farshlufen האט געשריבן: איך וואלט געזאגט אז דאס ר' יעקב פראג'י בעל שאלות ותשובות מהרי"ף ס'שטימט מיט די תקופה, אבער כ'זעה צו ברענגען {ווי?} ער איז נסתלק געווארן בערך ת"צ אין מצרים.
איך האב מורא אז עס האט אימיצער HIJACKED ר' פישעל'ס ניק ער האט געקענט אויסוכען דעם שער בלאט אבער איז שוין נישט געווען בכח צו געבען א מיש צו
די ווארהייט איז אז כ'האב געקוקט אינעם שו"ת אין אוצר החכמה וואו ס'איז נישט געוועזן דער צוגעלייגטער בלאט.
אגב, עמיצער האב איך געזעהן חלום'ט אז ער האט געשטאמט פון פראג און געוועזן אן אשכנזי, ס'הויבט אבער נישט אן צו שטימען ווייל בתשובותיו ברענגט ער צו זקינו שהי' מרבני מצרים.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אינ׳ם היינטיגן טאג, מיט 260 יאר צוריק, אום שנת תק״כ לפ״ק, האט אן ערדציטעניש אויפגעטרייסלט ירושלים. אין ירושלים איז ב״ה קיינער נישט געשעדיגט געווארן, אבער אין צפת, זענען רח״ל 162 מענטשן אומגעקומען געווארן, צווישן זיי החסיד מוהר״י פאראג׳י און זיין זוהן. הערה: ס׳איז מיר נישט באקאנט ווער דער מהר״י פאראג׳י איז. מקורות: פרי האדמה, הל׳ תעניות פרק ב׳ הלכה י״ב;וויקיפּעדיע
למען הפונקטליכקייט וואלט איך געשריבען האט אן ערדציטעניש אויפגעטרייסלט דעם מיטעל מזרח פון וויקי זעהט אויס אז דער EPICENTER פון OCT 30 ט' חשון איז געווען אין צפת'ר געגענט איי דער מחבר פון פרי האדמה שרייבט פה עיר הקדש ירושלם ת"ו שנת הת"ק ועשרים ליל ט' וואס איז משמע אז דארט יז געווען דער עיקר 1 ער איז דאך געווען א ירושלמי 2 קוק אין המשך דבריו ער שרייבט בענין שלא לגזור תענית צבור על הרעש בירושלם
farshlufen האט געשריבן:אגב, עמיצער האב איך געזעהן חלום'ט אז ער האט געשטאמט פון פראג און געוועזן אן אשכנזי, ס'הויבט אבער נישט אן צו שטימען ווייל בתשובותיו ברענגט ער צו זקינו שהי' מרבני מצרים.
היינט איז א רעגנדיגער טאג, פאר 3 סיבה׳ס. 1. אינ׳ם היינטיגן טאג, מיט 4123 יאר צוריק, אום שנת א׳תרנ״ז לב״ע. נח׳ס פאמיליע זענען שוין איינקווארטירט אינ׳ם תיבה, די אויסגעקליבענע בהמות, חיות ועופות, מאכן זיך באקוועם, אין זייערע קעמערליך. נח שטייט אינדדרויסן, און באטראכט די וועטער, האפנדיג, אז ער וועט נישט מוזן דורכמאכן דאס ערוואטעטן קושמאר. אבער די רעגן, שטופט אים אריין אין תיבה אריין, ווי ער פארבלייבט פאר דעם קומענדיגן יאר. 2. י״ז חשון, איז דער טאג אין ארץ ישראל, וואס אויב ס׳גייט פארביי, און ס׳האט נישט גערעגנט זינט סוכות, הייבן די יחידים אן צו פאסטן, ווי דער משנה לערנט אונז (תענית א:ד): ״הִגִּיעַ שִׁבְעָה עָשָׂר בְּמַרְחֶשְׁוָן וְלֹא יָרְדוּ גְשָׁמִים, הִתְחִילוּ הַיְחִידִים מִתְעַנִּין שָׁלשׁ תַּעֲנִיּוֹת.״ 3. היינט איז סתם אזוי א רעגנדיגן טאג.
מיין מלמד האט געטייטשט תיבה א קאסטען נישט א שיף איך האב געמיינט אז די תיבה האע געהאט נור איין צהר נישט איטליכע חלונות באקוועם, אין זייערע קעמערליך איך זעה חיות אויפען דעק נח שטייט אינדדרויסן, און באטראכט די וועטער, פון ווי נעמט איר דאס?
3. היינט איז סתם אזוי א רעגנדיגן טאג. ווי? נישט אין לאנדאן און נישט אין ברוקלין
היינט איז א רעגנדיגער טאג, פאר 3 סיבה׳ס. 1. אינ׳ם היינטיגן טאג, מיט 4123 יאר צוריק, אום שנת א׳תרנ״ז לב״ע. נח׳ס פאמיליע זענען שוין איינקווארטירט אינ׳ם תיבה, די אויסגעקליבענע בהמות, חיות ועופות, מאכן זיך באקוועם, אין זייערע קעמערליך. נח שטייט אינדדרויסן, און באטראכט די וועטער, האפנדיג, אז ער וועט נישט מוזן דורכמאכן דאס ערוואטעטן קושמאר. אבער די רעגן, שטופט אים אריין אין תיבה אריין, ווי ער פארבלייבט פאר דעם קומענדיגן יאר. 2. י״ז חשון, איז דער טאג אין ארץ ישראל, וואס אויב ס׳גייט פארביי, און ס׳האט נישט גערעגנט זינט סוכות, הייבן די יחידים אן צו פאסטן, ווי דער משנה לערנט אונז (תענית א:ד): ״הִגִּיעַ שִׁבְעָה עָשָׂר בְּמַרְחֶשְׁוָן וְלֹא יָרְדוּ גְשָׁמִים, הִתְחִילוּ הַיְחִידִים מִתְעַנִּין שָׁלשׁ תַּעֲנִיּוֹת.״ 3. היינט איז סתם אזוי א רעגנדיגן טאג.
מיין מלמד האט געטייטשט תיבה א קאסטען נישט א שיף איך האב געמיינט אז די תיבה האע געהאט נור איין צהר נישט איטליכע חלונות באקוועם, אין זייערע קעמערליך איך זעה חיות אויפען דעק נח שטייט אינדדרויסן, און באטראכט די וועטער, פון ווי נעמט איר דאס? רש"י בראשית ז,ז "מפני מי המבול" - אף נח מקטני אמנה היה מאמין ואינו מאמין שיבא המבול ולא נכנס לתיבה עד שדחקוהו המים 3. היינט איז סתם אזוי א רעגנדיגן טאג. ווי? נישט אין לאנדאן און נישט אין ברוקלין
Untitled.gif
כ'ווייס נישט וואס די האסט דארט געטראפן, אבער אין לאנדאן האט גערעגנט!
נח שטייט אינדדרויסן, און באטראכט די וועטער, פון ווי נעמט איר דאס?
אוראייניקל האט געשריבן: ..... רש"י בראשית ז,ז "מפני מי המבול" - אף נח מקטני אמנה היה מאמין ואינו מאמין שיבא המבול ולא נכנס לתיבה עד שדחקוהו המים...........
אינ׳ם יעצטיגן מאנאט, מיט 3694 יאר צוריק, אום שנת ב׳פ״ו לב״ע, איז שרה אמנו נפטרת געווארן. דער מדרש זאגט, ווען המן הרשע האט זיך געמאכט זיינע גורלות, און פראבירט אויסצוגעפינען וועלכע חודש וועט אים זיין א גליקליכע חודש, אויסצופירן זיין טייוולאנישן פלאן, ווען ער איז געקומען צו חודש חשון: ״עָלָה בְּמַרְחֶשְׁוָן, זְכוּת שָׂרָה אִמֵּנוּ שֶׁבּוֹ מֵתָה.״ ס׳איז אינטערעסאנט, ווייל מיר וויסן, אז אדר האט ער פאררעכנט אלס א גליקליכער חודש, צוליב וואס משה רבינו איז דערינען נפטר געווארן, ווידער אום חשון האט ער גאר געזעהן די פטירה פון שרה אמנו אלס א זכות פאר כלל ישראל.
מקור: אסתר רבה ז:יא
kankanjournal.com [5% off coupon, use “KDH”]
יש לציין, אז די מדרש שטימט לכאורה נישט מיט'ן מדרש אז שרה איז אוועק בשעת'ן עקידה, וואס איז געווען אדער ר"ה (פסיקתא רבתי) אדער יו"כ (ילקוט ראובני) אדער ניסן (שמות רבה טו, יא). חוץ אויב מ'וועט זאגן אז ביז די שטן איז געקומען צו שרה איז שוין געווען חודש חשון, און במשך די גאנצע צייט ביז דעמאלטס האט אברהם אבינו זיך אויפגעהאלטן טין באר שבע, וכמבואר ברמב"ן (בראשית כג, ב) 'אבל לפי המדרש צריכין אנו לומר כי אברהם ושרה בזמן העקידה היו דרים בחברון ושם נצטוה ומה שאמר ביום השלישי וישא אברהם את עיניו (לעיל כב ד) כי לא נגלה לו ההר חמד אלהים עד היום השלישי והיה בשני הימים הולך בסביבי ירושלים ולא היה הרצון להראות לו ואברהם אחר העקידה לא שב למקומו לחברון אבל הלך תחלה אל באר שבע מקום האשל שלו לתת הודאה על נסו ושם שמע במיתת שרה ובא'.
די מקור איז פונעם סדר הקבלה להמאירי (פתיחה למסכת אבות). "וכן בארץ הזאת היו חכמים גדולים בימי הרב הגדול זקנינו הנבחר רבי אברהם בר' יצחק אב ב"ד, ונפטר בשנת תתקי"ט בעשרים במרחשון". (די בילד פונעם אשכול מהדו' נחל אשכול קומט אפשר אנדייטן אז איר זענט מפקפק אויפן דאטום? דאן דארפט איר יעצט ברענגען אלבק'ס אשכול...)
ייש״כ, א שיינע מקור טאקע. מחוסר פנאי האב איך נישט געקענט נאכקוקן, כ׳האב דאס יא זיכער געמאכט אז דער מקור איז נישט דור ודור ודורשיו - מער איבער דעם אין קנקן - קן י׳ בע״ה.
בכבוד רב יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט בעל ה׳קנקן׳
עורך ׳געשיכטעליין׳ א׳-קמ״ז
מיר האבן דערמאנט אום ראש חודש, די מקור פון די נעמען פון אונזערע חדשים וואס מיר נוצן מיר. ס׳איז אינטערעסאנט, אז דעם יעצטיגן חודש, פארמאגט צוויי וועגן ווי אזוי מיר שרייבען עס, חשון אדער מרחשון - וואס איז די מעשה? אלזע, ווי דערמאנט, הייסט אונזערע חודש אויף בבלי׳ש ״אַראַהּסאַמנוּ״. אויף בבליש באקומט יעדער חודש דער אלגעמיינער פארווארט ״אַראַהּ״, וואס ליינט זיך און טייטשט זיך אויף לשון הקודש ״ירח״. ווידער די נעמען פון זייערע חדשים, זענען על שם זייערע אפגעטער. אויסער איין חודש, חודש חשון, וועלכעס איז דער חודש ״סאַמנוּ״ = שמיני, דער אכטער חודש. מרח-שוון, דער אכטער חודש. בילד: צייכענונג פון בבל