דאס לעבן און שאפן פון אמעריקאנע פרעזידענטן - היסטאריע

אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
בעסער אזוי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4617
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
לאקאציע: אין מיין באקס

דאס לעבן און שאפן פון אמעריקאנע פרעזידענטן - היסטאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעסער אזוי »

דזשארדזש וואשינגטאן



Washington.jpg
Washington.jpg (5.3 KiB) געזען 1639 מאל




אום כ"ו שבט ה' אלפים תצ"ב (ולמספרם Feb. 22 1732) איז געבוירן געווארן צו משפחת וואשינגטאן דער עלצטער זין זייערע, זיי האבן אים א נאמען געגעבן דזשארדזש, אוגאסטין וואשינגטאן מיט זיין בני בית מערי האבן געוואוינט אין ווירדזשיניע, זיי האבן פארמאגט גרויסע פעלדער ווי מען פלאנצט פארשידענע סארט פלאנצונגען, דזשארדזש איז געווען דער עלצטער פון 6 קינדער

ווען ער איז אלט געווען 11 יאר האט א טראגעדיע באטראפן די משפחה, די טאטע איז געשטארבן, זייענדיג דער עלצטער און די משפחה האט ער ארויסגעהאלפן די מאמע מיט די פעלדער צו קענען שפייזן די קליינע קינדערליך

הגם אין יענע צייטן האבן רוב עלטערן וואס האבן זיך געקענט ערלויבן צו דינגען פריוואטע טיטשערס נישט געשיקט אין סקול, נאר ענדרעש יא געדינגען פריוואטע טיטשערס, איז אבער אונזער דזשארדזש געווען אנדרעש און ער איז געגאנגען אין א סקול

ביי די 15 יאר בערך האט ער געענדיגט סקול, און ער האט זיך שטארק אריינגעלייגט און מאטאמאטיקס ביז ער איז געווארן א סוקסעספולע סורווייער (סורווייער איז א מין מאטאמאישע וועג פון רעכענען טעריטאריעס, ואכמ"ל), ער האט גאר שטארק מצליח געווען אין זיין פאך, ביז ער האט געהאט גענוג געלט צו קויפן אייגענע פעלדער

אום ה' אלפים תקי"א (ולמספרם 1751) האט דזשארדזש וואשינגטאן אינטערגענומען זיין ערשטע און איינציגסטע רייזע אין זיין לעבן ארויס פון אמעריקע, דאס איז געווען ווען זיין עלטערע האלבע-ברידער לארענס איז אנגעשטעקט געווארן מיט די טויטליכע טובערקלאסיס קרענק, דעמאלטס זענען זיי געפארן צו א לאנד אין די קאריביען אינזלען מיטן נאמען בארבודוס, האפנדיג אז וויבאלד די טעמפעטשור דארט איז ווארעם וועט עס אים העלפן ארויסקריכן פונעם קרענק

זייענדיג דארט אין בארבודוס, איז דזשארדזש וואשינגטאן אנגעשטעקט געווארן מיט סמאלפאקס, למעשה איז ער געווארן אויסגעהיילט דערפון אבער ער איז אייביג געבליבן מיט סימנים אויף זיין געזיכט פון די מחלה

נאך א שטיק צייט איז לארענס געשטארבן, פארשטייט זיך אז דזשארדזש האט זיך צוריק געקערט קיין אמעריקע

אום Dec. 1752 איז וואשינגטאן געשטעלט געווארן אלס קאמאנדיר פון די ווירדזשניע מיליצע גרופע, נישט האבנדיג קיין שום מיליטערישע עקספיריענס פון פארדעם. ער איז געשטיגן אין ראנג ביז ער איז געשטעלט געווארן אלס די פירער פון די גרופע

זיבן יאר שפעטער אום 1759 האט ער איבערגעלאזט די גרופע און זיך אום געקערט צו זיין וואוינארט, ווי ער איז ערוויילט געווארן צום ווירדזשניע קאנגרעס סערווירנדיג ביז 1774

די יאר וואס ער איז ערוועלט געווארן האט ער חתונה געהאט צו א רייכע אלמנה וואס האט געהאט צוויי קינדער, ער איז געווארן זייער איבערגעגעבענע שטיף-פאטער, ער אליין האט קיינמאל נישט געהאט קיין אייגענע קינדער

אין די שפעטע זעכציגער יארן האט וואשינגטאן אנגעהויבן איינזען די פראבלעם אז די בריטישע רעגירונג צווינגט ארויף טעקסעס אויף אמעריקאנע קאלאניסטן, האט ער אפגעמאכט אז ס'איז צייט זיך אפצוטיילן און גרינדן א אייגענעם לאנד

אום כ"ג אב ה' אלפים תקל"ה (ולמספרם Aug. 19 1775) האט זיך די אמעריקאנע רעוואלאציע אנגעהויבן, און דזשארדזש וואשינגטאן איז געשטעלט געווארן אלץ קאמענדער אין טשיף, די רעוואלאציע איז אנגעגאנגען ביז ו' אלול תקמ"ג, (ולמספרם Sep. 03 1783).

נאכדעם וואס די אמעריקאנע האבן געזיגט האט וואשינגטאן געזוכט צוריק צוגיין צו א רואיגע שטיל לעבן, למעשה האט מען אים נישט צורו געלאזט ביז ער האט מסכים געווען צו לויפן פאר פרעזידענט

אום Jan. 7 1789 איז דזשארדזש וואשינגטאן - זייענדיג 57 יאר אלט - ערוועלט געווארן אלץ דער ערשטער אמעריקאנער פרעזידעט מיט א שיינע אויבערהאנט אין צאל שטימען, דזשאן עדעמס וועליכער האט אנגעצויגן די צווייט מערסטע שטימען איז געווארן וויצע פרעזידעט

וואשינגטאן איז איינגעשוואירן געווארן אום Apr. 30 1789, די איינשווערונגס צערעמאניע איז פארגעקימען אין ניו יארק סיטי. (וואשינגטאן די. סי. איז נאכנישט געווען אויפגעבויט דעמאלטס)

אום 1796 נאכן דינען צוויי טערמינען האט וואשינגטאן אפגעווארפן פארלאנגן צו לויפן פאר א דריטע טערמין, וועלנדיג מאכן פלאץ פאר אנדערע
ער איז זיך צוריק געגאנגען צו זיין שטיל רואיג לעבן פון פארדעם

אום Dec. 1799 איז וואשינגטאן זייער פארקילט געווארן, די פארקילאכטס האט זיך אנטוויקלט צו א אינפעקשן אין זיין האלז, און ער איז געשטארבן די נאכט פון Dec. 14 1799, אין עלטער פון 67 יאר

דזשארדזש וואשינגטאן איז געבליבן מיטן צונאמען "פאטער פון די פאראייניגטע שטאטן" ביזן היינטיגן טאג, זיין פנים און זיין נאמען פיגורירן אופן דאלער ביל און אופן קוואדער, צענדילגע טאון'ס קאונטי'ס אין געסער טראגן זיין נאמען מיט שטאלץ

ער האט איבער געלאזט א לעגעסי וואס ווייניג אין אמעריקאנע היסטאריע קענען קאמפיטן מיט
(--ווערטערלאז--)
אביסל טיפער
שר האלף
תגובות: 1821
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 11, 2020 8:09 pm
לאקאציע: לאנדאן 1935

Re: דאס לעבן און שאפן פון אמעריקאנע פרעזידענטן - היסטאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביסל טיפער »

אויסגעצייכנט @בעסער, גיי אן
ספענט 20$ און באקומט 20$ דורך זיך אויפסיינען דא
און אזוי אויך באקומט איהר קעשבעק ווען איהר קויפט איין נאכן זיך אויפסיינען

"און פארגעסט נישט אז תורה איז די בעסטע סחורה"
אוועטאר
אלטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9970
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

Re: דאס לעבן און שאפן פון אמעריקאנע פרעזידענטן - היסטאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטער »

זייער שיין און קלאר!


גיי אן ווייטער.
ווייל איך בין א אידעלע, זינג איך מיר א לידעלע, ווייל איך בין א איד, זינג איך מיר א ליד
אוועטאר
בעסער אזוי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4617
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
לאקאציע: אין מיין באקס

Re: דאס לעבן און שאפן פון אמעריקאנע פרעזידענטן - היסטאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעסער אזוי »

איך טראכט נאך צו איך זאל גיין על הסדר אדער פאוקעסן מער אויף די פאפולערע פרעזידענטן, א שטייגער ווי רוזעוועלט, לינקאלן, עמער זען
(--ווערטערלאז--)
אביסל טיפער
שר האלף
תגובות: 1821
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 11, 2020 8:09 pm
לאקאציע: לאנדאן 1935

Re: דאס לעבן און שאפן פון אמעריקאנע פרעזידענטן - היסטאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביסל טיפער »

איך וואלט הנאה געהאט ווען די גייסט אויפן סדר
ספענט 20$ און באקומט 20$ דורך זיך אויפסיינען דא
און אזוי אויך באקומט איהר קעשבעק ווען איהר קויפט איין נאכן זיך אויפסיינען

"און פארגעסט נישט אז תורה איז די בעסטע סחורה"
אוועטאר
מיט א פרישקייט
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2019 12:00 pm
לאקאציע: פריש'ידער

Re: דאס לעבן און שאפן פון אמעריקאנע פרעזידענטן - היסטאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיט א פרישקייט »

על הסדר.
קלוגע מענטשן רעדן וועגן געדאנקען; דורכשניטליכע מענטשן רעדן וועגן געשעענישן; נארישע מענטשן רעדן וועגן מענטשן.
אוועטאר
בעסער אזוי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4617
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
לאקאציע: אין מיין באקס

Re: דאס לעבן און שאפן פון אמעריקאנע פרעזידענטן - היסטאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעסער אזוי »

פיין עמער גיין על הסדר מיטן אייבירשטנס הילף
(--ווערטערלאז--)
אוועטאר
אימפעט
שר חמש מאות
תגובות: 618
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 06, 2016 5:30 pm

Re: דאס לעבן און שאפן פון אמעריקאנע פרעזידענטן - היסטאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אימפעט »

על ראשון ראשון.

צלח ורכב.
אוועטאר
קאנטרי מאוד
שר האלפיים
תגובות: 2153
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 29, 2017 9:21 pm
לאקאציע: אויף די שטראזן,צווישן ביימער און גראזן,

Re: דאס לעבן און שאפן פון אמעריקאנע פרעזידענטן - היסטאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנטרי מאוד »

זיכער על הסדר, הגם געסט אסאך אינפא וועט מען געוואר ווערן ידיעות אויף די באקאנטע וואס מ'ווייסט נאכנישט, אבער זיך באקענען מיט נייע פענימער איז ספעציעל אינטערסאנט.
אגב, לאור המצב וואלט געווען אינטערסאנט די היסטאריע פון אלע עלעקשנס.
דאנקע נאכאמאל, איך ווייס וואספארא ארבעט ס'גייט אריין אין היסטאריע שרייבעכצער, איטס וועל עפרישיעיטעד,גיי אן!!
אוועטאר
קאנטרי מאוד
שר האלפיים
תגובות: 2153
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 29, 2017 9:21 pm
לאקאציע: אויף די שטראזן,צווישן ביימער און גראזן,

Re: דאס לעבן און שאפן פון אמעריקאנע פרעזידענטן - היסטאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנטרי מאוד »

בעסער אזוי האט געשריבן:דזשארדזש וואשינגטאן




אין די שפעטע זעכציגער יארן האט וואשינגטאן אנגעהויבן איינזען די פראבלעם אז די בריטישע רעגירונג צווינגט ארויף טעקסעס אויף אמעריקאנע קאלאניסטן, האט ער אפגעמאכט אז ס'איז צייט זיך אפצוטיילן און גרינדן א אייגענעם לאנד

אום כ"ג אב ה' אלפים תקל"ה (ולמספרם Aug. 19 1775) האט זיך די אמעריקאנע רעוואלאציע אנגעהויבן, און דזשארדזש וואשינגטאן איז געשטעלט געווארן אלץ קאמענדער אין טשיף, די רעוואלאציע איז אנגעגאנגען ביז ו' אלול תקמ"ג, (ולמספרם Sep. 03 1783).



א קליין הערה, וואשינגטען איז נישט תיכף געווארן קאמאנדיר, ער איז אויך לאו דוקא געווען די אינציאטעוו פון די רעוואלוציע, איך געדענק נישט אצינד די פינקטליכע פרטים, יבואו המגלגלים ויגלגלו את האינפארמציע וישקו את הצאן...
אוועטאר
אהרן הלוי
שר האלף
תגובות: 1499
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 18, 2018 1:42 pm

Re: דאס לעבן און שאפן פון אמעריקאנע פרעזידענטן - היסטאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהרן הלוי »

מ'גייט שרייבן איבער אלע אלע, אדער בלויז איבער די היימישע פרעזידענטן, די מיט די ווייסע זאקן?
צוויי אפציעס זענען פארהאן פאר דער טיפע "דורות" שאלה:
1. טיפע אהבה; 2. טיפע חכמה.
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 20734
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: דאס לעבן און שאפן פון אמעריקאנע פרעזידענטן - היסטאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

יא ער איז געווען באוויסט אלטס א גוטע אויסרעכנער ווי צו אנגרייפן
נישט אלטס א קריג העלד
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...


די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 16638
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: דאס לעבן און שאפן פון אמעריקאנע פרעזידענטן - היסטאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

זייער שיין @בעסער אזוי. קיפ איט אפ.
אוועטאר
בעסער אזוי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4617
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
לאקאציע: אין מיין באקס

Re: דאס לעבן און שאפן פון אמעריקאנע פרעזידענטן - היסטאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעסער אזוי »

קאנטרי מאוד האט געשריבן:
בעסער אזוי האט געשריבן:דזשארדזש וואשינגטאן




אין די שפעטע זעכציגער יארן האט וואשינגטאן אנגעהויבן איינזען די פראבלעם אז די בריטישע רעגירונג צווינגט ארויף טעקסעס אויף אמעריקאנע קאלאניסטן, האט ער אפגעמאכט אז ס'איז צייט זיך אפצוטיילן און גרינדן א אייגענעם לאנד

אום כ"ג אב ה' אלפים תקל"ה (ולמספרם Aug. 19 1775) האט זיך די אמעריקאנע רעוואלאציע אנגעהויבן, און דזשארדזש וואשינגטאן איז געשטעלט געווארן אלץ קאמענדער אין טשיף, די רעוואלאציע איז אנגעגאנגען ביז ו' אלול תקמ"ג, (ולמספרם Sep. 03 1783).



א קליין הערה, וואשינגטען איז נישט תיכף געווארן קאמאנדיר, ער איז אויך לאו דוקא געווען די אינציאטעוו פון די רעוואלוציע, איך געדענק נישט אצינד די פינקטליכע פרטים, יבואו המגלגלים ויגלגלו את האינפארמציע וישקו את הצאן...

קודם א דאנק פאר די הערה, דאס מיינט אז דו האסטוך גענומען די מי עס דורך צוליינען, דאס איז מיר א גרויסע כבוד, ווי אויך וויל איך מיך באדאנקען פאר אלע אנדערע ניקים וואס ווייזן ארויס איטערעסע און דעם סעריע

יעצט צו דיין הערה, ביסט גערעכט, און פון די רעוואלציע אליין קען מען מאכן גאנצעטע באשרייבעכצער
די ציל פון דעם סעריע איז צו מאכן א קורצע סך הכל פון זייער לעבן, מיט דאטומען, און אינטערעסאנטע קרישקעלעך, נישט אזוי ווייט פון די זאכן וואס זיי זענען געווען באוויסט פאר, וועגן דעם בין איך עס דורך געגאנגען בקיצור

קאנסטראקטיוו קריטסיזם איז וועל אפרישיעטעד, און אדרבה ס'מאכט נאר אז מען זאל טרייען צו זיין די מערסטע אקוראט שייך
(--ווערטערלאז--)
אוועטאר
בעסער אזוי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4617
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
לאקאציע: אין מיין באקס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעסער אזוי »

דזשאן עדעמס


John Adams.jpg
John Adams.jpg (4.26 KiB) געזען 1379 מאל







אין א שטעטל אין מאסעטשוסעס מיטן נאמען ברעינטרי האט געוואוינט א פארפאלק, דזשאן עדעמס סיניער מיט זיין פרוי שושנה, מר דזשאן איז געווען א פארמער און א לאקאלע קאנסילמאן, אן אייניקל פונעם באוויסטן היסטאריקער הענרי עדעמס

אום י"ד חשוון ה' אלפים תצ"ו (ולמספרם Oct. 30 1735) איז געבוירן געווארן צום פארפאלק א יונגעלע בעבי זיי האבן אים א נאמען געגעבן אזוי ווי דעם טאטן דזשאן.

ביי די 16 יאר האט אונזער דזשאני געקריגן א סקאלערשיפ (אזא סארט דעגרי) צו קענען שטודירן אין הארווערד יונווערסעטי, פיר יאר שפעטער האט ער גראדואירט, און ער איז געגאנגען ארבעטן פארן פראמינענטער לויער דזשעמס פאטנעם, שטודירנדיג ווייטער געזעץ

אום Oct. 25, 1764 פינף טעג פאר זיין 29סטע געבורטסטאג האט עדעמס חתונה געהאט צו אביגיל שמידט, א דריטע קאזין זיינע, זיי האבן געהאט זעקס קינדער צוזאמען, עדעמס פלעגט זייער אפט זיין אוועק פון זיין משפחה, זיין בני בית האט אים פארשטאנען און מיטגעארבעט טראץ וואס זי איז נישט געווען איבעריג צופרידן דערפון

נישט לאנג האט גענומען ביז דזשאן עדעמס איז געווארן אינדענציפיטירט מיט די 'פעטריעט קאס' (זיי זענען געווען די וואס האבן געהאלטן אז די אמעריקאנע קאלאניס זאלן זיך אפטיילן פון די בריטישע צוליב די הויעכע שטייערן וואס זיי האבן ארויפגעלייגט אויף די אמעריקאנע קאלאניסטן), ספעציעל נאך זיין קעגנערשאפט צו די 'סטעמפס עקט' וואס די בריטישע רעגירונג האט דורך געפירט ארויפצולייגן א ספעציעלע שטייער אויף די אמעריקאנע קאלאניסטן אויף אלע פאפיר דאקומענטן, זייענדיג אין טיפע חובות נאך די '7 יאר מלחמה' באוויסט אין אמעריקע אלס 'די פראנקרייך און אינדיע' מלחמה

עדעמס האט געשריבן א סעריע פון פיר ארטיקלען אין די באסטאן גאזעט, ווי ער איז ארויסגעקימען שארף דערקעגן, און ביי א אנדערע געלעגנהייט האט ער עס אוועקגעמאכט אלס א אינוועליד געזעץ ביי א רעדע וואס ער האט געגעבן פאר די מאסעטשוסעס גאווערנער און זיין קאנסיל

אום 1770 איז ער ערוועלט געווארן צום מאסעטשוסעס אסעמבלי, און ער איז געווען איינע פון די פינף דעלעגאטן פון די קאלאני צו די ערשטע קאנטינענטל קאנגרעס אין 1774

אום 1775 איז דזשאן עדעמס געווען דער וואס האט נאמינירט דזשארדזש וואשינגטאן צו זיין קאמענדער אין טשיף פון די קאנטינענטל ארמיי

אום 1776 May 15 האט קאנגרעס באשטעטיגט עדעמס רעזולאציע אז יעדע קאלאני זאל האבן א אייגענעם גאווערמענט, באוויסט היינט אלץ סטעיט רעגירונגען

July 2, 1776 האט קאנגרעס געשטעלט עדעמס צו זיין איינע פון פינף צו שרייבן די 'דעקלערעשן אף אינדעפענדענס', וואס איז געווארן באשטעטיגט אינעם גרויסן טאג ה' אלפים י"ז תמוז תקל"ו (ולמספרם July 4 1776)

עדעמס האט געדינט אין זיינע יארן אין קאנגרעס אויף אזויפיל ווי 90 קאמיטיס, 1779 איז עדעמס געווען איינע פון די דיפלאמאטן געשיקט צו ווערן קיין יוראפ צו פארהאנדלען די 'טריטי אף פעריס' וואס האט עווענטועל געברענגט אן ענדע צו די רעוואלאציע

אום 1788 האט זיך עדעמס צוריקגעקערט קיין אמעריקע נאכן וויילן 10 יאר אין יוראפ, אום 1789 איז ער געלאפן פאר פרעזידענט אין די ערשטע אמעריקאנע פרעזידעטליכע וואלן, ווי ער האט שטארק פארלוירן צו דזשארדזש וואשינגטאן און ער איז געווארן וויצע פרעזיענט אינטער וואשינגטאן.

אום 1796 האט ער געווינען די וואלן - זייענדיג 61 יאר אלט - מיט א שמאלע אויבער האנט קעגן דזשעפערסאן, אלס פרעזידענט איז ער דורך געפאלן צו פארמיידן מלחמות, און צוליב דעם איז ער געווארן זייער אומפאפולער און פארלוירן שמאל ווידערוויילונג צו דזשעפערסאן ביי די 1800 וואלן

נאך זיין פרעזידענט'שאפט האט זיך עדעמס צוריק געקערט צום פריוואטן לעבן מיט זיין פרוי אביגיל, און זיך אויסגעלעבט די יארן ביז ער איז געשטארבן אום July 4, 1826 אין עלטער פון 90 יאר

אינטערעסאנט איז אז עדעמס און דזשעפערסאן זענען ביידע געשטארבן אינעם זעלבן טאג

דזשאן עדעמס ווערט אנערקענט אלץ איינער פון די 'פאונדינג פאדערס' פון אמעריקע
לעצט פארראכטן דורך בעסער אזוי אום פרייטאג דעצעמבער 04, 2020 3:14 pm, פארראכטן געווארן 3 מאל.
(--ווערטערלאז--)
אוועטאר
קאנטרי מאוד
שר האלפיים
תגובות: 2153
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 29, 2017 9:21 pm
לאקאציע: אויף די שטראזן,צווישן ביימער און גראזן,

Re: דאס לעבן און שאפן פון אמעריקאנע פרעזידענטן - היסטאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנטרי מאוד »

זייער אינטערסאנט, אייוועלט איז פיל "בעסער אזוי"...

דער עדעמס איז א איד? שושנה, אביגיל,בלויז אידישלעך?
אוועטאר
בעסער אזוי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4617
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
לאקאציע: אין מיין באקס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעסער אזוי »

געהאט די זעלבע מחשבות, איך ווייס נישט

פרובירט ארום צוזיכן, קוקט נישט אויס אזוי
(--ווערטערלאז--)
אוועטאר
האלצשטיין
שר שבעת אלפים
תגובות: 7161
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: דאס לעבן און שאפן פון אמעריקאנע פרעזידענטן - היסטאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלצשטיין »

זייער אינטערעסאנט שכח!

ס'איז @בעסער אזוי אז דו גייסט לויט'ן סדר הדורות
אוועטאר
אלטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9970
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

Re: דאס לעבן און שאפן פון אמעריקאנע פרעזידענטן - היסטאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטער »

זייער שיין און קלאר!

קארץ און שארף.
ווייל איך בין א אידעלע, זינג איך מיר א לידעלע, ווייל איך בין א איד, זינג איך מיר א ליד
אביסל טיפער
שר האלף
תגובות: 1821
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 11, 2020 8:09 pm
לאקאציע: לאנדאן 1935

Re: דאס לעבן און שאפן פון אמעריקאנע פרעזידענטן - היסטאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביסל טיפער »

געוואלדיג @בעסער
ספענט 20$ און באקומט 20$ דורך זיך אויפסיינען דא
און אזוי אויך באקומט איהר קעשבעק ווען איהר קויפט איין נאכן זיך אויפסיינען

"און פארגעסט נישט אז תורה איז די בעסטע סחורה"
אוועטאר
מקווה איד
שר שבעת אלפים
תגובות: 7620
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 4:53 pm

Re: דאס לעבן און שאפן פון אמעריקאנע פרעזידענטן - היסטאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקווה איד »

איך האב באמת הנאה שכח
#איך-פארק-מענטשליך
אוועטאר
בעסער אזוי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4617
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
לאקאציע: אין מיין באקס

Re: דאס לעבן און שאפן פון אמעריקאנע פרעזידענטן - היסטאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעסער אזוי »

כ'האב הנאה אז דער עולם האט הנאה,

איך וויל מיך אנטשולדיגן פאר די טעותים אין גרעמער אדער ווערטער אויסלייג, איך בין ווייט נישט קיין עקספערט אין שרייבעריי מילד גערעדט, ס'איז די ערשטע מאל וואס איך טו אזא זאך, סאו איי געס איך דארף מיך נאך אויסשארפן היבש

איך פרוביר מיין בעסט אז ס'זאל זיין קלאר און באטעמ'ט צו ליינען, ושגיאות מי יבין, ואתכם הסליחה

אדרבה אויב האט איר עני הערה האלט אייך נישט צוריק פון קאמאנטירן, דאס וועט מיר העלפן זיך לערנען, לא הביישן למד

נעקסטע וואך וועל מיר אונז גיין ווייטער מיטן אייבירשטנס הילף, גוט שבת

נ.ב. די 3 מאל וואס איך האב פאראכטן די צווייטע ארטיקל, איז עס נאר געווען טעותים אין גרעמער אדער ספעלינג, כ'האב גארנישט אראפ גענומען אדער צוגעלייגט
(--ווערטערלאז--)
אוועטאר
הערינג מיט ברוינפען
שר שלשת אלפים
תגובות: 3578
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 08, 2020 10:41 pm

Re: דאס לעבן און שאפן פון אמעריקאנע פרעזידענטן - היסטאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערינג מיט ברוינפען »

!very interesting. keep it up
די עזה מיליטער האט פיר אפטיילונגען, די קאמאנדא איינהייט, פיס זעלנער איינהייט, ראקעט און מיסיל שיסער איינהייט, און די יומען שיעלד איינהייט.
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17011
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: דאס לעבן און שאפן פון אמעריקאנע פרעזידענטן - היסטאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

זייער אינטרעסאנט.

גיי אבער נישט צו שנעל.. ווייל ביים 46סטע מוזטו נאך ווארטן אויף די געריכט אורטייל...
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
בעסער אזוי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4617
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
לאקאציע: אין מיין באקס

Re: דאס לעבן און שאפן פון אמעריקאנע פרעזידענטן - היסטאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעסער אזוי »

אין דעם אשכול גייט אלעס לפי שיטות טורנהיים.. :lol:
(--ווערטערלאז--)
שרייב תגובה

צוריק צו “היסטאריע”