אידיאט האט געשריבן:זיי אמתדיג האט געשריבן:לדעתי: די אלע הסברים וואס די חסידים פראבירן מסביר זיין פאר די reporter מאכט נישט קיין סענס, די גאנצע מצב החסידות היינטיגע צייטן איז "זייער" שווער צו פארשטיין אויב מען לעבט דאס נישט מיט, למשל איך א סאטמאר וויליאמסבורג חסיד(?) פארשטיי נישט געהעריג די אלע "טיפע" הסברים.
סא די ווילסט א פרייער זאל דאס פארשטיין?
דעס איז א גרויסע פראבלעם לדעתי מיט די גרויסע חסידותער ווי מלעבט מצוות אנשים מלומדה ווען סקומט צו חסידות. סאיז דא היינט אסאך גוטע ספרים און גוטע שיעורים ווי מקען היינט לערנען חסידות צו לעבען מיט דעם יום יום. סאיז באמת אשאד צו לעבן אלס חסיד און נישט וויסן וואס דאס איז.
אלס אמעריקאנער זענט איר גערעכט
נעמט אבער אין אכט אז אין ארץ ישראל לעבן טויזענטע דערהויבענע אידן וואס זענען מקדיש זיין לעבן צו רוחניות אין אידישקייט
ביי זיי מיינט נישט חסידות , פרעסן לע״נ א צדיק וכדומה
צייגט אייך אליינס איבער , גייט אריין אין ביהמ״ד ביינאכט אין זעהט די ריזיגע עולם
שב״ק נאכן דאווענען זעצט זיך א יעדער לערנען לערנען מיט די קינדער ( אן די אפעציעלע אבות ובנים פראגראם וואס איז מוצאי שבת)
מען פארט כסדר צו קברי קדמונים
בקיצור די המון עם לעבט א צווייטער מין לעבן