זכרונות פון קעמפ קר"י ראונד טאפ נ.י.

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14568
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: Re:

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

פשטא האט געשריבן:
האבגרויסהצלחה האט געשריבן:
WhatsApp Image 2019-08-12 at 5.36.24 PM (10).jpeg

WhatsApp Image 2019-08-12 at 5.36.24 PM (6).jpeg

WhatsApp Image 2019-08-12 at 5.36.24 PM (18).jpeg

א חלק פון די היי רעז. בילדער וואס ווערן דא פובליצירט ווערט געזעהן די וואך אין די מאמענט אויסגאבע פר' ואתחנן (נחמו) תש"פ לפ"ק. אין א ארטיקל געשריבן דורך פען נאמען: שמעון שטרייכער

גערעכט.
Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm

Re: Re:

תגובה דורך Programming »

פאלעסיידס האט געשריבן:
לייטער האט געשריבן:
זיס ווי האניג האט געשריבן:יא תש"ס זענען מיר געווען אין קעמפ איך געדענק נאך די צעטל וואס לייטער האט דא ארויף געלייגט אוי גוטע צייטן געווען

איך האב נישט געוויסט אז איך האב דא איינער פון מיין יארגאנג

געווען צוויי יארגאנג דארט

געווען פון גתה ז' און ארויף ביז ישיבה גדולה (דוכט זיך צעירים ח"ב, פערטע עיזש פון נאך כיתה ט', איז נאך געווען עקסטער פון די ישיבה גדולה און אויך געווען אין קעמפ)
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.
אוועטאר
פירורים
שר מאה
תגובות: 184
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2020 12:33 am
לאקאציע: ביים גמרא
פארבינד זיך:

Re: זכרונות פון קעמפ קר"י ראונד טאפ נ.י.

תגובה דורך פירורים »

כאב באשלאסן נישט צו צעגערן נאר אנהייבען מיין ווייטאג צו פארגיסן אויף פאפיר אלס האט זיך אנגעהויבן ליינענדיג די זכרונות פון ראונד טאפ דא אינעם געהענגעל וואס ביי דיע וועי איך טראג זיך גם כן ארום מיט זיסע און נאך זיסערע געדענקענישן פון דאס מקום וואו לדוגמה פונעם ריזיגען "וויני" וואס מיט א בליק אויף איהם האט א פחד געכאפט און ווי ער האט פאר א שטיקעל טשאקאלד אונז באוויליגט צו ווייזען זיינע שרץ פארבלאזענע ארעמעס אוי האב איך געפחד'נט,
און להבדיל ר' דוד לייב גרינפעלד ע'ה "ווער ברויך נאך פלייש" צווישען רופען אינצווישען פונעם געקרעכצאך פון די טעגליכע סאפיר דורך פירער ביים מייק,
און אזוי ווייטער פונעם סאלאמענדרע געכאפעץ נאך יעצט איבעלט מיר דאס,
ועל אשר עתה באנו איז איבער די נושא וואס איז געווארן בארירט אויבן אינעם אשכול בנוגע שעכויח פארן פארמאכן די קעמפ,
איך וויל דא אדרעסירען א פראבלעם וואס קען זיין איך וועל סאונדען לייק פיטא אבל נישט דאס מיין איך און איך קום נישט אלס דיסקרימינעשן נאר אלס אונזער פליכט פון אויפציען דעם יונגערן דור,
שטייט אין חובת הלבבות אין שער עבודת אלוקים אז די סיבה פון עלטערן איבער געבן זיך פאר קינדער איז מכח ווייל זיי קענען נישט זעהן ווי זייער אייגענע בלוט און פלייש האט א פראבלעם און ער איז דארט מאריך כדרכו אז הקב'ה איז די איינציגע אמת'ע טובה לשם טובה פארן מענטש,
הפנים זעה מיר פון דא אז א טאטע ומאמע זענען גרייט אלס פארן קינד צושטעלן וואנדערט מיר הלמאי עימיצער איז גרייט אויפצוגעבן אויף קעמפ פארן קינד -וואס האט פילע מעלות ווי שפעטער דערמאנט- בלויז פארן סיבה פון בדליכא??????,
באמת איז בדליכא אגרויסע אישו אבער פארן קינד איז מער תועלת קעמפ, ווי גיין יעדע סעזאן מיט נייע מלבושים, און זאכן ווי ירש'ן מלבושים פונעם ברידער איז מער לתועלת אויב דאדורך דעם וועט מען קענען באצאלן די קעמפ (פארשטייט זיך דאס איז בדרך משל און נישט געמיינט צו פאקטיש מינאמיזרן די צרכים נאר געמיינט צו ווייזען אז עס איז דא א ב "בדאיכא" ווען ס'דא א צורך),
הפנים לאמיר נישט פארקריכען געוועזן א זמן וואס די מנהלים וכ'ו האבען געקלערט אז דורך מינמייזען פאן (ליין סדר השעה) וועט זיין א תועלת פארן ציבור דאס האט אריינגענומען א שטייגער ווי פארשפארן די קהילת פון חודעש אדר אויפהערן גיין אין קעמפ וכ'ו,
און יעצט בערך 5 10 יאר שפעטער האבן די חעברע געכאפט אז קעמפ וכ'ו איז פונקט -אויב נישט מער- אזוי וויכטיג פארן התפתחות הילד אוואו לערנען וכ'ו,
אלס א תוצאה פון דעם האט מען אין קרית יואל אנגעהויבן אריין באכענען מסיבה'ס לדוגמה א מגיד שיעור מאכט חתונה איז דא א שבע אין ישיבה וכ'ו,
ס'איז ארויס צו הייבען די קרעדיט פון די מנהלים פארן קענען גיין צוריק אויך,
כ'האף ס'נאכנישט שפעט פאר די געליטענע עידזשעס,
הפנים וואס איך מיין ארויס צו ברענגען איז אז לדוגמה קעמפ וואס קוקט אויס ווי א הוצאה יתירה אבער מיט אביסעל מחשבה זעהט מען ווי ביי זיך אפי' איז עס כמעט די איינציגסטע גוטע זכרונות פון חדר וד'ל,
לאמיר אויס רעכענען די תועלת'ן פון קעמפ לעניות דעתי,
'לעבט' מיט נאך ברואים
זיך אליינס מסדר פאר א שטיק צייט
פינאנץ טאטש מיטען קאנטין
ריינקייט ווערט אויס מאמיס דאגה איך שער שוין די דאגה
אנטוהן אויסטוהן וואס ווי אזוי וכ'ו
לופטערט די חדר פרעשור הפנים קצת
אחריות מצד כמה וכמה ענינים לדוגמה גיין אין חדר אין צייט איינשלאפן אין צייט עסן אין צייט וכ'ו
קאלן עלטערן כאפען אז זיי עקזיסטירן אלס דברים בפני עצמם און נישט א חלק פון איהם
באקענען מיט פארשידינע אמת'ע נטורן וואס קומען ארויף נאר ווען מען וואוינט איאיינעם
שבת סעודה קען מען דשזויען נישט נאר קריגען
אויב מאך איך מיין בעט איז דאס געמאכט וד'ל
וכ'ו וכ'ו
חתונה תקנות איז אויף הוצאות יתירות
קעמפ פורים פאן תקנות איז אויף התפתחות הכרחיות
פירורים פירורים מצטרפים ללחם גדול
אוועטאר
ממי_שאמרו
שר האלף
תגובות: 1316
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 7:48 pm

Re: זכרונות פון קעמפ קר"י ראונד טאפ נ.י.

תגובה דורך ממי_שאמרו »

איך דערמאן זיך פון ראונד טאפ יעדע וואך ביי מלווה מלכה, ווען איך זינג שערי יושר...

די אקטיוויטעטן האט זיך אנגעהויבן תשס"א אדער ב. פארדעם זיכער נישט.

יוסעלע סלוצק טעיפ האט געארבעט אויף תולה ארץ אין יעדע באנק ביינאכט.

א קאמפיין דרשה פון בוש האב איך געהערט באהאלטענערהייט אין דעם קעמפ, הגם איך האב נישט פארשטאנען כמעט יעדע צווייטע ווארט...

איין מיינע צייטן איז עפעס געווען א סדר לויט די עלטער ווער עס גייט ווען.

ר' שמואל שלמה'ס גלאנץ איז אויך נאר געווארן שפעטער מיט די יארן. ער איז געווען די נאכמיטאג חומש רשי רבי אין משה אהרן טייטלבוים קלאס, און אויך געמאכט די בחינות, אינעם בעיסמענט פון ווידער פאלעטשעק בנין.

ר דוד שלמה עקשטיין האט געלאזט פרעגן קשיות אינעם קעסטל, ביז עס געווען א פראגע וועגן א מגיד שיעור וואס מאכט א תקיעת כף און פרעגט פריוואטע פראגעס.

ר יעקב טוביה ווייזער האט געכאפט די 14 טשענעל רעדיוס וואס קען אינטער הערן די מגידי שיעור.

ווען ברוך שלמה וויינבערגער האט אריינגעברענגט די טעיפ פון שפילמאן ווי ער רופט 911, יו האט דאס דערשראקן דעם עולם.

זרח שפירא איז געווען נאכט לייגער.

איין יאר געווען א קאלארוואר אז די מעיאר גייט קומען. דאס איז געווען א יאר נאך שפילמאן כמדומה לי.
דאס לעבן איז פארקערט פונעם 'אטעלאו' שפיל - אין אטעלאו געווינט מען אויב דרייט מען יענעם איבער צו וואס דו ביסט. אין לעבן איז דאס פונקט פארקערט! - ממי שאמרו

מפתח - ממי שאמרו
אוועטאר
פירורים
שר מאה
תגובות: 184
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2020 12:33 am
לאקאציע: ביים גמרא
פארבינד זיך:

Re: זכרונות פון קעמפ קר"י ראונד טאפ נ.י.

תגובה דורך פירורים »

געוועזן אין מיינער צייט נאן אויסדריק ק'אלטע ק'אלירטע ק'אלעי ביין בענטשן ווען מען האט געטיילט ר' בצלאל'ס קאלעי וואסער צו אין קעמפ ביין טיילען פון די סחורה!
א פחד פלעגט מיר כאפן צו מיינט דאס נישט די טרייענגעל היטען פון KKK כווייס נאך אלס נישט אולי זענען זיי געווען הינטער דעם,
דאס איז זיכער אז אין וויני'ס כאטקע און אין מאריאס בעסמענט האבען געהערשט ד נישט גוטע!
פירורים פירורים מצטרפים ללחם גדול
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

Re: זכרונות פון קעמפ קר"י ראונד טאפ נ.י.

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

שיינע ארטיקל אין מאמענט
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
ספיקער
שר מאה
תגובות: 200
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 28, 2015 2:52 pm
לאקאציע: און חתונה זאל

Re: זכרונות פון קעמפ קר"י ראונד טאפ נ.י.

תגובה דורך ספיקער »

שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:שיינע ארטיקל אין מאמענט

דעי וואך ?
אוועטאר
פירורים
שר מאה
תגובות: 184
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2020 12:33 am
לאקאציע: ביים גמרא
פארבינד זיך:

Re: זכרונות פון קעמפ קר"י ראונד טאפ נ.י.

תגובה דורך פירורים »

ספיקער האט געשריבן:
שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:שיינע ארטיקל אין מאמענט

דעי וואך ?

פרשת ואתחנן דאחט זעך
פירורים פירורים מצטרפים ללחם גדול
גאלדגרוב
שר האלף
תגובות: 1762
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 08, 2013 2:56 pm

Re: זכרונות פון קעמפ קר"י ראונד טאפ נ.י.

תגובה דורך גאלדגרוב »

פירורים האט געשריבן:
ספיקער האט געשריבן:
שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:שיינע ארטיקל אין מאמענט

דעי וואך ?

פרשת ואתחנן דאחט זעך

יא. שיין אראפגעלייגט. אבער שרייבט נישט ווער עס זענען געווען די איינגעשטעלטע דארט, מנהלים מלמדים וכדו' בלויז די נאסטאלגיע פון די גראז און ביימער, טייכל און וואלד, פליגן און דיינונג נידל.
אפענע וועלט
שר חמש מאות
תגובות: 946
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 17, 2015 3:26 pm

Re: זכרונות פון קעמפ קר"י ראונד טאפ נ.י.

תגובה דורך אפענע וועלט »

שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:שיינע ארטיקל אין מאמענט

איך האב ביז יעצט נישט מגיב כעווען. אבער איך מיז ארויסברענגען אן פוינט. אפשר האלטן אנדעדרע אויך אזוי.

די ראונדטאפ קעפט איז געבורין געווארן מיש מסירת נפש פון איין מענשט אויף די אייגענע צען פינגערס.. אליין זיך געפלאגט צו שאפן געלט. א נדבן פאר די ערשטע 20 אלפים, א מקוה. א בית המדרש. נישט געווען קיין סווימינג פאאל די ערשטע 3,4 יאר.
אלעס שווער געארבעט איינער אליין. ווי איז די קרעדיט?
די וועלט ענדיגט זיך נישט ביי אייוועלט, וואטסעפ און בחצרות. זעצט אייך לערנען וועט איר טרעפן א נייע וועלט.
אוועטאר
לייטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9019
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am
לאקאציע: אויפן לייטער

Re: זכרונות פון קעמפ קר"י ראונד טאפ נ.י.

תגובה דורך לייטער »

אפענע וועלט האט געשריבן:[qu"]שינט
איך האב ביז יעצט נישט מגיב כעווען. אבער איך מיז ארויסברענגען אן פוינט. אפשר האלטן אנדעדרע אויך אזוי.

די ראונדטאפ קעפט איז געבורין געווארן מיש מסירת נפש פון איין מענשט אויף די אייגענע צען פינגערס.. אליין זיך געפלאגט צו שאפן געלט. א נדבן פאר די ערשטע 20 אלפים, א מקוה. א בית המדרש. נישט געווען קיין סווימינג פאאל די ערשטע 3,4 יאר.
אלעס שווער געארבעט איינער אליין. ווי איז די קרעדיט?
[/quote]
די ביסט געווען אין די ערשטע 3 4 יאר? תש''נח נט ס סא?
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35431
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: זכרונות פון קעמפ קר"י ראונד טאפ נ.י.

תגובה דורך farshlufen »

זעמיר דארט געווען די ערשטע יאר איידערן עפענען.

כנ"ל, אפענע וועלט האט רעכט.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
פירורים
שר מאה
תגובות: 184
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2020 12:33 am
לאקאציע: ביים גמרא
פארבינד זיך:

Re: זכרונות פון קעמפ קר"י ראונד טאפ נ.י.

תגובה דורך פירורים »

גאלדגרוב האט געשריבן:
פירורים האט געשריבן:
ספיקער האט געשריבן:
שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:שיינע ארטיקל אין מאמענט

דעי וואך ?

פרשת ואתחנן דאחט זעך

יא. שיין אראפגעלייגט. אבער שרייבט נישט ווער עס זענען געווען די איינגעשטעלטע דארט, מנהלים מלמדים וכדו' בלויז די נאסטאלגיע פון די גראז און ביימער, טייכל און וואלד, פליגן און דיינונג נידל.

ריכטיג אז סיז שיין אראפ געלייגט אבער דיין הערה אז קיין נעמען פיגירן נישט פארשטיי איך אינגאנצען נישט מאמענט איז נישט קיין אשכולת פעלד ווי מען גיט א סווייפ אוועק אן אומ באקאנט אדער אומפארשטענדליך שטיקעל,
די ליינער פונעם מאמענט זענען לאוו דווקא ראונד טאפ גרעדואירער וואס ווייסן ווער חיים כייעם איז און צו דאס איז א נאמען צו א חיה און גם כן ווייסט נישט יעדער מאמענט ליינער ווער רב טעלער איז אויף צו שרייבען אז ער האט גערעדט צו די חברה ביין עסן כן נראה לי
לעצט פארראכטן דורך פירורים אום זונטאג אוגוסט 09, 2020 12:19 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
פירורים פירורים מצטרפים ללחם גדול
אפענע וועלט
שר חמש מאות
תגובות: 946
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 17, 2015 3:26 pm

Re: זכרונות פון קעמפ קר"י ראונד טאפ נ.י.

תגובה דורך אפענע וועלט »

לייטער האט געשריבן:
אפענע וועלט האט געשריבן:[qu"]שינט
איך האב ביז יעצט נישט מגיב כעווען. אבער איך מיז ארויסברענגען אן פוינט. אפשר האלטן אנדעדרע אויך אזוי.

די ראונדטאפ קעפט איז געבורין געווארן מיש מסירת נפש פון איין מענשט אויף די אייגענע צען פינגערס.. אליין זיך געפלאגט צו שאפן געלט. א נדבן פאר די ערשטע 20 אלפים, א מקוה. א בית המדרש. נישט געווען קיין סווימינג פאאל די ערשטע 3,4 יאר.
אלעס שווער געארבעט איינער אליין. ווי איז די קרעדיט?

די ביסט געווען אין די ערשטע 3 4 יאר? תש''נח נט ס סא?[/quote]

על זה נאמר הרחק מן הגילוי, סחור סחור לגילוי לא תקרב.
נו גוט. נו שוין... אין ברירה.
יא יא. נאך געווען ווען די לעקטער האט געקראכט יעדן צווייטן טאג.
אויך ווען רבינו שליט"א האט אינז באשיינט אלס טמיר ונעלם לקיים מה שנאמר ונס אל עיר מקלט.
די וועלט ענדיגט זיך נישט ביי אייוועלט, וואטסעפ און בחצרות. זעצט אייך לערנען וועט איר טרעפן א נייע וועלט.
Browsing
שר חמש מאות
תגובות: 643
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2018 2:45 pm
לאקאציע: אויפן געוועב

Re: זכרונות פון קעמפ קר"י ראונד טאפ נ.י.

תגובה דורך Browsing »

איר מיינט הרה"ח ר' אורי שווארץ לאויש"ט?
Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm

Re: זכרונות פון קעמפ קר"י ראונד טאפ נ.י.

תגובה דורך Programming »

נו אוודאי וועם דען?
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.
Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm

Re: זכרונות פון קעמפ קר"י ראונד טאפ נ.י.

תגובה דורך Programming »

שפילמאן קאלארוואר ליגט נאך אין די ביינער פון אלע איבערלעבער... שווער צו מעטשן אזאנס. עס האט געדארפט צו זיין ס"א

תש"ס איז שוין אויך געווען אקטיוויטיס - מען האט געקליבן בונדלעך אין פעלד. די פול איז הערשט באנייט געווארן ס"א די וואס זענען געגאנגען די ערשטע פאר וואכן האבן נאר געקענט זעהן די טאנקיר טראקס אנפילן דעם פול (וועלכע האט געהאט לעמפלעך פון אלע קאלירן שיינען אונטערן פול... לויט ווי אברהם מאיר מיללער האט מיט אזא זאפט אראפגעלייגט א יאר בעפאר)

דער קעכער האט דוכט זיך אלעמאל געמוזט הייסן מאשקאוויטש און דאס עסן איז געווען וטובל בשמן רגלו
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.
אוועטאר
נתן בן ופסי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5513
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 04, 2019 8:34 am
לאקאציע: מחנה ישראל

Re: זכרונות פון קעמפ קר"י ראונד טאפ נ.י.

תגובה דורך נתן בן ופסי »

Programming האט געשריבן:שפילמאן קאלארוואר ליגט נאך אין די ביינער פון אלע איבערלעבער... שווער צו מעטשן אזאנס. עס האט געדארפט צו זיין ס"א


אדרבה טייל עס מיט מיטען עולם, וואס איז געווען די מעשה דארט?
ה' נָתַן וה' לָקָח, יְהִי שֵׁם ה' מְבֹרָךְ (איוב א, כא)
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

Re: זכרונות פון קעמפ קר"י ראונד טאפ נ.י.

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

Programming האט געשריבן:שפילמאן קאלארוואר ליגט נאך אין די ביינער פון אלע איבערלעבער... שווער צו מעטשן אזאנס. עס האט געדארפט צו זיין ס"א

תש"ס איז שוין אויך געווען אקטיוויטיס - מען האט געקליבן בונדלעך אין פעלד. די פול איז הערשט באנייט געווארן ס"א די וואס זענען געגאנגען די ערשטע פאר וואכן האבן נאר געקענט זעהן די טאנקיר טראקס אנפילן דעם פול (וועלכע האט געהאט לעמפלעך פון אלע קאלירן שיינען אונטערן פול... לויט ווי אברהם מאיר מיללער האט מיט אזא זאפט אראפגעלייגט א יאר בעפאר)

דער קעכער האט דוכט זיך אלעמאל געמוזט הייסן מאשקאוויטש און דאס עסן איז געווען וטובל בשמן רגלו

יא! אבער צום סוף איז געווען ר' גרשון מענדל פעלדמאן.
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
אפשר נישט
שר מאה
תגובות: 147
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 21, 2020 11:12 pm

Re:

תגובה דורך אפשר נישט »

ידעתי האט געשריבן:
צדקה האט געשריבן:אוי נאסטאלאגיע... האב מיר דא פארבראכט די יונגע יארן... אוי, ס'דערמאנדט מיר די ביטערע טאג וואס די עלעטערע בחורים זענען געגענגען קריכן אויף די ביימער און איינער לעווי איז נעבעך געפאלן און אויסגעהויכט זיין נשמה אויפן ארט, ברררר אוי איז עס געווען שרעקעדיג, געדענג מיר נאך ווי דער - אזוי גערופענער - נוירס האט געהייסן כייעם דער איינציגסטער Firstresponder אינעם אומגעגנט...

איינער ווייסט, איז די קעמפ פארדינגען אדער פארקויפט?


קיינמאל גיהערט די מעשה.
וועלכע לעווי?

פארדינגען פאר א ישיבה פון ב"פ,
אוועטאר
גלעזעל
שר מאה
תגובות: 109
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 29, 2014 12:37 pm

Re: Re:

תגובה דורך גלעזעל »

אפשר נישט האט געשריבן:
ידעתי האט געשריבן:
צדקה האט געשריבן:אוי נאסטאלאגיע... האב מיר דא פארבראכט די יונגע יארן... אוי, ס'דערמאנדט מיר די ביטערע טאג וואס די עלעטערע בחורים זענען געגענגען קריכן אויף די ביימער און איינער לעווי איז נעבעך געפאלן און אויסגעהויכט זיין נשמה אויפן ארט, ברררר אוי איז עס געווען שרעקעדיג, געדענג מיר נאך ווי דער - אזוי גערופענער - נוירס האט געהייסן כייעם דער איינציגסטער Firstresponder אינעם אומגעגנט...

איינער ווייסט, איז די קעמפ פארדינגען אדער פארקויפט?


קיינמאל גיהערט די מעשה.
וועלכע לעווי?

זיין יארצייט איז געווען די וואך מאנטאג כז אב לע"נ הב' יואל יהודה ע"ה ב"ר יוסף דוד שליט"א
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

Re: Re:

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

אפשר נישט האט געשריבן:
ידעתי האט געשריבן:
צדקה האט געשריבן:אוי נאסטאלאגיע... האב מיר דא פארבראכט די יונגע יארן... אוי, ס'דערמאנדט מיר די ביטערע טאג וואס די עלעטערע בחורים זענען געגענגען קריכן אויף די ביימער און איינער לעווי איז נעבעך געפאלן און אויסגעהויכט זיין נשמה אויפן ארט, ברררר אוי איז עס געווען שרעקעדיג, געדענג מיר נאך ווי דער - אזוי גערופענער - נוירס האט געהייסן כייעם דער איינציגסטער Firstresponder אינעם אומגעגנט...

איינער ווייסט, איז די קעמפ פארדינגען אדער פארקויפט?


קיינמאל גיהערט די מעשה.
וועלכע לעווי?

פארדינגען פאר א ישיבה פון ב"פ,

למעשה איז ר' אלכסנדר נחום גאטליעב איז געווען די ריספאנדער אויפן ארט
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
אוועטאר
קוגל מיט פיקל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 338
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 29, 2018 11:37 am

Re: זכרונות פון קעמפ קר"י ראונד טאפ נ.י.

תגובה דורך קוגל מיט פיקל »

יא, מ'געדענק מיר נאך אזוי.

ווען רבי אורי שווארץ האט געהאט זיין פראוואזארישן אפיס, ארומגענומען מיט א בלויע שלאק וועלכע האבן געדינט אלס די פיר ווענט. דער אויוון דארט אינעם קליינעם לאנטש רום איז געועון אנגעפילט מיט קאפיס פון די זוממער חמשים...

אין יענע קליינע לאנטש רום האט מהר"א, דעמאלט אלס רב, געפירט אמאל א 'שבת התאחדות' מיט די בחורים, מ'האט דעמאלט געטיילט קליינע זמירות דברי יואל'ס מיט אריינגעקריצטע ווערטער "לרגל שבת התאחדות וכו'"...

אויף די אנדערע זייט פונעם בנין איז געווען א קלענערע לאנטש רום ווי די קינדער פלעגן עסן. איי יענע שבתים... ר' שמואל שלמה טעללער האט שבת אנגעפירט מיט די ניגונים, אוי האט דאס געקנאקט...

אינעם בחורים בית המדרש פלעגט די ישיבה זיין סטאנציאנירט, אוודאי געוויס דענק איך די דרשות פון רבי דוד שלמה עקשטיין.

דאכט זיך אז אין טייל יארן איז דעמאלט געווען דער מנהל ישיבה קטנה רבי העניך שעהר פון קרית יואל. רבי שלמה זלמן וויינבערגער האט פארגעלערנט שיינע מדע שיעורים. דאכט זיך אז שפעטער איז ר' חיים לייב זילבערשטיין געווארן דער מנהל.

ווען לעווי איז געפאלן פון בוים איז ר' אברהם ישכר כייעם מיט ר' סענדער נחום גאטליעב געלאפן די ערשטע אין וואלד אריין, אוי איז דאס געועון קאשמארן.

אין גאר פריע יארן איז ר' זלמן לייב בן רבי אורי געווען דער מלמד פאר די קינדער.

פאר הרב כייעם איז דער לייף-גארד געווען ר' אברהם יונה שווארץ, היינט א מלמד אין סאטמאר בארא פארק.

ר' אלטר משה קליין פון קרית יואל האט דעמאלט אנגעפירט די אקטיוויטיס ביי די קינדער, גערופן "סדר השעה". עס איז געווען "סדר השעה בחוץ" און סדר השעה בפנים".

אין די ערשטע יארן ווען מען האט געבויעט דעם ריזן סווימינג פול, איז געזעסן א גרויסער פלושענעם ברוינעם בערעלע העכער'ן אריינגאנג צום שווים באסיין. איינער געדענקט?...

אין די ערשטע יארן, איז אדמו"ר מהר"א'ס באנגעלוי געווען נאכ'ן סווימינג פול, און שפעטער האט מען געבויעט א ספעציעלן הויז פאר'ן רבי'ן אויפ'ן שפיץ בארג אינדרויסן פונעם קעמפ. א יאר נאך תשס"ו ווען דער רבי איז געווארן רבי, איז דעם רבינ'ס באנגעלוי אויפ'ן בארג געווארן דער סטאנציע פאר די תלמידי שערי חמלה.

ברויך מיר זיך דערמאנען נאך...
אוועטאר
קוגל מיט פיקל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 338
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 29, 2018 11:37 am

Re:

תגובה דורך קוגל מיט פיקל »

גיכער האט געשריבן:איך בין דארט געווען שנת נ״ט פאר בלויז צוויי וואכן און עס ליגט מיר נאך גאר גוט אין די ביינער
די הערליכע פאנאראמע קען איך נישט פארגעסן די עסן איז געווען מלא טעם געקאכט דורך ווערצבערגער פון ק״י (גרשי׳ס טאטע)
אויך האמיר געלערענט גאר פלייסיג דעמאלדטס , מען האט אפילו געמאכט אקטיוועטיס אויך
יאפס סאיז פיין געווען

יא, אנהויב האט געקאכט ווערצבערגער, דערנאך מאשקאוויטש פון וויליאמסבורג, און דערנאך ר' מענדל גרשון פעלדמאן.

איינער דענקט נאך "פאול" דער גראז שניידער?

אוי איז דאס געווען צייטן
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

Re: Re:

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

קוגל מיט פיקל האט געשריבן:
גיכער האט געשריבן:איך בין דארט געווען שנת נ״ט פאר בלויז צוויי וואכן און עס ליגט מיר נאך גאר גוט אין די ביינער
די הערליכע פאנאראמע קען איך נישט פארגעסן די עסן איז געווען מלא טעם געקאכט דורך ווערצבערגער פון ק״י (גרשי׳ס טאטע)
אויך האמיר געלערענט גאר פלייסיג דעמאלדטס , מען האט אפילו געמאכט אקטיוועטיס אויך
יאפס סאיז פיין געווען

יא, אנהויב האט געקאכט ווערצבערגער, דערנאך מאשקאוויטש פון וויליאמסבורג, און דערנאך ר' מענדל גרשון פעלדמאן.

איינער דענקט נאך "פאול" דער גראז שניידער?

אוי איז דאס געווען צייטן

עס איז געווען מער ווי איין מאשקאוויטש
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
פארשפארט

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”