קנקן טעגליך - קאמענטארן
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 663
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 11:14 am
- לאקאציע: עולם השפל
Re: קנקן טעגליך - קאמענטארן
קנקן האט געשריבן:יו״ד כסלו תש״ף לפ״ק
אינ׳ם היינטיגן טאג, מיט 403 יאר צוריק, אום שנת שע״ז לפ״ק, איז נסתלק געווארן הגאון מוהר״ר מרדכי מרגלית פון קראקא.
צופיל איבער ר׳ מרדכי איז אונז נישט באקאנט. ס׳זענען דא וואס געבן אן אז זיין פאטער ר׳ שמואל, איז הגאון מהר״ר שמואל מרגליות אבד״ק פוזנא, אבער דאס ׳איז איז א בלויזע השערה.
בפרט נעמענדיג אין באטאכט די פאלגענדע פונקט: אום שנת שמ״ט חתמ׳ט ער זיין נאמען אויפ׳ן לעצטן זייט פון זיין ספר חסדי ה׳, ווי פאלגענד: "כה דברי העלוב משה מרדכי במוהר״ר שמואל ומרגלית זצ״ל.״ דאס טוט אנדייטן אז מרגלית איז נישט געווען קיין פאמיליע נאמען, נאר ליבערשט, אז ער האט זיך אזוי פאררופן נאכ׳ן מוטער זיינעם.
קוקנדיג איבער נאכאמאל אויף די חתימה, איז מיר איינגעפאלן אז לכאורה איז דאס בלויז א טעות פונ׳ם דרוקער (ר׳ יצחק מפרוסטיץ) אדער די בחור הזעצער. אנשטאט אויסשטעלן די אותיות מרגליות כסדרן האט ער בטעות געשטעלט די וא״ו שלא במקומו מילא איז געדרוקט ו מ ר ג ל י ת (חסר וא״ו). דער סיבה איך קלער אזוי ווייל לדבריך דארף מען פארשטיין וואס זוכט דא דער זצ״ל נאך זיין מוטער׳ס נאמען, הגם אז דאס גייט ארויף אויף ביידע עלטער׳ן זיינע (לשיטתך) אבער נישט אזוי אפט שרייבט מען אויף א אשה זצ״ל, נאר ע״ה וכד׳.
הוספה:
דא האט איר די שער פונ׳ם זוהר חדש וואס ר׳ מרדכי האט מגיה געווען, געדרוקט דורכ׳ן זעלבער דרוקער ר׳ יצחק מפרוסטיץ בשנת שס״ג, דא שטייט יא בן ר׳ שמואל מרגליות..
- אטעטשמענטס
-
- FED11BFD-33BB-4766-8E44-20C58C6F7D0D.jpeg (641.28 KiB) געזען 427 מאל
Re: קנקן טעגליך - קאמענטארן
מען קען באקומען די טעגליכע היסטאריע (ענגליש) אין אימעיל.
שרייבט אייך איין דא:
https://kankanjournal.com/kdh2911
שרייבט אייך איין דא:
https://kankanjournal.com/kdh2911
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35438
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
Re: ר״ב תמוז - יסוד חברא קדישא בפראג
דער מהר"ל האט אין שכ"ד נישט געוואוינט אין פראג, און ער איז נישט צווישן די חותמים אויף די התייסדות החברא קדישא.קנקן האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 04, 2019 6:49 amראש חודש, א׳ תמוז תשע״טהיינט, מיט 455 יאר צוריק, שנת שכ״ד, איז געגרינדעט געווארן אין פראג אירע באקאנטע חברא קדישא, דורך צוויי גדולי ישראל פון יענע צייט, דער מהר״ל וועלכע איז עווענטועל אויפגענומען געווארן אלס רב אין פראג, און הגאון מוהר״ר אליעזר אשכנזי, וועלכער איז עווענטועל אויפגענומען געווארן אלס רב אין קראקא.
אט דעם טאג איז אין פראג געווען א יום שמחה, איבערהויפט צווישן די מיטגלידער פון דעם ארגאניזאציאן. פון א באריכט פון פילע יארן שפעטער לערנען מיר, אז דער יום טוב האט זיך שוין אנגעהויבן א נאכט פריער, מיט א ספעציעלן מעריב מיט׳ן חזן, וועלכער האט נאכגעפאלגט מיט א פאסיגע דרשה פונ׳ם רב און נאך אירע.מקור: המבשר 1864, עמוד 210.קנקן טעגליך - קאמענטארן
די חברא קדישא ביי יציאת נשמה
640px-Prager_Beerdigungsbruderschaft.jpg
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]