משפחות וואס זענען ניצל געווארען פון די דייטשען ימ"ש גאנצערהייט

אידישע און אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
לייטער
שר האלפיים
תגובות: 2425
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am
לאקאציע: אויפן לייטער

תגובהדורך לייטער » דינסטאג סעפטעמבער 24, 2019 9:16 am

Programming האט געשריבן:אז מען רעכנט אידן וואס זענען געווען אין ראמעניע וואלט שוין כדאי געווען אויסצורעכענען אלע ארץ ישראל משפחות, ווי אויך די וואס זענען געווען אין אמעריקע צי אנדערע לענדער וואס זענען נישט געווען נאצי - אקופירט


ס'איז נישט קיין פארגלייך
ראמעניע איז נאנט צי אונגארן אינדערמיט פון די בליטיגע ערד פון אייראפע
אין ראמעניע האט מען געליטן צרות, ר חיים הערש ליימזידער זז"ג ( יליד ראמעניע ) האט מיר געזאגט אז '' מען האט פלענטי געליטן ''
ווי אויך די שטאט שארמאש איז געווען אין ראמעניע אין די דייטשן זענען אריבער די גרעניץ און מיט די הילף פון די לאקאלע איינוווינער האט מען באגראבן די גאנצע שטאט אין א גריב הי''ד
אגב אסאך שטעט( סאטמאר און נאך)פון אונגארן איז געווען אינטער רומעניע ביז בערך תרצח ווען מען האט עס אנעקסירט קיין אונגארן
לעצט פאראכטן דורך לייטער אום דינסטאג סעפטעמבער 24, 2019 9:23 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
מיין אימעיל אדרעס איז. leyterivelt@gmail.com

אוועטאר
לייטער
שר האלפיים
תגובות: 2425
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am
לאקאציע: אויפן לייטער

תגובהדורך לייטער » דינסטאג סעפטעמבער 24, 2019 9:19 am

עטליכע רבנים וואס זייערע קליינע קינדער זענען געראטעוועט געווארן בס''ד

שאפראן רב זצ"ל
שארמאש רב זצ"ל
קאשוי רב זצ"ל
מונקאטש רב זצ"ל
מיין אימעיל אדרעס איז. leyterivelt@gmail.com

בשבילי נברא
שר האלפיים
תגובות: 2532
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2010 10:53 am

תגובהדורך בשבילי נברא » דינסטאג סעפטעמבער 24, 2019 9:22 am

לייטער האט געשריבן:עטליכע רבנים וואס זייערע קליינע קינדער זענען געראטעוועט געווארן בס''ד

שאפראן רב זצ"ל
שארמאש רב זצ"ל
קאשוי רב זצ"ל
מונקאטש רב זצ"ל

ווייצענער רב (אפשר נישט ממש קליינע)
ר' יונתן שטייף'ס צוויי אייניקלעך, (וואס זייער טאטע, ר' יונתן'ס זוהן, איז נעבעך אומגעקומען עקד"ה רח"ל)

אוועטאר
לייטער
שר האלפיים
תגובות: 2425
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am
לאקאציע: אויפן לייטער

תגובהדורך לייטער » דינסטאג סעפטעמבער 24, 2019 9:49 am

בשבילי נברא האט געשריבן:
לייטער האט געשריבן:עטליכע רבנים וואס זייערע קליינע קינדער זענען געראטעוועט געווארן בס''ד

שאפראן רב זצ"ל
שארמאש רב זצ"ל
קאשוי רב זצ"ל
מונקאטש רב זצ"ל

ווייצענער רב (אפשר נישט ממש קליינע)
ר' יונתן שטייף'ס צוויי אייניקלעך, (וואס זייער טאטע, ר' יונתן'ס זוהן, איז נעבעך אומגעקומען עקד"ה רח"ל)

באבוב זצ"ל
מיין אימעיל אדרעס איז. leyterivelt@gmail.com

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13616
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » דינסטאג סעפטעמבער 24, 2019 10:19 am

לייטער האט געשריבן:
Programming האט געשריבן:אז מען רעכנט אידן וואס זענען געווען אין ראמעניע וואלט שוין כדאי געווען אויסצורעכענען אלע ארץ ישראל משפחות, ווי אויך די וואס זענען געווען אין אמעריקע צי אנדערע לענדער וואס זענען נישט געווען נאצי - אקופירט


ס'איז נישט קיין פארגלייך
ראמעניע איז נאנט צי אונגארן אינדערמיט פון די בליטיגע ערד פון אייראפע
אין ראמעניע האט מען געליטן צרות, ר חיים הערש ליימזידער זז"ג ( יליד ראמעניע ) האט מיר געזאגט אז '' מען האט פלענטי געליטן ''
ווי אויך די שטאט שארמאש איז געווען אין ראמעניע אין די דייטשן זענען אריבער די גרעניץ און מיט די הילף פון די לאקאלע איינוווינער האט מען באגראבן די גאנצע שטאט אין א גריב הי''ד
אגב אסאך שטעט( סאטמאר און נאך)פון אונגארן איז געווען אינטער רומעניע ביז בערך תרצח ווען מען האט עס אנעקסירט קיין אונגארן

ראמעניא איז יא געווען תחת ממשלת הדייטשען ימ"ש אין טויזענטער אידען זענען געהארגעט געווארען
אין 42 האבען זיך די ראמענער רשעים אין א געוויסען זין אפגשאקעלט פון די דייטשען און עס איז גרינגער געווארען פאר די אידען

https://he.wikipedia.org/wiki/%D7%A9%D7 ... 7%99%D7%94

אוועטאר
שאינו יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5607
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » דינסטאג סעפטעמבער 24, 2019 11:14 pm

חקירות ודרישות האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:הרב אליעזר אבערלענדער ובניו זענען דעפארטירט געווארן און האט איבערגעלעבט מיט אלע קינדער

זיי זענען פון בודאפעסט פון וואנעט מ'האט נישט דעפארטירט, זיי זענען צום סוף געווען אין די שוץ-הייזער פון די שוועדישע און שווייצארישע קאנסולאטן.

פון בודאפעסט און ארום קענט איר צולייגן הרה"ח ר' יואל קליין ז"ל דער סאטמארער ראה"ק מיט זיינע קינדער, אזוי אויך הגה"צ מהרחי"ל גאלדמאן זצ"ל מנייפעסט ובניו


אין בודאפעסט האט מען יא א חלק אידן דעפאטירט ארום חודש תמוז, אבער נאר א קליין חלק,
אויכט האט מען געפירט אידן צו די 'בודא' אין דארטן ל"ע
אויכט האט מען אסאך צוזאמען גענומען אידן אין געשאסן דארטן
נאר עס איז געווען אסאך שיץ פלעצער דארטן וואו מ'האט זיך באהאלטן, אויכט פון אזויפיל מענטשן פון אזא גרויסע שטאט זענען געבליבן אסאך, משום כמה סיבות
די געטא איז אויכט געווען א גאנצע מלחמה ביז נאך חנוכה תש"ה, (משא"כ אין אנדערע שטעט האט מען דעפאטירט אין צונומען די געטא,),
אין א גרויסע שטאט איז דא אויכט אסאך וועגן וואו זיך צו באהאלטן וכדומה,


א יליד בודאפעסט האט מיר געזאגט אז מען האט דעפארטירט קרוב צו האלב פון די שטאט. מיין זיידע באבע האט מען דעפארטירט
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

אוועטאר
שאינו יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5607
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » דינסטאג סעפטעמבער 24, 2019 11:26 pm

https://encyclopedia.ushmm.org/content/ ... e/budapest

זע איך אז די חשבון שטימט
די דייטשן האבן גענומען 70,000 אידן אויף א טויט מארש און די אונגארישע האבן שפעטער אויסגע׳הרג׳עט נאך 20,000 ביים באפרייען איז געווען ארום 100,000 אידן דארט.
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

אוועטאר
שמואל בארג
שר האלפיים
תגובות: 2420
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

תגובהדורך שמואל בארג » מיטוואך סעפטעמבער 25, 2019 9:03 am

קאשוי רב ז"ל אין די הקדמה אויף טל השמים שרייבט אינפארמאציע איבער די מצב אין בודאפעסט ביים קריג, זייענדיג דארט נאכן אנטלויפן פון סלאוואקיי.

Gevald Geshrigen
שר שלשת אלפים
תגובות: 3115
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » דאנארשטאג סעפטעמבער 26, 2019 6:01 pm

מיללער האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:הרב אליעזר אבערלענדער ובניו זענען דעפארטירט געווארן און האט איבערגעלעבט מיט אלע קינדער

זיי זענען פון בודאפעסט פון וואנעט מ'האט נישט דעפארטירט, זיי זענען צום סוף געווען אין די שוץ-הייזער פון די שוועדישע און שווייצארישע קאנסולאטן.

פון בודאפעסט און ארום קענט איר צולייגן הרה"ח ר' יואל קליין ז"ל דער סאטמארער ראה"ק מיט זיינע קינדער, אזוי אויך הגה"צ מהרחי"ל גאלדמאן זצ"ל מנייפעסט ובניו


לאו דוקא
מיין זיידע א זון פון ר׳ אליעזר איז יא געווען אין לאגער און געווארן באפרייט אין בוכענוואלד
ער האט געהאט 9 זון אין איין טאכטער
די קינדער זענען געווען פון 2 ביז 17 יאר
מיין זיידע (דער עלטסטער) איז געווען אין לאגער, צוויי זון זענען ארויפגעשטעלט געווארן אויפן קאסטנער צוג אין אנגעקומען קיין שווייץ כ״א כסליו און אנגעקומען קיין ארץ ישראל, און די איבריגע האבן זיך געדרייט אין בודאפעסט אין די גאסן און די שוצהייזער

אוועטאר
Kosher Travel
שר האלפיים
תגובות: 2423
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

תגובהדורך Kosher Travel » דאנארשטאג סעפטעמבער 26, 2019 9:26 pm

חקירות ודרישות האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:הרב אליעזר אבערלענדער ובניו זענען דעפארטירט געווארן און האט איבערגעלעבט מיט אלע קינדער

זיי זענען פון בודאפעסט פון וואנעט מ'האט נישט דעפארטירט, זיי זענען צום סוף געווען אין די שוץ-הייזער פון די שוועדישע און שווייצארישע קאנסולאטן.

פון בודאפעסט און ארום קענט איר צולייגן הרה"ח ר' יואל קליין ז"ל דער סאטמארער ראה"ק מיט זיינע קינדער, אזוי אויך הגה"צ מהרחי"ל גאלדמאן זצ"ל מנייפעסט ובניו


אין בודאפעסט האט מען יא א חלק אידן דעפאטירט ארום חודש תמוז, אבער נאר א קליין חלק,
אויכט האט מען געפירט אידן צו די 'בודא' אין דארטן ל"ע
אויכט האט מען אסאך צוזאמען גענומען אידן אין געשאסן דארטן
נאר עס איז געווען אסאך שיץ פלעצער דארטן וואו מ'האט זיך באהאלטן, אויכט פון אזויפיל מענטשן פון אזא גרויסע שטאט זענען געבליבן אסאך, משום כמה סיבות
די געטא איז אויכט געווען א גאנצע מלחמה ביז נאך חנוכה תש"ה, (משא"כ אין אנדערע שטעט האט מען דעפאטירט אין צונומען די געטא,),
אין א גרויסע שטאט איז דא אויכט אסאך וועגן וואו זיך צו באהאלטן וכדומה,

די ווייב פון ר' אליעזר אבערלאנדער ז"ל, איז אריין מיט א קוויטעל צום בעלזער רב אין בודאפעסט. זי האט געבעטן די רבי זי"ע, ער זאל איהר אהנוויטנשן גיטע שידוכים מיט די קינדער. איעדער האט געלאכט פון איהר נאיווקייט... דא פלאקערט די מלחמה, מען האלט אינמיטן דעפארטירן קרוב צו א מיליאן אונגארישע אידן, מען שיסט אידן אין די גאסן... די רבי האט געזאגט, זי איז א קליגע אידענע און ווייסט וואס צו בעטן. זי האט פארשטאנען אז בעטן א ברכה אז אלע צעהן קינדער זאלן איבערלעבן איז אסאך געבעטן. האט זי מיט חכמה געבעטן גיטע שידוכים פאר אלע קינדער.

די צדיקת האט נאך די מלחמה חתונה געמאכט אסאך יתומים. ר' אליעזר האט גערעדט צום בחור, און מרס אסתר בת דוד האט גערעדט צום מיידל. זיי האבן געהאט די זכייה אז ביי זיי אין שטוב האבן זיי חתונה געמאכט די פאפא רבי, די בעל ויחי יוסף.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
ביטע אנטשולדיגען, אונזער מאנסי, ניו יארק אידישע דירעקטארי שלאפט איצט. אפשר וועט ער זיך אויפוועקען אסאך בעסער ווי פריער. אפשר נישט.

אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4910
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » פרייטאג סעפטעמבער 27, 2019 5:00 am

איפה פייביש האט געשריבן:משפחת טייטלבוים הרה"ח ר' אהרן ז"ל איז אויך אנגעקומען מיט די גאנצע משפחה.

גראדע איז איין זון פון ר' אהרן אוועק אין בערגען בעלזן ווי ער שטייט אויף זיין מציבה.

יודל קליין
שר חמש מאות
תגובות: 904
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 07, 2014 11:10 pm

תגובהדורך יודל קליין » פרייטאג סעפטעמבער 27, 2019 1:55 pm

בשבילי נברא האט געשריבן:
לייטער האט געשריבן:עטליכע רבנים וואס זייערע קליינע קינדער זענען געראטעוועט געווארן בס''ד

שאפראן רב זצ"ל
שארמאש רב זצ"ל
קאשוי רב זצ"ל
מונקאטש רב זצ"ל

ווייצענער רב (אפשר נישט ממש קליינע)
ר' יונתן שטייף'ס צוויי אייניקלעך, (וואס זייער טאטע, ר' יונתן'ס זוהן, איז נעבעך אומגעקומען עקד"ה רח"ל)

פונעם ווייצענער רב זצ"ל האבן בלויז די דריי עלטסטע איבער געלעבט בעת וואס די זעקס אינגערע זענען רח"ל אומגעקומען הי"ד
זה הקטן גדול יהי'

מגיד
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 31, 2011 1:42 am

תגובהדורך מגיד » פרייטאג סעפטעמבער 27, 2019 3:14 pm

דאכטצעך אז משפחת פרענקל (דאראג) האבן איבערגעלעבט מיט 12 קינדער,

אינני פון זיין איז געווען הרה"ג ר' נפתלי ז"ל פון די עדה.

א חסיד
שר האלפיים
תגובות: 2231
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 26, 2014 3:45 pm

תגובהדורך א חסיד » מיטוואך אוקטובער 02, 2019 11:16 am

רבי אברהם משה גריו ע"ה איז געראטעוועט געווארן מיט זיינע זיבען זוהן

אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר האלף
תגובות: 1775
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

תגובהדורך יוסף פריעדמאן » מיטוואך אוקטובער 02, 2019 2:42 pm

Come and go האט געשריבן:רבי אביגדור כהנא ז"ל
מיט 11 קינדער פון שארמאש,

רבי אביגדור ז"ל שטאמט פון ווישווא.

נ.ב. היה מן הראוי לפרט על משפחות, באיזה גיל מדובר.
לא הרי משפחת הרה"ק האמרי חיים עם כל בניו שהיו מגודלים בפני העצמם שלכל אחד ואחד מהם ניצלו בדרך אחרת ובזמן אחר, מהרי משפחה כמו ר' אשר יונה וינברגר שהיה משפחה עם ילדים קטנים - כולם כמקשה אחת.
ומשפחה של בנים נושאים הרי הדבר מופלא שבעתיים.

שיר דברי
שר חמישים
תגובות: 71
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 14, 2017 10:01 am

תגובהדורך שיר דברי » מיטוואך אוקטובער 02, 2019 11:29 pm

הרה״ח ר׳ יונה ווייס ע״ה ויוצ״ח

פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2220
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 02, 2015 7:37 pm

תגובהדורך פרידן » דאנארשטאג אוקטובער 03, 2019 12:03 am

Think and Thank האט געשריבן:
איפה פייביש האט געשריבן:משפחת טייטלבוים הרה"ח ר' אהרן ז"ל איז אויך אנגעקומען מיט די גאנצע משפחה.

גראדע איז איין זון פון ר' אהרן אוועק אין בערגען בעלזן ווי ער שטייט אויף זיין מציבה.

אמת איז גראדע אוועק אין צייט פין די מלחמה אבער האט נישט געהאט מיט די מלחמה

התבונני
שר חמישים ומאתים
תגובות: 386
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 12, 2018 3:56 pm

תגובהדורך התבונני » דאנארשטאג אוקטובער 03, 2019 12:06 am

יודל קליין האט געשריבן:
בשבילי נברא האט געשריבן:
לייטער האט געשריבן:עטליכע רבנים וואס זייערע קליינע קינדער זענען געראטעוועט געווארן בס''ד
שאפראן רב זצ"ל
שארמאש רב זצ"ל
קאשוי רב זצ"ל
מונקאטש רב זצ"ל

ווייצענער רב (אפשר נישט ממש קליינע)
ר' יונתן שטייף'ס צוויי אייניקלעך, (וואס זייער טאטע, ר' יונתן'ס זוהן, איז נעבעך אומגעקומען עקד"ה רח"ל)

פונעם ווייצענער רב זצ"ל האבן בלויז די דריי עלטסטע איבער געלעבט בעת וואס די זעקס אינגערע זענען רח"ל אומגעקומען הי"ד

מנחת יצחק זצ"ל
(כמדומה לי) הרב וואזנער זצ"ל
סטראפקוב'ער רב זצ"ל (אייניקל)

itsi
שר חמישים
תגובות: 61
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 9:44 am

תגובהדורך itsi » דאנארשטאג אוקטובער 03, 2019 5:16 am

פרידן האט געשריבן:
Think and Thank האט געשריבן:
איפה פייביש האט געשריבן:משפחת טייטלבוים הרה"ח ר' אהרן ז"ל איז אויך אנגעקומען מיט די גאנצע משפחה.

גראדע איז איין זון פון ר' אהרן אוועק אין בערגען בעלזן ווי ער שטייט אויף זיין מציבה.

אמת איז גראדע אוועק אין צייט פין די מלחמה אבער האט נישט געהאט מיט די מלחמה

מסתם איז ער געווען אין בערגען בעלזן אויף וואקאציע.

אוועטאר
ראסיל
שר חמישים
תגובות: 68
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 10, 2019 1:34 pm

תגובהדורך ראסיל » דאנארשטאג אוקטובער 03, 2019 6:19 am

הרה''ח ר' מרדכי זינגער ז''ל
מיט 2 קינדער פין באניא
איז געווען די איינציגע איבערלעבער פין באניא
איז געווען יארן לאנג שמש אין סאטמארער שטיבל אין אנטווערפען

ידעתי
שר חמש מאות
תגובות: 518
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2017 9:40 am

תגובהדורך ידעתי » דאנארשטאג אוקטובער 03, 2019 9:37 am

יוסף פריעדמאן האט געשריבן:
Come and go האט געשריבן:רבי אביגדור כהנא ז"ל
מיט 11 קינדער פון שארמאש,

רבי אביגדור ז"ל שטאמט פון ווישווא.

.


מרעד נישט דא דאכצעך פון ווי מ'שטאמט....
רבי אביגדור ע"ה איז בשעת די מלחמה געווען אין שארמאש.
פון אילאנדא רב'ס קינדער (א זון און א פאנצער) זענען איין אדער מער אנגעקומען צו אים אין שטוב ביים זיך אריבערשווערצן די גרעניץ קיין רומעניע.

טוט זיך...?
שר חמישים ומאתים
תגובות: 352
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 8:36 pm

תגובהדורך טוט זיך...? » דאנארשטאג אוקטובער 03, 2019 9:59 am

קיקיון האט געשריבן:
לייטער האט געשריבן:
Programming האט געשריבן:אז מען רעכנט אידן וואס זענען געווען אין ראמעניע וואלט שוין כדאי געווען אויסצורעכענען אלע ארץ ישראל משפחות, ווי אויך די וואס זענען געווען אין אמעריקע צי אנדערע לענדער וואס זענען נישט געווען נאצי - אקופירט


ס'איז נישט קיין פארגלייך
ראמעניע איז נאנט צי אונגארן אינדערמיט פון די בליטיגע ערד פון אייראפע
אין ראמעניע האט מען געליטן צרות, ר חיים הערש ליימזידער זז"ג ( יליד ראמעניע ) האט מיר געזאגט אז '' מען האט פלענטי געליטן ''
ווי אויך די שטאט שארמאש איז געווען אין ראמעניע אין די דייטשן זענען אריבער די גרעניץ און מיט די הילף פון די לאקאלע איינוווינער האט מען באגראבן די גאנצע שטאט אין א גריב הי''ד
אגב אסאך שטעט( סאטמאר און נאך)פון אונגארן איז געווען אינטער רומעניע ביז בערך תרצח ווען מען האט עס אנעקסירט קיין אונגארן

ראמעניא איז יא געווען תחת ממשלת הדייטשען ימ"ש אין טויזענטער אידען זענען געהארגעט געווארען
אין 42 האבען זיך די ראמענער רשעים אין א געוויסען זין אפגשאקעלט פון די דייטשען און עס איז גרינגער געווארען פאר די אידען

https://he.wikipedia.org/wiki/%D7%A9%D7 ... 7%99%D7%94

און דאס וואס ר' חיים הערש האט געליטן איז געווען שוין פון די ראמענישע קאמוניזם צרות,

און אז מ'רעדט שוין,
די שווער פון ר'חיים הערש, הרה''צ ר' אהרן ראזענפעלד ז''ל רב מיפו האט איבערגעלעבט די קריג מיט די בני בית און אלע קינדער

אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1265
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 08, 2019 5:07 pm

תגובהדורך היימישער הייקער » דאנארשטאג אוקטובער 03, 2019 11:11 am

משפחת מאטל שפיצער פון וויליאמסבורג. אויסער וואס זי האט איבערגעלעבט מיט אלע קינדער, האט זי נאך מיטגענומען אפאר יתומים פון די משפחה.
ר' מאיר שפיצער איז דאכצעך שוין אוועק פארן קריג.

ווען זיי זענען אנגעקומען מיטן שיף, איז געווען באריכטעט איבער זיי אין די צייטונג אז אזא גרויסע משפחה איז אנגעקומען גאנץ. ערגעץ האב איך א בילד פון דעם צייטונג. וועל איך עס דארפן אפיר זוכן.

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13616
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » דאנארשטאג אוקטובער 03, 2019 1:12 pm

רבניש האט געשריבן:
קעפל: רבי אהרן משה לייפער זצ״ל - אדמו״ר מחוסט - תרס״ו - תשנ״א
...................
נאך דריי יאר זייענדיג אין חוסט האט ער געמוזט אנטלויפן צוליב מיליטער, דאן האט ער זיך געצויגן קיין בודאפעסט ווי ער איז פארבליבן ביז נאכן קריג, מיטמאכענדיג כמה וכמה צרות ושיעובד ביי די רשעים אבער ברוב רחמיו האט ער איבערגעלעבט דעם קריג מיט אלע זיינע קינדער.......


איך האב כמה פעמים געהערט פון בנו הרהגה"צ רש"ש זאל זיין שטארק געזונט
אז ווען זיי זענען אנגעקומען לארה"ב איז געווען א בילד אין צייטונג

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13616
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » דאנארשטאג אוקטובער 03, 2019 1:42 pm

קעפל: ויהי אחרי המגיפה: די שארית הפליטה נאך די קריג

פישל האט געשריבן:
קיקיון האט געשריבן:
אין תש"ט מיט דעם גאנצען חסידישע צורה? ווער קען דאס זיין? ווי זענען זיי געווען בשעת הגזירות?

א חסידישע קאהן פאמיליע אין האנעמס? דאס איז דאך לכאורה די משפחה פונעם סענדזשארדזשער רב ז"ל וועלכער איז געווען מיט זיינע קינדער אין האהנעמס, הרה"ג ר' מרדכי דוד ז"ל ר"מ במתיבתא תו"י ק"י, ויבלחט"א הג"ר בעריש קאהן שליט"א ראה"כ סאטמאר אנטווערפן ואחיו הרה"ג ר' יוסף לייב שליט"א ר"מ במתיבתא תו"י ק"י
איך דערקען נישט דעם בילד, אבער מיין זיידע ז"ל וועלכער איז געווען א מלמד אין האהנעמס האט מיר דערציילט אז די קאהן ברודערס האבן געלערנט אלס קינד ביי אים אין האהנעמס


צוריק צו “זכור ימות עולם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט