער אדער וועליכע שיעור עס האט געפעלט דער מגיד שיעור. הג"ר משה חיים פעלדער פון בית המדרש עליון, א זוהן פון הרב פעלדער דערציילט אז דער פאנאוויטשער רב פלעגט געבען א זעץ אין טיש אז מען זאל נישט ווארטען אויף אים מיט שמונה עשרה.

אויך פלעגט דארט דאווענען יעדן טאג שחרית הגאון ר' משה געווירץ פון סאניק וואס שבת האט ער געדאווענט אין קאסאני ביהמ"ד. אויך להבח"ל הגאון ר' לייבל וויליגער ראש הכולל תורה ודעת.

דער שוהל האט כמעט נישט אריין געברעגט קיין געלט. א זיץ פאר די ימים נוראים איז געווען 18 דאלער. שפעטער איז עס ארויף צו 36 און היינט האט עס שוין געהאלטען ביי 54 דאלער. א גביר א גרויסע נדבן צו א גרויסע קהלה פלעגט קומען צו הרב פעלדער פארקויפען זיין חמץ און פלעגט געבען 18 דאלער. הרב פעלדער פלעגט אים פרעגען אויב עס איז אפשר נישט צו פיל און צו ער קען עס עפארדען. דאס פשטות פון דער איד האט מען געדארפט זעהן צו פארשטיין, כולו תמימות און כולו לה'.
לעצט פארראכטן דורך זכרונות אום דינסטאג דעצעמבער 29, 2020 7:14 pm, פארראכטן געווארן 4 מאל.
אוועטאר
געשמאקע קוקיס
שר האלף
תגובות: 1050
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2020 5:18 pm

Re: דער פעלדער שוהל אין בארא פארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געשמאקע קוקיס »

סענאטאר ר' שמחה פעלדער איבער זיין טאטענס "פעלדערס מנין" שוהל וואס איז ארויף אין פלאמען
ג' ויגש פ״א
ר' שמחה פעלדער, וויקעלט אויף די 70 יעריגע היסטאריע פון זיין טאטענס "פעלדערס מנין" שוהל אויף דער אכצטענטער עוועניו אין בארא פארק, און ווי אזוי זיין 100 יעריגע מאמע לאורך ימים טובים איז באצייטענס ארויסגעראטעוועט געווארן, די ברכה פון הרה"ק מסאטמאר פאר זיין טאטן, און ווי אזוי זיין טאטענס פטירה האט יעצט אויפגעאייטערט
https://www.yiddish24.com/interviews/38/31093
זכרונות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 402
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 19, 2018 12:26 pm

Re: דער פעלדער שוהל אין בארא פארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זכרונות »

ר' שמחה דערציילט אז נאך דער פייער איז א איד צוגעקומען צו אים און געזאגט אז ווען דיין טאטע איז נפטר געווארען מיט 11 יאר צוריק האב איך עס נישט געשפירט ווייל זיין בית המדרש האט נאך געלעבט, אבער יעצט אז דער בית המדרש איז פארברענט געווארען שפיר איך ווי הרב פעלדער איז יעצט נפטר געווארען!

די זעלבע האב איך געשפירט אבער עס נישט געקענט ארויס ברעגען אין ווערטער. עס האט זיך מיר געווינדערט, וואס גייסטו באשרייבען הרב פעלדער ווען נישט ער איז נפטר געווארען נאר זיין בית המדרש איז פארברענט געווארען? דער מדובר דא איז דאך זיין היסטארישע בית המדרש, נישט ער! אבער דער תירוץ איז זעלבסט פארשטענדליך, הרב פעלדער מיט זיין בית המדרש זענען היינו הך, און יעצט איז ער טאקע נפטר געווארען און קומט אז מען זאל אים מספיד זיין!

געשמאקע האקט (א יישר כח), אט א דאס זאג איך "זיין טאטענס פטירה האט יעצט אויפגעאייטערט". (יעדער האט א אנדערע וועג עס ארויס צו ברענגען)
לעצט פארראכטן דורך זכרונות אום דינסטאג דעצעמבער 29, 2020 5:26 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
טעם וריח
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

Re: דער פעלדער שוהל אין בארא פארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעם וריח »

וואס איז דאס פלאן צו טוען מיט דאס פלאץ? אויפבויען א נייע שוהל?
על "טעם וריח" אין להתווכח
זכרונות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 402
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 19, 2018 12:26 pm

Re: דער פעלדער שוהל אין בארא פארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זכרונות »

טעם וריח האט געשריבן:וואס איז דאס פלאן צו טוען מיט דאס פלאץ? אויפבויען א נייע שוהל?

ר' שמחה זאגט אז מען האט אנגעפרעגט א אדם גדול און מען ווארט אויף א ענטפער און מען וועט טוהן וואס איז דעת תורה.

איך טייל נישט קיין דעות אבער הויעך מעג מען דאך טראכטען. דער מקום איז א מקום קדוש, דארטען האבען געדאווענט א סאך קדושים וטהורים (דערמאנט נאר א ביסל פון זיי), דאס פלאץ איז דורך געווייקט פון תורה ותפלה און אידישע טרערן, טויזענטער תפילות דארט ארויף, און עס וואלט געווען א גרויסע פארלוסט אויב דארט זאל געבויעט ווערען א פריוואטע הויז למשל און דאס אלעס. אויב פרעגט איינער מיר, זאג איך אז איינער (א רב א רבי א ראש ישיבה) זאל עס אפקויפען און מאכען דערפון ווייטער א מקום תורה ותפלה.

עס איז באקאנט דאס ווארט אויף דער גמרא עתידין בתי כנסיות ובתי מדרשות שבבבל שיקבעו בארץ ישראל (מגילה כ"ט ע"א), אז לעתיד לבוא לויט ווי חשוב א מקום מקדש אין חוץ לארץ איז, אזוי נענטער וועט עס זיין צום בית המקדש השלישי. דאס פלאץ וועט זיכער זיין זייער נאנט. דארט האט געוואוינט א צדיק וואס האט אלעס (זיך, זיין משפחה, און זיין שטוב) אוועק געגעבען פארען באשעפער, איז ווער וויל דען נישט אז זיין בית המדרש זאל (נאך פארען ווערען געבויעט) זיין אויף דער טאפ אוו דער ליסט (ר' שמחה, איך נעם קאמישען...)
לעצט פארראכטן דורך זכרונות אום דאנערשטאג דעצעמבער 31, 2020 11:45 am, פארראכטן געווארן 5 מאל.
זכרונות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 402
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 19, 2018 12:26 pm

Re: דער פעלדער שוהל אין בארא פארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זכרונות »

געשמאקע קוקיס האט געשריבן:סענאטאר ר' שמחה פעלדער איבער זיין טאטענס "פעלדערס מנין" שוהל וואס איז ארויף אין פלאמען
ג' ויגש פ״א
ר' שמחה פעלדער, וויקעלט אויף די 70 יעריגע היסטאריע פון זיין טאטענס "פעלדערס מנין" שוהל אויף דער אכצטענטער עוועניו אין בארא פארק, און ווי אזוי זיין 100 יעריגע מאמע לאורך ימים טובים איז באצייטענס ארויסגעראטעוועט געווארן, די ברכה פון הרה"ק מסאטמאר פאר זיין טאטן, און ווי אזוי זיין טאטענס פטירה האט יעצט אויפגעאייטערט
https://www.yiddish24.com/interviews/38/31093

יא, זיין מאמע קומט דער קרעדיט, א אשה חשובה וואס איז געווען 100 פרוצענט מיט איר מאן אויף יעדן שריט. קיין איין גאנצע שטיק פורניטשער, די בענקלעך האבען נישט געמעטשט, זיין גאנצע עולם הזה איז געווען מנינים און שיעורים און ער האט געהאט א איקוועל שותף צו דעם זיין געטרייע ווייב וואס האט עס געהאלטען פאר א זכות.

זאל דער אייבערשטער איר בענטשען מיט נאך א סאך געזונטע יארען און פיל נחת פון אלע אירע קינדער און דורות.
לעצט פארראכטן דורך זכרונות אום דינסטאג דעצעמבער 29, 2020 5:33 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35431
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: דער פעלדער שוהל אין בארא פארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

ישר כחכם הרב זכרונות, שרייב שרייב, מיר דארפן וויסן אז ס'איז אמאל געווען אזעלכע טייערע אידן.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
בן דותא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 361
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 27, 2020 4:32 pm

Re: דער פעלדער שוהל אין בארא פארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן דותא »

זייער אינפארמאטיוו!

איז דא עפעס בילדער פון אינעווייניג?
זכרונות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 402
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 19, 2018 12:26 pm

Re: דער פעלדער שוהל אין בארא פארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זכרונות »

יא, אין די צייטונגען אויב איינער וועט עס אזוי גוט ארויף לייגען.
זכרונות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 402
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 19, 2018 12:26 pm

Re: דער פעלדער שוהל אין בארא פארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זכרונות »

געשמאקע קוקיס האט געשריבן:סענאטאר ר' שמחה פעלדער איבער זיין טאטענס "פעלדערס מנין" שוהל וואס איז ארויף אין פלאמען
ג' ויגש פ״א
ר' שמחה פעלדער, וויקעלט אויף די 70 יעריגע היסטאריע פון זיין טאטענס "פעלדערס מנין" שוהל אויף דער אכצטענטער עוועניו אין בארא פארק, און ווי אזוי זיין 100 יעריגע מאמע לאורך ימים טובים איז באצייטענס ארויסגעראטעוועט געווארן, די ברכה פון הרה"ק מסאטמאר פאר זיין טאטן, און ווי אזוי זיין טאטענס פטירה האט יעצט אויפגעאייטערט
https://www.yiddish24.com/interviews/38/31093

איך האב נישט קיין צוטריט צו דעם, ביטע עס פיזיש ארויף לייגען, א דאנק.
זכרונות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 402
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 19, 2018 12:26 pm

Re: דער פעלדער שוהל אין בארא פארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זכרונות »

דער סיבה וואס הרב פעלדער האט גע'עפענט א שוהל זאגט ר' שמחה אז זיין טאטע האט געוואלט דאווענען אין א שוהל וואס איז אין גאנצען אויס געהאלטען להלכה און אויפן שטייגער ווי ער איז ערצויגן געווארן, דערובער האט ער גע'עפענט זיין שוהל.

דער גאס (אויף דער זייט פון דער עוועניו) פארמאגט נאך דריי הייזער (אויב איך געדענק גוט). דאס איז געווען דער קארנער הויז ביי די קארנער 49, און גייענדיג צו 50 איז דא נאך א הויז א מאדערנער בית הכנסת געווען (הייסט דאכט זיך מיר מגן אברהם), און נאכדעם איז דער הויז פון הגאון רבי חיים אלימלך בלום שליט"א (א נייטרא תלמיד פון הגאון רבי מיכאל בער זצ"ל) וואס זיין מקום קבוע איז געווען אין קאסאני אבער ער מיט זיינע קינדער פלעגן אריין טרעטן דארט אין פעלדערס שוהל. ספעציפיש געדענק איך זיין וואלווי זצ"ל (הרה"ג רבי ישראל זאב (וואלף) בלום זצ"ל ר"י דישיב"ק דסאטמאר לונדון) וואס אין מיינע צייטן איז נאך געווען א אינג בחור אבער שוין געוויזען אלע סימנים אז לאילנא רברבא יתעבד.

דארטען אין דער מאדערנער בית הכנסת איז פאר א שטיק צייט געווען אפגעדינגען בשעת'ן נישט דאווענען דער 'נייער' ישיבה דרך החיים פון הגאון הרב פלוטשאק. מיט יארען שפעטער האבען זיי געבויעט א נייע בנין אויף דער 16'טע עוועניו און 39 סטריט. דער ישיבה געדענק איך איז געווען א דבר חדש, ווייל ער האט דוקא גע'עפענט דער ישיבה פאר בחורים פון גאר מאדערנע און שוואכע היימען, און האט שטארק מצליח געווען. די בחורים געדענק איך פלעגען לערנען דארט בהתמדה (א שטיק צייט האב איך דארט געלערענט ביי נאכט מיט א חברותא, און מען האט מיר נישט געשטערט דארט זיין כאטש איך האב נישט באלאנגט צו דער ישיבה, און ביי מיר איז דאס געווען דאס ערשטע מאל ווי איך האב געזעהן ליטווישע (מאדערנע) בחורים אמת'דיג לערנען). ווען עס האט זיך גענויטיגט פאר זיי נאך א צימער האט זיי הרב פעלדער געלאזט ניצען זיין בית המדרש אויך, און פארשטייט זיך בחנם. ער האט עס געהאלטען פאר א זכיה אז אין מיטען טאג ווען דער ביהמ"ד איז ליידיג(ער), זאל דארט זיין א עולם מיט א קול תורה. א בחינה פון 'קיץ המזבח' וואס רש"י איז מפרש 'לקיץ המזבח: כשהוא בטל מנדרים ונדבות לוקחין עולות ומקריבין" (כתובות ק"ו ע"ב).
לעצט פארראכטן דורך זכרונות אום מיטוואך דעצעמבער 30, 2020 11:29 am, פארראכטן געווארן 7 מאל.
shalsheles
שר האלף
תגובות: 1502
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2009 9:52 pm

Re: דער פעלדער שוהל אין בארא פארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shalsheles »

אויסגעהערט דעם שמועס מיט ר׳ שמחה, זייער אינפארמאטיוו און הארציג, רב דרעזנער מאכט א געוואלדיגע דזשאב.
א בילד פון רב פעלדער ז״ל האט איינער אפשר?
זכרונות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 402
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 19, 2018 12:26 pm

Re: דער פעלדער שוהל אין בארא פארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זכרונות »

אדרעס אויף ק"מ ביטע.
שטאפיק
שר חמש מאות
תגובות: 879
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 23, 2020 9:13 am
לאקאציע: עיה"ק ירושלם תובב"א

Re: דער פעלדער שוהל אין בארא פארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאפיק »

זכרונות האט געשריבן:דער סיבה וואס הרב פעלדער האט גע'עפענט א שוהל זאגט ר' שמחה אז זיין טאטע האט געוואלט דאווענען אין א שוהל וואס איז אין גאנצען אויס געהאלטען להלכה און אויפן שטייגער ווי ער איז ערצויגן געווארן, דעריבער האט ער גע'עפענט זיין שוהל.

דער גאס (אויף דער זייט פון דער עוועניו) פארמאגט נאך דריי הייזער (אויב איך געדענק גוט). דאס איז געווען דער קארנער הויז ביי די קארנער 49, און גייענדיג צו 50 איז דא נאך א הויז א מאדערנער בית הכנסת געווען (הייסט דאכט זיך מיר אהל אברהם משכן יוסף), און נאכדעם איז דער הויז פון הגאון רבי חיים אלימלך בלום שליט"א (א נייטרא תלמיד פון הגאון רבי מיכאל בער זצ"ל) וואס זיין מקום קבוע איז געווען אין קאסאני אבער ער מיט זיינע קינדער פלעגן אריין טרעטן דארט אין פעלדערס שוהל. ספעציפיש געדענק איך זיין וואלווי זצ"ל (הרה"ג רבי ישראל זאב (וואלף) בלום זצ"ל ר"י דישיב"ק דסאטמאר לונדון) וואס אין מיינע צייטן איז נאך געווען א אינג בחור אבער שוין געוויזען אלע סימנים אז לאילנא רברבא יתעבד.

דארטען אין דער מאדערנער בית הכנסת איז פאר א שטיק צייט געווען אפגעדינגען בשעת'ן נישט דאווענען דער 'נייער' ישיבה דרך החיים פון הגאון הרב פלוטשאק. מיט יארען שפעטער האבען זיי געבויעט א נייע בנין אויף דער 16'טע עוועניו און 39 סטריט. דער ישיבה געדענק איך איז געווען א דבר חדש, ווייל ער האט דוקא גע'עפענט דער ישיבה פאר בחורים פון גאר מאדערנע און שוואכע היימען, און האט שטארק מצליח געווען. די בחורים געדענק איך פלעגען לערנען דארט בהתמדה (א שטיק צייט האב איך דארט געלערענט ביי נאכט מיט א חברותא, און מען האט מיר נישט געשטערט דארט זיין כאטש איך האב נישט באלאנגט צו דער ישיבה, און ביי מיר איז דאס געווען דאס ערשטע מאל ווי איך האב געזעהן ליטווישע (מאדערנע) בחורים אמת'דיג לערנען). ווען עס האט זיך גענויטיגט פאר זיי נאך א צימער האט זיי הרב פעלדער געלאזט ניצען זיין בית המדרש אויך.
אוועטאר
וואס עפעס?
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4116
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

Re: דער פעלדער שוהל אין בארא פארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס עפעס? »

שכוח @זכרונות פאר די הערליכע באשרייבונג
שרייב תגובה

צוריק צו “עיר ועיר”