היסטאריע ארום פרשיות און תורה-מחלוקות אינעם אלטען היים

אידישע און אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
משיח
שר האלפיים
תגובות: 2696
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

היסטאריע ארום פרשיות און תורה-מחלוקות אינעם אלטען היים

תגובהדורך משיח » מיטוואך אפריל 10, 2019 7:00 pm

איך עפן דעם אשכול מיטן ציל אז מ'זאל קענען אדורכשמועסן אדער נאכפרעגן איבער ענינים און פרשיות וואס זענען פארגעגאנגען אינעם אלטן היים,
בימים ההם האט זיך יעדע תקופה געטוהן איבער אן אנדערע נושא, זה אוסר וזה מתיר,
א טייל זענען מער באקאנט, א שטייגער ווי די קליווא גט וכדומה, און א טייל זענען ווייניגער באקאנט,

אויב איז שוין דא אזא אשכול, ביטע שמעלצן.

ובזה החלי,

אין ספר מצבת קודש שרייבט רי"י גרינוואלד איבער א פרשה פון א גט אין הומנא, וואס דער רב דארט האט מסדר געווען, און אנדערע האבן מערר געווען דערויף, און הגאון רבי ירמי' מאטעסדארף איז געווען דער מכריע לאיסור,

אין ספר קורות התורה והאמונה שרייבט הרב גרינוואלד איבער א פרשה פון א גט וואס רבי מרדכי יהושע פאלק אבד"ק קירמענד האט מסדר געווען, און אנדערע רבנים האבן עס גע'פסל'ט.

ווי ווערט דערמאנט די צוויי פרשיות?
און בעיקר וויל איך וויסן, ווי שטייט אז רבי ירמי' איז געווען מעורב וכו',
Professional bookkeeping for your small business
benyomin@thebookkeepingpro.com | 347-708-2079

Gevald Geshrigen
שר האלפיים
תגובות: 2919
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » דאנארשטאג אפריל 11, 2019 7:44 pm

קליווא גט איז געווען א נושא וואס גאר אסאך רבנים האבן גענומען א שטעלונג ממילא איז דאס אזוי שטארק באקאנט.
די אנדערע מחלוקות קומט בכלל נישט אן צום זעלבן לעוועל
אויף בזמנינו וואלט איך עס צוגעגליכן צו די בראקל טשיקן וואס כמעט א יעדער רב האט א מיינונג.

Gevald Geshrigen
שר האלפיים
תגובות: 2919
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » דאנארשטאג אפריל 11, 2019 7:51 pm

קליווא גט
פרשת יאשע קאלב
הכשר ציקאריא על כל השנה וצוקער לפסח
שמן קטניות שמן שומשמין לפסח
מאשין מצות
געשטאפטע גענז
מסורה על איזה מיני עופות
אופני היתר מכירה לשבת
היתר מכירה לקרקעות בא׳׳י לשנות השמיטה
אתרוגי קורפו
אתרוגים מא׳׳י לחוץ לארץ
אתרוגי יפו
המחלוקות על פרטים של הארטאדאקסיא ודיני תורה באיזה קהילות

אוועטאר
טלה ונעשה איל
שר העשר
תגובות: 45
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 27, 2019 11:06 am

תגובהדורך טלה ונעשה איל » דאנארשטאג אפריל 11, 2019 11:39 pm

דער ספר איז עוסק אין די באקאנטע פרשיות

ווער איז דאס
שר מאה
תגובות: 148
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 11, 2018 9:12 am

תגובהדורך ווער איז דאס » פרייטאג מאי 17, 2019 12:42 am

אויך אין די ירחונים קען מען טרעפען גרויסע רבנים האבען געשריבען

נא_שכל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5054
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » זונטאג נובעמבער 03, 2019 3:53 pm

אינטערסאנט "די וואך" אויסגאבע האט געהאט סוכות א ביילאגע "מחלוקת לשם שמים". ווי ר' שמעון שלמה זילבער האב באשריבן עטליכע פון די אויבדערמאנטע פרשיות.
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אוועטאר
Come and go
שר מאה
תגובות: 143
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 05, 2018 7:39 pm

תגובהדורך Come and go » זונטאג נובעמבער 03, 2019 6:09 pm

נא_שכל האט געשריבן:אינטערסאנט "די וואך" אויסגאבע האט געהאט סוכות א ביילאגע "מחלוקת לשם שמים". ווי ר' שמעון שלמה זילבער האב באשריבן עטליכע פון די אויבדערמאנטע פרשיות.

*Ah Blick
אז די קענסט מער נישט נאכמאכן יענעם קענסטו פראבירן צי זיין דיך!

לצבאותיכם
שר חמישים
תגובות: 82
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 9:18 pm

תגובהדורך לצבאותיכם » מיטוואך נובעמבער 13, 2019 12:36 am

Gevald Geshrigen האט געשריבן:קליווא גט איז געווען א נושא וואס גאר אסאך רבנים האבן גענומען א שטעלונג ממילא איז דאס אזוי שטארק באקאנט.
די אנדערע מחלוקות קומט בכלל נישט אן צום זעלבן לעוועל
אויף בזמנינו וואלט איך עס צוגעגליכן צו די בראקל טשיקן וואס כמעט א יעדער רב האט א מיינונג.

סוף ספר חנוכת התורה (די אלטע דפוסים) איז זייער שיין באשריבען די גאנצע פרשה פון גט מקליווא.
וואס איך ווינדער מיך אויף אייך איז וויאזוי איר האט אויסגעלאזט אזא ריזיגע מחלוקה ווי "גט מווינא" וואס רוב גדולים פין יענעם זמן אשר ממיהם אנו שותים זענען געווען פארמישט דערין און געשריבן לאנגע בירורי הלכה, וביניהם די לבוש, סמ"ע ועוד ועוד. די מחלוקה פון די ווינע גט ווערט נאך עד היום שטאר געלערנט דורך הרבנים יושבים על מדין זייענדיג א שטארקע יסוד אין די גאנצע דין פון "גט מוטעה" ואכ"מ
א לעעעעכככטיגע שבת! [קרעדיט: מושי מייער]

נא_שכל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5054
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » מיטוואך נובעמבער 13, 2019 1:59 pm

לצבאותיכם האט געשריבן:סוף ספר חנוכת התורה (די אלטע דפוסים) איז זייער שיין באשריבען די גאנצע פרשה פון גט מקליווא.

אין מיינע בחור'ישע יארן האט אלע ידענים עס געקענט פון די מבוא לספר "בנין אריאל". ס'איז הערליך אראפגעשריבן דורך ר' יצחק שטערן ע"ה בן אב"ד גבעת שאול.
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

לצבאותיכם
שר חמישים
תגובות: 82
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 9:18 pm

תגובהדורך לצבאותיכם » מיטוואך נובעמבער 13, 2019 8:02 pm

נא_שכל האט געשריבן:
לצבאותיכם האט געשריבן:סוף ספר חנוכת התורה (די אלטע דפוסים) איז זייער שיין באשריבען די גאנצע פרשה פון גט מקליווא.

אין מיינע בחור'ישע יארן האט אלע ידענים עס געקענט פון די מבוא לספר "בנין אריאל". ס'איז הערליך אראפגעשריבן דורך ר' יצחק שטערן ע"ה בן אב"ד גבעת שאול.


גערעכט, טעיתי. עס איז סוף ספר בנין אריאל וואס פלעגט זיין צוזאמען מיט די ספר בנין אריאל
זעהט זיך אויס אז עס איז שוין פאריבער א צענדליג יארן זינט איך האב עס גלייענט (טאקע אלס בחור) און פארטוישט די ריכטיגע מקור
א לעעעעכככטיגע שבת! [קרעדיט: מושי מייער]

אוועטאר
חמרא טבא
שר ששת אלפים
תגובות: 6187
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » מיטוואך נובעמבער 13, 2019 8:45 pm

ס׳דא דעם ספר אור ישראל פונעם קליווא רב אלע תשובות אין דעם ענין
דביה תחדי נפשא

לצבאותיכם
שר חמישים
תגובות: 82
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 9:18 pm

תגובהדורך לצבאותיכם » מיטוואך נובעמבער 13, 2019 9:33 pm

עס איז פארהאן א ריזיגע ליסטע פון מחלוקות וואס האבען פארנומען א גרויסן אויבן אן בימים ההם אבער היינט ווייסט מען כמעט נישט דערפון, נעם א דוגמא די פולע מחלוקת ארום כוללים לצדקת רמבה"נ און א"י, וויפיל שעות איז פארברענט געווארן בימים ההם איבער די נושא?? כהיום וועם אינטערעסירט עס בכלל?
אזוי אויך זענען געווען מחלוקת ארום שוחטים וכדומה וואס הונדרעטע הונדרעטע יודן האבן גענומען א שטעלונג צענדליגע רבנים האבן געשריבן און געזאגט זייער חוו"ד איבער דעם, בו בזמן וואס עס איז נוגע געווען פאר אפאר צענדליג יודן בס"ה,
א לעעעעכככטיגע שבת! [קרעדיט: מושי מייער]

אוראייניקל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 274
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 9:05 am

תגובהדורך אוראייניקל » דאנארשטאג נובעמבער 14, 2019 6:29 am

בנושא די מחלוקות ארום רמבעה"נ, איז ארויס געקומען א ספר דערוועגן אפאר יאר צוריק דורך מכון שמן רוקח - מאכנובקא.

לצבאותיכם
שר חמישים
תגובות: 82
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 9:18 pm

תגובהדורך לצבאותיכם » דאנארשטאג נובעמבער 14, 2019 10:08 pm

אוראייניקל האט געשריבן:בנושא די מחלוקות ארום רמבעה"נ, איז ארויס געקומען א ספר דערוועגן אפאר יאר צוריק דורך מכון שמן רוקח - מאכנובקא.

דאס איז איבער איין מחלוקת איבער איין כולל
א לעעעעכככטיגע שבת! [קרעדיט: מושי מייער]

אץ קוצץ
שר חמש מאות
תגובות: 961
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 18, 2014 12:51 pm

תגובהדורך אץ קוצץ » מיטוואך דעצמבער 04, 2019 6:53 am

אוראייניקל האט געשריבן:בנושא די מחלוקות ארום רמבעה"נ, איז ארויס געקומען א ספר דערוועגן אפאר יאר צוריק דורך מכון שמן רוקח - מאכנובקא.


איר מיינט אוודאי די בעלזא מכון שמן רוקח, ווייל די ספר וואס איז ארויסגעקימען רעדט פין די בעלזא קשר מיט רמבעה"נ.

אוראייניקל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 274
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 9:05 am

תגובהדורך אוראייניקל » מיטוואך דעצמבער 04, 2019 2:19 pm

אץ קוצץ האט געשריבן:
אוראייניקל האט געשריבן:בנושא די מחלוקות ארום רמבעה"נ, איז ארויס געקומען א ספר דערוועגן אפאר יאר צוריק דורך מכון שמן רוקח - מאכנובקא.


איר מיינט אוודאי די בעלזא מכון שמן רוקח, ווייל די ספר וואס איז ארויסגעקימען רעדט פין די בעלזא קשר מיט רמבעה"נ.

יעצט רירסטו שוין צו צו א צווייטע מחלוקת... (כ'ווייס נישט צו ס'הייסט 'תורה-מחלוקת)


צוריק צו “זכור ימות עולם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט