קנקן טעגליך - קאמענטארן

אידישע און אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

חוח בין השושנים
שר חמש מאות
תגובות: 911
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

תגובהדורך חוח בין השושנים » מאנטאג דעצמבער 02, 2019 10:10 am

קיקיון האט געשריבן:איך האב נישט געפרעגט צו מען מעג נור "איז עס פארשריבען?"

יא, אין עזרא פרק ג.
נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שטייטער פון מיר, איז א גולם. נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שנעלער פון מיר, איז א חיה רעה. נישט יעדער וואס האלט אנדערש פון מיר, איז אומגערעכט.

איטשע
שר האלף
תגובות: 1902
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

תגובהדורך איטשע » מאנטאג דעצמבער 02, 2019 11:22 am

עזרא ג׳

איטשע
שר האלף
תגובות: 1902
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

תגובהדורך איטשע » מאנטאג דעצמבער 02, 2019 11:23 am

חוח בין השושנים האט געשריבן:
קיקיון האט געשריבן:איך האב נישט געפרעגט צו מען מעג נור "איז עס פארשריבען?"

יא, אין עזרא פרק ג.

נישט געמערקט אז דו האסט שוין געענטפערט.

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13381
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מאנטאג דעצמבער 02, 2019 1:53 pm

זעט אויס אז דער מעלער האט נישט געוויסט דעם טייטש פון והלוויים בני אסף במצלתיים
האט ער עז אוסגעלאזט
------------
די שוך האט ער אויסגעטון אבער ישיבה יא?
Annotation 2019-12-02 085852.jpg
Annotation 2019-12-02 085852.jpg (157.75 KiB) געזעהן 925 מאל

חוח בין השושנים
שר חמש מאות
תגובות: 911
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

תגובהדורך חוח בין השושנים » דינסטאג דעצמבער 03, 2019 8:25 am

אינ׳ם היינטיגן טאג, מיט 388 יאר צוריק, אום שנת שצ״ב לפ״ק, איז דער מהרש״א נסתלק געווארן אין אוסטרהא.
מהרש״א איז די ר״ת פון ווי אזוי ער איז געווען באקאנט, מורינו הרב ר׳ שמואל אֵידל׳שׂ. פארצייטנס, ווען ס׳איז נאך נישט געווען איינגעפירט פאמיליע נעמען, האט מען גערופן מענטשן מיט זייטיגע צונעמען. צומאל לויט זיין אויסקוק, א שטייגער ווי דער מהר״ל פון פראג האט מען גערופן דער הויכער ר׳ ליב. אבדער ווי דער רמ״א וואס מען האט גערופן אויפ׳ן טאטנ׳ס נאמען, ר׳ משה איסרל׳שׂ. דער מהרש״א׳ס שוויגער מרת אֵידל, איז געווען זייערע א באקאנטע פרוי אין די שטאט פויזן, דעריבער האט מען אים גערופן נאך איר.

ס'ווערט געברענגט פון הרה"ק ר' פנחס'ל קאריצער:
מהרשא.JPG
מהרשא.JPG (83.01 KiB) געזעהן 905 מאל
נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שטייטער פון מיר, איז א גולם. נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שנעלער פון מיר, איז א חיה רעה. נישט יעדער וואס האלט אנדערש פון מיר, איז אומגערעכט.

גלות איד
שר מאה
תגובות: 104
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 10, 2017 8:48 pm

תגובהדורך גלות איד » דינסטאג דעצמבער 03, 2019 9:37 am

חוח בין השושנים האט געשריבן:
אינ׳ם היינטיגן טאג, מיט 388 יאר צוריק, אום שנת שצ״ב לפ״ק, איז דער מהרש״א נסתלק געווארן אין אוסטרהא.
מהרש״א איז די ר״ת פון ווי אזוי ער איז געווען באקאנט, מורינו הרב ר׳ שמואל אֵידל׳שׂ. פארצייטנס, ווען ס׳איז נאך נישט געווען איינגעפירט פאמיליע נעמען, האט מען גערופן מענטשן מיט זייטיגע צונעמען. צומאל לויט זיין אויסקוק, א שטייגער ווי דער מהר״ל פון פראג האט מען גערופן דער הויכער ר׳ ליב. אבדער ווי דער רמ״א וואס מען האט גערופן אויפ׳ן טאטנ׳ס נאמען, ר׳ משה איסרל׳שׂ. דער מהרש״א׳ס שוויגער מרת אֵידל, איז געווען זייערע א באקאנטע פרוי אין די שטאט פויזן, דעריבער האט מען אים גערופן נאך איר.

ס'ווערט געברענגט פון הרה"ק ר' פנחס'ל קאריצער:
מהרשא.JPG

דא זעהט אויס אז ער קומט אפשלאגן א טעות וואס מ'פלעגט זאגן אז ער הייסט נאך זיין מאמע וואס האט געהייסן איידל, קןקן טענה'ט אז ער הייסט נאך די שוויגער.

בכל אופן זאגט הרה"ק ר' פינחס'ל קאריצער אז עס איז פשוט נאך שמואל אליעזר און נישט א נוק'.

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13381
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » דינסטאג דעצמבער 03, 2019 9:38 am

אינ׳ם היינטיגן טאג, מיט 388 יאר צוריק, אום שנת שצ״ב לפ״ק, איז דער מהרש״א נסתלק געווארן אין אוסטרהא.
מהרש״א איז די ר״ת פון ווי אזוי ער איז געווען באקאנט, מורינו הרב ר׳ שמואל אֵידל׳שׂ. פארצייטנס, ווען ס׳איז נאך נישט געווען איינגעפירט פאמיליע נעמען, האט מען גערופן מענטשן מיט זייטיגע צונעמען. צומאל לויט זיין אויסקוק, א שטייגער ווי דער מהר״ל פון פראג האט מען גערופן דער הויכער ר׳ ליב. אבדער ווי דער רמ״א וואס מען האט גערופן אויפ׳ן טאטנ׳ס נאמען, ר׳ משה איסרל׳שׂ. דער מהרש״א׳ס שוויגער מרת אֵידל, איז געווען זייערע א באקאנטע פרוי אין די שטאט פויזן [וואס האט אויסגעהלטען איר איידעמ"ס ישיבה,] דעריבער האט מען אים גערופן נאך איר.

Untitled.gif
Untitled.gif (36.98 KiB) געזעהן 890 מאל

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13381
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » דינסטאג דעצמבער 03, 2019 10:02 am

Untitled.gif
Untitled.gif (37.49 KiB) געזעהן 883 מאל

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13381
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » דינסטאג דעצמבער 03, 2019 11:50 am

ישלהוסיף האט געשריבן:קעפל: דמות דיוקנם של מאורי הדורות
מהרש"א

קיקיון האט געשריבן:דער מהרש"א איז געווען א נזיר?

קיקיון האט געשריבן:דער מהרש"א האט נישט געהאט בעסערס צו טון ווי אריינלאזען אן ארטיסט אין זיין ספרים שטוב?

קיקיון האט געשריבן:וואס איז דיין הסבר אויף דעם בילד?
דער ארטיסט איז געזעסען אין בה"מ ביי זיין שיעור?

איטשע האט געשריבן:קען נישט זיין, אז א בחור האט עם אפגעצייכנט ביים שיעור?

זיידע ומומחה
שר מאה
תגובות: 215
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 12, 2012 11:09 am

תגובהדורך זיידע ומומחה » דינסטאג דעצמבער 03, 2019 3:55 pm

הרב ראובן מרגליות
Untitled.gif
Untitled.gif (102.24 KiB) געזעהן 846 מאל

זיידע ומומחה
שר מאה
תגובות: 215
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 12, 2012 11:09 am

תגובהדורך זיידע ומומחה » דינסטאג דעצמבער 03, 2019 3:55 pm

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13381
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מיטוואך דעצמבער 11, 2019 9:18 am

קנקן האט געשריבן:רבינא, איז א פארקירצערונג פון זין טיטל און נאמען רב אבינא. ער איז געוועזן דער זוהן פון רב הונא.
רבינא איז געווען אין די לעצטע דור פון די אמוראים, און ער * האט געשלאסן תלמוד בבלי. ...

*
און ער מיט רב אשי זיין (עלטערער)? (אינגערער)? שותף האבען געשלאסן תלמוד בבלי איזער אנהייב מס' קידושין און אנהייב ב"מ וואס עסהאבעןצוגעלייגט די רבנן סבוראי

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13381
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » דאנארשטאג דעצמבער 12, 2019 12:10 pm

קנקן האט געשריבן:
י״ד כסלו תש״ף לפ״ק

אינ׳ם היינטיגן טאג, מיט 442 יאר צוריק, אום שנת של״ח לפ״ק, איז דער קאמעט, באקאנט אלס דער גרויסער קאמט פונ׳ם יאר 1577, געווען ביי איר שטערקסטן פונקט.
א באריכט דערפון הא׳מיר פון אן אומבאקאנט׳ן כראניקער פון פראג, וועלכער באשרייבט עס ווי פאלגענד: ״של״ח לפ״ק, ליל ג׳ ב׳ כסלו שעה ב׳, עמד כוכב אחד בין שאר כוכבים, כנגד מזרח גדול מאוד משאר כוכבים, עם זנב גדול כזה [=זעה בייגעלייגטן בילד] ומאיר כלבנה, ועמד כל כך כל חודש כסלו עד ח׳ טבת, ומן חצי כסלו היה הולך ומתמעט עד שהיה קטון אותו זנב מאוד, עד שפסק ח׳ טבת.״

וויפיל קאמעטען זענען געווען אין 6 יאר פון של"ב ביז של"ח ?

Untitled.gif
Untitled.gif (218.74 KiB) געזעהן 741 מאל

Untitle d.gif
Untitle d.gif (100.57 KiB) געזעהן 741 מאל

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13381
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מאנטאג דעצמבער 16, 2019 8:13 am

קנקן האט געשריבן:
ח״י כסלו תש״ף לפ״ק

אינ׳ם היינטיגן טאג, מיט 782 יאר צוריק, אום שנת תתקצ״ח לפ״ק, איז נסתלק געווארן רבינו אברהם דער זוהן פון רמב״ם.
רבינו אברהם ווערט אין א בריוו בא׳טיטלט ווי פאלגענד: ״מורנו ורבנו, אדוננו נגידנו, עטרת ראשנו, מנהיג דורנו, הודנו והדרינו...דגל הרבנים, יחיד הדור.״
פון זיינע פילע ספרים איז באקאנט דעם ספר המספיק לעבוד ה׳, וועלכער ער האט געשריבן אין יועא-אראביש. דאס ארגינעלע נאמען איז ״כִּיתַּבּ כִּיפִיִה אַל-אַבִּידִין״. מקור: שם הגדולים מערכת מ׳ אות ק״נ

דארט דערמאנט דער חיד"א רבינו אברהם צוויי מאל בדרך אגב
וועגען רבינו אברהם שרייבט ער אין מערכת א אות ע"ג
-------------
דער רמב"ם דער זון ר' אברהם און דער אייניקעל ר דוד זענען געווען "נגיד"
וואס האט דאס געמיינט? אזוי ווי ריש גליתא ?

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13381
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » דינסטאג דעצמבער 17, 2019 10:42 am

קנקן האט געשריבן:
י״ט כסלו תש״ף לפ״ק
אינ׳ם היינטיגן טאג, מיט 259 יאר צוריק, אום שנת תקכ״א לפ״ק, איז געבוירן געווארן דער בארימטער גאון מוהר״ר אפרים זלמן מרגליות פון בראד.
ר׳ זלמן איז געווען פון די גרעסטע פוסקים בדורו. הגם, ער האט נישט געדינט קיין שום רבנישע פאסטן. ער האט געפירט א באנק אין בראד.
ר׳ זלמן איז באקנט אין די הלכה׳דיגער וועלט אלס דער בית אפרים, ע״ש ספרו שו״ת בית אפרים, און אין אלגעמיין איז ער באקאנט אלס דער פארפאסער פונ׳ם ספר מטה אפרים, הלכות אויף די ימים נוראים

מיר דוכט זיך אז לומדי הלכה קומען מער אין קאנטאקט מיט דעם סימבאל ווי מיט דעם שער אפרים
Annotation 2019-12-17 102345.gif
Annotation 2019-12-17 102345.gif (2.87 KiB) געזעהן 641 מאל

Annotation 2019-12-17 102345.gif (2.87 KiB) געזעהן 639 מאל

אוועטאר
קנקן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 256
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2018 2:15 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנקן » דאנארשטאג דעצמבער 19, 2019 6:44 am

קנקן האט געשריבן:
כ״א כסלו תש״ף לפ״ק
היינט איז ״יום הר גריזים״!
ווארום, אינ׳ם היינטיגן טאג, מיט 2331 יאר צוריק, אום שנת ג׳תמ״ט לב״ע, האט מען אויסגעאקערט הר גריזים, דאס הויפטקווארטיר פון די כותים, אין אויס אנגעפלאצט מיט ״פּאָרע - ציבעלע״, leak בל״ע.
דאס איז געקומען אלס אן ענטפער, צו וואס זיי האבן געוואלט טוען צו הר הבית.
געווען איז דאס ביי דעם באקאנטן באזוך פון אלכסנדרוס מוקדון אין ארץ ישראל, ווען די כותים האבן פון אים אפגעקויפט 5 בית כור אויף הר הבית, מיט׳ן פלאן צו צושטערן דעם בית המקדש. אלעס איז געפארן ווי געשמירט, ביז אלכסנדרוס האט זיך געטראפן מיט שמעון הצדיק,דעמאלטס האבן זיך זאכן געטוישט, און אלכסנדורס האט איבערגעגבן הר גריזים אין די הענט פון די יודן, און מקיים געווען דעם ועשית לו כאשר זמם לעשות.
מקור: מגילת תענית, יש לציין שביומא ס״ט ע״א כתוב שדבר זה אירע בכ״ה בטבת.

אונז ווייסן מיר אז דער משכן, וועלכע איז געווען 100 ביי 50 אמות, איז געווען א בית סאתיים.
א בית סאה איז 50 אויף 50 אמה.
א בית כור איז 30 מאל אזוי גרויס [30 סאה אי א כור].
5 בית כור, קומט אויס צו זיין אומגעפער 612 אויף 612 אמה, דאס איז גרעסער פון הר הבית וועלכע איז בלויז געווען 500 אויף 500 אמה.
בכבוד רב
יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט
בעל ה׳קנקן׳
עורך ׳געשיכטעליין׳ א׳-קמ״ז

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13381
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מיטוואך דעצמבער 25, 2019 8:38 am

בענין קנקן'ס בילד פון די חליצה וואס איז נישט געווען אין וועניציע

איך זעה צוויי מעגליכקייטען
1) דער ארטיסט איז געווען אן עם הארץ וואס האט נישט בייגעוואינט א חליצה
2) די דיינים זענען נישט געווען תלמידי חכמים

א חליצה שוך דארף האבען ווייסע רצועות ועוד ועוד
דער יבם דארף שטיין
Annotation 2019-12-25 083048.gif
Annotation 2019-12-25 083048.gif (75.31 KiB) געזעהן 473 מאל

איטשע
שר האלף
תגובות: 1902
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

תגובהדורך איטשע » מיטוואך דעצמבער 25, 2019 10:53 am

איידער איר אטאקירט די דיינים, וואלט איך אטאקירט דעם מעהלער....

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13381
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מיטוואך דעצמבער 25, 2019 11:54 am

מיין קאמענטאר איז נישט געווען געצילט צי דעם מעלער 1 אדער די דיינים 2
נור צו דעם היסטאריקער מומחה וואס ברענגט אזא אומגעלומפערטען בילד
--------------
איר ווייסט ווער די דיינים (נישט פון ווענעציע) זענען געווען אז איר נעמט זיך פאר זייער כבוד?
איר האט נישט באמערקט אז זיי זענען אויסגעדרייט בשעת מעשה?

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13381
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מיטוואך ינואר 01, 2020 5:46 pm

Phylacteries.jpg
Phylacteries.jpg (144.74 KiB) געזעהן 329 מאל

דער בילד איז כולו מוקשה
ספרדישע כריכות אויף די האנט אין קראקא
צוויי נקבים פאר די ציצית אויף א טלית גדול
איז ער א ספרדי ? וואס פשט פון די שווארצע שטרייפען?
ןןי האלט ער אז ער זיצט אזוי ראויג מיט 2 של ראש אויפען טיש
און גארנישט אויפען קאפ?
דער של יד אויף די האנט איז יא מרובע ?
---
די שטרייפען אין די לענג איז מנהג ווי?

אוועטאר
קנקן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 256
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2018 2:15 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנקן » פרייטאג ינואר 03, 2020 6:17 am

קנקן האט געשריבן:
ו׳ טבת תש״ף לפ״ק

ֿ

אינ׳ם היינטיגן טאג, מיט 287 יאר צוריק, אום שנת תצ״ג לפ״ק, איז דער שבות יעקב נסתלק געווארן אין מֶיץ, פראנקרייך.

איינמאל מעג מען זיך אליינס אראפרייסן:
היינט זע׳מיר געווען פויל, און נישט נאכגעקוקט די מקורות.

נאט אייך וואס מיר האבן געשריבן אנבאלאנג די יארצייט, אין קנקן י״א:

תיקון טעות:
ו׳ טבת תצ״ג - הגאון מהור״ר יעקב רישר אבד״ק מיץ. אויך באקאנט אלס ר׳ יעקב באקובן, אדער ר׳ יעקב בק. בעהמח״ס חק יעקב, שו״ת שבות יעקב און נאך.
אינעם ס׳ דור ודור ודורשיו, און נאכהער אינעם ספר מליצי אש, ווערט געברענגט זיין יארצייט אום ו׳ טבת תצ״ג. אינעם לוח דבר יום ביומו (פרעמישלא תרס״ז) אום י׳ טבת, ליינען מיר דאס פאלגענדע: ״בו נפטר במיץ האב״ד הג״מ יעקב רישר בר׳ יוסף מפראג בעמ״ס חק יעקב ושו״ת שבות יעקב תצ״ג לדעת רא״א וע׳ ו׳ טבת[i].״ ביי ו׳ טבת שטייט דאס פאלגענדע: ״פטירת הג״מ יעקב בר׳ יוסף רישר בעמח״ס חק יעקב ושבות יעקב ומנחת יעקב תצ״ג (דו״ד וע׳ י׳ טבת)״[/i]. אבער זיי זענען נישט גערעכט זיין יארצייט איז נישט אום ו׳ טבת און נישט אום י׳ טבת. ווען יא? אינעם פנקס פון ק״ק מיץ שטייט שבט!
בכבוד רב
יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט
בעל ה׳קנקן׳
עורך ׳געשיכטעליין׳ א׳-קמ״ז

אוועטאר
קנקן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 256
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2018 2:15 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנקן » זונטאג ינואר 05, 2020 9:00 am

ח׳ טבת תש״ף לפ״ק

Darkness.jpg
Darkness.jpg (13.4 KiB) געזעהן 262 מאל

אינ׳ם היינטיגן טאג, מיט אומגעפער 2250 יאר צוריק, האט תלמי מלך מצרים, איינגלאדנט 72 זקנים פון ירושלים, צו זיך קיין אלכסנדריא. ער האט זיי אריינגעזעצט אין 72 באזונדערע שטובער, און יעדער האט באקומען זיין אויפגאבע איבערצוטייטשן די תורה אויף גריכיש.
ווי חז״ל דערציילן אונז האבן זיי צענוזרירט די איבערטייטשונג צוליב געוויסע סיבה׳ס.
ווען האט דאס פאסירט? חז״ל דערציילן אונז, אז תלמי׳ס פרוי האט געהייסן ארנבת. זוכנדיג צו דערגיין די נעמען פון די גריכישע קעניגן אין מצרים, וועלכע האבן אלע געהייסן תלמי, הא׳מיר נישט געפונען קיין מלכה מיט׳ן נאמען וואס זאל באדייטן ׳ארנבת׳. אזויפיל יא, אז דער פאטער פון למי דער ערשטער האט געהייסן לאַגוס, וואס באדייט א האזל - ארנבת.
יוסף בן מתתי׳ הכהן, שרייבט אין זיין ספר נגד אפיון, אז אט די געשיכטע, איז זיך פארלאפן מיט תלמי דער צווייטער - פילאדעלפוס. ער האט געלעבט אין די צייט פון די רואיגע גריכישע הערשאפט איבער ארץ ישראל.
מקורות: מגילת ט׳ ע״א, בה״ג, הובא בטור או״ח תק״ף, נגד אפיון ספר ב׳ סי׳ ד׳.

בכבוד רב
יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט
בעל ה׳קנקן׳
עורך ׳געשיכטעליין׳ א׳-קמ״ז

קאטשקע אויפן וואסער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 359
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 12:20 am

תגובהדורך קאטשקע אויפן וואסער » מיטוואך ינואר 08, 2020 9:36 am

קנקן האט געשריבן:
י׳ טבת תש״ף לפ״ק
Mordechai.jpg
אינ׳ם היינטיגן טאג, מיט 2331 יאר צוריק, איז נסתלק געווארן מרדכי הצדיק!
פילע געשעענישן האבן פאסירט אינ׳ם יאר, וועלכע איז דער 36טע יאר זינט דאס אויפבוי פונ׳ם צווייטן בית המקדש. אט די יאר איז גענוי 1000 יאר פון יציאת מצרים, און אזוי אויך יארע 1 למנין השטרות. אום עשרה בטבת אין דעם יאר, האט זיך נבואה אפגעשטעלט ביי כלל ישראל, מיט די פטירה פון די פיר לעצטע נביאים עזרא הסופר, חגי, זכריה און מלאכי. מלאכי איז לויט רב נחמן קיין אנדערע ווי מרדכי הצדיק.
אלזא מיר האבן עטליכע שיינע יארצייטן אינ׳ם היינטיגן טאג.
מקורות: ספר יוחסין מאמר ראשון, מגילה ט״ו ע״א.

דא האב איך געשריבן אז דער ספר יוחסין האט קיינמאל נישט געמיינט צו זאגן אז אלע פיר (עזרא, חגי, זכריה און מלאכי) זענען נפטר געווארן אין י' טבת. ער רעדט נאר פון עזרא הסופר, און לייגט צו אז די אנדערע דריי נביאים זענען נפטר געווארן אין יענע יאר.
"גם שכלנו מתת אלקים הוא ואיסור גמור לצערו" (הג"ר ישראל משה חזן, איי הים על תשובות הגאונים - שערי תשובה, סי' קפז הערה כח).

אוועטאר
קנקן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 256
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2018 2:15 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנקן » מיטוואך ינואר 08, 2020 9:46 am

נשמעים דבריך
בכבוד רב
יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט
בעל ה׳קנקן׳
עורך ׳געשיכטעליין׳ א׳-קמ״ז

צוריק צו “זכור ימות עולם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: טוב ויפה און 6 געסט