קנקן טעגליך - קאמענטארן

אידישע און אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13839
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 4:24 pm

קנקן האט געשריבן:
ט״ו אלול תשע״ט לפ״ק
היינט, מיט 261 יאר צוריק, אום שנת תקי״ח לפ״ק, איז נפטר געווארן רבי עקיבא איגר דער ערשטער, אין פרעשׂבורג.
ווען ר׳ עקיבא איז אויפגענומען געווארן אלס רב האט נאך דארט אמטירט הגאון מוהר״ר משה חריף, אין פרעשבורג, אבער ער איז שוין געווען אלט און שוואך. איינמאל האט מען מכבד געווען ר׳ עקיבא׳ן צו האלטן א דרשה ביי וועלכע דער עלטערער רב האט זיך געפילט געטראפן.
אום ג׳ אלול תקי״ח, איז ר׳ משה חריף נפטר געווארן און ר׳ עקיבא האט געהאלטן א הספד ביי וועלכע ער האט זיך אפגעשטעלט, זאגנדיג, אז ר׳ משה חריף רופט אים צו א דין תורה ביים בי״ד של מעלה, ער האט פראבירט ווייטער צו זאגן, אבער ער האט נישט געקענט צוענדיגן, דעם נאפלגנדן ט״ו אלול איז ר׳ עקיבא יונגערהייט נפטר געווארן.
מקור: תולדותיו בס׳ יש מנחילין.

eiger.gif
eiger.gif (186.92 KiB) געזעהן 3627 מאל

אין דעם יש מנחיליןהאבען איך עס נישט געטראפען
אבער אין ספר חוט המשולש האב איך יא געטראפען

איגר.gif
איגר.gif (81.48 KiB) געזעהן 3627 מאל

ער ליגט זייער נאנט צום חת"ם סופר

אוועטאר
פאר'מוח'ט
שר חמש מאות
תגובות: 999
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 03, 2017 6:57 am

תגובהדורך פאר'מוח'ט » דינסטאג סעפטעמבער 17, 2019 9:45 am

בנוגע די טאג פון מיתת מרגלים ביחד עם התחלת השואה, אפשר להוסיף ע"ז עפ"י מה שאמרו חז"ל אתם בכיתם בכי' של חנם וכו', ובשביל זה יחרב המקדש, ומלחמת עולם הראשונה התחיל בת"ב. (וכן הגרוש בשפאניע).
אזוי גייט דאס... מ'ווערט נישט יונגער, מ'ווערט נאר עלטער, אבער בלייבן פריש קען מען שטענדיג...

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13839
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » דינסטאג סעפטעמבער 17, 2019 10:14 am

קנקן האט געשריבן:
י״ז אלול תשע״ט לפ״ק
היינט, מיט 3329 יאר צוריק, אום שנת ב׳ר״ן לב״ע, זענען 12 10 פון די מרגלים געשטארבן - לויט דעם {מפופקדיקער גירסא פון] שו״ע.
.................
................

מגן.gif
מגן.gif (63.48 KiB) געזעהן 3587 מאל

אוועטאר
געשיקטער
שר חמש מאות
תגובות: 666
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 26, 2017 7:47 am

תגובהדורך געשיקטער » פרייטאג סעפטעמבער 20, 2019 9:50 am

v  v.gif
v v.gif (338.44 KiB) געזעהן 3507 מאל

אוועטאר
געשיקטער
שר חמש מאות
תגובות: 666
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 26, 2017 7:47 am

תגובהדורך געשיקטער » פרייטאג סעפטעמבער 20, 2019 4:59 pm

פון דעם זעלבען מקור ווי קנקו'ס
v  v.gif
v v.gif (62.1 KiB) געזעהן 3501 מאל

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13839
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » דינסטאג סעפטעמבער 24, 2019 9:10 am

קנקן האט געשריבן:
דינסטאג, כ״ד אלול תשע״ט לפ״ק
היינט, מיט 2370 יאר צוריק, אום שנת ג׳ת״ט לב״ע, האבן די יודן זיך צוזאמענגענומען און גענומען צוגרייטן דו דאס ווידעראויפבוי פון די חומות ירושלים. די חומות זענען צואווארפן געווארן 70 יאר פריער, מיט׳ן אייננעם פון ירושלים און די חורבן פונ׳ם בית המקדש.
די יודן האבן זייער פלייסיג געארבעט, ווי דער פסוק זאגט, האט מען געארבעט דערויף, פון עלות השחר ביז צאת הכוכבים. דאס אויפבוי האט גענומען 4 יאר.
מקור: סדר הדורות בשם שלשלת הקבלה, שנת ג׳ ת״ח.

קוק אין פסוקים י"ד ט"ו אנד אין רש"י http://beta.hebrewbooks.org/pagefeed/he ... 61_307.pdf וועסט די זעהן אז מען האט דעמאלט
אנגעהויבען גרייטען שטיין און האלץ פאר בנין בית המקדש נישט חומות ירושלים.

קאטשקע אויפן וואסער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 391
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 12:20 am

תגובהדורך קאטשקע אויפן וואסער » דינסטאג סעפטעמבער 24, 2019 9:25 am

קיקיון האט געשריבן:

אין שלשלת הקבלה און אין סדר הדורות שטייט טאקע:
כ"ד אלול התחילו להכין צרכי הבנין.
"גם שכלנו מתת אלקים הוא ואיסור גמור לצערו" (הג"ר ישראל משה חזן, איי הים על תשובות הגאונים - שערי תשובה, סי' קפז הערה כח).

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13839
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » דינסטאג סעפטעמבער 24, 2019 10:46 am

קאטשקע אויפן וואסער האט געשריבן:אין שלשלת הקבלה און אין סדר הדורות שטייט טאקע:
כ"ד אלול התחילו להכין צרכי הבנין.

איך פארשטיי נישט וואס די האסט מוסיף געווען
מיין הערה איז געווען אויף "חומות ירושלים"

איטשע
שר האלפיים
תגובות: 2202
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

תגובהדורך איטשע » דינסטאג סעפטעמבער 24, 2019 10:49 am

וואס פארשטייט איר נישט, ער ברענגט א ראיה, אז איר זענט גערעכט!

קאטשקע אויפן וואסער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 391
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 12:20 am

תגובהדורך קאטשקע אויפן וואסער » דינסטאג סעפטעמבער 24, 2019 10:50 am

קיקיון האט געשריבן:
קאטשקע אויפן וואסער האט געשריבן:אין שלשלת הקבלה און אין סדר הדורות שטייט טאקע:
כ"ד אלול התחילו להכין צרכי הבנין.

איך פארשטיי נישט וואס די האסט מוסיף געווען
מיין הערה איז געווען אויף "חומות ירושלים"

איך האב געשריבן אז דיין הערה (זייער א אויפריכטיגע הערה!) איז נאר אויף ר' קנקן אליין, נישט אויף זיין מקור "סדר הדורות בשם שלשלת הקבלה, שנת ג׳ ת״ח", ווייל דארט שטייט יא ריכטיג.
"גם שכלנו מתת אלקים הוא ואיסור גמור לצערו" (הג"ר ישראל משה חזן, איי הים על תשובות הגאונים - שערי תשובה, סי' קפז הערה כח).

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13839
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » דאנארשטאג סעפטעמבער 26, 2019 11:19 am

ב' למעשה בראשית

איך האב געווארט אומגעדודלדיג צו זעהן וואס פאר א בילד ר' יוסף נחמי' וועט צילייגען
צי למה אין כתיב בשני וכ'
און ער האט מיר אויסגעשפילט ער האט בכלל נישט געברענגט דעם מדרש רבה

גבר ישראל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 252
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 12:39 pm

ג תשרי

תגובהדורך גבר ישראל » מיטוואך אוקטובער 02, 2019 8:11 am

ביטע פארעכטן ג אלול אויף ג תשרי. איז נישט גדליה געהארגעט געווארען אויף ראש השנה?

אוועטאר
קנקן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 300
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2018 2:15 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנקן » מיטוואך אוקטובער 02, 2019 8:25 am

גבר ישראל האט געשריבן:איז נישט גדליה געהארגעט געווארען אויף ראש השנה?

סדר עולם כ״ו: ״בשלשה בתשרי אחר חורבן הבית נ"ב יום נהרג גדליה בן אחיקם בן שפן והיהודים אשר היו במצפה.״
ראש השנה י״ח ע״ב: ״צום השביעי זה ג' בתשרי שבו נהרג גדליה בן אחיקם ומי הרגו ישמעאל בן נתניה הרגו ללמדך ששקולה מיתתן של צדיקים כשריפת בית אלהינו ואמאי קרי ליה שביעי שביעי לחדשים.״
ירושלמי תענית ד׳ ה׳: ״צום השביעי זה ג' בתשרי יום שנהרג בו גדליה בן אחיקם.״
רמב״ם, פ״ה מהל׳ תענית הלכה ב׳: ״ יום שלישי בתשרי שבו נהרג גדליה בן אחיקם.״

רד״ק, ירמיה מ״א א׳: ״ויהי בחדש השביעי. כמו מחר חדש ובר"ה נהרג גדליה בן אחיקם וקבעו התענית במוצאי ר"ה מפני שהוא י"ט.״

כ׳ווייס נישט פון וואנעט דער רד״ק נעמט זיין שטעלונג, כ׳האב עס נישט געפארשט, אבער ס׳איז בפשטות קייגן א חז״ל מפורשת.
אדרבא, אפשר ווייס אימיצער פשר הדברים.
בכבוד רב
יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט
בעל ה׳קנקן׳
עורך ׳געשיכטעליין׳ א׳-קמ״ז

אוועטאר
חוח בין השושנים
שר האלפיים
תגובות: 2570
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

תגובהדורך חוח בין השושנים » מיטוואך אוקטובער 02, 2019 12:11 pm

קנקן האט געשריבן:כ׳ווייס נישט פון וואנעט דער רד״ק נעמט זיין שטעלונג, כ׳האב עס נישט געפארשט, אבער ס׳איז בפשטות קייגן א חז״ל מפורשת.
אדרבא, אפשר ווייס אימיצער פשר הדברים.

דא שטייט עפעס וועגן דעם
אויב האסטו אויף מיר פאראיבל, טענות, מענות, א ויצעקו צו מאכן, א שטאך צו געבן, א קשיא צו פרעגן, אדער -להבדיל- א גוט ווארט צו זאגן טו עס ביטע דא.

אוועטאר
קנקן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 300
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2018 2:15 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנקן » דאנארשטאג אוקטובער 03, 2019 7:09 am

ייש״כ
בכבוד רב
יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט
בעל ה׳קנקן׳
עורך ׳געשיכטעליין׳ א׳-קמ״ז

אוועטאר
קנקן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 300
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2018 2:15 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנקן » דאנארשטאג אוקטובער 03, 2019 7:11 am

ד׳ תשרי תש״ף לפ״ק
היינט, מיט 382 יאר צוריק, האט מען באגלייט די גאלדנע רוזא, למנוחת עולמים, אין די חלקת הרבנים אין לעמבערג.
דא איז נישט דאס ארט צו באשרייבן איר לעבנסגעשיכטע. מיר האבן עס שוין אמאל באשריבן אין שערי ציון, אדער קענט איר עס ליינען און יום טוב׳דיגע ענגלישע אויסגאבע פון אונזערע קנקן – Kankan issue 6.
אזויפיל וועלן מיר יא שרייבן, אז אירע ציון איז אימער געווען פארנומען מיט פרויען וועלכע פלעגן קומען זיך אויסבעהטן ביי איר, דאס איז א זאך וואס וואס בימים ההם איז געווען א זעלטנהייט, אויב נישט גאר אויסנאמס איינציג.
בילד: א פאלש בילד פון די גאלדענע רויזא, אין גרשום באדער׳ס בוך.

בכבוד רב
יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט
בעל ה׳קנקן׳
עורך ׳געשיכטעליין׳ א׳-קמ״ז

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13839
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » דאנארשטאג אוקטובער 03, 2019 9:30 am

איך פארשטיי נישט!
איז דער אשכול א רעקלאמע פאר מעשי ידיו פון ר' יוסף נחמי'?
מיט וואס בין איך קלוגער געווארען?
אז אין קראקע האט געוואינט א אידענע מרת רוזה? און וואס?
ביסט טאקע נייגעריג? גיי קויף דעם ענגלישען קנקן!

-----------------------------
איך בין דאך א נייגעריגער האב איך עפעס יא געטראפען
Untitled.gif
Untitled.gif (77 KiB) געזעהן 3158 מאל

איטשע
שר האלפיים
תגובות: 2202
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

תגובהדורך איטשע » דאנארשטאג אוקטובער 03, 2019 12:37 pm

קאטשקע אויפן וואסער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 391
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 12:20 am

תגובהדורך קאטשקע אויפן וואסער » פרייטאג אוקטובער 04, 2019 7:51 am

קנקן האט געשריבן:אינטערעסאנט צוצוצייכענען, איז זיין ״פריזאן־פארטנער״ איז געווען פפוס בן יהודה, וואס לויט חז״ל איז ער געווען דען מאן פון מרים די מוטער פון אותו האיש ימ״ש.

לויט חז"ל? בעניותי קען איך עס נישט טרעפן.
לויט רבינו תם (תוספות שבת קד ע"ב) איז פפוס בן יהודה געווען דער טאטע פון 'בן סטדא', אבער ער ערקלערט, אז אנדערש ווי טייל קלערן, איז בן סטדא 'נישט' ישו הנוצרי, נאר א שפעטערער חברה-מאן, וויבאלד פפוס איז געווען אסאך שפעטער פון ישו הנוצרי. פפוס איז געווען בימי ר' עקיבא (איבער 50 יאר נאכן חורבן).
ווידער לויט אסאך אנדערע (תשב"ץ, ספר יוחסין, מהרי"ט, יעב"ץ) רעדט מען פון צוויי באזונדערע 'פפוס בן יהודה'. איינער איז דער פאטער פון אותו האיש, און דער צווייטער איז בימי ר' עקיבא.

צו זאגן אז דער ״פריזאן־פארטנער" פון ר' עקיבא איז "לויט חז"ל געווען דען מאן פון מרים די מוטער פון אותו האיש ימ״ש" - איז זייער ווייט פון פונקטליך.
דאס איז נישט לויט חז"ל, און נישט לויט קיינעם! [אויסער אפשר לויט די צענזורירטע ווערסיע פון רבינו תם'ס ווערטער אין מסכת שבת]

למען הדיוק, איז כדאי צו צולייגן, אז דער תשב"ץ ברענגט אויף פפוס בן יהודה וואס איז געווען בימי ר' עקיבא "אולי אחר היה או האריך ימים הרבה". דער מהלך פון "האריך ימים הרבה" איז א מורא'דיגע פלא, ווייל עס קומט אויס פונעם תשב"ץ (וועלכער האלט אז אותו האיש איז אומגעברענגט געווארן 121 יאר פאר דעם חורבן) אז דער פפוס האט געדארפט צו לעבן א גוטע 200 יאר. דארף מען בהכרח אננעמען - וויד ער ספר יוחסין מערקט שוין אן - אז די מסקנא פונעם תשב"ץ איז באמת אז "אולי אחר היה".
"גם שכלנו מתת אלקים הוא ואיסור גמור לצערו" (הג"ר ישראל משה חזן, איי הים על תשובות הגאונים - שערי תשובה, סי' קפז הערה כח).

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13839
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מאנטאג אוקטובער 07, 2019 7:52 am

קנקן האט געשריבן:
מאנטאג, ח׳ תשרי תש״ף לפ״ק
היינט, מיט 228 יאר צוריק, אום שנת תקנ״ב לפ״ק, איז אין סעליש נפטר געווארן א חשובע יוד מיט׳ן נאמען ר׳ ישראל ברוך ב״ר אברהם.
דא האנדלט זיך פונ׳ם בעל התניא׳ס פאטער, וועלכע האט זיך געהאט אהינגעצויגן בערוב ימיו.
ר׳ ברוך האט תחלת געוואוינט אין ליאזנא, ווי ער איז געוועזן דער שמש פון די חברא קדישא. זיין, דעמאלטסדיגער יונגל, שניאור זלמן, האט זיך איינגעשריבן אלס א טייל פון די חבורה נאך אלס יונגל, איידער זיין בר מצוה.
זיין נאמען ״ישראל״ האט ער ווארשיינליך צובאקומען שפעטער מחמת חולי, ווארום, ער ווערט נ׳ערגעץ נישט דערמאנט מיט אט די נאמען, אויסער אויף זיין מצבה.
מקורות: אגרות קודש, עמוד 10; מבית הגנזים

Untitled.gif
Untitled.gif (92.16 KiB) געזעהן 2971 מאל

ראה אין די FOOTNOTES #3 אין מבית הגנזים

אין תשמ"ט האט מען אויפגעשטעלט אן אוהל און פאר 2 יאר צוריק האט מען עס משפץ געווען
אויף דעם אוהל איז דא טאוועל בן ר' שניאור זלמן

נאך בילדער http://shturem.net/index.php?section=news&id=95268

אוועטאר
חוח בין השושנים
שר האלפיים
תגובות: 2570
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

תגובהדורך חוח בין השושנים » מאנטאג אוקטובער 07, 2019 8:14 am

דאס וואס 'זיי' ברענגען אז "נמנע מלהיקרא ישראל משום קריאה בשם רבו - הבעש"ט - ששמו היה ישראל" - שרייט ארויס פון זיך "חב"ד"!!
דאס איז א שטות מוחלטת פאר די וואס פארשטייען דערצו, און לאמיר נישט יעצט רעדן וועגן די עצם 'מסורה' אז דער בעל התניא און זיין טאטע האבן זיך געווייקט ביים בעש"ט הקדוש.
אויב האסטו אויף מיר פאראיבל, טענות, מענות, א ויצעקו צו מאכן, א שטאך צו געבן, א קשיא צו פרעגן, אדער -להבדיל- א גוט ווארט צו זאגן טו עס ביטע דא.

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13839
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מאנטאג אוקטובער 07, 2019 12:28 pm

קנקן האט געשריבן:
מאנטאג, ח׳ תשרי תש״ף לפ״ק
היינט, מיט 228 יאר צוריק, אום שנת תקנ״ב לפ״ק, איז אין סעליש נפטר געווארן א חשובע יוד מיט׳ן נאמען ר׳ ישראל ברוך ב״ר אברהם.
דא האנדלט זיך פונ׳ם בעל התניא׳ס פאטער, וועלכע האט זיך געהאט אהינגעצויגן בערוב ימיו.
ר׳ ברוך האט תחלת געוואוינט אין ליאזנא, ווי ער איז געוועזן * דער שמש פון די חברא קדישא. זיין, דעמאלטסדיגער יונגל, שניאור זלמן, האט זיך איינגעשריבן אלס א טייל פון די חבורה נאך אלס יונגל, איידער זיין בר מצוה.
זיין נאמען ״ישראל״ האט ער ווארשיינליך צובאקומען שפעטער מחמת חולי, ווארום, ער ווערט נ׳ערגעץ נישט דערמאנט מיט אט די נאמען, אויסער אויף זיין מצבה.
מקורות: אגרות קודש, עמוד 10; מבית הגנזים

*
ווי ער איז געוועזן דער שמש פון די חברא קדישא איין יאר ביז ער איז אנגענומען געווארען אלס פולשטענדיגער חבר
און אדה"ז איז געווען שמש ביז צו די בר מצוה ווען ער איז געווארען א פולשטענדיגער חבר

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4175
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » דאנארשטאג אוקטובער 10, 2019 1:45 pm

יישר כוח פאר די אינטערסאנטע ידיעות.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
ווייזער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 414
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 17, 2017 10:50 am
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך ווייזער » זונטאג אוקטובער 13, 2019 4:46 pm

קאטשקע אויפן וואסער האט געשריבן:
קנקן האט געשריבן:אינטערעסאנט צוצוצייכענען, איז זיין ״פריזאן־פארטנער״ איז געווען פפוס בן יהודה, וואס לויט חז״ל איז ער געווען דען מאן פון מרים די מוטער פון אותו האיש ימ״ש.

לויט חז"ל? בעניותי קען איך עס נישט טרעפן.
לויט רבינו תם (תוספות שבת קד ע"ב) איז פפוס בן יהודה געווען דער טאטע פון 'בן סטדא', אבער ער ערקלערט, אז אנדערש ווי טייל קלערן, איז בן סטדא 'נישט' ישו הנוצרי, נאר א שפעטערער חברה-מאן, וויבאלד פפוס איז געווען אסאך שפעטער פון ישו הנוצרי. פפוס איז געווען בימי ר' עקיבא (איבער 50 יאר נאכן חורבן).
ווידער לויט אסאך אנדערע (תשב"ץ, ספר יוחסין, מהרי"ט, יעב"ץ) רעדט מען פון צוויי באזונדערע 'פפוס בן יהודה'. איינער איז דער פאטער פון אותו האיש, און דער צווייטער איז בימי ר' עקיבא.

צו זאגן אז דער ״פריזאן־פארטנער" פון ר' עקיבא איז "לויט חז"ל געווען דען מאן פון מרים די מוטער פון אותו האיש ימ״ש" - איז זייער ווייט פון פונקטליך.
דאס איז נישט לויט חז"ל, און נישט לויט קיינעם! [אויסער אפשר לויט די צענזורירטע ווערסיע פון רבינו תם'ס ווערטער אין מסכת שבת]

למען הדיוק, איז כדאי צו צולייגן, אז דער תשב"ץ ברענגט אויף פפוס בן יהודה וואס איז געווען בימי ר' עקיבא "אולי אחר היה או האריך ימים הרבה". דער מהלך פון "האריך ימים הרבה" איז א מורא'דיגע פלא, ווייל עס קומט אויס פונעם תשב"ץ (וועלכער האלט אז אותו האיש איז אומגעברענגט געווארן 121 יאר פאר דעם חורבן) אז דער פפוס האט געדארפט צו לעבן א גוטע 200 יאר. דארף מען בהכרח אננעמען - וויד ער ספר יוחסין מערקט שוין אן - אז די מסקנא פונעם תשב"ץ איז באמת אז "אולי אחר היה".

ערבא ערבא צריך.
שלשלת הקבלה האט גאר אסאך אומפונקליכקייטן כידוע לכל.
וד״ל

אוועטאר
קנקן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 300
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2018 2:15 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנקן » פרייטאג אוקטובער 25, 2019 6:41 am

זיידע ומומחה האט געשריבן:
חוח בין השושנים האט געשריבן: עס ברענגט נאר ארויס וויאזוי דער מעלער פון 400 יאר צוריק האט אנגעקוקט/אויסגע'דמיונ'ט עקידת יצחק. ולא יותר.

איז אזא בילד אינטרעסאנט? פאר אסאך א פאר מיט מאדנע געשמאק יא. פאר מיר נישט עכט.

איינער צווינגט עפעס אהער צו קומען?
די סארטן בילדער פלעגן אין לויף פון אלע דורות געמאכט און גענוצט ווערן, סיי דורך היימישע און גוי׳שע ארטיסטן, וועלכע גדולי ישראל האבן שפעטער אריינגעלייגט צו באשיינען זייערע ספרים.

אז איר האט א פראבלעם דערמיט, ביטע נעמט עס ערגעץ אנדערש.
ואסיים מעין הפתיחה, איינער צווינגט עפעס אהער צו קומען?
בכבוד רב
יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט
בעל ה׳קנקן׳
עורך ׳געשיכטעליין׳ א׳-קמ״ז

צוריק צו “זכור ימות עולם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט