זכרונות פון אמאל...

זכרונות פון די פארגאנגענע יארן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6806
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

אנדי

ר' דודל ז"ל האב איך זייער גוט געקענט.
מיינע עלטערען ע"ה האבען געוואינט נעקסט דאר פון זיין בית מדרש אויף 47.
ער האט נאך דענמאלטס געוואוינט איבער זיין בית מדרש. שפעטער האט ער געוואוינט א פאר הייזע אוועק אויף 47 סטריט און צום סוף האט ער געמופט צי 45 סטריט וויא די רעבעטצין וואוינט נאך היינט
ער האט געדאווענט מנחה זייער שפעט, און ער האט נאך דערצי געזאגט תחנון אויך.
איך פלעג זייער אפט משלים זיין מנין.
איך געדענק איינמאל, א ראש חדש, ביי מנחה, האט איינער א לץ זיך אנגערופען אז מען קען שוין זאגע תחנון ווייל עס איז שוין נאך ראש חדש.
ר' דודל האט יענעם געוואלט אויפעסען לעבעדיגער הייט פאר זיין חוצפה.

יהא זכרו ברוך

זיין זיהן ווער עס איז היינט רבי האב איך געקענט אלטס מיכעלע. איך האב אייניקלעך ביי איהם און חדר. מיין זיהן האט מיך איינמאל פארגעשטעלט פאר איהם און ער האט זיך זייער געפרייט דערמאנענדיג די אלטע צייטען און אויך דערמאנענדיג מיינע עלטערען ע"ה אויף וועמען ער האט זייער גיט געדענגט
עס איז מיר אבער זייער מאדען געווען איהם צי באגריסען אלטס רבי.
the SCY is the limit
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

ברם יזכר לטוב זיין זוהן ר' יצחק און זיין איידעם ר' אליעזר האגער (בן אדמו"ר מ'וויזניץ מאנסי), וועלכע האבן איבערגענומען דעם דאקטוירים פעלד, און זענען זיך ממש מוסר נפש פאר אידן יומם ולילה בלי שום תשלום גמול.
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

scy4851 האט געשריבן:ער האט געדאווענט מנחה זייער שפעט, און ער האט נאך דערצי געזאגט תחנון אויך..

אפילו נאך די שקיעה ?
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנדי פעטיט »

scy4851 האט געשריבן:אנדי

ר' דודל ז"ל האב איך זייער גוט געקענט.
מיינע עלטערען ע"ה האבען געוואינט נעקסט דאר פון זיין בית מדרש אויף 47.
ער האט נאך דענמאלטס געוואוינט איבער זיין בית מדרש. שפעטער האט ער געוואוינט א פאר הייזע אוועק אויף 47 סטריט און צום סוף האט ער געמופט צי 45 סטריט וויא די רעבעטצין וואוינט נאך היינט
ער האט געדאווענט מנחה זייער שפעט, און ער האט נאך דערצי געזאגט תחנון אויך.
איך פלעג זייער אפט משלים זיין מנין.
איך געדענק איינמאל, א ראש חדש, ביי מנחה, האט איינער א לץ זיך אנגערופען אז מען קען שוין זאגע תחנון ווייל עס איז שוין נאך ראש חדש.
ר' דודל האט יענעם געוואלט אויפעסען לעבעדיגער הייט פאר זיין חוצפה.

יהא זכרו ברוך

זיין זיהן ווער עס איז היינט רבי האב איך געקענט אלטס מיכעלע. איך האב אייניקלעך ביי איהם און חדר. מיין זיהן האט מיך איינמאל פארגעשטעלט פאר איהם און ער האט זיך זייער געפרייט דערמאנענדיג די אלטע צייטען און אויך דערמאנענדיג מיינע עלטערען ע"ה אויף וועמען ער האט זייער גיט געדענגט
עס איז מיר אבער זייער מאדען געווען איהם צי באגריסען אלטס רבי.

מיר האבן אסאך צוויבעל קוגעל געגעסן ביי אים, און אסאך מיינט אסאך.

זיינע קינדער און אייניקלעך קען איך זייער גוט אבער איך בין קיינמאל נישט געגאנגען צו א טיש פון די זוו. (נעכטען האט ער טאקע חתונה געמאכט).

ער פלעגט אויך דאווענען שבת אינדערפרי שחרית ווי אויך אינדערוואכן 11 אזייגער.
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6806
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

יא, זיין זיהן יצחק, [איך האב איהם געקענט אלטס איציק]
עס איז נשט לאנג צירוק געווען א זייער שיינע באשרייבונג פון ר' יצחק און זיינע טעטיקייטען בעניני רפואה און די ענגלישא 'משפחה' מאגאזין.
the SCY is the limit
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

אני הקטן האב שוין אויך געהאט א טובה פון ראביי האגער
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6806
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

דארפסמאן האט געשריבן:
scy4851 האט געשריבן:ער האט געדאווענט מנחה זייער שפעט, און ער האט נאך דערצי געזאגט תחנון אויך..

אפילו נאך די שקיעה ?

יא , תחנון נאך די שקיעה, נאנט צי צאת הכוכבים.[איך ווייס, עס איז א קעגען א מ"א] איבער דעם האט יענער לץ געזאגט אז עס איז שוין נאך ראש חדש אין מקען שוין זאגען תחנון
the SCY is the limit
אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנדי פעטיט »

scy4851 האט געשריבן:אנדי

זיין זיהן ווער עס איז היינט רבי האב איך געקענט אלטס מיכעלע. .

איך בין געווען ביי זיין אויף רוף און ביי די חתונה פון שוע, פיניע, און הערש לייבי.
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

אין סקווירא פירט מען זיך צי דאווענען שפעט מנחה בכוונה, איך מיין אז סאיז א קפידה זיך צישטעלען נאך די 60
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6806
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

אנדי פעטיט האט געשריבן:
scy4851 האט געשריבן:אנדי

זיין זיהן ווער עס איז היינט רבי האב איך געקענט אלטס מיכעלע. .

איך בין געווען ביי זיין אויף רוף און ביי די חתונה פון שוע, פיניע, און הערש לייבי.

איך געדענק אלע בר מצות זייערע.
אויף שועלע'ס בר מצוה געדענק איך דאס מערסטע.
איך וועל מארגען בל"נ שרייבען מער פון וואס איך געדענק פון ר' דודל ז"ל. און זיין באצואינג צי מיינע עלטערע ע"ה
אנדי, שרייב אויך וואס די געדענקסט. דאס איז דער עיקר ציל פונעם אשכול.
the SCY is the limit
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6806
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

אוויא איך האב אויבען דערמאנט, האבען מיינע עלטערען געוואוינט לעבען ר' דודל טווערסקי בית מדרש.,
אנדי האט שוין ערווענט אז ער האט נישט פארפעלט א טאג צי גיין און מקוה אפילו ווען ער האט דעהאט א רויז, און איך וועל צישטעלען אז ער איז געגאנגען און מקוה פאר מנחה אויך. ער האט אלטס געניצט די מקוה אויף 52 גאסס, וואס דארט איז געווען די שטאטישע מקוה איידער ר' דוד פליישמאן האט זיך אריין געלייט בלב ונפש און מעהאט געבויט די מקוה אויף 46.
מען האט געקענט זעהן ר' דודל איעדען טאג, בערך 2, 3, נאכמיטאג גיין אויף 13 עוועניו צי די מקוה. דאס איז געווען א חק ולא יעבור.
אזוי וויא עס איז איהם כסדר געווען שווער מיט מנין, נאך דערצי און די ווינטער טעג האט ער שוין פון 30: 1 אנגעפאנגען ריפען זיינע באקאנטע ציזאם שטעלען מנין פאר מנחה.
די פריינד משפחה האבען געהאט א דריי גודס סטאר אויף 47 צווישען 12 און 13. איך פלעג צי הערען פון זיי אסאך וועגען דעם טעגליכן דערמאנונג . מיין טאטע ע"ה האט אויך געהאט די זכיה צי קרוגען א טעגליכע קאל.

און שבט תשל"ז איז מיין טאטע ע"ה געווען זייער קראנק. ער איז און יענע תקופה אדורך א שווערע אפעראציע מען האט איהם אראף גענומען א tumor פונעם מוח.
ר' דודל האט אונז זייער אסאך געהאלפען אונעם געביט פון קרוגען און מאכען אפוינטמענטס ביי דאקטוירים. עס איז ב"ה אלעס אדורך בשלום אין ער האט נאך דערלעבט ביז תשס"ג. [איך געדענק א 3 וואכען נאך דעם אפעראציע ווען ער איז שוין געווען און שטיב איז ר' הערשעלע ספינקער ז"ל איהם געקומען מבקר חולה זיין]
נאך יענע תקופה, און נאך זיין א שכן אויך, איז מיין טאטע ע"ה געווארען זייער נאנט צי ר' דודל. ער פלעגט אים אלטס וועלען מהנה זיין, און ר' דודל האט קיינמאל נישט געוואלט נעמען. איז מיין טאטע ע"ה געקומען אויף דער המצאה אים צי געבען א קויטל. און אזוי פלעגט ער איהם כסדר מהנה זיין.
עס איז מערקווירדיג אז ווען מיין טאטע פלעגט קומען צי איהם האט ער זיך אלטס אויפגעשטעלט פאר איהם. [דאס זעלבע פלעג איך צי זעהן ווען איך פלעג צי גיין מיט מיין טאטען צי ר' הערשעלע, פלעגט זיך ר' הערשעלע זיך אינטער הייבען ווען מיין טאטע איז אריין געקומען און פלעגט איהם הייסען זיצען]

וויא נעמט מען א זעליכע יודען! THEY DON'T MAKE THEM LIKE THAT ANYMORE
the SCY is the limit
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

איך ברענג דא א שיינע מעשה איבער ר' שלומקה זעווילער זצ"ל וואס בני היכלא האט אריינגעווארפן ביי די ספארטס אפטיילונג, פשוט כדי להעלות הניצוצות הקדושים המפוזרים בכל ד' פינות הקרעטשמע.

יה"ר שזכותו הגדול יגן עלינו ועל כל בני ביכלא הדין להוושע בכל מילי דמיטב, דבריהן הן הן זכרונם.

בני היכלא האט געשריבן: די ירושלימ'ע אידן דערציילן אז אז אמאל איז דער צדיק, ר' שלאמקע זעווילער געגאנגען אין מקוה, האט אים איינער אנגעשריגן מיט קולות, ר' שלמקע זאגט פאר זיין גבאי, זאל גיין זען וואס טוט זיך ביי יענעם אין שטיב.

זעט ער טאקע אז ס'איז חושך ענן וארפל, ר' שלאמקע לאזט דארט איבער א פעקל געלט, און ווינדער איבער ווינדער, דער קומט דעם נעקסטן טאג אן, מיט א גרויסע פרייליכע שלום עליכם, וואס מאכט דער רבי, האט ר' שלמה'לע געזאגט איך האב געוויסט אז דעם איד דרוקט עפעס, איך האב דאך אים גארנישט געטון, מסתמא האט ער נישט קיין געלט.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35438
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

א דאנק הרב מיללער פארן עס ברענגען דא אהער
איך באזוך נישט דארט, ווייל צו בויען בריקן פארשטיי איך שוין מער
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6806
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

אונעם פסח אשכול האב איך געברענגט א ווארט אויף רי הגדה וואס מיין טאטע ע"ה האט געהערט און מונקאטש.
ער האט געלערנט ביים מנחת אלעזר צוויי יאהר. איינגעשטאנען איז ער ביי זיין עלצטע ברודער, וואס וועגען איהם האב איך דא ערגעטץ געשריבען א מעשה מיט אן אויסגעבעטען קונד פון ר' ישעיהעל טשעחובער.

עס איז געווען פאר א פסח אין מיין טאטע האט זיך גערישט אהיים פארען צי באטור אויף יום טוב, און זיין ברודער האט איהם ציגערעדט ער זאל בלייבען אויף יום טוב און זיין ביי א סדר ביי זיין רבין דער מונקאשער רב, און ער האט טאקע אנגענומען זיין בודערס עצה.

ער האט מיר דערציילט אז זיין רבי האט געפירט דעם סדר מיט זיינע תלמידים און נאך געסט, און די רבעטצין מיט איהר טאכטער, [די מאמע פונעם היינטיגען מונקאטשער רב שליט"א] זענען געזעטן און א שטוב דערלעבען מיט א טיהר צווישען זיי וואס איז געווען אביסעל אפען אז זי זאל קענען הערען.
די צוויי שטובער זענען געווען אויסגעשטעלט אייניג, מיט אייניגע הסב בעטען, און די טישען זענען אויך געווען אויסגשטעלט אייניג.
וואס עס איז געווען געשטעלט אויף איין טיש איז געווען דאס זעלבע און במכוון אויפען זעלבע פלאטץ אויפען טיש און די אנדערע צימער. ווען איינער וואלט אריינגעקומען און הויז ערב פסח נאכמיטאג ביים זיין רבין, וואלט מען נישט געקענט וויסען און וועלכע שטיב דער רבי וועט פירען, און, און וועלכע שטיב די רעבעטצין וועט זיין.

דער סדר איז געווען עפעס הערליך און ער האט מיר געזאט אז ער האט כסדר מכיר טוב געווען פאר זיין ברודער אז ער האט איהם געקענט איבער רעדע צי בלייבן און מונקאטש אויף יום טוב
the SCY is the limit
אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנדי פעטיט »

די וועלט זאגט דאך אז די טאכטער איז אלץ געזעצען נעבן איר טאטע ביים טיש? אין שטוב איז געווען אנדערש? אדער איז גאר די גאנצע מעשה אויף געטראכט?
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6806
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

איך זאג נאך וואס מיין טאטע ע"ה האט בייגעוואוינט.
the SCY is the limit
בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני היכלא »

farshlufen האט געשריבן:א דאנק הרב מיללער פארן עס ברענגען דא אהער
איך באזוך נישט דארט, ווייל צו בויען בריקן פארשטיי איך שוין מער

אזוי באזוך איך קוים דא, ממיעוט זמן. האב איך עס יעצט באמערקט, יישר כח מילער פארן ברענגען אויפן ריכטיגן פלאץ.

פארשלאפן, ס'פעלט דיר גארנישט, און אז ס'געפעלט דיר דאס ווארט האב שוין אלע פרטים.האב איך עס געהערט פון ר' נטע פריינד וואס האט עס געהערט פונעם באקאנטן כמו גבאי ר' עלע ראטה.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

אנדי פעטיט האט געשריבן:די וועלט זאגט דאך אז די טאכטער איז אלץ געזעצען נעבן איר טאטע ביים טיש? אין שטוב איז געווען אנדערש? אדער איז גאר די גאנצע מעשה אויף געטראכט?

עס איז נישט קיין סתירה, עס קען זיין כאן ביז די 12 (איך כאפ נאר אן א דוגמה) וכאן לאחר שתים עשרה.
אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנדי פעטיט »

קרעמער האט געשריבן:

איך האב אבער געהערט אז זי איז געזעצען נעבן אים זייענדיג אסאך עלטער. (איך האב עס געהערט פון א מונקאטשער).
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

זי פלעגט ביי קידוש יעדע וואך אויפהייבן די בעכער און דאס איז געווען א גרעסערע חידוש ווי סתם דארט זיצן
אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנדי פעטיט »

זיידעניו האט געשריבן:זי פלעגט ביי קידוש יעדע וואך אויפהייבן די בעכער און דאס איז געווען א גרעסערע חידוש ווי סתם דארט זיצן

אה! יעצט הערט מען ווערטער! איר זעהט זיידעניו ביי מיר זענען די מעשות פארנעפעלט, אפשר קענט איר קלאר שטעלן ווי אזוי ס'איז פארגעגאנגען דארט.
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6806
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

זייטץ מברר אויב ביים סדר אויך.
the SCY is the limit
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6806
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

אונעם יום פסח אשכול האב איך דערמאנט דעם טורנער רב ז"ל

דער טורנער רב ז"ל האט געדאווענט און באבובער שטיבל און באראפארק.
ר' שלמה באבובער ז"ל איז נאך דענמאלטס געווען און קראנהייטס. ער איז פאר די צווייטע וועלט מלחמה גיוואוינט און קראקע און דארט איז ער געווען א חבר אונעם בית דין. נאך די מלחמה האט ער גיוואוינט און טורנא און פון דענמלטס אן האט מען איהם גערופען טורנער רב

דער יוד איז געווען א תלמוד חכם עצום. ווען איך האב געלערנט און באבוב און קראנהייטס, האב איך געהערט בשם ר' שמואל קרעמניצער ז"ל איינע פון די מגידי שיעור, וואס ער האט געקענט דעם טורנער רב נאך פון קראקע, אז און קראקע זענען געוון דריי עלוים, און יעדער האט געהאט זיין ספעשעלטי מיט וואס ער האט גע'שם'ט. דער טורנער רב האט גע'שם'ט אז ער האט געקענט אלע תוספות פון גאנץ ש"ס אויסענווענדג.
איך געדענק, ער איז איינמאל געקומען פארהערען מיין קלאס, ווען אונז האמער גענדיגט דאס ערשטע פרק און קידושין. בערך 40 בלאט. ער איז געזעטצען און געפרעגט שאלות, וואס זאגט די גמרא אויף דף .. עמוד .. , וואס זאגט תוס' אויף דף . עמוד .. ד"ה ..
און דער גאנצע פארהער איז אזוי אנגעגאנגען, און דער יוד האט נישט געפענט קיין גמרא. אלעס פון אויסענוויניג

און די ימי אלול פלעגט ער א יעדעס יאהר פארען קיין וויליאמסבורג צום רבין זי"ע און שמוסען מיטן רבין א שעה צוויי. מיין שווער ע"ה האט געהאט די זכויה איהם צי נעמען אלע יאהרען, און איין טובה האט ער פארדינט פון דעם, אז ער האט געקענט אריינגיין צום רבין מיט א קויטל אין נישט דארפען ווארטען און די לאנגע ליינס וואס עס פלעגט צי זיין און אלול, דאס איז געווען אלטס כבוד פון טורנער רב ער זאל נישט דארפן ווארטען אהיים צי פארען.

מיין שווער האט מיר דערציילט אז דאס ערשטע מאל וואס ער האט געקרוגען דעם דזאב פון נעמען דעם טורנער רב צום רבין, איז ווארטענדיג דארט האט איהם יאסל אשכנזי געזאגט אז דאס גאנץ גאנץ ערשטע מאל וואס טורנער רב איז געקומען צום רבין האט דער רבי זי"ע, נאכדעם וואס טורנער רב איז שוין אוועק, געזאגט אז ער האט נישט געגלייבט אז נאך דעם חרבן וואס דער דייטש ימ"שו האט געטוהן און פוילען אז עס איז נאך פון דארט געבליבען אזוילעכע תלמידי חכם ביז ער האט זיך באגעגענט מיט אט דער יוד וואס איז יעצט געווען דא.

יהא זכרו ברוך
the SCY is the limit
אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנדי פעטיט »

scy4851 האט געשריבן:איך געדענק, ער איז איינמאל געקומען פארהערען מיין קלאס, ווען אונז האמער גענדיגט דאס ערשטע פרק און קידושין. בערך 40 בלאט. ער איז געזעטצען און געפרעגט שאלות, וואס זאגט די גמרא אויף דף .. עמוד .. , וואס זאגט תוס' אויף דף . עמוד .. ד"ה ..
און דער גאנצע פארהער איז אזוי אנגעגאנגען, און דער יוד האט נישט געפענט קיין גמרא. אלעס פון אויסענוויניג

עס דערמאנט מיר אן ענדליכע מעשה.

איינמאל איז רבי אלחנן האלפרין שליט"א אבד ראדימישלא לאנדאן געווען אין אמעריקא איז ער געקומען באזוכען די ישיבה, האט מען אים געבעטען אז ער זאל פארהערן די בחורים מסכת גיטין וואס מען האט דאן געחרט. האט ער אויף געמאכט די גמרא צו דף ב' און דערנאך האט ער אויף געמאכט נאך די גאנצע מסכת אין איבער געבויגן י דפים אין העלפט אזוי איז אויסגעקומען אז די גמרא איז געווען פארמאכט און ער האט אויסגעפרעגט שאלות פון גמרא רש"י תוס' ישר והפוך פון די גאנצע מדכת.

נאכן פארהער האב איך מפליא געווען פאר זיין זון אז זיין טאטע האט געפרעגט די שאלות פון אויסענווייניג און ער האט אפילו פארראכטען אפאר מאל. זאגט מיר די זון אז זיין טאטע ווען ער וויל זיך שנעל דערמאנען סוגיות אין א מסכת מישט ער אויף צו די פסקי התוס' און אזוי דערמאנט ער זיך אלעס. פארדעם האט ער איבערגעבויגן די דפים ביז די רא"ש ווייל דארט איז דאך די פסקי התוס'.

איך האב הנאה געהאט פון די איידיע.
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6806
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

אנדי פעטיט האט געשריבן:
עס דערמאנט מיר אן ענדליכע מעשה.

איינמאל איז רבי אלחנן האלפרין שליט"א אבד ראדימישלא לאנדאן געווען אין אמעריקא איז ער געקומען באזוכען די ישיבה, האט מען אים געבעטען אז ער זאל פארהערן די בחורים מסכת גיטין וואס מען האט דאן געחרט. האט ער אויף געמאכט די גמרא צו דף ב' און דערנאך האט ער אויף געמאכט נאך די גאנצע מסכת אין איבער געבויגן י דפים אין העלפט אזוי איז אויסגעקומען אז די גמרא איז געווען פארמאכט און ער האט אויסגעפרעגט שאלות פון גמרא רש"י תוס' ישר והפוך פון די גאנצע מדכת.

נאכן פארהער האב איך מפליא געווען פאר זיין זון אז זיין טאטע האט געפרעגט די שאלות פון אויסענווייניג און ער האט אפילו פארראכטען אפאר מאל. זאגט מיר די זון אז זיין טאטע ווען ער וויל זיך שנעל דערמאנען סוגיות אין א מסכת מישט ער אויף צו די פסקי התוס' און אזוי דערמאנט ער זיך אלעס. פארדעם האט ער איבערגעבויגן די דפים ביז די רא"ש ווייל דארט איז דאך די פסקי התוס'.

זאג, אנדי,
עס וואקסט נאך אזעליכע?
אמת, עס איז דא, אבער וויפיל?
איך רעדט פון היינט פון נאך די מלחמה.

איך געדענק דעם ווינער רב ז"ל האט געקענט קוואטען גאנצע שטיקער גמרא, אדער גאנצע שטיקער רא"שס בעל פה.
the SCY is the limit
שרייב תגובה

צוריק צו “זכרונות”