יארטאג פון סעפטמבער 11 - וואו זענט איר געווען יענעם טאג?

זכרונות פון די פארגאנגענע יארן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

היינט כ"ג אלול איז די פערצענטע יארצייט
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

14 יאר זינט סעפטמבער 11 - וואו זענט איר געווען יענעם טאג?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

איך האב נארוואס דורכגעליינט דעם אשכול און געזעהן אז איך האב זינט דעם טאג וואס מ'האט געפענט דעם אשכול אזוי יאר-יעהרליך פארפאסט צו לייגן מיין באשרייבונג פון יענעם ביטערן טאג. זאגן שוין די בעלי מוסר אז 'בעטער לעיטער דען נעווער'.

עס איז טאקע 14 יאר שפעטער אבער איך געדענק גענוי דעם פלאץ ווי איך בין געטשאנען אויפן טעראסע פון ביהמ"ד הגדול אין קרית יואל בעת איך האב געהערט די נייעס. געווען בין איך א בחור אין די בין הזמנים טעג, עס איז געווען תיכף נאך א טעגליכע שיעור פון הרב שמעון זאב מייזליש אונעם פאליש שע"י הביהמ"ד און די משתתפי השיעור זענען ארויסגעקומען אויפן פארטש און געקופקעט און דארט האב איך געהערט די נייעס.

מאנכע האבן שפעקאלירט אויב דאס איז א טעראר אטאקע אבער נישט אויף צו לאנג, ביזן צווייטן קראך און אלע האבן פארקלאפט די הענט.

נאך סליחות און דאווענען בין איך אהיים און מיין פאטער האט דאן געהאט זיין אפיס אינדערהיים און אלעמאל געהאט דעם גרויסן "טעיפריקארדער" דארט צו הערן שיעורים. אצידער בעת מלחמה האבן מיר זיך אריינגעזעצט אהין און אויסגעהערט שעות לאנג CBS וועלעכע האט די קומענדיגע דריי טאג געהאט בלויז נייעס אן קיין איין איינציגער איבערהאקונג פאר עדווערטייזמענט.

קרעמער אין זיין ערשטע באריכט דא דערמאנט ער פרעזידענט בוש'ס דרשה. מיר - ווי אלע וואס געדענקן דאס - ליגט דאס נאך אין די ביינער, סיי יענער נאכט און בעיקר צוויי טאג שפעטער אויפן פייער טראק. איך ווער נאך היינט עמנוציאל ווען איך קוק איבער דעם קליפ. (קרעמער, אויב די ליינסט דא. היינט אזויפיל יאר שפעטער האב איך ספעציעל הנאה פון דיין ענטפער פאר זארעכפעפער [אז די טרעפסט אים דארט אויבן, גיב אים א גריס] איבער פרעזידענט בוש'ס מלחמה קעגן טעראר)

עס באדערט מיך נאך היינט אז עטליכע וואכן בעפאר האבן מיר געהאט משפחה פון ארץ ישראל וואס האבן דא באזוכט פאר א שמחה און וויילענדיג אין ניו יארק זענען זיי צווישן אנדערן אויך געגאנגען באזוכן די צווילינג געביידע'ס, די ווארלד טרעיד סענטער. ווידעראום איך, וואס איך וואוין דאך דא און קען גיין יעדן טאג, בין נישט אנגעקומען אהינצוגיין נאר נאכדעם וואס עס איז שוין געווען פארמאכט מיט סקעפאלד'ס ארום און גארנישט האט זיך נישט ארויסגעשטעקט פון צווישן די ווענט.

איך האב טאקע זיכער געמאכט 2-3 חול המועד'ס דערנאך צו גייען באזוכן דעם עמפייער סטעיט בילדונג סקייליין און מעגליך אריינכאפן...

איך האב שטארק חשק צו גייען באזוכן דעם סעפטעמבער עלעווען מיוזיעם. עס איז ממש געציילטע מייל פון מיין שטוב און איך פאר דארט דורך אפט אבער איך האב נאך דארט קיינמאל נישט באזוכט. עס וואלט אינטערסאנט געווען צו גיין אין א מיוזיעם ווי איך געדענק אלצדינג בעת עס האט פאסירט און מיטגעהאלטן אלעס יענע טעג.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
חיים ושלום
שר חמש מאות
תגובות: 542
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 3:40 pm
לאקאציע: אויף די שפיץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים ושלום »

איך האב געזען דעם בנין די מינוט וואס די פליגער האט אריינגעקראכט אין די בנין
ווארטענדיג אויפן באס אלס יונגעל צו גיין אין חדר
העמיר זיך זען אויף שמחות
אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3898
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צווייפעל »

געשטאנען אין ביהמ"ד מיטן טלית אויף די פלייצע נעבן ארון קודש, ווי צייטליך שרייבט, קודם האב איך פארשטאנען אז עס איז א עקסידענט, ביים צווייטן פליגער האט מען שוין פארשטאנען אז דאס איז א אטאקע.

נאכדעם האט מען געהערט אז די פענטאגאן איז אויך אטאקירט געווארן, צומישטע ידיעות האבן געהאלטן אין איין אריין קומען איבער וויפיל געהיידזשעקטע פליגערס זענען נאך אין די לופט, איך געדענק אז זיי האבן געזאגט אז אכט פליגערס זענען אין די לופט, און גייען נאך קראכן.

די אטאקע איז געווען גרעסער וויפיל סהאט געקענט אריינפיטן אין מיין קאפ, די פילינג איז געווען ווי די גאנצע וועלט לייגט זיך צאם, די שרעק און סטרעס וואס איך האב דעמאלט געהאט, געדענקט איך ווי איצט.

ארויס קומענדיג פון ביהמ"ד הער איך ווי א גוי זאגט אז נאך א מזל אז בוש איז פרעזידענט, ער וועט שוין קעיר נעמען.

עניוועי, די גאנצע מעשה האט געשריגן, אם ה' לא ישמור עיר, שוא שקד שומר, די גרויסע אמעריקע האט געכאפט א פראסק צום געדענקען.
גענעראל
שר מאה
תגובות: 248
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 29, 2013 6:37 pm
לאקאציע: אויפן פראנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גענעראל »

עטליכע פרטים פון 9/11 וואס איך האב נאך קיינמאל פארשטאנען:
1)פלייט 93 וואס האט געקראכט אין פענסילוועניא, ווי אהין האט דאס געריכטעט?
2)בפשטות איז דאך די טעראריסטן'ס פלאן געווען צו הרג'ענען ווי מער מענטשען, אויב אזוי פארוואס האבן זיי נישט פארכאפט גרעסערע עראפלאנען וואס טראגן מער מענטשען/געזאלין,
אויך, פארוואס האבן זיי נישט אריינגעקראכט אין די טורעמס שפעטער אין טאג ווען ס'געפינען זיך מער מענטשען?
3)דאס אז די טורעמס זענען צאמגעפאלן, איז געווען אויסגערעכנט?
להודיע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3079
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודיע »

צווייפעל האט געשריבן:געשטאנען אין ביהמ"ד מיטן טלית אויף די פלייצע נעבן ארון קודש, ווי צייטליך שרייבט, קודם האב איך פארשטאנען אז עס איז א עקסידענט, ביים צווייטן פליגער האט מען שוין פארשטאנען אז דאס איז א אטאקע.

נאכדעם האט מען געהערט אז די פענטאגאן איז אויך אטאקירט געווארן, צומישטע ידיעות האבן געהאלטן אין איין אריין קומען איבער וויפיל געהיידזשעקטע פליגערס זענען נאך אין די לופט, איך געדענק אז זיי האבן געזאגט אז אכט פליגערס זענען אין די לופט, און גייען נאך קראכן.

די אטאקע איז געווען גרעסער וויפיל סהאט געקענט אריינפיטן אין מיין קאפ, די פילינג איז געווען ווי די גאנצע וועלט לייגט זיך צאם, די שרעק און סטרעס וואס איך האב דעמאלט געהאט, געדענקט איך ווי איצט.

ארויס קומענדיג פון ביהמ"ד הער איך ווי א גוי זאגט אז נאך א מזל אז בוש איז פרעזידענט, ער וועט שוין קעיר נעמען.

עניוועי, די גאנצע מעשה האט געשריגן, אם ה' לא ישמור עיר, שוא שקד שומר, די גרויסע אמעריקע האט געכאפט א פראסק צום געדענקען.


גוט דעסקרייבט.
די קארן זענען דעמאלט פארפלייצט געווארן מיט אמעריקאנער פענדלעך, אויך מערערע אנ"ש האבן פראמינענט באצירט זייערע אויטאס מיט דעם פאן.
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

גענעראל, בנוגע שאלה נומ: 1 מיין איך אז זיי האבן געצילט די ווייט האוז.
גענעראל
שר מאה
תגובות: 248
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 29, 2013 6:37 pm
לאקאציע: אויפן פראנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גענעראל »

מה פתאום??? האט געשריבן:גענעראל, בנוגע שאלה נומ: 1 מיין איך אז זיי האבן געצילט די ווייט האוז.

שוין געהערט דערפון, איז דא באווייזן דערויף אדער א טעאריע?
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

לויט ווי איינער פון די על קיידא טעראריסטן וואס סי איי עי איך געדענק נישט וועלעכע איך די פלאן געווען די היטן די בילדינגס אזוי אז עס זאל פאלן זייטיג אויף מענהעטן און עס סאל קאסטן 50.000 מענטשן אבער אפילי זיי זיינען געווען סקעפטיש אז אז דאס זאל פאסירן אבער דאס איז געווען די פלאן

ווען בין לאדין האט געהערט אז עס האט געקאסט נאר 3000 האט עס געזאגט אז פאר 3000 האט זיך עס אויך געלוינט

אזוי האט איך געליינט א לאנגע צייט צירוק איך ווייס נישט ווי קראנט עס איך
אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3620
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלשון »

זעמיר געשטאנעם ביים ברעטל און פארגעדאווענט שחרית אין פאפא ביהמ"ד (ב"ה, נישט אלס חיוב).

די אטאקע האט פאסירט אינמיטן דאווענען, אבער זייענדיג בעל תפלה האמיר געמוזט בלייבן אויפ'ן ארט ביזן נאכ'ן דאווענען.

נאך שחרית זעמיר ארויף אויפ'ן דאך פון ביהמ"ד, ווי צוזאמען מיט א גרויסע צאל אידן, האט מען גע'גולמ'ט אויף די מראה שחורה, ווי שווארצע רויך-וואלקענעס שלענגלען זיך ארויס פון די צוויי טורעמס און ציען זיך מיילן לאנג.

מען האט געזעהן העליקאפטערס זיך דרייען אין די לופטן. יעדער האט פראבירט שפעקולירן וואס עס טוט זיך אינעווייניג - זענען די פייערלעשער אויבן צו אונטן, וועט מען שפריצן פון העליקאפטערס דא צו פארלעשן וכו' וכו'. אבער אז ביז געציילטע מינוטן וועט דאס גאנצע שטאלצע געביידע זיין א פארגאנגענהייט האט קיינער נישט גע'חלומ'ט.

יעדע מינוט איז אפירגעקומען פרישע באריכטן, כך וכך פליגערס זענען געהיידזשעקעט, פענטעגאן, ווייט-האוז, ועוד ועוד.

נאך שטיין א וויילע בין איך צוריק אראפ פאר אפאר מינוט. ווען איך בין צוריקגעקומען, און געוואלט ארויפגיין די טרעפ, האב איך באגעגענט עטליכע אידן מיט בלאסע פנימ'ער, וועלכע האבן מיט א ציטערדיג קול דערציילט, איין בילדינג האט אראפגעטראסקעט!! ס'איז אינגאנצן צאמגעפאלן!!

איך בין שנעל ארויפגעלאפן, אבער חוץ א רויך-וואולקאן און אן איינצעלנע ברענענדיגע טורעם, האט מען גארנישט געזעהן אין יענע געגענט.

נאך אפאר מינוט האמיר אפגעמאכט, אהיים צו גיין דערציילן אין שטוב (א סעלפאן האמיר נישט פארמאגט, נאכנישט געווען קיין מאסט). אויפ'ן וועג האט געטראסקעט די צווייטע בילדינג, אזוי אז מיר האבן פארפאסט ביידע נפילות.

האמיר אויף געוועקט דעם אשת חיל און דערציילט אז אמעריקא פלעגט אמאל האבן "טווין טאוערס" (אז עס האט געהייסן "ווארלד טרעיד סענטער" זעמיר ערשט געוואויר געווארן נאכ'ן אטאקע). צוזאמען איז מען געגאנגן צום וואסער ברעג ביי סערטיפייד לאמבער, ווי א גרויסער עולם האט געקוקט אויפ'ן סצענע און זיך איינגעהערט צו די ראדיא וואס האט געארבעט גאר הויך אין איינע פון די קארס אויפ'ן ארט.

א טאג וואס מען קען נישט אזוי שנעל פארגעסן!
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

להודיע האט געשריבן:
צווייפעל האט געשריבן:געשטאנען אין ביהמ"ד מיטן טלית אויף די פלייצע נעבן ארון קודש, ווי צייטליך שרייבט, קודם האב איך פארשטאנען אז עס איז א עקסידענט, ביים צווייטן פליגער האט מען שוין פארשטאנען אז דאס איז א אטאקע.

נאכדעם האט מען געהערט אז די פענטאגאן איז אויך אטאקירט געווארן, צומישטע ידיעות האבן געהאלטן אין איין אריין קומען איבער וויפיל געהיידזשעקטע פליגערס זענען נאך אין די לופט, איך געדענק אז זיי האבן געזאגט אז אכט פליגערס זענען אין די לופט, און גייען נאך קראכן.

די אטאקע איז געווען גרעסער וויפיל סהאט געקענט אריינפיטן אין מיין קאפ, די פילינג איז געווען ווי די גאנצע וועלט לייגט זיך צאם, די שרעק און סטרעס וואס איך האב דעמאלט געהאט, געדענקט איך ווי איצט.

ארויס קומענדיג פון ביהמ"ד הער איך ווי א גוי זאגט אז נאך א מזל אז בוש איז פרעזידענט, ער וועט שוין קעיר נעמען.

עניוועי, די גאנצע מעשה האט געשריגן, אם ה' לא ישמור עיר, שוא שקד שומר, די גרויסע אמעריקע האט געכאפט א פראסק צום געדענקען.


גוט דעסקרייבט.
די קארן זענען דעמאלט פארפלייצט געווארן מיט אמעריקאנער פענדלעך, אויך מערערע אנ"ש האבן פראמינענט באצירט זייערע אויטאס מיט דעם פאן.

איך געדענק די קארן עס איז געווען א שייינע זאך [שפעטער נאר די עמטליכע קארן ווי הצלה פאליס] אבער א שאד איך מיין אז מען דארף עס צוריק אנהייבן
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
mini van
שר חמישים ומאתים
תגובות: 335
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 06, 2014 10:26 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך mini van »

גענעראל האט געשריבן:עטליכע פרטים פון 9/11 וואס איך האב נאך קיינמאל פארשטאנען:
3)דאס אז די טורעמס זענען צאמגעפאלן, איז געווען אויסגערעכנט?


לויט ווי איך געדענק האט מען דעמאלטס געשמיסט אז בין לאדין האט געזאגט אז ער האט געפלאנט אז נאר די אויבערשטע שטאקען וועלען פאלען, אבער האט זיך נישט גערישט אז סוועט אינגאנצען ציזאמפאלען
דריי_קאפ
שר חמישים
תגובות: 63
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 12, 2014 10:10 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריי_קאפ »

האמיר געלערנט דעלמאלטס אין טרופ עוו, ר' מאיר אברהם ליבערמאן'ס ברענטש... די בית המדרש איז געווען אויפן צווייטן שטאק, די מעריב זייט ווינדאו איז געווען אינגאנצן צו די זייט פון די טווין טאורס, אינמיטן דאווענען האט זיך דער עולם אנגעהויבן שישקענען איבער די רויעך, קיינער נאך נישט געוויסט אז עס איז עפעס א ערענסטע זאך... שפעטער האט מען קלאר געקענט זעהן ווי די צווייטע פליגער מאכט די וועג אריין.. נאכדעים געדענק איך אז ר' אברהם ישעי האט געהאט אין זיין אפיס א רעדיא... יעדע פאר מינוט זענען די נומבערס אומגעקומענע ארויף (עס האט שוין געהאלטן ביי איבער 50,000...) שפעטער ווען מאיז אהיים איז נישט געווען קיין טראנספירטאציע יעדער האט אהיים געוואקט און באגלייטונג פון שומרים, יעדע גוי וואס איז דורך געפארן האט מען געמיינט אז ער איז א טערעריסט.. זכרונות... זכרונות...
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7049
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

מיר זיינען גראדע געווען אינדערהיים און זיך גרייט געמאכט צו פארען צו דער ארבעט אום 9:00 אוהר, ווען דער באלעבוס קלינגט אן אז עס פעלט ניט אויס אלעס איז פערקלאפט און אלע וועגן און שטעגן פערשלאסען. נו, זיינען מיר אריבער צו א לאקאלע ארענדע זעהן די נייעס, די צווילינג טורעם'ס איז שוין געווען א פארגאנגענהייט און מיר האבען געזעהן אויף די טמא'נע כלי וויאזוי געביידע נומער זיבען קריגט א crack אין די לענג און ער גיבט זיך אזוי א לייג צוזאם אוואו א זאמד געביידע ביי בארטען. עטליכע טעג זיינען מיר געווען ארבעטסלאז צוליב דעם. אלעס צוליב דעם שחצן בין לאדען
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
בלעטל
שר האלף
תגובות: 1514
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעטל »

אינטשרעסטינג מעמאריס
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

שנאפס האט געשריבן:היינט כ"ג אלול איז די פערצענטע יארצייט

.
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

עס איז דא נייע פארעפענטליכע לעבעדיגע בילדער פון א זשורנאליסט.
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2918
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

בענקעל האט געשריבן:עס איז דא נייע פארעפענטליכע לעבעדיגע בילדער פון א זשורנאליסט.

נו, וואס שווייגסטו? לייג ארויף!
זקן מלא רחמים.
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

איך האב עס נישט געזעהן נאר געלייענט דערוועגן.
אדרבה ווער קען עס ארויפלייגן?
אוועטאר
געשיקטער
שר חמש מאות
תגובות: 891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 26, 2017 7:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געשיקטער »

עס זענען געבליבען עגונות וואס מען האט נישט געקענט מתיר זיין ?
ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 10, 2016 11:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראספשע »

נשמה האט געשריבן:
שנאפס האט געשריבן:היינט כ"ג אלול איז די פערצענטע יארצייט

.

זיבצנסטע
אוועטאר
פריילעך אידל
שר האלף
תגובות: 1844
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 4:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריילעך אידל »

בענקעל האט געשריבן:עס איז דא נייע פארעפענטליכע לעבעדיגע בילדער פון א זשורנאליסט.

גאר גאר אינטערעסאנט!
[אראפגענומען]
אין יעדע תגובה איז פארהאן איינע פון די צוויי: תוכן אדער טוחן = מאלן וואסער. פערזענליך גלייך איך די ערשטע.
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

רופסט דאס אינטערעסאנט? עס איז שוידערליך!! כאפט א פחד וואס דארט איז פארגעגאנגען.

דער פאטאגראפירער איז געווען אין ערשטן בנין, נאכן צוזאמפאל פונעם צווייטן. ער איז ארויס מינוטן איידער ער וואלט געבליבן דארט אויף אייביג, ווי מען זעט קלאר אויף דעם דאקאמענטריע.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
יאצמעך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3075
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאצמעך »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:רופסט דאס אינטערעסאנט? עס איז שוידערליך!! כאפט א פחד וואס דארט איז פארגעגאנגען.

דער פאטאגראפירער איז געווען אין ערשטן בנין, נאכן צוזאמפאל פונעם צווייטן. ער איז ארויס מינוטן איידער ער וואלט געבליבן דארט אויף אייביג, ווי מען זעט קלאר אויף דעם דאקאמענטריע.

די זיבעטע בנין דאכט זיך.
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.
אוועטאר
יאצמעך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3075
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאצמעך »

ביי 18:09 פאלט דער צווייטער (ערשטע ) בנין. חרדישע איד ווערט געזען גלייך אנפאנג, קען איינער עדענטיפייען?
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.
שרייב תגובה

צוריק צו “זכרונות”