זכרונות פון קעמפ קר"י ראונד טאפ נ.י.

אידישע און אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
קוגל מיט פיקל
שר מאה
תגובות: 165
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 29, 2018 11:37 am

Re: זכרונות פון קעמפ קר"י ראונד טאפ נ.י.

תגובהדורך קוגל מיט פיקל » זונטאג אוגוסט 23, 2020 1:47 am

יא, מ'געדענק מיר נאך אזוי.

ווען רבי אורי שווארץ האט געהאט זיין פראוואזארישן אפיס, ארומגענומען מיט א בלויע שלאק וועלכע האבן געדינט אלס די פיר ווענט. דער אויוון דארט אינעם קליינעם לאנטש רום איז געועון אנגעפילט מיט קאפיס פון די זוממער חמשים...

אין יענע קליינע לאנטש רום האט מהר"א, דעמאלט אלס רב, געפירט אמאל א 'שבת התאחדות' מיט די בחורים, מ'האט דעמאלט געטיילט קליינע זמירות דברי יואל'ס מיט אריינגעקריצטע ווערטער "לרגל שבת התאחדות וכו'"...

אויף די אנדערע זייט פונעם בנין איז געווען א קלענערע לאנטש רום ווי די קינדער פלעגן עסן. איי יענע שבתים... ר' שמואל שלמה טעללער האט שבת אנגעפירט מיט די ניגונים, אוי האט דאס געקנאקט...

אינעם בחורים בית המדרש פלעגט די ישיבה זיין סטאנציאנירט, אוודאי געוויס דענק איך די דרשות פון רבי דוד שלמה עקשטיין.

דאכט זיך אז אין טייל יארן איז דעמאלט געווען דער מנהל ישיבה קטנה רבי העניך שעהר פון קרית יואל. רבי שלמה זלמן וויינבערגער האט פארגעלערנט שיינע מדע שיעורים. דאכט זיך אז שפעטער איז ר' חיים לייב זילבערשטיין געווארן דער מנהל.

ווען לעווי איז געפאלן פון בוים איז ר' אברהם ישכר כייעם מיט ר' סענדער נחום גאטליעב געלאפן די ערשטע אין וואלד אריין, אוי איז דאס געועון קאשמארן.

אין גאר פריע יארן איז ר' זלמן לייב בן רבי אורי געווען דער מלמד פאר די קינדער.

פאר הרב כייעם איז דער לייף-גארד געווען ר' אברהם יונה שווארץ, היינט א מלמד אין סאטמאר בארא פארק.

ר' אלטר משה קליין פון קרית יואל האט דעמאלט אנגעפירט די אקטיוויטיס ביי די קינדער, גערופן "סדר השעה". עס איז געווען "סדר השעה בחוץ" און סדר השעה בפנים".

אין די ערשטע יארן ווען מען האט געבויעט דעם ריזן סווימינג פול, איז געזעסן א גרויסער פלושענעם ברוינעם בערעלע העכער'ן אריינגאנג צום שווים באסיין. איינער געדענקט?...

אין די ערשטע יארן, איז אדמו"ר מהר"א'ס באנגעלוי געווען נאכ'ן סווימינג פול, און שפעטער האט מען געבויעט א ספעציעלן הויז פאר'ן רבי'ן אויפ'ן שפיץ בארג אינדרויסן פונעם קעמפ. א יאר נאך תשס"ו ווען דער רבי איז געווארן רבי, איז דעם רבינ'ס באנגעלוי אויפ'ן בארג געווארן דער סטאנציע פאר די תלמידי שערי חמלה.

ברויך מיר זיך דערמאנען נאך...

אוועטאר
קוגל מיט פיקל
שר מאה
תגובות: 165
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 29, 2018 11:37 am

Re:

תגובהדורך קוגל מיט פיקל » זונטאג אוגוסט 23, 2020 1:51 am

גיכער האט געשריבן:איך בין דארט געווען שנת נ״ט פאר בלויז צוויי וואכן און עס ליגט מיר נאך גאר גוט אין די ביינער
די הערליכע פאנאראמע קען איך נישט פארגעסן די עסן איז געווען מלא טעם געקאכט דורך ווערצבערגער פון ק״י (גרשי׳ס טאטע)
אויך האמיר געלערענט גאר פלייסיג דעמאלדטס , מען האט אפילו געמאכט אקטיוועטיס אויך
יאפס סאיז פיין געווען

יא, אנהויב האט געקאכט ווערצבערגער, דערנאך מאשקאוויטש פון וויליאמסבורג, און דערנאך ר' מענדל גרשון פעלדמאן.

איינער דענקט נאך "פאול" דער גראז שניידער?

אוי איז דאס געווען צייטן

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5483
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

Re: Re:

תגובהדורך סאדאם חוסעין » זונטאג אוגוסט 23, 2020 10:53 am

קוגל מיט פיקל האט געשריבן:
גיכער האט געשריבן:איך בין דארט געווען שנת נ״ט פאר בלויז צוויי וואכן און עס ליגט מיר נאך גאר גוט אין די ביינער
די הערליכע פאנאראמע קען איך נישט פארגעסן די עסן איז געווען מלא טעם געקאכט דורך ווערצבערגער פון ק״י (גרשי׳ס טאטע)
אויך האמיר געלערענט גאר פלייסיג דעמאלדטס , מען האט אפילו געמאכט אקטיוועטיס אויך
יאפס סאיז פיין געווען

יא, אנהויב האט געקאכט ווערצבערגער, דערנאך מאשקאוויטש פון וויליאמסבורג, און דערנאך ר' מענדל גרשון פעלדמאן.

איינער דענקט נאך "פאול" דער גראז שניידער?

אוי איז דאס געווען צייטן

עס איז געווען מער ווי איין מאשקאוויטש
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

Re: זכרונות פון קעמפ קר"י ראונד טאפ נ.י.

תגובהדורך שאהן הענניטי » זונטאג אוגוסט 23, 2020 11:03 am

@קוגל, וויאזוי קענסטו געדענקען סיי דאס בויען דעם סווימינג פול, און סיי לעווי'ס פאלן פון בוים? ממנ"פ. חוץ אויב ביסטו געווען א סטעף דארט.

מרכא
שר העשר
תגובות: 15
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 20, 2020 10:01 pm

Re: זכרונות פון קעמפ קר"י ראונד טאפ נ.י.

תגובהדורך מרכא » זונטאג אוגוסט 23, 2020 12:55 pm

ווער איז היינט באלעבוס פונעם שטח פון 'סאני קרעפט'

אוועטאר
קוגל מיט פיקל
שר מאה
תגובות: 165
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 29, 2018 11:37 am

Re: זכרונות פון קעמפ קר"י ראונד טאפ נ.י.

תגובהדורך קוגל מיט פיקל » זונטאג אוגוסט 23, 2020 2:05 pm

שאהן הענניטי האט געשריבן:@קוגל, וויאזוי קענסטו געדענקען סיי דאס בויען דעם סווימינג פול, און סיי לעווי'ס פאלן פון בוים? ממנ"פ. חוץ אויב ביסטו געווען א סטעף דארט.

כ'בין דארט געווען יארן לאנג.


צוריק צו “זכור ימות עולם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט