בלאט 1 פון 1

לאנד וואס אמעריקע האט געקויפט אדער געוואלט קויפן

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 19, 2019 5:33 pm
דורך זארג נישט
אין די לעצטענדיגן אינטרעסאנטע נייעס אז אמעריקע וויל קויפן גרינלאנד פון דענמארק:
פעיק נוז האט געשריבן:די רעגירונג אין דעם קליינעם לענדל גרינלאנד האט געזאגט, אז זיי זענען צופרידן מיט דעם וואס דער אמעריקאנער פרעזידענט דאנאלד טראמפ איז אין זיי פאראינטערעסירט, אבער דערווייל זענען זיי נישט אינטערעסירט זיך צו לאזן פארקויפן פאר אמעריקע.

די רעאקציע פון גרינלאנד איז געקומען אויף באריכטן אין דער אמעריקאנער מידיא פאריגן דאנערשטאג, אז דער פרעזידענט רעדט צו זיינע ראטגעבער און פריינט די לעצטע שטיק צייט, איבער דער מעגליכקייט אז אמעריקע זאל אפקויפן די גרינלאנד טעריטאריע, וועלכע איז אין א וויכטיג-סטראטעגישע ארט אויף דער גלאבאלער מאפע.

איד דעילי

viewtopic.php?p=1982696#p1982696

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 19, 2019 5:34 pm
דורך זארג נישט
מאנהעטן האט מען אפגעקויפט פון די אינדיאנער אין 1626 למספרם (393 יאר צוריק) פאר 60 גילדען (24 דאלער).
https://en.wikipedia.org/wiki/Manhattan#Colonial_era

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 19, 2019 5:37 pm
דורך זארג נישט
דער סטעיט לואיסיאנע האט אמעריקע אפגעקויפט פון פראנקרייך אין 1803 למספרם פאר 15 מיליאן דאלער.

https://en.wikipedia.org/wiki/Louisiana_Purchase

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 19, 2019 5:39 pm
דורך זארג נישט
דער סטעיט אלאסקע האט אמעריקע אפגעקויפט פון רוסלאנד אין 1867 למספרם פאר $7.2 מיליאן דאלער.

https://en.wikipedia.org/wiki/Alaska_Purchase

Cuba

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 19, 2019 5:51 pm
דורך זארג נישט
אין 1848 למספרם האט אמעריקע געוואלט אפקויפן קובא פון שפאניע פאר 100 מיליאן דאלער, אבער שפאניע האט געזאגט ניין.

האט אמעריקע א יאר שפעטער אין 1849 געשיקט א גענעראל מיט א ארמיי עס איין צו נעמען אבער עס איז נישט געלונגן. א יאר שפעטער נאך אמאל פראבירט און עס איז ווייטער נישט געלונגן. און א דריטע מאל א יאר שפעטער איז אויך נישט געלונגן.

אין 1854 האט דער פרעזידענט בא'אויפטראגט א קאמיטע אויף צו קומען מיט א לעזוג וואס האט רעקאמנדירט צו צווינגן שפאניע אדער עס צו פארקויפן אדער עס צו פארלירן, אבער דעס האט נישט געהאט דער ווילן פון דער פאלק און עס איז בטל געווארן, די לעזונג האט געהייסן די אוסטענד מאניפעסטא

https://en.wikipedia.org/wiki/Ostend_Manifesto

קובא האט באקומען איר פרייהייט פון שפאניע אין 1898 למספרם.

מער פרטים
https://en.wikipedia.org/wiki/Ambrosio_ ... olutionary

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 19, 2019 5:59 pm
דורך פעיק ניוז
שיינע אשכול.

Texas

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 19, 2019 6:01 pm
דורך זארג נישט
אמעריקע האט צוגענומן דער סטעיט אוו טעקסעס פון שפאניע אין 1836 למספרם און עס אנעקסירט אין 1845 למספרם אלץ דער 28'סטע שטאט אין אמעריקע.

https://en.wikipedia.org/wiki/Texas_annexation

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 19, 2019 6:03 pm
דורך זארג נישט
פעיק נוז האט געשריבן:שיינע אשכול.

האסט עס אנגעהויבן

אלע אקוויזיציעס

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 19, 2019 6:09 pm
דורך זארג נישט
דא איז אויסגערעכט אלע למעשה'דיגע אקוויזיציעס, פאר געלט אדער מיט כח.

https://en.wikipedia.org/wiki/United_St ... quisitions

אויך דא
https://en.wikipedia.org/wiki/Territori ... ted_States

אינטרעסאנט וואס אלץ נאך זיי האבן געוואלט קויפן אדער איין נעמען אבער עס איז נישט געלונגן. האט מען למשל געוואלט איין נעמען פארטו ריקא?

די מעבר לים

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 19, 2019 6:15 pm
דורך זארג נישט
דא זענען די אקוויזיציעס מעבר לים

https://en.wikipedia.org/wiki/Territori ... ted_States

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 19, 2019 7:01 pm
דורך אסדר לסעודתא
זארג נישט האט געשריבן:דער סטעיט לואיסיאנע האט אמעריקע אפגעקויפט פון פראנקרייך אין 1803 למספרם פאר 15 מיליאן דאלער.

https://en.wikipedia.org/wiki/Louisiana_Purchase

די ארגינעלע לואיזיאנא איז היינט צוטיילט אויף 15 שטאטן אין צענטער פון אמעריקע. מיזורי, אוהייאו, ארקאנסעס, קאלאראדא וכו' דאס אלעס איז אמאל געווען לואיזיאנא וואס איז געקויפט געווארן פאר די זעלבע 15 מיליאן.

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 19, 2019 7:02 pm
דורך פעיק ניוז
זארג נישט האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן:שיינע אשכול.

האסט עס אנגעהויבן

;l;p-

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 19, 2019 7:05 pm
דורך אסדר לסעודתא
זארג נישט האט געשריבן:דער סטעיט אלאסקע האט אמעריקע אפגעקויפט פון רוסלאנד אין 1867 למספרם פאר $7.2 מיליאן דאלער.

https://en.wikipedia.org/wiki/Alaska_Purchase

מוחל געווען א חלק פון די חובות וואס רוסלאנד איז געווען שולדיג. כ'מיין אז אלאסקע איז נענטער צו סיביר ווי צו אמעריקע.

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 19, 2019 7:06 pm
דורך Graphic24
וואסיז די ספעציעלקייט מיט גרינלאנד?

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 19, 2019 8:32 pm
דורך חוח בין השושנים
Graphic24 האט געשריבן:וואסיז די ספעציעלקייט מיט גרינלאנד?

מסתמא וויל אמעריקע אז רוסלאנד זאל עס נישט קענען אפקויפן און האבן טעריטאריע נאנט צו אונז.
כטראכט הויך

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 19, 2019 8:40 pm
דורך אסדר לסעודתא
Graphic24 האט געשריבן:וואסיז די ספעציעלקייט מיט גרינלאנד?

אפשר פון דארט קומען די גרינע דאלארן...

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 20, 2019 8:54 am
דורך אויפגעפרישט
ווייל גלויבעל ווארמינג וועט עס מער וועט זיין
עס וועט זיין א וואסער וועג צו יאראפ פון וועסט-פאסיפיק
מיליטערישע פאראנט מיט רוסלאנד רעכט צו פליען און אויפשטעלן מיסיל אראפשיס
אז די אייז וועט זיך צולאזן וועט מען קענען זיכן אויל/פיש/גאלד/מיניראלן

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 20, 2019 9:11 am
דורך shalsheles
אסדר לסעודתא האט געשריבן:
זארג נישט האט געשריבן:דער סטעיט אלאסקע האט אמעריקע אפגעקויפט פון רוסלאנד אין 1867 למספרם פאר $7.2 מיליאן דאלער.

https://en.wikipedia.org/wiki/Alaska_Purchase

מוחל געווען א חלק פון די חובות וואס רוסלאנד איז געווען שולדיג. כ'מיין אז אלאסקע איז נענטער צו סיביר ווי צו אמעריקע.

איך מיין אז עס איז נישט געווען קיין מחילת חוב נאר אמעריקע האט באצאלט מיט א טשעק, (אויף וויקי קענט איר זעהן א בילד פון דעם טשעק).

Proposed United States purchase of Greenland

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 20, 2019 2:14 pm
דורך זארג נישט
Graphic24 האט געשריבן:וואסיז די ספעציעלקייט מיט גרינלאנד?

https://en.wikipedia.org/wiki/Proposed_ ... _Greenland

דא שטייט אין קארצן אזוי.

גרינלאנד האט אוטנאמיע פון דענמארק, דאס הייסט אז עס האט נישט זעלבסטשטענדיקייט, נאר איז א לאנד וואס האט אוטונאמיע (פרייהייט אבער נישט בעל הבית). בקיצור דענמארק האט די ליגאלע רעכט צו פארקויפן די גאנצע לאנד מיט אלע אירע מענטשן צו אמעריקע (פארשטייט זיך נישט פאר קנעכט, פארשטייט זיך).
https://en.wikipedia.org/wiki/Autonomy

פון צייט צו צייט האט אמעריקע אנגעבאטן דענמארק אז זיי ווילן קויפן גרינלאנד. אמעריקע האט שוין געמאכט אזעליכע געשעפטן מיט דענמארק, זיי האבען אפגעקויפט פון זיי אין 1917 למספרם די "Danish West Indies".
https://en.wikipedia.org/wiki/Danish_West_Indies
און אמעריקע האט עס א נייע נאמען געגעבן די ווירדזין איילענדס
https://en.wikipedia.org/wiki/United_St ... in_Islands

אין 1867 למספרם האט דער זעלבע וואס האט נעגאשיעטעד דער דיעל אפצוקויפן אלאסקע פון רוסלאנד, געוואלט אז אמעריקע זאל אויך קויפן גרינלאנד און אייסלאנד. עס איז אבער גארנישט געווארן דערפון.

די דייטשן ימ"ש האבען אין 5 שעה איין גענומען גרינלאנד און אמעריקע האט עס באפרייט און געבויט דערויף עיר בעיסעס. נאך די מלחמה האט טרומאן אנגעבאטן עס אפצוקויפן פאר 100 מיליאן דאלער "ווייל עס איז גארנישט ווערט צו דעמארק", אבער דענמארק האט זיך באליידיגט און נישט געמאכט דעם געשעפט.

פאר די נעקסטע 20-30 יאר האט אמעריקע געהאלטן אין איין וועלן עס אפקויפן אבער דענמארק האט נישט פארשטאנען די נחוצות דערפון אז אמעריקע דארף עס צו געווינען די קאלד וואר מיט רוסלאנד.

דא קומט דער עיקר שבעיקר.
צוויי יאר צוריק האט כינע גע'אפערט אפצוקויפען "נאר" א אפגעלאזטע נעוועל בעיס אין גרינלאנד, און אריין שטעקן דארטן א פיס (מיט דער נאז). דענמארק וואלט עס גערן געטוהן, (מסתמא א סאך געלט האבן זיי גע'אפערט) אבער זיי האבן מורא געהאט פון אמעריקע און עס אפגעזאגט. (דאס איז דער יישר כח צו אמעריקע פאר עס באפרייען פאר זיי פון דייטשלאנד)

און יעצט קומט מען צו יעצט.
זויערע טרויבן!

ווען אמעריקע (דאס מאל אינטער דאנעלד טראמפ) האט גע'אפערט נאכאמאל עס אפצוקויפן, האט א פירער אין דעמארק עס אויס געלאכט אז דער מעשיגענער איינפאל (פליצלינג געווארן משוגע) אז דענמארק וועט פארקויפן גרינלאנדס 50 טויזענט סיטיזענ'ס איז קאמפליטלי רעדיקיולעס! (ווער רעדט פון קויפן מענטשן? מען קען זיי אלע אריין לאזן ליגאל אין אמעריקע מיט אלע רעכטן אלץ א חלק פון דער דיעל, אדער אויס צאלן צו זיי זייער חלק און זיי זאלען זיך באזעצן אין דענמארק אדער אין אייסלאנד אדער בלייבן דארט געזונטערהייט אינטער דער שוצע פון אמעריקע).

בקיצור גרינלאנד איז פאר סעיל, דענמארק דארף עס נישט און דארף אויך נישט אירע 50 טויזענט סיטיזענס. דער שאלה איז נאר ווער עס וועט עס "פריער" אפקויפן, צו אמעריקע, צו כינע אדער רוסלאנד, אדער גאר איראן אדער דער קאליפעיט. (נע, דער קאליפעיט וויל בעסער אייסלאנד)

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 21, 2019 10:35 pm
דורך אסדר לסעודתא
אמעריקע האט באמת א וועג צו באקומען גרינלאנד בחינם.

גרינלאנד איז נישט עכט אונטער דענמארק, נאר אזוי ווי האנג קאנג פאר טשיינע, נאר אין אויסערן פאליטיק וכדו'. לויטן געזעץ קען זיך גרינלאנד אפרייסן דורך א רעפערענדום און דערנאך שטימען צו ווערן איינס מיט אמעריקע.

טראמפ דארף ברענגען א גוטע אפפער צום טיש און געווינען די דארטיגע תושבים און ער האט עס בחינם.

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2019 3:41 pm
דורך Gevald Geshrigen
and like putin wih crimea

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2019 4:56 pm
דורך לפנות בוקר
Gevald Geshrigen האט געשריבן:and like putin wih crimea

פוטין קען עס מאכן דא אויך. אין עס געבען פאר טראמפ

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2019 7:31 pm
דורך אויפגעפרישט
לפנות בוקר האט געשריבן:
Gevald Geshrigen האט געשריבן:and like putin wih crimea

פוטין קען עס מאכן דא אויך. אין עס געבען פאר טראמפ

;l;p-

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2019 8:27 pm
דורך אסדר לסעודתא
Gevald Geshrigen האט געשריבן:and like putin wih crimea

פוטין האט עס געטון אומלעגאל. איך רעד פון עס נעמען לעגאל.