אזוי ווי עס איז נישט דא קיין עקסטרע אשכול פאר דעם און איך גלייב אז עס איז ווערט פאר זיך אליין שטעל איך עס דא אהער עקסטער פאר זיך. אויב עס איז שוין דא געווען ערגעץ פליז עקסעפט מיי עפאלאדזשיס.
הקדמה קטנה וקצרה:
כידוע איז דאס לאנד סלאוואקיי גאנץ א ניי לענדל וועס האט קיינמאל נישט אינגאנצן עקסטער פיגורירט אלס א לאנד פאר זיך ביז סוף דעם ערשטן וועלטס קריג.
ווען דער לאנד האט זיך געפארעמט איז עס געווען איין לאנד מיט טשעכיי אלס טשעכא-סלאוואקיא
דאס האט אנגעהאלטן ביז דער אייזערנער פירהאנג איז געפאלן און דאס לענדל האט זיך צוטיילט עקסטער פאר די טשעכן מיט פראג אלס הויפטשטאט און עקסטער סלאוואקיי מיט בראטיסלאווא/פרעשבורג אלס הויפטשטאט און אזוי האלט עס אן כהיום
ווען דאס לאנד איז געבוירן געווארן האבן פארשידענע שטעט אויטאמאטיש געטוישט גרעניצן און דורכאויס פארשידענע סכסוכים
מיט אנדערע לענדער האבן זיך שטעט געטוישט פון איין זייט גרעניץ צום צוויטן ובעיקר בתקופת פון די צווייטע וועלט מלחמה
מפקד משנת תרפ"א:
דער דאזיגער סענסוס איז פון די קארפאטן געגנט פון שטעט וואס האבן דאן (100 יאר צוריק) באלאנגט פאר סלאוואקיי.
ביים צווייטן וועלט קריג זענען רוב פון די שטעט ליסטעד אינעם סענסוס געווען א תקופה אונטער אונגארן.
נאכן צווייטן וועלט קריג זענען רוב פון די שטעט אריבער אונטערן לאנד אוקריינע ווי עס איז נאך אלס עד היום.
פרטי המפקד:
עס איז בעיקר געשריבן מיט דעם סלאוואקישן שפראך. דער לינק וואס איך שטעל דע אהער איז אבער פונעם אונגארישן וועבזייטל hungaricana.hu און קען אמאל אריינפאלן אינפארמאציע און לינקס אויף רוסיש ממילא דארף מען זיין גאנץ א גוטער עקספערט צו קענען ארויסהאבן אלס וואס דא גייט פאר.
חידושים פונעם סענסוס:
עס איז צוטיילט בעיקר אין 2 חלקים
חלק א': דאס איז בעיקר א סאממערי פון נעמען ובעיקר ראשי המשפחה צוטיילט בעיקר לויט די גאסן אדער משפחה נומערן פאר קלענערע דערפלעך
חלק ב': פרטי המשפחה מיט א יעדן נפש וואס האט דארט געוואוינט עקסטער געליסטעד
די אינפארמאציע ווערט אהערגעשטעלט פובליק באדיבות וברשות איינעם פון די חבירים דא וואס האט לעצטנס געטראפן דארט היבש אינטעסאנטע אינפארמאציע
וזה החלי:
main page:
https://library.hungaricana.hu/en/colle ... mlalas1921
די פאלגענדע שטעט זענען ליסטעד: (לויטן סדר. איך שרייב די אידישע נעמען דארט ווי די נעמען זענען באקאנט)
בערעגסאז
Ökörmező
Ilosva
קאסאן - Mezokaszony
Nagyszőlős
חוסט
Dolha
מונקאטש
Alsóverecke
Oroszvég
Szojva
Nagybocskó
ראחוב - Rahó
Taracköz
Técső
Nagyberezna
Perecsény
Szerednye
אוגוואר
מפקד/סענסוס משנת תרפ"א מגלילות הרי הקארפאטן/מארמארוש
די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד
-
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3334
- זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm
-
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3334
- זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm
Re: מפקד/סענסוס משנת תרפ"א מגלילות הרי הקארפאטן/מארמארוש
זעה איך אז:
Ökörmező - וואלאווע
Ilosva - ארשאווע
Alsóverecke - ווערעצקי
Szojva - סוואליווא
Nagybocskó - ביטשקוב
Técső - טעטש
Ökörmező - וואלאווע
Ilosva - ארשאווע
Alsóverecke - ווערעצקי
Szojva - סוואליווא
Nagybocskó - ביטשקוב
Técső - טעטש
Re: מפקד/סענסוס משנת תרפ"א מגלילות הרי הקארפאטן/מארמארוש
וואס טיט זיך מיט קרעטשנוף און פאליאן קאסאוויציקי?
-
- שר מאה
- תגובות: 211
- זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 13, 2017 7:11 pm
Re: מפקד/סענסוס משנת תרפ"א מגלילות הרי הקארפאטן/מארמארוש
איך האב משפחה אין די געגענט, אין געווארן פארלוירן אין די לינק.
איז דא איינער וואס וואלט אויפגעזוכט פאר באצאלט - ביטע אישי'מיר.
יש"כ
איז דא איינער וואס וואלט אויפגעזוכט פאר באצאלט - ביטע אישי'מיר.
יש"כ
Re: מפקד/סענסוס משנת תרפ"א מגלילות הרי הקארפאטן/מארמארוש
Gevald Geshrigen האט געשריבן: Nagyszőlős
סעליש
Re: מפקד/סענסוס משנת תרפ"א מגלילות הרי הקארפאטן/מארמארוש
Gevald Geshrigen האט געשריבן:Ökörmező
וואלאווע
Gevald Geshrigen האט געשריבן:Ilosva
ארשיווע
Re: מפקד/סענסוס משנת תרפ"א מגלילות הרי הקארפאטן/מארמארוש
יישר כח פארן פותח האשכול און פאר גלאזער
איך האב געטראפן נאך א שעה זוכן (נאכן אנפאנגן פון אויבן און נאכדעם פון אינטן און גארנישט טרעפן האב איך אויפגעזוכט לויט די הויז נומבער און געטראפן בערך דארט)
איין הערה די שטעט וואס ווערן פריער אויסגערעכנט זענען געגענטער, אין יעדע געגנט איז דא אסאך שטעט/דערפער
איך האב געטראפן נאך א שעה זוכן (נאכן אנפאנגן פון אויבן און נאכדעם פון אינטן און גארנישט טרעפן האב איך אויפגעזוכט לויט די הויז נומבער און געטראפן בערך דארט)
איין הערה די שטעט וואס ווערן פריער אויסגערעכנט זענען געגענטער, אין יעדע געגנט איז דא אסאך שטעט/דערפער
-
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3334
- זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm
Re: מפקד/סענסוס משנת תרפ"א מגלילות הרי הקארפאטן/מארמארוש
Correct
עס איז דא צוויי חלקים אינעם סענסוס
איינס אויסגעשטעלט לויט די נעמען און עקסטער לויט די גאסן
איטשע :
לגבי קרעטשניף און פאליאן קאסאוויציקי
איך ווייס נישט וואס זייערע נעמען זענען און אויך נישט אונטער וועלכע גרוויסע שטאט זיי פאלן אריין
עס איז נישט גאנץ קארפאטן. עס איז בעיקר נאר פון די וואס האבן זיך געטובלט אין אונגארן, אביסל א לענגערע טבילה אין סלאוואקיא, און נאכדעם אריבער דעם גרעניץ קיין אוקריינע.
רומעניע איז לכאורה נישט אינקלודעד
איך האב נאכנישט געהעריג אנאלזירט די מאטריאל ווייל עס איז נישט אזוי גרינג צו זוכן אבער גלייך געזען עס איז גאנץ א גרויסער אוצר האב איך עס אהערגעשטעלט לתועלת הציבור חובבי היסטורי'
איך האב געטראפן פון מיין באבע וואס איז געווען אן אונווארער געבוירענער און מיין זיידע וואס איז געבוירן געווארן אין קאסאן
נאך אן ערפינדונג פון איינע פון די חשובע רבי'שע משפחות וואס איז געטראפן געווארן דורך א צופאל (זוכנדיג עפעס אנדערש) ביחד עם ידידינו ר' מ.צ.מ. אבער משום סיבות שונות איז די צייט נאכנישט רייף צו פובליצירן אין פובליק

- שר העשר
- תגובות: 11
- זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 11, 2020 1:56 pm
Re: מפקד/סענסוס משנת תרפ"א מגלילות הרי הקארפאטן/מארמארוש
קאשוי אין אומגעגענט ?
ווער איז אונליין
באנוצערס וואס דרייען זיך דא: געשמאקע קוקיס און 7 געסט