געאגראפיע און נאך פון ארץ ישראל

אידישע און אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

טוב ה' לכל
שר מאה
תגובות: 202
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

עעמק יזרעאל

תגובהדורך טוב ה' לכל » מאנטאג סעפטעמבער 16, 2019 2:23 pm

פארן מיר אראפ דעם 722, מיר גרייכן דעם 66 און מאכן א לינקס דערויף. פארן מיר אריבער פון אינטער די שטאט יוקנעם. א שיינער שטאט אויף א בערגל צווישן די הרי כרמל און עמק יזרעאל.
אויפן 66 האלטן מיר זיך א לענגערע צייט. מיר פארן נעבן די שיין באוואקסענע בערגלעך פון רמת מנשה, ווי עס געפינען זיך באהאלטן מערערע פרייע ישובים.
ביז מיר גרייכן דעם אינטערסעקציע מיט די פארנומענע 65. ביים ווינקל געפינט זיך איינס פון די עלטסטע שטעט אין די וועלט 'מגידו'.

מגידו ווערט אסאך דערמאנט אין נ''ך, אלץ א וויכטיגע שטאט. שלמה המלך האט דארט געבויט זיינע גרויסע שטאלן, וואס לויט געוויסע זעט מען עס דארט אויפן שטח. און שפעטער ווערט עס אויך דערמאנט אלץ די ארט ווי יאשיהו המלך איז געווארן געהרג'ט דורך פרעה נכו, און נאך אסאך.
מגידו איז געווארן גאר אסאך אויפגעגראבן און איז א וויכטיגע ארט פאר די חוקרים פון ווי זיי שעפן ידיעות און יסודות און ארכיאלאגיע. דאס ארט איז טאקע באשטימט אלץ אינטערנאציאנאלע וויכטיגע ארט, דורך די יו. ען.
היינט קען מען דארט באזוכן פאר א מינימאלע אפצאל און זען מערערע גאר אינטערסאנטע איבערבלייבענישן פון זמן תנ''ך. אין שפיץ דערפון, א אלטע גאר סאפיסטיקירטע וואסער קאנאל פארן שטאט.
דערנעבן איז היינט דא א קלענערע אידישע ישוב 'מגידו' לשמו ולזכרו.
גלייך קעגן איבער איז דא די ישוב 'היוגב' וואס איז די לענגסטע מושב אין ארץ ישראל.

ביים אינטערסעקציע וועלן מיר זיך דרייען לינקס. ווייטער גראד קומט מען אן צו די שטחים, די מערב ברעג, נישט ווייט פון די טעראריסטישע שטאט 'זשענין'. און לינקס קומט מען אן צו עטליכע אראבישע שטעט אין ארץ ישראל, ובראשם די גרויסע שטאט 'אום אל פחם', און ביי די ענדע גרייכט עס די כביש שש.
פארן מיר לינקס פארבלייבענדיג אינעם שיינעם 'יזרעאל' טאל. מיר פארן אריבער די 675 ווי עס געפינען זיך אסאך אידישע דערפלעך. מיר פארן ווייטער ביז מיר גרייכן די שטאט 'עפולה', ווי די 65 שניידט אדורך אינדערמיט.

עפולה איז א שיינער שטאט. איין טייל געפינט זיך אין די פלאכע טאל ווי מיר זענען יעצט, און די צווייטע טייל, די נייע, ציט זיך ארויף אויף די דערנעבנדיגע בארג 'גבעת המורה' וואס קוקט אראפ אויפן גאנצן שטאט פון אויבן.
די בארג גבעת המורה ווערט דערמאנט אין שופטים ביי די מלחמה מיט סיסרא, און ברק בן אבינועם און דבורה הנביאה. עס איז גאר א שיינע בארג, זיך ארויפציענדיג אינמיטן א טאל ווי אלעס ארום איז פלאך און נידריג, דעריבער איז עס דערקענבאר פון ווייט אוועק.
לעצטנס ציען זיך דא צוביסלעך אריין מערערע חרדים, וויזניצע און ליטווישע. די נייע היימישע ישוב איז ארויף לעצטנס אין די העדליינס צוליב די סאמאטוכע ארום די צוטיילטע קומזיץ אין שטאט, וואס האט אויפגערודערט די קליינע לאנד ווי עס איז אלץ דא נייעס. מען זאגט אז ווען נייעס וואלט געווען ווערט געלט, וואלט מדינת ישראל געווען די רייכסטע לאנד איבער די וועלט...
אין צענטער פון שטאט קען מען ארויף פארן אויפן 60 צו צפון, וואס פירט צו נצרת ווי מיר זענען נארוואס געווען. און אויפן וועג פארט עס אריבער עטליכע אידישע ישובים, צווישן זיי 'כפר גדעון' ווי עס האט געוואוינט די באקאנטע צדיק פון כפר גדעון, ר' יעקב משה קרעמער.

דא אינטער דער בארג 'גבעת המורה', אביסל ארויס פונעם שטאט, איז דא קליינעם אראבישן דערפל 'סולם', וואס די חוקרים נעמען אן אז דאס איז די 'שונם' פון נ''ך.
שונם איז געווען די וואוין ארט פון די אשה ה'שונמ'ית ווי אלישע הנביא פלעגט איינשטיין, און דא איז זי נפקד געווארן מיט א קינד בזכותו, און דא האט פאסירט די תחיית המתים מיט אים, ווי דערציילט אין מלכים. לויט די זוהר הקדוש איז דאס קינד געווען חבקוק הנביא, וואס איז אויב אזוי נתגדל געווארן דא אין דארף און דא געדינט דעם אייבערשטן כראוי, א הייליג מקום.
עס איז דא א מסורה איבער א געוויסע מקום אינעם דארף אז דארט איז געווען די בית השונמית, און מען פארט אהין פאר ישועות און בעיקר פאר פקידת עקרות. דער סטייפלער פלעגט אהין שיקן, און היינט שיקט אהין זיין זון ר' חיים קניבסקי.

נאך עפולה און שונם, פארן מיר ווייטער אויפן 65. מיר פארן הארט אינטער דעם שטאלצן גבעת המורה בארג. מיר פארן אדורך די אידישע ישובים 'אחוזת ברק' און 'דברת', גערופן נאך ברק בן אבינועם און דבורה הנביאה וואס האבן דא מלחמה געהאלטן מיט סיסרא.
אויפן בארג זעהען מיר אראבישע ישובים 'נין' און 'דחי'. דערנאך פארן מיר אריבער דעם זיבן פופצן וואס פירט צו דרום. און דערנאך זעהען מיר שוין שטיין דעם פראכטיגן בארג 'הר תבור' פאר אונזערע אויגן.

הר תבור איז א זעלטן שיינעם בארג און ווערט געזען פון גאר ווייט אוועק, וויבאלד עס שטארצט ארויס הויעך פון א רעלאטיוו נידריגע ארום. די הייעך דערפון איז בערך 2000 פיס, גאנץ הויעך פארן גליל התחתון.
דער בארג ווערט דערמאנט עטליכע מאל אין תנ''ך. און חז''ל דערציילן אונז אז די הר תבור איז פון די בערג וואס זענען געקומען בעטן אז מען זאל געבן אויף זיי די תורה. אויך שטייט אין חז''ל אז די הר תבור וועט זיין איינס פון די בערג וואס גייען זיין אינטערן בית המקדש "עתיד הקדוש ברוך הוא להביא סיני ותבור וכרמל ולבנות בית המקדש עליהם".
אויך ווערט עס דערמאנט אין די פסוקים אלץ די גבול צווישן די שבטים יששכר זבולון און נפתלי. און אין תהלים שטייט 'תבור וחרמון בשמך ירננו'. ווי אויך איז דא פארגעקומען די מלחמה מיט גדעון בן יואש.

היינט געפינט זיך אויפן שפיץ בארג א קריסטישע קלויסטער. זיי האלטן שוין דעם בארג הייליג פאר אריבער טויזענט יאר, און האבן אלע יארן א קלויסטער און מאנאסטיר אויפן שפיץ בארג.
די שביל ישראל לויפט אדורך אויפן בארג, ארויף צום שפיץ און דערנאך צוריק אראפ. ווי אויך זענען פארהאן עטליכע אראבישע דערפער אויף די נידריגערע טיילן פונעם בארג.

מיר פארן ווייטער צופיסנס פונעם הר תבור, ביז מיר זעהען א שאסיי 7276. מיר פארן ארויף דערויף און מיר פארן אדורך א ישוב 'עין דור', וואס ווערט גערופן על שם די שטאט 'עין דור' וואס ווערט דערמאנט אין 'שמואל' אלץ די שטאט ווי שאול המלך איז געגאנגען זיך נאכפרעגן ביי שמואל הנביא דורכן אים ארויפברענגן וכו'.
דערנאך האבן מיר די ישוב 'כפר קיש', און דערנאך דאס אראביש דערפל 'כפר מיסר'. און ביי די ענדע גרייכן מיר די ישוב 'גזית'.
אינדרויסן פון גזית פארט מען אביסל ארום אויף די הערליכע בערגלעך ארום, ווען די גאנצע צייט זעט מען פונדערווייטנס די הר תבור אראפ קוקן אויף אונז. די וועגן זענען זאמדיגע וועגן און נישט געאייגענט אין א טאג פון א רעגן.
פארן מיר ביז מיר גרייכן א אלטן בנין, מיט א מצבה אינדערמיט. וואס די כפתור ופרח נעמט אן אלץ דעה יחידאה אז דא געפינט זיך די קבר פון 'דן בן יעקב'.

פון דא פארן מיר צוריק דעם זעלבן וועג ביז מיר גרייכן צוריק דעם 65. מיר פארן דערויף, אדורכפארנדיג די ישוב' כפר תבור', ביז מיר גרייכן דעם 767. מיר דרייען זיך ארויף דערויף מיט א רעכטס, און מיר הייבן אן צו פארן דערויף אין ריכטונג פונעם דרום טייל פונעם כנרת.

טוב ה' לכל
שר מאה
תגובות: 202
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

הגולן

תגובהדורך טוב ה' לכל » דאנארשטאג סעפטעמבער 19, 2019 6:44 pm

פארן מיר אויפן 767. צום ערשט האבן מיר א אידישע ישוב 'שדמות דבורה'. דערנאך די טשערקאסישע ישוב 'כפר כמא', מיט וועמען מיר האבן זיך שוין באקאנט אפאר וואכן צוריק אין 'ריחאניה' דארט הויעך אויבן ארויף. דערנאך פארן מיר אריבער דעם אידישן ישוב 'שרונה'.
יעצט פארן מיר דא אריין אין א שיינעם טאל, 'בקעת יבנאל', ווי מיר האבן טאקע די ישוב 'יבנאל', וואס איז געווארן באקאנט אין די לעצטע יארן דורך הרב שיק פון יבנאל.
הרב שיק האט זיך דארט האלבוועגס באזעצט מיט יארן צוריק אין די תש''מ יארן נאך, און אהינגעברענגט א טייל פון זיינע בעלי תשובות צו וואוינען, טראץ אומצופרידענהייט פון די ארטיגע איינוואוינער. מיט די יארן האט ער דארט אויפגעבויט א גרויסן שיינעם בית המדרש מיט א גרעסערע קהלה ארום.
ער איז אוועק דאכצעך אין יאר תשע''ה, און מען האט אים געלייגט אין זיין חלקה דארט אינעם ארטיגן בית החיים. ער האט געשריבן אין זיין צוואה א הבטחה פאר יעדער וואס זוכט א שידוך וואס וועט קומען צו זיין ציון און אויסזאגן גאנץ תהלים ברציפות, דער וועט זיכער טרעפן א שידוך בקרוב, דעריבער קומט מען מער אהין לעצטנס.
בכלל איז עס א שיינע שטאט, מיט הערליכע פעלדער ארום אינעם טאל. די שטאט איז נישט צו גרויס און איז שיין נידריג פארבויעט.
אין דער טאל איז פארהאן מערערע ארכיאלאגישע ערטער, ווי אידן האבן געוואוינט בזמן הבית און בעיקר בזמן האמוראים, צווישן זיי: חורבת בית גן, חורבת כפר ימה, חורבת עטוש, חורבת אבצם, חורבת סרגונה, חורבת ציידתה, חורבת שרונה, תל אדמי און חורבת דמין.

פארן מיר אדורך דעם שטאט אין צענטער, און דערנאך ארויס פון די אנדערע זייט. מיר פארן אריבער די ישוב 'אלומות'. און דערנאך הייבן מיר צו נידערן אויף א געדרייטן שאסיי אראפ און אראפ צום נידריגן כנרת אזערע, וואס ליגט אויסגעשפרייט פאר אונז מיטן פולסטן פראכט.
אנקומענדיג אינטן אויפן אפגרונד, גרייכן מיר דעם ניינציגער מיט וועם מיר האבן זיך שוין גוט באקענט, און עטליכע מאל שוין גענוצט ביי אונזער יעצטיגע לאנגע רייזע אין צפון. מיר מאכן דערויף א רעכטס און מיר פארן נעבן דעם כנרת פאר א לענגערע וויילע.
מיר פארן אריבער די ישובים 'כנרת' און 'דגניה', ביז מיר גרייכן די באקאנטע אינטערסעקציע 'צומת צמח'. דא לאזן מיר אפ דעם ניינציג און מיר האלטן זיך ווייטער צו כנרת דורכן זיך דרייען לינקס ארויף אויפן 92!! רוב מענטשן וואס פארן ארום אין ארץ ישראל קומען נישט אן דא אויף דער שאסיי, איר האט עס יא, זכית, אשריך...

דא געפינען מיר זיך נעבן די כנרת די אנדערע זייט פון טבריא וואס מען זעט פונדערווייטנס, ווען העכער אונז ציען זיך ארויף די שיינע גולן בערג, די בערג וואס מען זעט טאקע ווען מען שטייט אין טבריא און מען וואונדערט זיך אלץ וואס למען השם דארט איז... יעצט וועלן מיר אייך ענדליך אנטפלעקן די סודות וואס דער בארג אנטהאלט אויף זיך.
אבער צום ערשט וועלן מיר זיך האלטן אויפן 92 און פארן נעבן דעם כנרת. קודם פארן מיר אריבער עטליכע ישובים וואס ליגן נעבן די כנרת.
צום ערשט פארן מיר אריבער 'תל קציר'. דערנאך האבן מיר 'האון'. אין האון געפינט זיך א גרויסע פארם פון 'בת היענות'... אמאל פלעגט מען דארט קענען באזוכן, אבער היינט צוטאגס איז עס נאר פאר מסחר. און כאטש איר האט נישט געוואוסט האב איך פאר אייך נייעס, אז דער מאדנער הויכע דארער פייגל וואס קינד און קייט ווייסן צו זאגן פון אים, איז ווערט אסאך געלט. יא, קוקט אויס אז דו ווייסט נאך נישט אלעס...
למשל, די הויט דערפון איז די מערסט טייערע הויט אין די וועלט נאך דעם קראקאדיל הויט. די פעדערן דערפון פארקויפט זיך אויך פאר גוט געלט, און אפילו די ריזיגע אייער זיינע איז א טייערע חפץ, וואס מענטשן ניצן צו מאלן דערויף זייערע קינצלערישע ארטווערק.
בקיצור, אויב ווילסטו וויכטיג קויפן א איי פון א בת היענה פאר דיינע ארטס און קרעפטס אקטיוויטעטן, דאן קענסטו רוהיג אריינגיין אינעם פארם און אויך אין איינוועגס הנאה האבן און זען די שיינע פייגלעך. אבער אויב ווילסטו נאר קוקן אויף די קעלבערנע בת היענה'ס, דאן וועט איר דארפן זוכן א צווייטע פלאץ, דא איז 'אנלי פאר סעיל'...

שוין, פארן מיר אריבער האון מיט א טרויעריגע מינע, וויסענדיג אז מיר פארפאסן דא אינטערעסאנטע 'בת היענה'ס', און מיר פארן ווייטער, עס איז דא נאך אינטערעסאנטע זאכן צו זען, די וועלט האט זיך נישט געענדיגט ביי די בת היענה...
מיר פארן ווייטער אויפן 92 נעבן דעם פראכטפולן בלויען כנרת. מיר פארן אריבער א ישוב וואס רופט זיך 'עין גב' – א אויג אויפן רוקן, קוקט אויס זיי האבן באקומען דאס פון וואס אלע קינדער חלומ'ן...
דערנאך פארן מיר אריבער 'רמות', און מיר פארן ווייטער ביז מיר גרייכן דעם 87. דא מאכן מיר א רעכטס דערויף און הייבן אן ארויפצופארן אויף די 'גולן הויעכן'.

אבער צום ערשט וועלן מיר געבן א קורצע איבערזיכט איבער די היסטאריע און געאגראפיע דערפון. נאכדערצו נאכדעם וואס עס איז געווען לעצטנס אין די נייעס צוליב פרעזידענט טראמפ'ס אנערקענונג דערויף, און אלע ווילן וויסן וואס דאס באדייט און צו וואס עס האט אויסגעפעלט.
די גולן ווי מען האט שוין גערעדט, איז בערג וואס קוקן אראפ אויף די כנרת און די ארום, אריינגערעכנט די גאנצע 'עמק החולה' וואס מיר האבן שוין העפטיג און גרינטליך באזוכט. די סירישע האבן רעגירט דערויף פאר אסאך יארן, און עס גענוצט צו טערארעזירן די ארטיגע איינוואוינער דורך זיי באשיסן פון אויבן אראפ מיט הייסע געווער, און עס האט טאקע געקאסט אסאך אידישע קרבנות.
ווען די זעקס טאגיגע מלחמה האט אויסגעבראכן, האבן די איזראעליס באשלאסן אז גענוג איז גענוג און מען דארף זיי פארשיקן פון דא און נאר אזוי וועט זיין מנוחה. האט מען זיי טאקע פארטריבן מיט שווערע שלעגערייען און העפטיגע מלחמות אויף טריט און שריט, ביז מען האט זיי אריינגעשיקט טיף אין זייער טעריטאריע, און זיי נישט געלאזט צוריקקומען צו דארט אויך נאכן ענדיגן די קריג.

די סירישע האבן זיך שטארק געשלאגן אויף אלע סארט אופנים צו צוריקבאקומען זייערע שטחים, בפרט אין יאר תשל''ב ביי די מלחמת יום כיפור כלשונם, אבער די איזראעליס האבן נישט געהאלטן דערביי צוליב די אויבנדערמאנטע סיבות און האבן זיך העפטיג געשלאגן אז עס זאל בלייבן ביי זיי. עפעס א שטיקל הסכם איז שפעטער פארגעקומען צווישן זיי, אבער שוואכע מעשיות. ביז היינט האלט די סירישע רעגירונג אז עס געהערט פאר זיי.
למעשה איז דאס צום ערשט געווען א טייל פון די אקופירטע שטחים, אזוי ווי יהודה און שומרון וואס איז נאך היינט נישט געהעריג א טייל פון מדינת ישראל, כאטש עס טוט זיך אויך איבער דעם בפרט אין די יעצטיגע טעג וואס נתניהו האט צוגעזאגט צו אנעקסירן עמק הירדן און נאך.
שפעטער אבער, אין יאר תשמ''א, האט מדינת ישראל באשלאסן עס צו אנעקסירן, דאס הייסט אז עס זאל זיין געהעריג א טייל פונעם לאנד מיט אלע געזעצן און בענעפיטן אזוי ווי אין תל אביב און חיפה. די יו. ען. האט דאס נישט אנערקענט און שטארק פארדאמט כדרכם, און די לענדער ארום די וועלט אנערקענען עס נאך ביז היינט נישט, און ביי זיי איז דאס דאס פארכאפטע שטחים וואס מען דארף צוריקגעבן.
למעשה לייגט מען נישט קיין דריק אויף מדינת ישראל אז זיי זאלן עס צוריקגעבן אזוי ווי אויף יהודה און שומרון, סיי וויבאלד עס איז נישט שכל'דיג און פראקטיש. און אויך איז דא א גרויסע חילוק צווישן יהודה ושומרון און די גולן בערג - אין די גולן בערג זענען נישט געבליבן כמעט קיין שום אראבער פון סיריע וואס שרייען און רידערן טאג טעגליך אז זיי ווילן צוריקגיין אדער האבן א אייגענע לאנד, אנדערש ווי יהודה און שומרון ווי עס וואוינען אפאר מיליאן אראבער וואס א טייל פון זיי שרייען אז זיי ווילן א אייגענע לאנד און נישט זיין אינטער מדינת ישראל, וואס דאס הערט זיך איבער די גאנצע וועלט, און מען איז אסאך פארנומען צו ארויסהעלפן די פאלעסטינע אראבער אין זייער קאמף קעגן די מדינה.

טראמפ האט באשלאסן צו אנערקענען די אנעקסירונג אויף די גולן הויכן פון מדינת ישראל, פאר צוויי אנגעבליכע סיבות. איינס, וויבאלד געזעצליך געהערט עס פאר זיי, און דאס על פי א אלוועלטליכע געזעץ אז אויב א לאנד גייט ארויס קעגן א צווייטע, קען די צווייטע לאנד וואס קעמפט צוריק פאר פארטיידיגונג, האלטן די שטחים וואס זי נעמט איין פונעם שונא, א שטראף פארן אנהייבן א מלחמה שלא כהלכה.
און צווייטנס, נאך די סכנה'דיגע מצב אין סיריע די לעצטע יארן מיט די אלע מלחמות און אומריען, מוז מדינת ישראל בלייבן אזוי, כדי צו האלטן גענוג ווייט די אלע טעראר גרופעס פון זייערע באוואוינטע געגענטער.
למעשה איז דאס נאר א סימבאלישע אקט און נישט אין די למעשה, וויבאלד מדינת ישראל האט עס שוין פון לאנג געטון און פירט עס שוין ווי א טייל פון זייער גאנצע לאנד פאר לאנגע יארן, און עס איז בכלל נישט פארהאן קיין רעדע און א צד עס צוריק צוגעבן פאר אזא ארכי שונא ווי סיריע. נאר דאס פעלט זיי אויס, מיט עזה נעבן תל אביב און לבנון נעבן חיפה, דארפן זיי אויך סיריע נעבן טבריא...

בעפאר מען האט עס איינגענומען האבן דארט געוואוינט בערך הונדערט דרייסיג טויזענט אראבער אין פופציג שטעט. בשעת די מלחמה זענען אלע אנטלאפן, און די איינציגע אראבער וואס זענען דארט פארבליבן ביז היינט זענען די סירישע דרוזן, אפאר טויזענט סירישע דרוזן וואוינען היינט אין צפון גולן אין עטליכע גרויסע שטעט. זיי זענען נישט אנטלאפן בשעת די מלחמה, נאר געבליבן געהעריג אין זייערע שטעט, און דאס איז היינט ווי א ביין אין האלז פאר די איזראעליס.
דאס איז, וויבאלד באמת זאגט די דרוזישע רעליגיע אז מען דארף זיין שטארק געטריי פאר די לאנד אין וואס מען געפינט זיך, נישט קיין חילוק וואו און ווער, און דעריבער זענען טאקע די דרוזן אין מדינת ישראל געטריי פארן לאנד און האלטן זיך פאר געהעריגע בירגער, וואו מיר ווייסן שוין. אבער די דרוזן פון סיריע אנערקענען נישט די אקופאציע פון די איזראעליס אויף די סירישע געביטן, דעריבער זענען זיי נישט מחויב צו זיין געטריי צו זיי...
זיי האבן טאקע ניטאמאל קיין איזראעלי פאספארטן און האלטן זיך פאר געהעריגע סירישע בירגער, זיי האבן נאר אזא האלבע סערטיפיקאט וואס באשטעטיגט אז זיי וואוינען אין מדינת ישראל. יעצט מיט די אלע אומרוען אין סיריע, און בפרט ווען די אסאד רעגירונג האט געטשעפעט די ארטיגע דרוזן, האבן מערערע אנגעהויבן צו ווילן זיין מדינת ישראל בירגער און האבן ארויסגענומען איזראעלי בירגערשאפט, אלעס ביז זיין רוהיגקייט...

מיט די יארן האבן זיך אויפגעבויעט מערערע אידישע ישובים אויף די בערג. אין אנהייב מער דורך מתנחלים, אזוי ווי אין יהודה ושומרון, וויבאלד עס איז דאן נאך געווען פריש אקופירטע שטחים וואס איז געווען אין א סכנה פון ווערן צוריקגעגעבן... אבער שפעטער ווען עס איז שוין געווארן געהעריג אנעקסירט, איז עס געווארן נארמאל באוואוינט מיט אלע סארטן מענטשן.
אבער נאך אלץ איז עס זייער ליידיג און היבש שיטער באוואוינט, און לכאורה די ווייניגסט באוואוינטע ארט אינעם לאנד נאך די נגב מדבר. אויך איז א גרויס טייל דערפון פארנועמן דורך די מיליטער וואס פירן דארט דורך זייערע מושטירונגען, זייענדיג א גוטע פלאץ פאר דעם, זייענדיג ווייט פון געדעכט באוואוינטע שטחים וואס רוב לאנד צייכנט זיך אויס מיט יא זיין געדעכט באוואוינט.
למעשה פארמאגט עס דריי און דרייסיג ישובים. טייל פרומע, און א טייל פרייע און געמישטע. און וואוינען בערך פופציג טויזענט מענטשן דארט, האלב דערפון אידן און די אנדערע האלב דרוזן.

לגבי די אלטע היסטאריע פון די גולן, איז אזוי:
אין די תורה ווערט עס דערמאנט אלץ טייל פון די חלקה פון מנשה אין די עבר הירדן. שפעטער האט מען דא אסאך געוואוינט בזמן המשניות והגמרא, און מען האט געפינען אין ארכיאלאגישע גרובינגען, גאר אסאך אלטע בתי מדרשים פון יענע צייטן.
איין גאר אינטערעסאנטע געפינס, איז א טויער פון א בית המדרש געשריבן דערויף 'זה בית מדרשו של רבי אליעזר הקפר'!! דאס הייסט אז דארט איז געווען די בית המדרש פון דעם תנא הקדוש 'רבי אליעזר הקפר' פון וועם מיר לערנען אין די גמרא, און אויף וועמענס קבר מיר זענען שוין פריער געווען. דאס איז א מעכטיגע געפינס און ממש א זעלטענהייט. מען האט עס געפינען אין חורבת דבורה.

אויך האט מען געפינען גאר אסאך אלטע מאדנע קברים גערופן 'דולמנים'. דאס איז אזא סארט מאדנע ריזיגע שטיין וואס די ארטיגע איינוואוינער פון די צייטן נאך בעפאר די אידן האבן עס איינגענומען, פלעגן מאכן איבער זייערע נפטרים. טויזנטער דערפון ליגן אויסגעשפרייט איבער די גולן בערג.
דאס שטימט מיט דעם וואס די תורה הקדושה דערציילט אונז איבער ריזן – ענקים וואס האבן דא געוואוינט אין יענע יארן.
אויך האט מען געפינען גאר א אינטערעסאנטע געבוי וואס זיי רופן היינט 'גלגל רפאים', וואס געפינט זיך אין דרום הגולן ביי די גרעניץ מיט סיריע. וואס באשטייט פון עטליכע ריזיגע שטיינער רינגען ארום א געבויטע בארג אין די צענטער.
פון אינטן קען מען עס ניטאמאל אויפכאפן, אזוי גרויס איז עס, נאר פון דער הייעך קען מען זען דעם אינטערעסאנטן געבוי. די חוקרים ווייסן נישט וואס דאס איז און פארוואס מען האט דאס געבויעט, צו א אלטע סארט זון זייגער און לוח, צו א סארט עבודה זרה. עס זענען דא וואס ווילן אפילו זאגן אז דאס איז די קבר פון עוג מלך הבשן וואס האט דא געקעניגט, ווייז אויף אז נישט...

די הויפט שטאט פון די גולן איז די שטאט 'קצרין'. בעצם די איינציגסטע אידישע שטאט אין די גולן.
דארט איז דא א באקאנטע וויין פאבריק ווי מען קען באזוכן. ווי אויך א אינטערעסאנטע ארכיאלאגישע מוזעאום פון אלע אינטערסאנטע געפינסן וואס מען האט אנטדעקט אויף די גולן בערג, צווישן זיי א אלטע בית המדרש וואס זיי האבן דארט געפינען אויפן פלאץ און עס שיין איבערגעבויעט צו קענען באזוכן.
אויך האבן זיי דארט געפינען א קבר געשריבן דערויף 'הדין משכבו דרבי אבון', וואס מעגליך אז דאס איז די קבר פונעם אמורא ר' אבון וואס ווערט אסאך דערמאנט אין ירושלמי.
ווי אויך האבן זיי דארט איבערגעבויעט א גאנצע אלטע אידישע דארף מזמן האמוראים וואס מען קען באזוכן. און נאך אסאך אינטערעסאנטע זאך איבער די גולן בערג האבן זיי דארט.

אגב, איז די דרום און צענטער הגולן די ליידיגסטע שטח אינעם לאנד ווי עס געפינען זיך נישט קיין שום אראבער און נאר אידן. נאר ביי די צפון הגולן געפינען זיך עטליכע דרוזישע שטעט און דערפער.

אויך איז דא א גאר אינטערעסאנטע ארכיאלאגישע באזוך ארט אין די גולן, דאס איז די אלטע שטאט 'גמלא'.
דא איז פארגעקומען גרויסע היסטארישע שלעגערייען מיט די רומיים, וואס יוסיפון באשרייבט אין די לענג און אין די ברייט. און מען קען נאך היינט זען אויפן פלאץ די מויערן וואס זיי האבן איינגעבראכן ביים איינעמען די שטאט, און אויך די קאנאנען מיט וואס זיי האבן געשאסן און די שטיינער וואס זיי האבן געשאסן. ווי אויך האט מען ארויסגעגראבן די ארטיגע אלטע בית המדרש מזמן הבית.
אסאך יארן איז דער ארט געווען באהאלטן און באדעקט אינטערן ערד אזוי ווי אסאך ארכיאלאגישע ערטער, און די חוקרים האבן געזוכט די אלטע שטאט גמלא וואס זיי האבן געליינט דערויף פון יוסיפון, נישט קענענדיג עס געפינען. נאר פאר עטליכע צענדליג יאר צוריק האט מען עס ענדליך געפינען, און די הויפט הוכחה אז דא איז עס איז דאס וואס יוסיפון שרייבט אז די שטאט הייסט 'גמלא', וויבאלד עס געפינט זיך אויף א בארג וואס קוקט אויס ווי א גמל. אז 'איינס' וועט צושטעלן א בילד פאר אונז דערפון וועט מען קענען זען ווי אמת דאס איז, אז דער בארג קוקט אויס ווי דעם הויקער פונעם קעמל, דו''ק ותשכח...

טוב ה' לכל
שר מאה
תגובות: 202
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

גולן

תגובהדורך טוב ה' לכל » דאנארשטאג סעפטעמבער 19, 2019 7:25 pm

אוועטאר
איינס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3079
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » דאנארשטאג סעפטעמבער 19, 2019 10:42 pm

טוב איך ווייס נישט צו דו האסט באמערקט די נייע אשכול (פארוואס די קעפל האט מיט סוכות ווייס איך נישט..)

אבער אזוי ווי איך ווייס ביי מיר אז א קלאפ אויפן פלייצע העלפ אנגיין ווייטער קאפי איך עס דא אריין.

יעקב99 האט געשריבן:מען האלט שוין ביים שוועל פון יום טוב סוכות ווען אסאך חרדישע אויסגאבעס שטעלן צו שיינע נייע ספרים.
ביטע אויב איר האט אינפארמאציע, ביטע מהנה זיין די חשובע אייוועלט מעמבערס אז זיי זאל'ן קענען האבן א שמחת יו"ט.

מי כעמך האט געשריבן:כ'ווייס נישט אויב דא איז ס'ריכטיגע פלאץ עס צו שרייבן
איך וואלט מיך געווינטשען אז די געאגראפיע פון ארץ ישראל און נאך פון טוב ה' לכל און ויתורו את הארץ לאורכה ולרחבה פון איינס אשכולות זאל ווערן ארויסגעגעבן און א הערליכע אויפלאגע אויף יו''ט כ'גלייב ס'וועט פארשאפן א אויסערגעווענליכע עונג יו''ט פאר אסאך אידן,
אינו דומה ליינען און א שיינע פארמאט
וואס זאגט דער עולם?

יש בו האט געשריבן:גא"מ

וועלטניק האט געשריבן:יאפ. מי טו

מי הוא זה האט געשריבן:Me too

דברים אלו האט געשריבן:Me too

קרייסלער האט געשריבן:גא״מ

מי כעמך האט געשריבן:נו אז דער עולם איז אין ווער קען עס נעמען נעקסט לעוועל? (מיט רשות שטייצעך)
מאמענט די וואך בליק איינער הערט (זעהט)?

שמו האט געשריבן:לדעתי זאל טוב אדער איינס (איך גלייב אז 'איינס' קען)
דאס אליין ארויס געבן ווי א קונ' פאר זיך,
איך גלייב דאס קען ניצן ווי א 'קדמונינו' פאר זיך, און קען זיך פארקויפן א גאנץ יאר (בפרט ביי די טרעוול עידזשענט'ס)

איך האב דאס געליינט האט מיר דאס געגעבן א גוטן געפיל
ווייל צומאל איז די ארבעט נישט אזוי גרינג, און מיט די צייט ווערט דאס אביסל לאנגווייליג: טוב לייגט ארויף איינס לייגט בילדער, וחוזר חלילה.
אבער ווען דו ווערסט געוואר אז דער עולם האלט מיט פילסטו אז סלוינט זיך די ארבעט. און יא זעהט אויס אז דער עולם האלט פיין מיט, אזוי אויך פון מאל צומאל זעהסטו אויף אומדירקעט אין אנדערע אשכולות אז דער עולם דערמאנט די אשכול, און דעמאלטס ווער איך געוואר אז נאך איינער און נאך איינער האלט מיט.

איז געגאנגען טוב האט שוין געלייגט 3 אדער 4 תגובות און קיין איין ישר כח, שעמטס ענק נישט צו דאנקען, ווער סהאט הנאה זאל אריינקומען, לפחות פאר דעם מזאל וויסן אז מהאלט מיט.

אזוי אויך ווען איינער האט צוצולייגן עפעס (אדער אין מיין פעלד ווען עס פעלט א בילד און איינער ווייסט וואו קען מען טרעפן) זאל זיך אנרופן.

עי.. איין מינוט, וואס איז מיט מיר?
איז אזוי טוב איך בין שוין געווען אסאך באזוכן ארץ ישראל אבער דאס מאל מיט דיין נסיעה אזאנס האב איך נאכנישט געהאט, אזויפיל ידיעות וואס איך ווער געוואר, דיין ארבעט איז אנבעליוובל!
(איך האב א זייטיגע באנוס אויך ווייל אזוי ביים זיכן די בילדער ווער איך געוואר זייער אסאך אינפארמעישן, איז א עקסטערן דאנק אויף דעם פאר מיר אריינשלעפן אין דעם ראליקאוסטער].
גיי אן ווייטער, חילך לישראל!

(איך רעדט שוין נישט פון דעם וואס בימינו אלו וואס אייוועלט איז אביסל פאפארן מיט האלטן אשכולות צו הויכן לעוול, וואס דער אשכול שטייט ארויס אלטס א אשכול וואס מקען שמועסן מיט חברים און דורכטוען א נושא בשעתן ארומפארן אן מזאל אראפ פארן פון די ליניע.. אופס, וואס האב איך געטון, איך האב עס יעצט אראפ געפירט. סא נישט מגיב זיין אויף די שורה.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

באקסער בוים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 294
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 12:41 pm

תגובהדורך באקסער בוים » פרייטאג סעפטעמבער 20, 2019 12:19 am

ביסט פיינע נייעס מיסטער איינס ;l;p-
שכח פאר דיין הערליכע ארבעט און עקסטער א שכח פאר הרב טוב,
כ'האב באמת נישט קיין מיינונג אויף די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.

Trying
שר העשר
תגובות: 37
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 3:23 pm

תגובהדורך Trying » מאנטאג סעפטעמבער 23, 2019 4:07 pm

;l;p- @טוב

ohrchodosh
שר חמישים ומאתים
תגובות: 281
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 11, 2006 6:41 pm

תגובהדורך ohrchodosh » מאנטאג סעפטעמבער 23, 2019 4:19 pm

חיים של עושר האט געשריבן:צפת חלק ב' - וכביש 85 - ומירון

קענט איר מאכן א PDF פון די גאנצע?

תודה מראש

חיים של עושר
שר העשר
תגובות: 10
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 31, 2019 9:30 am

תגובהדורך חיים של עושר » מאנטאג סעפטעמבער 23, 2019 5:02 pm

ohrchodosh האט געשריבן:
חיים של עושר האט געשריבן:צפת חלק ב' - וכביש 85 - ומירון

קענט איר מאכן א PDF פון די גאנצע?

תודה מראש

איך בין זייער ענג אין צייט, כהאב געהאפט אז א צווייטער וועט זיך מנדב זיין און ממשיך זיין.

איך וועל פורבירן צו מאכן צייט. אדרבה אויב א צווייטער קען איבערנעמען וואלט עס געווען א געוואלדיגע תועלת פארן ציבור
איזה עשיר השמח בחלקו

אוועטאר
איינס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3079
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » דינסטאג סעפטעמבער 24, 2019 12:13 pm

מי כעמך האט געשריבן:נו הרב איינס דער עולם טענה'ט אז איר קענט, המתחיל ב.. אומרים לו גמור
מיר וועלן אייך גאר דאנקבאר זיין.
יעך בין מוכן צו געבן מעות קדימה

סאיז נישט אזוי פשוט

קודם כל דארף מען ענדיגן שרייבן דעם ארטיקל
און כדי דאס צו ארויס געבן וועט מען דארפן דורך גיין און פיקסן
(די בילדער דארף מען באקומען רשות צו ניצן ועוד ועוד ועוד...)
און איבערהויפט דארף מען פארשאפן אסאך צייט (אויב איינער ווייסט וואו מקען באקומען זאל מיר פליז שיקן אין אישי)

אולי יחוס וירחם מיטן אייבערשטנעס הילף און טובס רשות אפשר אויף פסח
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

נתן בן ופסי
שר מאה
תגובות: 167
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 04, 2019 8:34 am

תגובהדורך נתן בן ופסי » מיטוואך סעפטעמבער 25, 2019 11:43 pm

ממש נישט צו באגרייפן וואס טוב ה' לכל האט אונז דא אהער געשטעלט (יעדן שטיינדעל ווייסט ער ווי עס באלאנגט....) יישר כוחכם!!!

איך מיין אויב עס איז שייך די קימענדיגע זאל מען זיך נעמען אויף אייראפע

טוב ה' לכל
שר מאה
תגובות: 202
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

תגובהדורך טוב ה' לכל » דאנארשטאג אוקטובער 17, 2019 6:25 pm

א גרויסן יישר כח פאר אלע וואס האבן מיר באדאנקט. איך האב יעצט געליינט אלע יישר כח'ס און עס האט מיר ממש מחיה געווען! יישר כח איינס פארן צוברענגן.

למעשה בין איך לעצטנס גאר ענג אין צייט, און פינף און ניינציג פראצענט האב איך שוין גענדיגט דעם גאנצן צפון, פון נהריה ביז מעלות, צפת, קרית שמונה, מטולה, חצור, חיפה, עכו, כרמיאל, מירון, קדיתא, בניאס, קצרין, נצרת, עפולה, בית שערים, יבניאל, טבריא, כורזים, ארבל, נשר, ציפורי, גוש חלב, סאסא, פקיעין, קריות, סכנין און עראבה, כאבול, סאג'ור, און נאך און נאך און אלעס אינדערמיט. דאס איז כמעט גאנץ צפון (בעצם, גאנץ צפון אויסער די געגענט פון בית שאן).
נאך צפון איז שוין פיל א שווערערע מעשה און אינגאנצן א צווייטע סארט נסיעה.

עס איז נישט אויסגעשלאסן אז איך וועל ממשיך זיין, לויט די צייט ערלויבעניש, נאכדערצו אז אזויפיל אידן זענען זיך מחיה דערמיט, אבער הכל לפי המצב. דערווייל אבער בין איך פארטיג דא.

באמת קען איז כדאי צו צואווייזן דעם אשכול פאר יעדן וואס פארט קיין ארץ ישראל, ולמצוה גדולה יחשב, ווייל מענטשן פארן ארום אין צפון און האבן נישט קיין אהנונג ווי זיי גייען און וואס זיי זעהען און וואס זיי פארפאסן און ווי זיי זענען. אז מען איז שוין יא דארט, זאל מען טאקע דארט זיין אינגאנצן. דער אשכול איז אן אוצר פון אינפארמאציע, צאמגענומען פון צענדליגע פלעצער און פון אייגענע עקספיריענס, נישט דא נאך אזאנס און א שאד מען זאל נישט הנאה דערפון און עס ניצן למעשה.
ווער עס ניצט עס טאקע, קען ארויפקומען דא און איבערגעבן זיינע אייגענע איבערלעבעניש להנאת הציבור און צולייגן און צושטימען וכו'.

אוועטאר
מים חיים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 322
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

תגובהדורך מים חיים » פרייטאג אוקטובער 25, 2019 1:24 pm

חיים של עושר האט געשריבן:
ohrchodosh האט געשריבן:
חיים של עושר האט געשריבן:צפת חלק ב' - וכביש 85 - ומירון

קענט איר מאכן א PDF פון די גאנצע?

תודה מראש

איך בין זייער ענג אין צייט, כהאב געהאפט אז א צווייטער וועט זיך מנדב זיין און ממשיך זיין.

איך וועל פורבירן צו מאכן צייט. אדרבה אויב א צווייטער קען איבערנעמען וואלט עס געווען א געוואלדיגע תועלת פארן ציבור

טוב ה' לכל
שר מאה
תגובות: 202
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

געאגראפיע און ארכיאלאגיע פון די פרשה

תגובהדורך טוב ה' לכל » מאנטאג נובעמבער 11, 2019 8:17 pm

איך וועל בקיצור רעדן איבער די ערטער וואס ווערן דערמאנט אין די תורה אין די יעצטיגע סדרות. ממש בקיצור.

אברהם אבינו איז געקומען פון אויבן, חרן, וואס איז ביים גרעניץ פון סיריע און טערקיי, דא איז קלאר. און אדורך רוב לאנד ביז נעבן שכם אין אלון מורה. היינט האבן די מתנחלים דארט א געגענט מיטן נאמען אלון מורה. דארט האט ער זיך באזעצט נעבן שכם, דאס ווייסן דאך אלע ווי דאס איז.

פון דארט איז ער געגאנגען מער דרום צווישן עי און בית קל, נישט ווייט פון די היינטיגע ירושלים. בית קל איז באקאנט, היינט א אראבישע דארף 'ביתילו', ענדעלט אין בית א-ל און הייסט אזוי נאך פון יענע צייטן. היינט איז דא דערנעבן א מתנחלישע שטעטל 'בית א'ל' גערופן אויפן אלטן שטאט. ממש אין דער שטעטל איז היינט פארהאן אן ארט ווי די אראבער האבן מקוב''ל אז דארט איז געווען די חלום פון יעקב.... ער חלומ'ט... עמער נאך צוריקקומען דערצו פרשת ויצא אי''ה.

אבער'עי' איז גארנישט אזוי פשוט. 'עי' איז איינס פון די מערסט פארפלאנטערטע ארכיאלאגישע מיסטעריעס און קאנטערווערסיעס. אלע יארן האט מען געהאלטן אז עס איז ביי דעם ארט וואס ווערט גערופן ביי די אראבער 'תל'. דאס איז נישט ווייט פון בית ק-ל. שטימט דאך גוט מיט די מציאות.
אבער למעשה ווען מען האט דארט אנגעהויבן צו גראבן, וואס דאן איז דאס געווען די ערשטע ארט ווי מען האט געגראבן אין ארץ ישראל ארכיאלאגיש, האט מען געזען אז עס שטימט ממש נישט מיט די ארטיגע געפינסן, וואס האבן געוויזן אז דאס ארט איז שוין חרוב געווארן פיל פריער ווי עס שטייט אין די תורה.
דאס הייסט אזוי, אין יהושע ווערט דערציילט באריכות איבער די מלחמה וויאזוי מען האט איינגענומען 'עי' און עס חרוב געמאכט 'וישימהו תל עולם', און עס איז קיינמאל נישט געווארן צוריקגעבויט. נו, שטימט דאך אז עס זאל זיין ביים חורבת 'ת''ל'. אבער למעשה האבן די געפינסן געוויזן אז עס איז שוין חרוב געווארן פיל פריער, נו, וואס טוט מען דא?

דאן איז געווארן א באוועגונג פון כפירה אין די תנ''ך ביי די חוקרים, און עס איז געווארן א גרויסע טיילונג צווישן די בעד התנ''ך און די מתנגדים. ביז היינט טוט זיך אן א שיעור אויף דעם. בעיקר איבער די צייטן פון דוד המלך און ארום.
עס זענען געווען וואס האבן פשוט אנגעוויזן א צווייטע ארט ווי עי איז געווען און הכל על מקומו בא בשלום. אבער למעשה ווערט די גאנצע פראבלעם זייער שיין פארענטפערט אין די ספר 'מקרא וארכיאולוגיה', און עס שטימט הפליא'דיג אז דארט איז טאקע עי, ווי די נאמען 'תל' ווייזט אן, עיין שם.
עכ''פ, איז עי אין תל, און צווישן עי אין בית א-ל האט אברהם אבינו דאן געוואוינט.

פון דארט איז לוט געגאנגען קיין ככר הירדן, די היינטיגע בקעת הירדן. אין די פסוק שטייט אז ער האט פון דארט געקוקט אויפן גאנצן בקעה און געזען ווי שיין באוואקסן עס איז דעריבער האט ער באשלאסן צו גיין דארט וואוינען.
היינט קען מען עס טאקע זען פון דארט, מען קען זען פון די געגענט פון עי און ארום די גאנצע בקעת הירדן ביזן ים המלח.
איז לוט פון דארט אראפגעגאנגען צום בקעה און זיך דארט באזעצט, וואס ווי די תורה דערציילט אונז איז עס דאן געווען הערליך באוואקסן ווי א גן עדן! היינט איז עס א פיסטע טריקענע פלאץ, ווי יעדער וואס איז שוין געפארן אויפן 90 ווייסט עס (אונז אלע דא...), חוץ פון טייטלביימער וואס וואקסן אין מדבר, וואקסט דארט כמעט גארנישט נאטורליך, מדבר ווי מדבר קען זיין.
די חוקרים האבן טאקע געטראפן דארט גרויסע שטעט פון יענע צייטן באגראבן אינטערן ערד. און זיי וואונדערן זיך זייער וואס האט געמאכט די מענטשן דארט וואוינען אין די צייט וואס זיי האבן געהאט ריזיגע פיינע באוואקסענע שטחים ווי צו וואוינען נארמאל נישט ווייט פון דארט?! אבער די תורה דערציילט אונז דא די ענטפער דערויף, אז דאן איז דארט געווען ממש א גן עדן, נו, ווער וויל נישט וואוינען אין אזא ארט?

פון דארט איז אברהם אבינו געגאנגען קיין חברון, אלוני ממרא.
המשך בקרוב אי''ה.

טוב ה' לכל
שר מאה
תגובות: 202
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

המשך

תגובהדורך טוב ה' לכל » מאנטאג נובעמבער 11, 2019 9:23 pm

בעפאר מיר גייען אוועק פון עי און בית קל, עמער מוסיף זיין בדרך אפשר: די אייבערשטער זאגט דארט פאר אברהם 'תראה מן המקום אשר אתה שם' די גאנצע לאנד פון אלע פיר זייטן. פון צווישן בית קל און עי קען מען דאס נישט זען, אבער ממש דארט איז דא א בארג, גערופן היינט 'בעל חצור', וואס דאס איז די העכסטע בארג אין די גאנצע אומגעגענט פון שומרון, וואס פון דארט קען מען זען די גאנצע לאנד כמעט פון אלע פיר זייטן (כדי נאכצקוקן אלעס וואס מיר רעדן אויפן גוגל מאפע, זייער גרינג צו טרעפן אלעס). מעגליך אז דארט איז דאן אברהם געווען.

פון דארט גייט אברהם דרום קיין חברון און אלוני ממרא.
די אראבער טענה'ן אז זיי האבן גאר די ארט 'אלוני ממרא' און אויך די בוים ווי די מלאכים זענען געזעצן אינטער דעם. איך נעם נישט קיין אחריות... דאכצעך אז מען האט עס ממש לעצטנס אפגעשניטן מחמת איזה סיבה. עס איז אין די אראבישע היינטיגע חברון. פון צייט צו צייט איז דא אפיציעלע נסיעות אהין, מעגליך טאקע אז יעצט וירא חיי שרה.

דערנאך האבן מיר די מלחמת ד' מלכים. זיי קומען פון מזרח זייט פון ארץ ישראל, בבל און ארום. אבער דאן איז מען געקומען קיין ארץ ישראל פון צפון, דאס איז די וועג געווען דאן, אזוי ווי אברהם איז געקומען פון חרן. דאס איז וויבאלד אז צווישן בבל און ארץ שיראל איז דא א שרעקליכע מדבר, היינטיגע ירדן, ווי עס איז זייער שווער אריבערצוגיין בשלום.
זיי זענען אראפ אויף די אנדערע זייט פון ירדן ביז עמלקי און קדש, די היינטיגע דרום טייל פון ארץ ישראל, און פון דארט ארויפגעקומען אין ארץ ישראל ביז סדום און ארום.
נאך די מלחמה זענען זיי צוריק ארויף צו צפון, ווי אברהם אבינו האט זיי נאכגעיאגט ביז דן, פון וועמען מיר האבן שוין גערעדט. היינט איז דא דערנעבן א ישוב 'דן'. און אויך די אלטע ארכיאלאגישע גראבינגען וואס ווייזן טאקע איבער א פריעדיגע כנענישע שטאט 'דן' פון וואס די תורה רעדט לכאורה.
דערנאך האט ער זיי נאכגעיאגט נאך מער צפון, ביז נעבן דמשק, דאס ווייסן אלע ווי דאס איז, נאכדערצו יעצט וואס עס פיגורירט גאר אפט אין די נייעס. דמשק איז איינע פון די עלטסטע שטעט אין די וועלט, ווייזן די ארכיאלאגישע גרובינגען.
אגב, איז אליעזר עבד אברהם אויך געקומען פון דמשק, לויט איין פירוש.

אויפן וועג צוריק איז אברהם אריבער די געגענט פון ירושלים ווי שם בן נח איז אים אנטקעגן געקומען. שטימט מיט די מאפע אז פון צפון לאנד, גייענדיג צו חברון, גייט מען אריבער ירושלים.
דערנאך האט מען די ברית בין הבתרים, וואס מיר האבן שוין דערמאנט די אראבישע לעגענדע ווי דאס איז פארגעקומען אויפן הויכן בארג, מיט דעם ארטיגן שטיבל וכו', עיין שם. אבער פשטות אין די תורה קוקט אויס אז עס איז געווען אין אלוני ממרא.

אין די תורה שטייט אז ווען די מלאכים זענען אוועקגעגאנגען פון אברהם אין חברון איז: 'וישקיפו על פני סדום'. און שפעטער שטייט אויך אז ווען אברהם איז אויפגעשטאנען נאך די חורבן פון סדום האט ער פון דארט געזען די גאנצע פני הככר ווי עס איז פאררייכערט.
מען קען טאקע זען פון א בארג גלייך נעבן חברון די גאנצע ים המלח און ארום. וויבאלד סיי חברון און סיי עי און בית קל און אויך ירושלים, געפינען זיך אויף א קייט פון בערג וואס ציען זיך פונקט העכער די בקעת הירדן. פון זשענין אין צפון, ביז יטא און סוסיא אין דרום, עיין בהמאפע, און פון יעדע הויכע ארט קען מען זען די גאנצע טיפע ככר הירדן.

דעריבער טאקע האבן די מלאכים געזאגט פאר לוט 'להמלט ההרה', וויבאלד די ככר הירדן איז א נידריגע ארט ארומגענומען פון אלע זייט מיט הויכע בערג.
אגב, שטייט טאקע אין די פסוק אז די אייבערשטער האט איבערגעדרייט די גאנצע ארט, און עס שטייט צוגעלייגט 'וצמח האדמה' אויך, לכאורה וואס איז די חידוש דערין? נאר קען זיין אז דא איז מרומז אז די אייבערשטער האט דאן טאקע געמאכט אז דא זאל גארנישט וואקסן פון דאן, נאר ביז היינט איז דארט פיסט און וויסט, ווי עס ווייסט יעדער וואס איז שוין געווען ביים ים המלח, וכנ''ל.

פון דארט איז אברהם אבינו געגאנגען קיין גרר. עס איז נישט קלאר ווי פונקטליך דאס איז. לכאורה איז עס אין די געגנט פון היינטיגע עזה, קרית גת און ארום. נישט קלאר.
פון דארט האט ער פארשיקט ישמעאל און הגר צו מדבר באר שבע. טאקע נישט ווייט פון דארט, און טאקע א מדבר, מיט שרעקליכע היצן און טריקענישן.

שפעטער איז אברהם אבינו אויך געגאנגען וואוינען אין באר שבע. וואס איז גאר גאר א אלטע שטאט. פון דארט איז ער געגאנגען קיין ירושלים צום עקידה. א וועג פון דריי טאג. און פון דארט צוריק קיין באר שבע.
לויט ווי עס קוקט אויס האט שרהה געבליבן דערווייל אין חברון, ווי זי איז אוועק, און אברהם איז געקומען פון חברון איר צו מספיד זיין און דארט באערדיגן. עמער דאס שוין לאזן פאר די קומענדיגע פרשה.

ביזעדרווייל האט אברהם אבינו געוואוינט אין ארץ ישראל אין: שכם געגענט, מער דרום צו בית קל און עי געגענט, מער דרום צו חברון געגענט, מער דרום צו עזה געגענט, מער דרום צו באר שבע, ממש די דרום שפיץ פון די באוואוינטע טייל פון לאנד.

טוב ה' לכל
שר מאה
תגובות: 202
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

תגובהדורך טוב ה' לכל » דינסטאג נובעמבער 12, 2019 7:16 pm

עס איז איינעם אינטערעסאנט אזא זאך, זאל איך ממשיך זיין?
דריי תשובות אויף יא איז מיר גענוג.

אביונה
שר חמש מאות
תגובות: 617
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

תגובהדורך אביונה » דינסטאג נובעמבער 12, 2019 7:31 pm

טוב ה' לכל האט געשריבן:עס איז איינעם אינטערעסאנט אזא זאך, זאל איך ממשיך זיין?
דריי תשובות אויף יא איז מיר גענוג.

יא און זיכער!!
[יאך קען מוסיף זיין על דבריך אי"ה עוד חזון]
כי לא יחדל אביון מקרב הארץ

אוועטאר
איינס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3079
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » דינסטאג נובעמבער 12, 2019 8:35 pm

טוב ה' לכל האט געשריבן:דריי תשובות אויף יא איז מיר גענוג.

יא יא און יא!
יישר
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

געוואלדיג
שר מאה
תגובות: 227
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 02, 2015 4:26 pm

תגובהדורך געוואלדיג » דינסטאג נובעמבער 12, 2019 8:39 pm

וועל איך זיין דער דריטער יא להצטרף לטובה

אברהם בן ארי'
שר מאה
תגובות: 156
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 3:28 pm

תגובהדורך אברהם בן ארי' » דינסטאג נובעמבער 12, 2019 9:26 pm

שוין געווען דריי, אבער איך קען מיר נישט איינהאלטן. יא!

חלהדעקל
שר האלף
תגובות: 1209
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 4:44 pm

תגובהדורך חלהדעקל » מיטוואך נובעמבער 13, 2019 12:11 am

זיכער זיי ממשיך מיר האבן זייער הנאה
1 + 1 = חלה דעקל...

אוראייניקל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 256
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 9:05 am

תגובהדורך אוראייניקל » מיטוואך נובעמבער 13, 2019 6:03 am

אברהם בן ארי' האט געשריבן:שוין געווען דריי, אבער איך קען מיר נישט איינהאלטן. יא!

גא"מ כיהודה ועוד לקרא

אוועטאר
מים חיים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 322
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

תגובהדורך מים חיים » מיטוואך נובעמבער 13, 2019 10:05 am

אוראייניקל האט געשריבן:
אברהם בן ארי' האט געשריבן:שוין געווען דריי, אבער איך קען מיר נישט איינהאלטן. יא!

גא"מ כיהודה ועוד לקרא

טוב ה' לכל
שר מאה
תגובות: 202
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

יישר כח

תגובהדורך טוב ה' לכל » דינסטאג נובעמבער 19, 2019 6:11 pm

יישר כח מים חיים, אור אייניקל, חלהדעקל, אברהם בן ארי', געוואלדיג, איינס, אביונה, פארן מיר מחזק זיין צו גיין ווייטער. ע''פ רוב אלטע ידידים...

בקרוב וועט אי''ה נאכפאלגן.

טוב ה' לכל
שר מאה
תגובות: 202
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

חיי שרה א'

תגובהדורך טוב ה' לכל » דינסטאג נובעמבער 19, 2019 6:53 pm

האלטן מיר ביי פרשת חיי שרה.
אברהם אבינו איז אין באר שבע, און יעצט קומט ער קיין חברון, קרית ארבע, ווי שרה איז אוועק, איר צו מספיד זיין.
למעשה דארף ער האבן פאר איר א מקום קבורה, און ער דארף דוקא דעם טייל פון עפרון בן צוחר, וואס דארט געפינט זיך דאס קבר פון די ערשטע מענטש אין די וועלט, אדם הראשון אין א מערה.
אברהם אבינו קויפט אפ דעם פעלד פון עפרון, און פון דאן געהערט דאס ארט פאר אברהם, ווי ער באערדיגט זיין ווייב שרה. און סוף פרשה איז מבואר אז יצחק און ישמעאל האבן דא שפעטער באערדיגט אברהם.
אויב אזוי, ווען מיר גייען היינט צו די מערת המכפלה, ווער עס גייט, און זעט דעם ארט, זעט ער דאס ארט ווי אברהם אבינו איז געשטאנען און באערדיגט שרה, און שפעטער זענען זיינע קינדער יצחק וישמעאל דארט געשטאנען און באערדיגט אברהם און אזוי ווייטער מיט די קינדער פון יצחק און יעקב.
דאן האט אוודאי נאכנישט עקזעסטירט דעם בנין דערויף. אין די תורה זעט מען נאר אז עס איז געווען א מערה אין די עק פונעם פעלד, און א דאפעלטע מערה.

ווען האט מען טאקע יא געבויט דער בנין?
דער בנין שטייט שוין זיכער פאר טויזענטער יארן, די שאלה איז נאר ווען פונקטליך האט מען דאס געבויט, און די פארשער מוטשען זיך שטארק אויף דער שאלה.
פון די צורה פונעם בנין זעט עס אויס ווי א בנין וואס הורדוס האט געבויט. עס קוקט אויס די זעלבע ווי זיינע אנדערע גרויסע סטרוקטורן וואס ער האט געבויעט אין ארץ ישראל, און אזוי וואלט געווען מסתבר צו זאגן.
אבער למעשה איז די קשיא אויף דעם, אז יוסיפון איז כידוע גאר אסאך מאריך צו דערציילן איבער הורדוס און אלע זיינע אויפטוען, און ער דערציילט בכלל נישט אז הורדוס זאל האבן געבויעט דעם מעכטיגן בנין וואס דאס איז א גרויסע אופטוה.
און צו זאגן אז מען האט נישט געוויסט, דערפון איז שווער, וויבאלד אין יענע צייטן צו בויען אזא בנין איז געווען א ריזיגע מצב און יעדער וואלט געוויסט דערפון. טויזענטער מענטשן האבן דאן געארבעט דערויף און עס האט גענומען א לענגערע צייט, בקיצור, מען קען דאס נישט באהאלטן, און דאס נישט צו דערמאנען קען אנצייגן אויף עפעס.

עס זענען טאקע געווען חוקרים וואס האבן געוואלט מפקפק זיין דערין און זאגן כל מיני מיינונגען, אבער מיר אידישע קינדער אשר מסורת אבותינו בידינו ווייסן און נעמען אן קלאר אז דארט איז עס. און אזוי ווי די רמב''ם און רמב''ן און נאך אסאך צדיקים האבן געגלייבט דערין, אזוי טוען מיר אויך.
די רמב''ם האט אפילו באשטימט א יום טוב יאר יערליך אין די טאג וואס ער איז אנגעקומען צום מערת המכפלה, און די רמב''ן האט געטראכט צו לאזן זיך באערדיגן דא נאך זיין פטירה כידוע, וכבר מבואר לעיל מזה בחיפה.

למעשה האבן די ארכיאלאגישע באווייזן טאקע געוויזן אז דא איז דער מקום. בפרט פון דעם וואס מען האט דא געפינען גאר אסאך ביינער פון נפטרים מזמן הבית ראשון, וואס האבן ספעציעל געוואלט דא זיין באערדיגט, וואס דאס ווייזט קלאר אז דאס איז געווען א מקום מקודש ביי די אידן וואס האבן דא דאן געוואוינט.
דא קען מען נאכאמאל זען אז מען דארף נישט ווערן אזוי איבערגענומען פון די נארישע חוקרים וואס האבן אייביג א נגיעה צו טוישן די מסורה און גלייבן נאר וואס זיי זעהען אויפן מינוט מיט די אויגן. מען דארף נישט ווערן אזוי איבערגענומען פון א קשיא, און די אמת רירט זיך נישט, און די קשיא וועט סוכ''ס ווערן פארענטפערט.

עכ''פ, איז נישט קלאר די היסטאריע פון דעם בנין. פריעדיגע נוסעים ברענגן אז שלמה המלך האט דאס געבויט. עס קען זיין, אבער נישט מסתבר. דא איז פאלקליכע לעגענדעס געווענטליך.

אינטערעסאנט, אז אין די מערת המכפלה איז דא לויט די אראבער די קבר פון יוסף הצדיק אין א באזינדערע שטיבל. ווי קומט דאס אז זיי האלטן אזוי?
זענען דא וואס זאגן אז זיי האבן זיך פארטוישט מיט עשו'ס קאפ וואס איז דא אריינגעפלויגן... ווי די צוויי נעמען פארמישן זיך גרינג. וואס זיי האלטן אזוי פון עשו, ווייס איך נישט.

נאך איבער מערת המכפלה קען מען נאכקוקן אין די כתבים פון ר' שמ''ח וואס זענען שוין געברענגט פריער. אינטערעסאנטע פאקטן איבער די באהאלטענע חלקים דערפון, עיי''ש.

המשך יבא אי''ה

טוב ה' לכל
שר מאה
תגובות: 202
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

חיי שרה ב'

תגובהדורך טוב ה' לכל » דאנארשטאג נובעמבער 21, 2019 7:35 pm

עטליכע הוספות בענין מערת המכפלה:
מע דארף אוודאי דערמאנען אז כלב בן יפונה האט באזוכט אויף קברי אבות, בשעת די מעשה מיט די מרגלים.
אויך איז כדי צו דערמאנען דאס וואס די גמרא דערציילט אונז אז ר' בנאה די אמורא האט געמאכט סימנים צו וויסן ווי די אבות ליגן, לגבי די כהנים בעניני טומאה. בבא בתרא דף נח.
דאס מאכט אביסל שווער, ווייל לכאורה איז דאך דא א מעכטיגן בנין איבער די קברי אבות, וואס דארף מען סימנים מער ווי דעם?!
אפשר קען מען גאר זאגן דאס צו פארענטפערן, אז די עצם מערה גייט אפילו ארויס אינדרויסן פון אינטער די בנין, און דאס האט ער אנגעצייכנט אז מען זאל וויסן נישט צו גיין איבער דעם. בדרך אפשר.

שוין, ווייטער רעדט די תורה הקדושה אז אליעזר עבד אברהם איז געגאנגען קיין צפון זייט צו די געגענט פון חרן ווי תרח און די קינדער האבן זיך באזעצט. און פון דארט האבן זיי געברענגט רבקה קיין 'באר לחי רואי'.
מען זעט דא אז די אבות האבן שפעטער געוואוינט בעיקר אין דרום פון לאנד, אין די ארטיגע מדבריות, עכ''פ סעמי מדבר. והוא יושב בארץ הנגב.
באר לחי רואי איז שווער צו וויסן ווי דאס איז. ערגעץ ווי צווישן צפון פון נגב נעבן עזה, צו צפון פון סיני.
מען האט טאקע געטראפן עטליכע געגענטער דארט ווי מען האט געוואוינט אין יענע צייטן, צווישן זיי ערטער ווי מען זעט אסאך ביינער פון חזירים, וואס איז דאן געווען די אפיציעלע מאכל דארט, און געגענטער וואס מען טרעפט נישט קיין ביינער פון חזירים נאר פון אנדערע כשר'ע בהמות, וואס עס זענען דא וואס ווילן זאגן אז דאס זענען די ערטער ווי די אבות און זייערע קנעכט האבן געוואוינט!

מען זעט אין די תורה אז אברהם אבינו האט פארשיקט די בני הפילגשים קיין ארץ קדם, און מיטגעשיקט מיט זיי שמות הטומאה.
ארץ הקדם קען מיינען די לענדער אין מזרח אזיע, ווי טיילאנד און אינדיע, ווי מען באניצט זיך נאך היינט מיט שמות הטומאה און כישוף כידוע, מעגליך עס האט א שייכות מיט דעם.

עכ''פ, האלטן מיר אז יצחק אבינו וואוינט אין ארץ הנגב. קומענדיגע פרשה עמער גיין ווייטער אי''ה מיט יצחק'ס וואנדערונגען.

צוריק צו “זכור ימות עולם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 11 געסט