זכרונות און היסטאריע פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

זכרונות פון די פארגאנגענע יארן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

קהילת יקנה''ז
שר האלף
תגובות: 1260
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 25, 2020 11:36 am

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהילת יקנה''ז »

evernote האט געשריבן:
DSC_0144.JPG
DSC_0157.JPG
DSC_0178.JPG
פאר דערווייל

שכח פאר די בילדער. פון די איינגעשטעלטע האסטו עפעס אלטע בילדער?

"שיקט אריין" אלטע בילדער פון קרית יואל צו :
[email protected]

און מיר וועלן עס ארויפשטעלן אויפן וועלטל!
איש ליזענסק
שר חמישים
תגובות: 89
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 15, 2020 3:04 am

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש ליזענסק »

evernote האט געשריבן:דאס איז פאר דערווייל,
ווייסט איינער פארוואס מ'האט אריבערגעצויגן דעם ביהמ"ד? ס'איז שוין געווען נאך מיינע צייטן.

דאכט זיך די נייע פלאץ דארף צי זיין גרעסער.

די נייע פלאץ איז נאך די לאנטש רום, די אנדערע זייט פון די כולל.
אוועטאר
אייער_קיכל
שר האלפיים
תגובות: 2402
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 14, 2010 7:37 pm

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייער_קיכל »

איז דא וואו די ביהמ"ד איז היינט?
אטעטשמענטס
025ne7s.jpg
025ne7s.jpg (186.01 KiB) געזען 3267 מאל
אוועטאר
אייער_קיכל
שר האלפיים
תגובות: 2402
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 14, 2010 7:37 pm

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייער_קיכל »

זעה איך אויף סטריט וויא אז מ'האט פארבויעט דעם גלאזערנעם וואנט ביי יענעם האללוועי, אין מיינע צייטן פלעגט א טייל עולם דארט צינדן חנוכה, מה נהדר הי' המחזה
אוועטאר
ברעחדך קאפ
שר חמש מאות
תגובות: 885
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 10:51 am

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברעחדך קאפ »

20200902_011229.jpg
20200902_011229.jpg (456.73 KiB) געזען 3220 מאל

אייער_קיכל האט געשריבן:איז דא וואו די ביהמ"ד איז היינט?

ניין, דא.
אני ישנה ולבי ער
אוועטאר
אייער_קיכל
שר האלפיים
תגובות: 2402
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 14, 2010 7:37 pm

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייער_קיכל »

שווער אביסל צו כאפן פון דעם וויא, אבער כ'מיין אז דאס איז וואו ס'איז אין מיינע צייטן געווען די פרעוועזארישע מקוה (דערנאך געדינט פאר סטארידזש), ווי אויך איז פאר א צייט אינעם קעלער דארט פארקגעקומען א ברסלב'ער חבורה...
אוועטאר
א מחי'
שר חמש מאות
תגובות: 602
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 16, 2016 4:01 pm
לאקאציע: שקאַנאַנאָנג

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א מחי' »

ווער געדענקט די שיפשול?..

shif.PNG
shif.PNG (598.75 KiB) געזען 3159 מאל
אהה! א מחי' צו זיין א איד!!
אוועטאר
אייער_קיכל
שר האלפיים
תגובות: 2402
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 14, 2010 7:37 pm

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייער_קיכל »

א מחי' האט געשריבן:ווער געדענקט די שיפשול?..

shif.PNG

דאס שוין דערמאנט דא און עס צוגעצייכענט פריער אינעם בלאט (פרעגענדיג צו דארט איז כהיום דער ביהמ"ד)

אין מיינע צייטן איז דארט א תקופה געווען דער ביהמ"ד, אויך האט דאס פאר א קורצע צייט געדינט אלץ "דארמיטארי" פאר די ערשטע שיעור (איידער "בנין פריעדמאן" איז פארענדיגט געווארן און נתחנך געווארן אלץ דארמיטארי), דערנאך איז דארט פלאצירט געווארן דער "כולל"
פאטעטא קוגל
שר חמש מאות
תגובות: 680
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 5:18 pm

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטעטא קוגל »

ס'וואלט געווען א הערליך ארטיקל ווען איינער זאל ווען אראפלייגן וויאזוי א לעכטיגן שבת - מעין עולם הבא - האט אויסגעזען אין ישיבה מרישא ועד גמירא מיט אלע פיטשיווקעס
ר' שבתי אדער ווער איז מכובד
שבתי בוים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 439
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 20, 2017 9:29 am

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שבתי בוים »

ר' לוי יצחק האט מיר אמאל געזאגט אז די סוגיא פון יש ברירה האט די טיפסטע און דקות'דיגסטע סברות וואס ער געדענקט אין א סוגיא.

רבי ברוך האט מיר אמאל געזאגט אז די שווערסטע סוגיא פאר אים פארצולערנען איז געווען די סוגיא פון שטרות אין צווייטן פרק אין כתובות ווייל עס האט חשבונות על גבי חשבונות עד אין סוף.

אין מיינע צייטן האט מען געשמועסט אז רבי שמעי' האט א חברותא'שאפט מיט הגאון רבי רפאל שארר אינאיינעם מיט נאך אייניגע תלמידי חכמים וואו מ'לערנט סדר אהלות, וואס רבי רפאל לערנט דערנאך פאר אין זיין בארימטן שבת צופרי שיעור אין ביהמ"ד תורת גדלי'. אנהויב כיצד הרגל (י"ז ב') איז טאקע דא א טומאה וטהרה שמועס (כל שבזב טמא וכו') און איך געדענק ווי ר' שמעי' איז געווען שטארק אינדערהיים.

רבי ברוך האט מיר אמאל געזאגט אז ווען מ'פארשטייט דעם עומק פון רבי ברוך בער אין ברכת שמואל זעט מען אז דאס איז ממש די פשטות.

א שטיק צייט האט זיך געדרייט אין ישיבה קאפיס פון שיעורים פון רבי רפאל שארר און ווען ס'איז געקומען צו טיפע רבי ברוך בער'ס האט מען געזען ווי ער זאגט איין מהלך און נאך א מהלך און אפשר א דריטער מהלך בכוונתו. ווען רבי שמעי' האט פארגעלערנט דעם זעלבן רבי ברוך בער איז אלעמאל געווען בלויז איין מוכרח'דיגע מהלך אז אנדערש איז פשוט נישט געווען מעגליך צו זאגן...

איבער די געהאנגענע גוי (נאך מיינע צייטן) האט מען געשמועסט אז ער האט זיך געדרייט מיט א שטריק אין אויטא א וואך צייט. יענע נאכט בערך איינס אזייגער האט זיך פלוצלונג אויסגעלאשן אלע לעקטערס פאר אומגעפער צען מינוט. מ'האט געשמועסט אז ער איז דעמאלט דורך א הייראט-צעטיילונג.

רבי לוי יצחק האט אמאל נאכגעזאגט א מורא'דיג ווארט פון רבי חיים שמילעוויטש אז חז"ל דערמאנען אויף א פלאץ דעם פסוק פון מים רבים לא יכלו לכבות את האהבה ספעציפיש אויף רבי יוחנן. האט רבי חיים צוגעשטעלט די גמרא אין ברכות (ה' ב) פון דין גמרא דעשרא ביר ווי רבי יוחנן האט פארלוירן צען קינדער און דאך זיך געטרייסט און ארומגעגאנגען שטארקן אנדערע אבלים. ווידעראום אין בבא מציעא (פ"ד א) פארציילט די גמרא אז ווען ער האט פארלוירן זיין חברותא ריש לקיש און דער נייער חברותא רבי אלעזר בן פדת איז נישט געווען די זעלבע, האט זיך רבי יוחנן אזוי גענומען צום הארצן, אז ער איז ממש משוגע געווארן ביז די חכמים האבן געבעטן רחמים ער זאל שטארבן. זעט מען אז דער שטארקער רבי יוחנן ווען ס'איז געקומען צו תורה איז געווען ממש עק וועלט במלוא מובן המילה און דאס מיינט ריכטיגער אהבת התורה.

א פאר יאר נאך מיין חתונה ווען כ'האב איבערגעלערנט א סוגיא וואס מ'האט געלערנט אין ישיבה, האב איך געשיקט א לאנגע בריוו צו ר' לוי יצחק, קודם האב איך געשריבן אז ס'איז שוין דורך פיל יארן זינט איך האב געלערנט אין ישיבה און קען זיין ער געדענקט מיך שוין נישט אבער איך געדענק אים יא און איך בין נאך היינט אונטער זיין השראה. דערנאך האב איך אים אנגעפרעגטאיבער א געוויסע מהלך זיינס אין א מגן אברהם אין סי' שי"ט (כ'האב נאך געהאט זיינע צעטלעך ביי מיר). ער האט מיר למעשה קיינמאל נישט געענטפערט. חדשים שפעטער האט ער מיר געטראפן ביי א חתונה האט ער אביסל אויסגעשמועסט די סוגיא לויט וויפיל ער האט דעמאלט געדענקט אויסנווייניג. ביים געזעגענען האט ער מיר געזאגט "שבתי האסט מיר מחי' געווען מיט דיין בריוו." (שפעטער האב איך געזען ווי א שיין טייל פון מיין בריוו איז געווען גרייזיג גע'חשבונ'ט און כ'האף ער האט עס שוין געווארפן אין שמות...).

בעצם דארף מען מאריך זיין איבער דעם אבנארמאלן קלארן דרך הלימוד פון רבי לוי יצחק, וואו ער האט אריינגעברענגט א לומדישן גייסט אין לימוד השלחן ערוך. ווען ער האט פארגעלערנט האט ער כמעט אלעס אויסגעשמועסט פון אויסנווייניג מיט א ברייטקייט און זיך ווייניג צוטון געמאכט פון דקדוקי עניות אדער זיך פייניגן אויף טרוקענע זאכן. בעצם פלעגט מיר זיין צומאל שווער זיך צו קאנצענטרירן ביי לאנגע שיעורים אבער ביי ר' לוי יצחק'ס שיעורים פלעג איך זיצן מיט אן אפענע מויל און שלינגען מיט דורשט פשוט ווי איינער דערציילט א שפאנענדע מעשה.

"אן אוגירקע איז לאנג אדער קורץ" געדענק איך אים ממחיש זיין א סברא וואס איז רעלאטיוו.

זיינע צעטלעך זענען געווען שארף און צום פונקט מיט אן אבנארמאלע קונץ פון קולע זיין צו דער נשמה פון די סוגיא און צוזאמנעמען די עיקרי שיטות און סברות פון די גדולי הראשונים והאחרונים (לכאורה איז דאס געווען זיין קנין מבית מדרשו פון רבי רפאל).

באזונדער פלעגט ער באשפרינקלען זיינע צעטלעך און בחינות מיט זיסע ציטאטן פון אגרות חזון איש וואס זענען מעורר אויף התמדה און אהבת התורה. "וטובה שעה אחת בשקידה והשתוקקות, משעות רבות בעצלתיים," געדענק איך איין זיסע ציטאט פון חזון איש.

ביי ר' לוי יצחק האט מען נישט בלויז קונה געווען א ספעציפישע סוגיא אדער סימן נאר אויך א דרך בלימוד השלחן ערוך. פאר ר' לוי יצחק האב איך ממש נישט געקענט לערנען שלחן ערוך און נאך רבי לוי יצחק האב איך באקומען אן אבנארמאלע געשמאק דערצו. ער האט עס געלערנט מיט א מורא'דיגע ברייטקייט און גענוצט די שלחן ערוך און די נושאי כלים פשוט ווי א מפתח צו די ברייטערע סוגיא. אויך איז ער נישט געווען אזוי הלכה למעשה אריענטירט וואס דארט לאזט מען זיך אריין אין טעכנישע ניטי גריטי. באזונדער האט ער אנטפלעקט פאר די תלמידים די זיסקייט פון ספרי חזון איש, סיי אין הלכה און סיי אין די אגרות, אויף וואס איך בין אים אויף אלעמאל מכיר טובה.

ר' לוי יצחק פלעגט זאגן אז ער האט געהאט א פעטער וואס פלעגט זאגן אז הלכה למעשה זאל מען קוקן אין סידור דרך חיים און לערנען זאל מען שאגת ארי' און נודע ביהודה... אה, שפתים ישק.
יחזקאלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 422
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 29, 2014 6:01 pm

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחזקאלע »

ב"ה

איך האב שוין יארן! נישט ארייגעסיינט אויף אייוועלט, אבער ווען דער מאמר חז"ל אל תהי בז לכל דבר איז ביי מיר מקוים געווארן אין באשיינפערליכן זין פון ווארט, קען איך מיך נישט צירוק האלטן.
איך האב שוין פארלאזט כותלי בית המדרש דישיבת נועם אלימלך בשנת תשס"ה א קנאפע זעכצן יאר צירוק, אבער משום איזה סיבה ליגט נאך ביי מיר אין די קעשענע זינט דעמאלט אן היסטארישע דאקומענט וואס נאר א תלמיד פון ישיבת נוע"א וועט פארשטיין די ווערטפולע באדייט דערפון.

די מעשה אין קורצן איז, צו יענע צייט איז די ישיבה אפעציעל געשטאנען אין גאר א געדריקטן פינאציעלע צושטאנד, לויט ווי די ווערטל האט דעמאלט געלויטעט, פלעגט איינער פון די מגי"ש ארייגיין יעדע וואך פרייטיג אין אפיס און פארלאנגט אז הגם אויף זיין געהאלט קען ער זיך נישט שטעלן, אבער די צוואנציגער וואס ער דארף פאר די רוימערקע אין שטוב דאס פארלאנגט ער יא...

הכלל די הנהלת הישיבה האט זיך דעמאלט ארויסגעלאזט מיט א קאמפיין לטובת החזקת הישיבה, און אין די ראמען פונעם קאמפיין איז ערשינען א שטיקל בראשור מיט א באשרייבונג און עטליכע בילדער פון די ישיבה, נא נא, נישט מער האט געפעלט און עס איז געווארן א איבערקערניש היתכן מען מאכט בילדער פון די בחורים וכו' וכו', מען האט דעמאלט אפגעשריבן א בריוו צו די הנהלת הישיבה מיט ביטע אז מער זאל אזאנס נישט פארקומען, דערויף זענען אינטערגעשריבן א האנטפול מיט תלמידי הישיבה פון יענע צייט, עכ"פ דאס צעטל האב איך נאך ביי מיר און באזיץ, און קיינמאל נישט געוואוסט פארוואס איך האלט נאך דעם אפגעריבענעם דאקומענט ביי מיר אין בערזל, אבער איצט 16 יאר שפעטער, ווען יוצאי הישיבה מאכן אויף זייער בינטל מיט זכרונות, קען דאס צעטל גיט צוניץ קומען צו ווארפן א שטיקל ליכט אויף די מצב ורוח פון די ישיבה עכ"פ צו יענע צייט.

איך לייג דא ארויף די אויבערשטע חלק פונעם צעטל, די אינטערשטע חלק אנטהאלט די חתימות, אויב איז פאסיג ארויפצולייגן דאס גאנצע מיט די חתימות, וואס איז פארשטייט זיך א ווערטפולע ארטיקל פאר זיך וועל איך עס בל"נ טאן ביי א קומענדיגע געלגענהייט.

כל טוב סלה

נ.ב. מיינע זכרונות פון יענע יארן זענען היבש קאשמאריש, דאך האלט איך כהיום, אז אין כדוגמתה בעולם הישיבות מיט די ערליכקייט, חסידישקייט, רוח וריח תורה מיט וואס די ישיבה איז עכ"פ און יענע צייט געווען געבענשט, ועוד חזון למועד[img][/]
יחזקאלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 422
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 29, 2014 6:01 pm

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחזקאלע »

למעשה קען איך מיך נישט קיין עצה געבן מיטן ארויפלייגן דאס בילד, קען מיר איינער געבן אנווייזונגען ???
אוועטאר
נישט פשוט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3356
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 04, 2018 1:12 pm

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט פשוט »

יחזקאלע האט געשריבן:למעשה קען איך מיך נישט קיין עצה געבן מיטן ארויפלייגן דאס בילד, קען מיר איינער געבן אנווייזונגען ???

די קענסט פלען אריין דרעגען די בילד, און סוועט ארויף קומען פון אונטען אזא שורה מיט די אינפארמאציע און אפציע צו קליקען לייג דא די בילד.
אויב איז די בילד צו א גרויסע סייז וועסטו עס דארפן ריסייזען
!!THANK YOU BANAA#
אוועטאר
חוק תוכות
שר חמש מאות
תגובות: 680
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2020 8:17 pm

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוק תוכות »

זאפטיגע זכרונות דא! לעצטענס געהערט אז די רבי זז"ג געפינט זיך אין טאמס-ריווער שבתים וימים טובים. ווייסט איינער פרטים פארוואס פונקט דארט וכו'?
און ווער געדענקט עפעס זכרונות פון הב' הצדיקל שמעון נתן נטע בידרמן ז"ל??
מאי אשכולות - איש שהכל בו (סוטה מז:) - ודבריהם כיין אשכולות משמח אלקים ואנשים (תפ"י יכין סוטה ט'). ותרגומו בוויקי: renaissance man
אוועטאר
ברעחדך קאפ
שר חמש מאות
תגובות: 885
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 10:51 am

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברעחדך קאפ »

חוק תוכות האט געשריבן:זאפטיגע זכרונות דא! לעצטענס געהערט אז די רבי זז"ג געפינט זיך אין טאמס-ריווער שבתים וימים טובים. ווייסט איינער פרטים פארוואס פונקט דארט וכו'?

זיינס א חסיד ר' ישעי ענגל וואונט דארט, די רבי שטייט אסאך איין ביי אים,
ער האט געמאכט א בהמ" ד אין זיין הויז ווי די רבי האט א שיינעם מנין יעדעס מאל ער איז דארט.

ברעחדך קאפ האט געשריבן:

די רבי פלעגט פארן אסאך קיין טאראנטא צו ר' נתי ווערנער ע"ה, זייט ער איז אוועק גייט ער קיין טאמס-ריווער.
אני ישנה ולבי ער
אוועטאר
חוק תוכות
שר חמש מאות
תגובות: 680
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2020 8:17 pm

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוק תוכות »

ברעחדך קאפ האט געשריבן:
ברעחדך קאפ האט געשריבן:
חוק תוכות האט געשריבן:זאפטיגע זכרונות דא! לעצטענס געהערט אז די רבי זז"ג געפינט זיך אין טאמס-ריווער שבתים וימים טובים. ווייסט איינער פרטים פארוואס פונקט דארט וכו'?
און ווער געדענקט עפעס זכרונות פון הב' הצדיקל שמעון נתן נטע בידרמן ז"ל??

זיינס א חסיד ר' ישעי ענגל וואונט דארט, די רבי שטייט אסאך איין ביי אים,
ער האט געמאכט א בהמ" ד אין זיין הויז ווי די רבי האט א שיינעם מנין יעדעס מאל ער איז דארט.

די רבי פלעגט פארן אסאך קיין טאראנטא צו ר' נתי ווערנער ע"ה, זייט ער איז אוועק גייט ער קיין טאמס-ריווער.

אונטערסאנט צו הערן, ווייל כמיטב ידיעתי איז דער געגענט דארט נישט אזוי צוגעפאסט פאר'ן רבי'ן זז"ג...
מאי אשכולות - איש שהכל בו (סוטה מז:) - ודבריהם כיין אשכולות משמח אלקים ואנשים (תפ"י יכין סוטה ט'). ותרגומו בוויקי: renaissance man
אוועטאר
הגות תבונות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 465
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 09, 2019 11:39 pm
לאקאציע: כעת פק"ק געטיסבורג, פא.

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הגות תבונות »

שבתי בוים האט געשריבן:ר' לוי יצחק האט מיר אמאל געזאגט אז די סוגיא פון יש ברירה האט די טיפסטע און דקות'דיגסטע סברות וואס ער געדענקט אין א סוגיא.

רבי ברוך האט מיר אמאל געזאגט אז די שווערסטע סוגיא פאר אים פארצולערנען איז געווען די סוגיא פון שטרות אין צווייטן פרק אין כתובות ווייל עס האט חשבונות על גבי חשבונות עד אין סוף.

אין מיינע צייטן האט מען געשמועסט אז רבי שמעי' האט א חברותא'שאפט מיט הגאון רבי רפאל שארר אינאיינעם מיט נאך אייניגע תלמידי חכמים וואו מ'לערנט סדר אהלות, וואס רבי רפאל לערנט דערנאך פאר אין זיין בארימטן שבת צופרי שיעור אין ביהמ"ד תורת גדלי'. אנהויב כיצד הרגל (י"ז ב') איז טאקע דא א טומאה וטהרה שמועס (כל שבזב טמא וכו') און איך געדענק ווי ר' שמעי' איז געווען שטארק אינדערהיים.

רבי ברוך האט מיר אמאל געזאגט אז ווען מ'פארשטייט דעם עומק פון רבי ברוך בער אין ברכת שמואל זעט מען אז דאס איז ממש די פשטות.

א שטיק צייט האט זיך געדרייט אין ישיבה קאפיס פון שיעורים פון רבי רפאל שארר און ווען ס'איז געקומען צו טיפע רבי ברוך בער'ס האט מען געזען ווי ער זאגט איין מהלך און נאך א מהלך און אפשר א דריטער מהלך בכוונתו. ווען רבי שמעי' האט פארגעלערנט דעם זעלבן רבי ברוך בער איז אלעמאל געווען בלויז איין מוכרח'דיגע מהלך אז אנדערש איז פשוט נישט געווען מעגליך צו זאגן...

איבער די געהאנגענע גוי (נאך מיינע צייטן) האט מען געשמועסט אז ער האט זיך געדרייט מיט א שטריק אין אויטא א וואך צייט. יענע נאכט בערך איינס אזייגער האט זיך פלוצלונג אויסגעלאשן אלע לעקטערס פאר אומגעפער צען מינוט. מ'האט געשמועסט אז ער איז דעמאלט דורך א הייראט-צעטיילונג.

רבי לוי יצחק האט אמאל נאכגעזאגט א מורא'דיג ווארט פון רבי חיים שמילעוויטש אז חז"ל דערמאנען אויף א פלאץ דעם פסוק פון מים רבים לא יכלו לכבות את האהבה ספעציפיש אויף רבי יוחנן. האט רבי חיים צוגעשטעלט די גמרא אין ברכות (ה' ב) פון דין גמרא דעשרא ביר ווי רבי יוחנן האט פארלוירן צען קינדער און דאך זיך געטרייסט און ארומגעגאנגען שטארקן אנדערע אבלים. ווידעראום אין בבא מציעא (פ"ד א) פארציילט די גמרא אז ווען ער האט פארלוירן זיין חברותא ריש לקיש און דער נייער חברותא רבי אלעזר בן פדת איז נישט געווען די זעלבע, האט זיך רבי יוחנן אזוי גענומען צום הארצן, אז ער איז ממש משוגע געווארן ביז די חכמים האבן געבעטן רחמים ער זאל שטארבן. זעט מען אז דער שטארקער רבי יוחנן ווען ס'איז געקומען צו תורה איז געווען ממש עק וועלט במלוא מובן המילה און דאס מיינט ריכטיגער אהבת התורה.

א פאר יאר נאך מיין חתונה ווען כ'האב איבערגעלערנט א סוגיא וואס מ'האט געלערנט אין ישיבה, האב איך געשיקט א לאנגע בריוו צו ר' לוי יצחק, קודם האב איך געשריבן אז ס'איז שוין דורך פיל יארן זינט איך האב געלערנט אין ישיבה און קען זיין ער געדענקט מיך שוין נישט אבער איך געדענק אים יא און איך בין נאך היינט אונטער זיין השראה. דערנאך האב איך אים אנגעפרעגטאיבער א געוויסע מהלך זיינס אין א מגן אברהם אין סי' שי"ט (כ'האב נאך געהאט זיינע צעטלעך ביי מיר). ער האט מיר למעשה קיינמאל נישט געענטפערט. חדשים שפעטער האט ער מיר געטראפן ביי א חתונה האט ער אביסל אויסגעשמועסט די סוגיא לויט וויפיל ער האט דעמאלט געדענקט אויסנווייניג. ביים געזעגענען האט ער מיר געזאגט "שבתי האסט מיר מחי' געווען מיט דיין בריוו." (שפעטער האב איך געזען ווי א שיין טייל פון מיין בריוו איז געווען גרייזיג גע'חשבונ'ט און כ'האף ער האט עס שוין געווארפן אין שמות...).

בעצם דארף מען מאריך זיין איבער דעם אבנארמאלן קלארן דרך הלימוד פון רבי לוי יצחק, וואו ער האט אריינגעברענגט א לומדישן גייסט אין לימוד השלחן ערוך. ווען ער האט פארגעלערנט האט ער כמעט אלעס אויסגעשמועסט פון אויסנווייניג מיט א ברייטקייט און זיך ווייניג צוטון געמאכט פון דקדוקי עניות אדער זיך פייניגן אויף טרוקענע זאכן. בעצם פלעגט מיר זיין צומאל שווער זיך צו קאנצענטרירן ביי לאנגע שיעורים אבער ביי ר' לוי יצחק'ס שיעורים פלעג איך זיצן מיט אן אפענע מויל און שלינגען מיט דורשט פשוט ווי איינער דערציילט א שפאנענדע מעשה.

"אן אוגירקע איז לאנג אדער קורץ" געדענק איך אים ממחיש זיין א סברא וואס איז רעלאטיוו.

זיינע צעטלעך זענען געווען שארף און צום פונקט מיט אן אבנארמאלע קונץ פון קולע זיין צו דער נשמה פון די סוגיא און צוזאמנעמען די עיקרי שיטות און סברות פון די גדולי הראשונים והאחרונים (לכאורה איז דאס געווען זיין קנין מבית מדרשו פון רבי רפאל).

באזונדער פלעגט ער באשפרינקלען זיינע צעטלעך און בחינות מיט זיסע ציטאטן פון אגרות חזון איש וואס זענען מעורר אויף התמדה און אהבת התורה. "וטובה שעה אחת בשקידה והשתוקקות, משעות רבות בעצלתיים," געדענק איך איין זיסע ציטאט פון חזון איש.

ביי ר' לוי יצחק האט מען נישט בלויז קונה געווען א ספעציפישע סוגיא אדער סימן נאר אויך א דרך בלימוד השלחן ערוך. פאר ר' לוי יצחק האב איך ממש נישט געקענט לערנען שלחן ערוך און נאך רבי לוי יצחק האב איך באקומען אן אבנארמאלע געשמאק דערצו. ער האט עס געלערנט מיט א מורא'דיגע ברייטקייט און גענוצט די שלחן ערוך און די נושאי כלים פשוט ווי א מפתח צו די ברייטערע סוגיא. אויך איז ער נישט געווען אזוי הלכה למעשה אריענטירט וואס דארט לאזט מען זיך אריין אין טעכנישע ניטי גריטי. באזונדער האט ער אנטפלעקט פאר די תלמידים די זיסקייט פון ספרי חזון איש, סיי אין הלכה און סיי אין די אגרות, אויף וואס איך בין אים אויף אלעמאל מכיר טובה.

ר' לוי יצחק פלעגט זאגן אז ער האט געהאט א פעטער וואס פלעגט זאגן אז הלכה למעשה זאל מען קוקן אין סידור דרך חיים און לערנען זאל מען שאגת ארי' און נודע ביהודה... אה, שפתים ישק.

מעסטערפיס פון אן ארטיקל!
ר' לוי יצחק איז שוין ליידער נישט דארט.
ר' שמעי'ס שיעור מיט ר' רפאל גייט נאך אן.
ערמון
שר חמישים ומאתים
תגובות: 386
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 07, 2014 11:19 pm

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערמון »

ווי איז הרה"ג ר' לוי יצחק היינט צו טאג?
אוועטאר
משק ביתי
שר חמש מאות
תגובות: 981
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 02, 2019 10:41 pm

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משק ביתי »

דאכט זיך ער איז א ראש הכולל אין וויזניץ
פרץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 318
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 23, 2018 5:07 pm

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרץ »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:יזכר ר' סיני לרפו"ש לטובה וואס האט אינז געשפייזט מיט נעכטיגע סענדוויטשעס פון אלל-פרעש יעדן סאפיר..

דענק איך ווי היינט, שטייען א 15 אויסגעהינגערטע בחור'ליך און טאנצן אויף ווען די טינקל געלע העד-לייטס פון דעם 1996 קאראוואן באווייזט זיך אויפן האראזאנט
יויש מען האט ארויפגעווארפן אויפן ווען און זיך געאמפערט אויף די סענדוויטשעס... איך האב ספעציעל געגליכן דעם אמעריקען טשיז סענדוויטש ... איי און ר' סיני'ס געזוכט האט זיך נישט געביטן פאר קיין שום סיטואציע....

אוי! די סענדוויטשעס האבן מיר מציל געווען פון א זיכערער טויט, זאל אים די זכות ביישטיין צו לאנגע געזונטע יארן. ווען נישט, וואס וואלט איך געברויכט עסן?
די קנאבל קוגל מיט צעמאלענע פלייש?
די בעקלעך באדעמס וואס האבן גענעכטיגט אין לאנטש רום אז פארטאגס זאל די ריח מקבל פנים זיין די בחורים דורכשפרייזנדיג די לאנטש רום צום ביהמ''ד?

די גרינבינס וואס האבן באקומען גארליק פאודער מיט פאפריקא על לא עול בכפם?

ר' סיני'ס טונקעלע זיסע קאטשעניו האט מיר באמת מחי' געווען יעדן מוצ''ש
פרץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 318
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 23, 2018 5:07 pm

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרץ »

ווען וויקטער האט אפאר וואכן נישט געפארן אין מאנסי אויפפיקן די מגי''ש פון מאנסי (זומער ע''ב.....) און מ'איז ארומגעגאנגען נאך געלט פאר זייערע קאר סערוויס

ווי האט ל.. געזאגט? כ'דענק נאך ווען די מקוה האט געהאט 1 שאוער, ס'האט קוים געארבעט, און כמעט קיינמאל געווען אין באנוץ (נאר נאכגעהערט בשמו)
איש ליזענסק
שר חמישים
תגובות: 89
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 15, 2020 3:04 am

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש ליזענסק »

א שיינע אימעיל מיט נייעס איז היינט ארומגעפארן פאר יוצאי הישיבה, ווער עס וויל קען זיך דא http://eepurl.com/gS2w2b אויפסיינען.

אויב איינער קען מיר זאגן וויאזוי מ'קען אטעטשירן די תוכן אהער וואלט איך עס געטון, פאר יוצאים קען עס זיין אינטערסאנט.
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9997
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

איש ליזענסק האט געשריבן:א שיינע אימעיל מיט נייעס איז היינט ארומגעפארן פאר יוצאי הישיבה, ווער עס וויל קען זיך דא http://eepurl.com/gS2w2b אויפסיינען.

אויב איינער קען מיר זאגן וויאזוי מ'קען אטעטשירן די תוכן אהער וואלט איך עס געטון, פאר יוצאים קען עס זיין אינטערסאנט.

קענסט קאפי/פעיסטן
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9997
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

דענק איך רבי יושע העשל פלעגט יעדער דרשה נאזאגן די ווארט פון סאטמאר רב אז א בחור דארף טון דריי זאכן:
היטן די אויגן, היטן די מויל, לערן לערן לערן לערן לערן.....

ר' בנימין פלעגט זיך ארומדרייען ביי פרישטאג מיט א פלאקערדיגער געזיכט, און זיך אונטער מורמלען עפעס שטילערהייט, קיינער האט נישט געקענט אויפכאפן וואס ער זאגט דארט.

נישט אין מיינע צייטן אבער אין די פריערדיגע יארן פלעגט ר' בנימין קאלן אין די טעלעפאון און צורופן דעם און דעם בחור און זאגן "אז מיין טאטע רופט דיך".
דוכט זיך מיר אז זייט דער פורים רב האט געזונגען בריש גלי "אוי מיין טאטע, אוי מיין טאטע" האט ער גענצליך עלימינירט דעם אויסדריק. און האט אנגעהויבן זאגן "די מנהל".

די שענסטע חלק איז געווען די קאמבאנאציע פון די חסידישע התמדה, די ליטווישע עיון, און הערליכע געשמאקע שבתים.
פון פרייטאד אינדערפרי ווען מען פלעגט זיך ארויסכאפן אין גראסערי קויפן די וואך, מיט טאמעיטא דיפ, דערנאך די לאנגע הערליכע סעודות, אה טעם גן עדן! נישט צו פארגעסן....
בדרך כלל דורכאויס דעם שבת נישט געווען די שטרענגע השגחה, אבער אך און ווי אויב מען האט געכאפט איינעם זיך ארויכאפן איבערקריכן די געיט און אריבערשפאצירן צום סקווערער'ס טיש.. מען האט געקענט פליען פאר דעם.

א מנהל פון א ישיבה האט מיר אמאל געפרעגט וואס די סוד פון ישיבת נוע"א איז, האב איך אים מסביר געווען 1. די גרויסע מצב וואס ר' משה ברוך בלאזט אויף ר' שמעי'ס שיעורים, אז זיי לערנען ממש ביי דעם גרעסטן גדול הדור, און אז אלע יארן וועט דאס צונוצקומען, און אלע ראששי שיבות און ראשי כוללים רעגן פון דעם וכו' וכו'. 2. די משוגעת'ן וואס מען פארדרייט א קאפ, ווי נישט קיין אייזערנע גלעזער, און נאך, טרייבט ממש ארויס פון דארט יעדער וואס האלט נישט אמת'דיג דערביי, און א בחור וואס האלט בים לערנען גייט אים בכלל נישט אן די אלע זאכן, אזוי בלייבט ער מיט זיין געוויסע טיפ בחור.

בכלל איז די השגחה נישט געווען אזוי שטרענג, ובפרט און די צייטן וואס ר' מש הברוך איז געליגן על ערש דוי, אבער די א. ד. הקדמות האט אוועקגעשטעלט אז ס'האט געהערשט אן ערנסטער מצב אין ישיבה.

פון די ערגסטע זאכן זענען געווען די האנט זייגערס, די בעל הבתישע בחורים פלעגן דארפן צודעקן די ארבל וען זיי זענען געשטאנען ביים טעלעפאון וייל אויב מען האט זיי געכאפט....

יעדע דאנערשטאג בי מיטאג איז געווען חזרה אויף אלע מיטאגס פון א גאנצע וואך, בכלל האט דער קעכער ר' יודא יודל זייער געשפארט אויף די ישיבה'ס געלט און רעסייקלט די עסן וויפיל מאל מען קען נאר.
איך האב אמאל געמאכט א חשבון אז כמעט יעדן טאג פון וואך איז די טשולענט צו עסן די חשובון גייט אזוי : מיטוואך - ביי מיטאג, דאנערשטאג- חזרה וכנ"ל, פרייטאג- טועמי', שבת - ביי די סעודה, זונטאג ביי נאכטמאל- שיריים פון שבת.

די שווערסטע זאך איז געווען טוישן א שטאטוס-קווא דא האט מען געדארפט רוקן אייזערנע ווענט, ר' משה ברוך האט געלעבט מיט זינע תש"ל יארן און דארט האט זיך די וועלט געענדיגט...

שבת זכור איז א מסכתא פאר זיך, דארט האט מען זיך אויסגעגעבן פאר די יאר.
אפיציעל האט מען געדארפט איינלייגן געלט אז מען גייט נישט חוזק מאכן פון איינגעשטעלטע, אבער ר' יעקב מרדכי און ר' סיני ואס זענען דארט געזעצן בשעת משעה, האבן בדרך כלל גארנישט איבערגעבן פאר די באהערדע.

די חידוש איז אויף די סטעף וואס זענען געקומען יעדן טאג, אן קיין שום תשלום גמול, יעדן זמן פלעגט מען שמועסן דער גייט ארויס יענער גייט ארויס, אבער למעשה זענען זיי אלע דארט געבליבן, נאר די אדמיניסטרעיטערס האבן זיך געטוישט יעדן צוויטן טאג, און אלע מאל האט מן געמיינט אז ער גייט מאכן די זאך, ועדיין לא נושענו..
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

שרייב תגובה

צוריק צו “זכרונות”