יארטאג פון סעפטמבער 11 - וואו זענט איר געווען יענעם טאג?
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- צוקער וואסער
- שר האלף
- תגובות: 1581
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm
- משה צימערינג
- שר האלפיים
- תגובות: 2133
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 28, 2015 9:48 am
- לאקאציע: אונטער דעם אייזערנעם פירהאנג
געווען בין איך 9 יאר אלט. געשטאנען בין איך אויף ווייט עוויניו געווארט אויפן באס. איך מיט מיין חבר האבן געהאט א מנהג צו ציילן די וואלקען קראצערס, אזוי ציילענדיג ווייזט מיר מיין חבר: קוק עפעס פאני געשעט יעצט ביי די טווין טויערס -האמיר גזעזן ווי די ערשטע עראפלאן קראכט אריין אין די בילדינג... ס׳האט נישט גענומען קיין 2 מינוט זענען שוין אלע מכבי אש פון הופער געקומען צו לויפן אין די חדר באס איז אנגעקומען. די רעסט איז היטארי.......
ווי פלעגט די טאטע זאגן?: אלס בעסער ווי געלערנט
- צוקער וואסער
- שר האלף
- תגובות: 1581
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm
ווי בין איך געוועהן יענע טאג
אויפן פליגער פון ארץ ישראל קיין אמעריקא. פארשטייט זיך אז אונזער פליגער האט זיך אויסגעדרייט נישט קענען לאנדען אין אמעריקא. ממילא זענען אונז אפגעפירט געווארען קיין קאנאדא. מיט גרויס רחמים וחסדים זענען אונז געוועהן די ערשטע פליגער אריינקומענדיג קיין אמעריקא נאכן אטאקע אבער נאר בתנאי אז די פליגער פארט גלייך צוריק ארויס. בשעתו האט קיינער נישט פארשטאנען וואס גייט דא פאר פארוואס האט מען בכלל אריינגעלאזט אונזער פליגער אזוי שנעל ווען די אנדערע פליגערס האבכן ערשט באקומען רעכט די נעקסטע טאג. אבער מאחורי הפרגוד זענען געוועהן די ברסלבע חסידים וואס האבען געוואלט ממלא זיין רצון צדיק צו זיין אין אומן אויף ראש השנה. ממילא האבען זיי געשתדלט און אויסגעפועלט אז אונז זאלן קענען אריינקומען אבער בתנאי אז עס ווערט געמאכט זייער שטיל און שנעל צוריק ארויס. וכך הוה.
אגב געדענק איך אז פון קאנאדא קיין אמעריקא האבען זיי אונז נישט געלאזט ארויפנעמען אפילו די תפילין בייטל אויפן פליגער. אלעס האט געדארפט גיין אין בויך אריין פונעם פליגער. בקיצור אין מיין פאספורט האב איך א זיגעל מיטן טאג 11 9 אויף דעם.

- קניידל פארעם
- שר חמש מאות
- תגובות: 786
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 18, 2018 2:58 pm
- לאקאציע: העכער דער ערד(ישקייט)
איך בין געווען אין די ישיבה, איך האב געפלאנט יענע נאכט קויפן א בעקיטשע אין דאסקאל ב"ב לכבוד ר"ה, אין דעמאלטס א בחור איז אריין צו די בית מדרש אין געשריגן "מטוס פגע בבנייני התאומים" "וואס? וואס?" קיינער האט נישט געגלייבט, מהאט געזאגט פאר אים "גיי פון דא, שטער נישט צו אונז", צוביסלעך מהאט דאס דערהערט און געגלייבט.
אני הקטן האב איך נישט געגלויבט ביז ווען איך בין געפארן מיטן באס צום געשעפט און אויפן באס האב איך עס געהערט אויפן ראדיא...
ס'איז שרעקליך צו דערמאנען...

ישראלי איז איש יהודי בכל נפשו ובכל מהותו
-
- שר מאה
- תגובות: 154
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 1:55 pm
כ'בין געווען דאן און ישיבה אין ארה"ק. ווען בחורים האבן אנגעהויבן אריינלויפן מיט צומישטע זאצן.. איין בנין.. נאך א בנין.. א מטוס (ערעפלאן).. בניו יארק.. בוואשינגטאן..
כ'האב געדארפט אהיימפליען יענעם (דינסטאג) נאכט קיין אמעריקא און זעמער געבליבן געשטראנדעט אין ישיבה ביז דעם קומענדיגן זונטאג א טאג פאר ערב ר"ה.
אוי האט זיך געטון דאן אין בן-גוריון עירפארט! געשטאנען דארט הונדערטע אנגעצויגענע בחורים און עס איז געווען ריזיגע "וועיטינג ליסטס" און יעדע פאר מינוט האבן זיי אויסגערופן נאך א נאמען וואס קען קומען אריינטשעקן.
(כ'האב גאנץ גוט געציטערט אויפן פליגער אויפן וועג אהיים.... ששש)

- לייטער
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9019
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am
- לאקאציע: אויפן לייטער
אין ישיבה אינמיטן דאווענען איינער ביים זיך וואשן די הענט אינמיטן דאווענען, איך געדענק נאך ווער עס האט מיר פארציילט, די פחד איז געווען אין לשער, אנהייב האט געהייסן( עטליסט אין ישיבה )אז נאך אסאך עראפלאן זענען פארכאפט יעדע 15 מניט האט מען געהערט פון נאך א קראך, איך האב געציטערט וואס די נעקסטע מניט וועט ברענגען
געדענקט איך, איין מגיד שיעור האט געלאזט טרערן ביים הערן די נייעס
איך געדענק ווי א יעדער האט אזוי ארויסגעקוקט אויף פרעזידענט בוש דרשה, רעדיא איז געווארן מותר יענע פאר טעג

וואטעווער....
- קאקאש קעיק מיט מילך
- שר האלפיים
- תגובות: 2921
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 28, 2019 3:29 pm
- לעגאו מענטשעלע
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3649
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
- לאקאציע: פאר מער דרוקט נומער 7
- Yitzchok Shmiel
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 476
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 28, 2016 9:37 am
- לאקאציע: Misplaced
איך בין דעמאלטס געווען אין חדר אינמיטן דאווענען איז אינזער מלמד ארויס אין איז געבליבן קיפקענען פאר באלד צוויי שעה ביז מיר האבן אלעס געזעהן פין די פענסטער
מען האט יענע טאג גארנישט געלערנט יעדער איז געווען צישאסן אין טרויעריג די טווין טאוערס איז געווען אינזער שטאלץ אפילו גאר קליינע קידער האבן שוין פארשטאנען וואס דאס איז מען האט עס דאך געקענט זעהן פין גאנץ וויליאמסבורג
אויך געדענק איך נאך ווי היינט דער מאדנע קאליר אויפן הימל ס'איז א קאמבענאציע פין געדעכטע רויעך אין זוהן שטראלן ס'נישט מעגליך איבערצוגעבן די איבערלעבעניש

- אונגארישע הייזער
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8351
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
- לאקאציע: אין מאה שערים
האמער געלערנט דעמאלט אין טרופ עוו. א אינגל איז אריינגעקומען אינמיטן דאווענען דערציילן פארן מלמד וואס ס'איז געשעהן, און נאכן דאווענען (נאך פארן ענדיגן לדוד ה' אורי ביזן סוף) זענען מיר אלע געלאפן מיט איין אטעם צו די טרעפ וואס זענען געווען צו יענע זייט און געזעהן די צוזאמענלייגן פונעם ערשטן בנין, און וואו דער צווייטער פלאקערט.
געדענקעך אז יענעם טאג האבן די מלמדים אהיימגעוואקט מיט די קינדער, ווייל די מוסדות האבן געגעבן די באסעס פאר די פאליציי צו קענען אריבערטראגן די פאליציאנטן אריבער דעם בריק.
אין די קומענדיגע פאר טעג פלעגן זיך די קינדער אונטערבייגן אונטער די סיטס אויפן באס, אפשר האט א פאליציאנט איבערגעלאזט דארט א גאן.....

לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?

- כאניש וואס צו טון
- שר עשרים אלף
- תגובות: 22317
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
- לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
- פארבינד זיך:
18 יאר צוריק...
מיין גרויסע ברודער פּיקט מיך אויף פון חדר (ויואל משה אויף בעדפארד עוו.) ווייל "אלע באסעס זענען געווארן סטאק"...
ארויסקומענדיג זעהט מען א געדעכטע שווארצע רויעך אין בעק פוו ויואל משה..
אנקומענדיג צו בעדפארד קאר. ראס הערט מען פליצלינג א שטארקע נויז פון א עראפלעין.. (מסתם א מיליטערישע פליגער איז דורכגעפלויגן וויליאמסבארג..) מיין טאטע-ברודער קוקט שנעל ארויף, אלע טאטעס טוען איהם נאך...
איך שטיי און כ'וואונדער זיך "גרויסע טאטעס קוקן אויף א עראפלעין?.."
די וואונדער שטאפלען האבן זיך געהעכערט ווען א זיידע מיט א ווייסע קנאבל בארד און א פארברוינטע שנויץ מיט א ציגארעטל אין מויל שרייט אריבער פון די אנדערע זייט גאס "מ'זעהט איהם נישט דעם פליגער, וואס?.. פארשוואונדן!"

די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
איך געדענק זייער קלאר די טאג.
איך בין געשטאנען אין פאליש פון ביהמ"ד הגדול אין ק"י ביי די פארעדיגע וואנט מיט מיין פנים צו די טיר, צאמךייגענדחגע די תפילין, אינמיטן קומט אריין א באוואוסטע סאטמארע משפיע וואס איז געווען איינגעשטעלט אין ישיבה מיט א קאך צו אונז בחורים, זאגענדיג מען דארף תשובה טון. נישט וואוסענדיג גארנישט דערווייל האב איך מיך אנגערופן וואס גייט פאר? נעמט ער זיך שרייען געוואלד א עראפלאן איז אריין אין די טווין טאוערס, האב איך מיך מיט חוצפה אנגערופן: אקעי, געשען אן עקסידענט, מה כל הרעש? (היינט וואלט איך נישט געפרעגט אזא קשי') נעמט ער זיך שרייען וואס עקסידענט? 2 עראפלאנען איז נישט שייך קיין עקסידענט.
אזוי בין איך געוואר געווארן די מעשה.
ביי מנחה מעריב געדענק איך קלאר, ווי מען האט געשמועסט אז עס איז נאך פארכאפט עראפלאנען וכו'
נישט פארגעסן, עס איז נישט געווען דענמאלטס קיין קול מבשר, טוויטער, און נייעס האט מען נאך דענמאלטס גענומען פון די ציייטונגען. אדער באהאלטענרהייט רעדיו. אפילו די אפיציעלע נייעס סטאנציעס האבן אויך געהאט באריכטען פון נאך פארכאפטע עראפלאנען. ווי אויך געדענק איך ווי די סטאק מארקעט איז געווען פארשפארט עטליכע טעג, און מען האט געהערט פון די טאטעס אין שול, אז ממש די וועלט גייט אונטערגיין, ווייל סטאקס גייען קראכן.
איך געדענק טאקע ווי מען האט געווארט מיטוואך און דאנערשטאג פאר די צייטונגען.