בית המדרש למורים ווירצבורג, תרכ"ה - תרצ"ח

היסטאריע פון שטעט און ערטער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

בית המדרש למורים ווירצבורג, תרכ"ה - תרצ"ח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

ביהמ"ד למורים איז געווען א ישיבה אין ווירצבורג וואס איז ספעציעל געגרונדעט געווארן דורך הרה"צ ר' יצחק דוב הלוי באמבערגער זצ"ל - באקאנט אלס 'ווירצבורג'ער רב' - אין ח' חשון תרכ"ה באקאנט מיטן דייטשן נאמען "איזראעליטישע לעהרערבילדונג'ס אנשטאלט" - "Israelitische Lehrer Bildungsanstalt ILBA", אפצושלאגן די טרויעריגע השכלה באוועגונג אז מלמדים זאלן קענען ווערן אנערקענט ביי די רעגירונג אן דארפן גיין אין די אוניווערסיטעטן וואס איז געווען אנגעפירט דורך קלים וריקם פון די אויפגעקלערטע געבילדעטע פראפעסארן פון די השכלה באוועגונג.

די מערכות קעגן די רעפארמער פונעם ווירצבורג'ער רב גייט צוריק צו די צייטן פון זיין גרויסן רבין, הגה"צ רבי אברהם בינג זצ"ל, רב פון ווירצבורג והגלילות. דאס איז געווען אום כסליו שנת תקצ"ח, ווען עס האט געזאלט פארקומען איינע פון די גרויסע אסיפות הרבנים קעגן די רעפארמער און דער צדיק ר' אברהם בינג זייענדיג שוין אין עלטער פון זיבן און אכציג יאהר איז געווען קראנק און זייער שוואך צו אנטיילנעמען אין די אסיפה, האט ער געשיקט מיט א בריוו הר"ר יצחק דוב באמבערגער ער זאל איהם פארטרעטן ביי די אסיפה. עס האט זיך דארט געפונען א גרויסע פארזאמלונג פון אידן פון די געגענטער ארום באוואריע און מיט זיינע שארפע וויכוחים מיט די רעפארמער האט ער דארט גאר שטארק אויסגענומען און דארט צום ערשט אנגעזעהן און ארויסגעשטעלט זיינע שטארקייטן קעגן זייערע איינפירונגן. פון דאן אן האט ער שוין שטענדיג פארטרעטן זיין רבי'ן ביי אלע רבנישע אנגעלעגנהייטן.

א יאהר פאר די פטירה פון זיין גרויסן רבי'ן אום ח' אדר תר"א, האבן די ווירצבורג'ער איינוואוינער אויפגענומען רבי יצחק דוב באמבערגער אלס רב אין ווירצבורג. דאס האט אבער פאסירט נאך א שווערע פארצויגענע געפעכט צווישן די חרדים און די רעפארמער. די רעפארמער האבן פארלאנגט פון די רעגירונג צו שטעלן איינעם א געלערנטער אין שפראך און אין וועלטליכע לימודים. זיי האבן געטענהט אז רב באמבערגער האט נישט קיין קענטעניס אין אלגעמיינע לערנונגען. ער קען נישט די דייטשע שפראך און ער האט נישט דעם טיטל דאקטאר אדער פראפעסאר. נאך א לענגערע איבערקערעניש האט מען אין ט"ו אדר שנת ת"ר געמאכט וואלן און רבי יצחק דוב באמבערגער איז ארויסגעקומען דער געווינער צו געקרוינט ווערן אלס רב אין ווירצבורג, דורך א מערהייט פון 301 שטימען. רבי יצחק דוב באמבערגער האט ווייטער געפירט די שטאט ווירצבורג מיט די געגענטער ארום אויפ'ן זעלבן שטייגער ווי זיין רבי. ער האט צוריק געעפנט די ישיבה וואס איז געווארן נאכגעלאזט צוליב די שוואכן עלטער פון ר' אברהם בינג און אויפגעשטעלט נאך מוסדות וואו ער האט אריינגעשיינט זיין הייליגקייט און געוויזן דעם דרך אין חינוך פאר'ן קומענדיגן דור.

אין שנת תרי"ט האט די רעגירונג פון באוואריע געמאלדן פאר אלע רבנים אז זיי אנערקענען מער נישט קיין מלמדים וואס לערנען מיט קינדער אין די תלמוד תורה'ס, אן קיין אפיציעלע רעגירונגס דיפלאמע אין כלליות'דיגע קענטעניסן אין אלגעמיינע לערנונגען וואס מ'לערנט אין רעגירונג'ס אנערקענטע סעמינארן. די מלמדים אין די תלמוד תורה'ס מוזן האבן די זעלבע קענטעניסן ווי די יודישע לערער'ס אין סעמינאר פון די רעפארמער באוועגונג וואס איז אונטער די אויפזיכט פון די רעגירונג.

די רעגירונג האט איינגעשטעלט א סדר פאר רעליגיעזע לימודים פאר אידישע קינדער וואס האבן געלערנט אין די דייטשע שולעס, און ספעציעלע געזעצן און תנאים וואס צו לערנען מיט קינדער פאר תלמוד תורה'ס. די אידישע לערער'ס אין סעמינאר אדער אין די קריסטליכע שולע'ס זענען אין אלגעמיין געווען אפיקורסים און נישט געהאט קיין גרויס קענטעניס אין לימודי קודש. א גרויסע סכנה האט געשוועבט אויף אידן און אויפ'ן עקזיסטענץ פונעם חינוך הטהור אין דייטשלאנד. די אזוי שווערע מצב וואס האט געריסן שטיקער יעדן טאג פונעם חרדישן אידענטום, וואלט מיט אט די גזירה אויף אידישע קינדערלעך גאר פארערגערט די מצב זיך צו האלטן ערליך מיט די הייליגע מסורה.

דער ווירצבורג'ער רב, הרה"צ ר' יצחק דוב הלוי באמבערגער זצ"ל, וואס האט זיין גאנץ לעבן געקעמפט ווי א לייב קעגן די רעפארם באוועגונג אויף יעדע קלייניקייט נאך פון פאר ער איז געווארן רב, האט איינגעזען אז כדי אידישע קינדער זאלן באקומען א ערליכע חינוך מוז דרינגענד געגרונדעט ווערן א מוסד, דורך וואו מען וועט באקומען די לימודים מטעם די רעגירונג כדי צו ווערן אנערקענט אלס א לעגאלע מלמד און נישט דארפן צוקומען צו די פרייע לערערס מיט פרעמדע השקפות.

ער האט פאררופן אן אסיפות רבנים וואו מען האט אויף דעם ווירצבורג'ער רב'ס עצה באשטימט צו עפענען א "בית המדרש חרדי למורים" מיט אש"ל מלא אן קיין אפצאל, כדי צו אהערשטעלן ערליכע מלמדים. דער רב האט געשיקט א בריוו צו די רעגירונג מיט אלע זיינע פלענער פאר א נייע שולע-אנשטאלט לויט די רעגירונגס פארלאנגען.

אינעם בריוו האט דער רב אנגעוויזן אז אין די פארגאנגענהייט האט א מלמד קונה געווען זיינע ידיעות אין איינע פון די פרומע ישיבות און לויט זיין הארעוואניע און קענטעניס איז ער געווארן מער אנגעזען און זיין עהרע איז געוואקסן ביים ציבור. אבער לעצטנס איז זייער געפאלן די אנגעזעענקייט פון די לערערס ביי די סטודענטן. נישט איינמאל האט זיך געמאכט אז די סטודענטן שטייגן פיל איבער זייער נייע לערער'ס אין רעליגיעזע לערנונגען. איינע פון די סיבות איז ווייל די לערער'ס ברויכן פארברענגען אין די רעגירונגס סעמינארן פאר דריי יאהר וואו זיי לערענען גארנישט קיין תורה און דאס איז א סיבה צו לעצטע גרינגשעצונג פון די קהילות צו די נייע לערער'ס.

די עצה צו דעם, איז צו אויפשטעלן א סעמינאר פאר אידן חרדים וואו מען וועט לערענען זעקס שעה, וואס וועט פארגעשטעלט ווערן דורך מלמדים און מחנכים בעלי ידועות אין רעליגיעזע לערנונגען וואס זיי האבן געלערנט פון פאראויס אין ערליכע ת"ת. זייערע לערנונגען אין סעקולערע למודים אין באזונדערע זמנים, וועט זיי אנגרייטן צו די פרואוואונגען פון די רעגירונג'ס פארטרעטער.

די רעגירונג האט צוגעשטימט צו די פלענער און דער ווירצבורג'ער רב האט גלייך אין תרכ"ב זיך אריינגעווארפן אין די עבודת הקודש למען השם ותורתו והחינוך הטהור. מען האט אנגעהויבן שאפן געלט און זוכן די ריכטיגע מלמדים און אויסשטעלן די סדר לימודים. מען האט ארומגעשיקט בריוו'ן צו ווער עס האט געקענט ארויסהעלפן אין די הייליגע אונטערנעמונג צו אויפשטעלן א קרן פאר די קיום פון דעם מוסד.

אין ווייניגער ווי צוויי יאר שפעטער, אין ווינטער תרכ"ה, האבן זיך געעפנט די טויערן פון "בית המדרש למורים" מיט 12 תלמידים אין א צייטווייליגע בנין וואס מען האט געדינגן אינדרויסן פון שטאט. אויף זוממער האט מען זיך אריינגעצויגן אינעם נייעם בנין אין קעטטענגאססע נומער 6. Kettengasse.

בילדקעטטענגאססע 6 די ערשטע געביידע פון בית המדרש למורים. פון תרכ"ה ביז תרמ".

פון די פריעדיגע מגידים און מנהלים זענען געווען ר' למליין (לודוויג) שטערן, בעל עמודי הגולה. ר' יצחק שלאנקער. ר' משה בראונשווייגער. ר' יעקב ווייסבארט. הג"ר אברהם יצחק קליין, אב"ד נירנבורג. הג"ר יקותיאל יעקב נויבויער, שפעטער ראש ביה"מ לרבנים אמסטערדאם. רבי גדלי' טאבאואר.

צוליב א מאנגל אין פרומע לערער'ס האט דער ווירצבורג'ער רב געוואלט אז די אלגעמיינע לערנונגען זאלן געלערנט ווערן דווקא דורך קריסטליכע לערער'ס ווי איידער פרייע אידישע לערער'ס פורקי עול.

גאר גרויסע כוחות האט דער ווירצבורג'ער רב משקיע געווען אין דעם ביהמ"ד למורים, אלעס כדי עס זאל בלייבן א פלאץ וואו מען שטעלט אהער ערליכע מלמדים פאר די קומענדיגע דורות. אבער עס איז אנגעקומען מיט גרויס פלאג און נישט ווייניג עגמת נפש. דער ווירצבורג'ער רב פלעגט זיך אויסדרוקן בדרך מליצה: "קוצים וברקנים גדלים מאליהם. מאידך כרם גפנים, דורש לטיפוחו מאמצים ודאגות אין סיפור".

די פארברייטן צום ביהמ"ד למורים, איז געווען אין א קליינע ישיבה אינעם דערנעבנדיגן שטאט האכבורג, אין די תלמוד תורה פון הג"ר אלעזר דוב אוטנזוסער זצ"ל, א חבר פונעם ווירצבורג'ער רב. אין די תלמוד תורה האבן געלערנט צענדליגע בחורים פון איבער גאנץ דייטשלאנד אין די יארגאנג פון 14 ביז 17 יאהר אלט, אויף די פילע קאָסטן פון די האכבורג'ע קהילה. אין שנת תרל"ח, נאך די פטירה פונעם האכבורג'ער רב הרב אוטנזוסער, האט דארט געפירט די ישיבה א תלמיד פונעם ווירצבורג'ער רב, הרב יעקב אהרנרייך.

עטליכע ענליכע קליינע ישיבות צו פארברייטן די תלמידים צו ביהמ"ד למורים אין ווירצבורג, איז געווען אין די שטעטל 'בורגפערפאך' דורך הרב אברהם הירש, און אין שוואבאך דורך הרב יהודה לייב ווייסמאן. א קורצע צייט איז אויך געווען אזא ת"ת אין אשפענבורג.

די הצלחה אין התמדת התורה פון די סעמינאר למורים קען מען זעהן פון נישט מער ווי צוויי יאר נאך איר גרונדונג, פון א ענטפער-בריוו, פונעם ווירצבורג'ער רב, ווייזטאויס צו הרה"צ ר' אליהו גוטמאכער מגריידיץ, אויף א אנפראגע פאר א גוטע מגיד שיעור פונעם סעמינאר פאר זיין גרויסע ישיבה אין פלעשען פוילן/דייטשלאנד.

בס”ד װירצבורג אור ליום ד' דסליחות תרז"ך לפ”ק.
חיים שלו' וברכה, להרב הצדיק הנשגב, המאור
הגדול כבוד מה”ו אליהו אב"ד דק"ק גרידץ נר"ו! מכתבו דרפ”ם נר"ו הגיע לכאן בעת היותי
בנסיעת מצוה שמחה אפריון של בני הרב מה"ו משה ארי' נר"ו עם בת הרה”ג מה”ר יעקב אטטלינגער נר”ו אב”ד דק”ק אלטאנא, ועל כן נשתהה תשובה זו, ועתה באתי בס”ד להשיב על שאלתו דמר, והוא:

דיע אויז מיינעם זעמינאר אין דיעזעם יאהרע אויזגעטרעטענען תלמידים, האבן בערייטס שטעללען ערפהאלטן, איך וווזטע אובריגענס פיר איהרע שולע איין טוכטיגעס אביעקט פארצושלאגען וועלכער איין אכטער ירא שמים, מופלג בתורה ויש לו ידיעה בחכמת של חולין, והוא בר כ"ח שנים, דאמיט אבער דערזעלבע זיינע מיינונג איבער אננאהמע אירער שטעללע ערקלארע, ווירד איבער פאלגענדע אנפראגען אנטווארט געווונשט:

1) וויע פיעל שטונדען טאגליך דערזעלבע צו אונטערריכטען האט?

‏2) אין וועלכען לעהרגעגענשטאנדען, אונד צוואר וויע פיעלע שטונדען בתוה"ק, אונד וויא פעלע אין דען פראפאנגעגענשטאנדען? אונד אין וועלכען ...

3) איזט דיע שטעללע דעפיניטיץ אדער פראפיזאריש אונד װענן לעטצטערעס דער פאלל, אויף וויא פעלע יאהרע מינדעזטענס ווורדע דאז פראפיזאריום בעשטיממט?

4) פאן וועט געהאט דיע אנשטעללונג אויז, אונד צוואר אז פאן דער געמיינדע אדער פאן וועם זאנזט? דיעזעלבען פראגען װאללע רפ"ד נר”ו געפאלליגזט אויך בעצובליך דער שטעללע צו ניימארק במאנטייארטעק, אונד נאמענטליך אויך בעצוגליך דיעזער קהלה װיע שטארק דער געהאלט. נאך איינטרעפפען דער אנטװארטען של רפ"ד נר”ו ווערדע איך דאז ווייטערע מיטטהיילען בס”ד.

ורפ”ד נר”ו יכתב ויחתם בספרן של צדיקים גמורים לכל הברכות נצחיות וזמניות עד ביאת הגואל במהרה בימינו אמן סלה.

כעתירת ידידו ומוקירו הקטן יצחק דוב הלוי


איבערזעצונג :
"תלמידים פון מיין סמינר למורים וואס האבן געענדיגט דאס יאהר זייער לימודים, האבן שוין ערהאלטן א ברייטע שטעלע, איך ווייס רעכט פארצושלאגן פאר אייער שולע א קאנדידאט וועלכער איז אן עכטער יר"ש, מופלג בתורה ויש לו ידיעה בחכמת של חולין, והוא בר כ"ח שנים, נאר אזוי אבער וועט דער דאזיגער זיין מיינונג איבער אננעמען אייערע שטעלע ערקלערן, ער וואונטשט זיך אן אנטווארט איבער די פאלגענדע אנפראגע'ס:

1) ווי פיל שטונדן טעגלעך האט ער צו פארלערנען?

2) אין וועלכע לערנונגען, ווי צוזאגן; וויפיל שטונדן בתוה"ק, און וויפיל אין למודי חול? און אין וועלכן ...

3) איז די שטעלע רעגלמעסיג אדער פראוויזאריש, און ווען איז דאס לעצטע לערנונג, אויף וויפיל יאהר מינימום ווערט דאס פראוויזארישע באשטימט?

4) פון וועם אויס איז די שטעלע, ווי צוזאגן; איז דאס פון די געמיינדע אדער פון וועם אנדערש? די זעלבע פראגע וויל רפ"ד נר"ו שיקן אין באצוגליך צו דער שטעלע קיין ניימארק אין מאנטייארטעק, און באזונדער אויך אין באצוגליך וויפיל איז די געהאלט אין די קהילה. נאכ'ן ערהאלטן אן אנטווארט פון רפ"ד נר"ו וועל איך דאס ווייטערדיגע מיטטיילן בס"ד
".

די ביהמ"ד למורים האט געהאט אין דורכשניטלעך ארום דרייסיג תלמידים יערליך. דורכאויס די ערשטע פינעף און צוואנציג יאהר האבן גראדואירט צוויי הונדערט און צען מלמדים. ביז פופציג יאהר איז שוין געווען פיר הונדערט און פינעף און צוואנציג מלמדים.

ווען די בית המדרש איז ליידער געווארן פארשפארט מיט די אנקום פון די צווייטע וועלט קריג אין שנת תרצ"ח, האבן זיך אין די דריי און זיבעציג יאהר פון איהר עקזיסטענץ דארט משלים געווען העכער זיבן הונדערט בחורים, טייל מיט א כתב הוראה. די הונדערטע תלמידים זענען געווארן אנגענומען אין שטעט דורכאויס גאנץ דייטשלאנד אלס ערליכע פרומע מלמדים, חזנים, שוחטים און מוהלים. די ביהמ"ד למורים פון ווירצבורג געגרונדעט דורך הרה"צ ר' יצחק דוב הלוי באמבערגער זצ"ל איז געווען א מוסטער פאר אנדערע ענליכע סעמינארן אין אנדערע שטעט איבער דייטשלאנד.

פיל אנטשלאסענע מערכות האט נאך דער ווירצבורג'ער רב געפירט אנטקעגן די רעפארם באוועגונג. אויף טריט און שריט איז ער געשטאנען קעגן זיי און מיט חכמת התורה געקעמפט ווי א העלד און נישט געלאזט איינפירן זייערע פארקרומטע מנהגים. צי זאל עס זיין אין די בתי מדרשים מיט די פלאץ פון די בימה אדער די זינגען ביים דאווענען און איבערזאגן ווערטער, צי אין צניעות, טהרת משפחה, חופה וקידושין, צי ביים מאכן א בית עולם. ביי יעדע זאך האט ער געמאכט זיכער אז אלעס פירט זיך על טהרת הקודש לויט די תורה הקדושה און ווי די פריעדיגע מנהגים. ווי אויך איז דער רב געווען זייער שטארק קעגן זיך לאזן פאטאגראפירן. ווי ווייט עס איז באקאנט איז נישט פארהאן קיין שום בילד פונעם ווירצבורג'ער רב זצ"ל.

די צווייטע טאג סוכות תרל"ט צו די שאק און טרויער פון דער גארער אידענטום, איז דער צדיק רבי יצחק דוב הלוי בן ר' שמחה וויעזענברון באמבערגער, בשעת'ן אנגיין מיט אלע מצוות היום ווי זיין סדר, פלוצלינג נפטר געווארן לעולם הבא אין עלטער פון איין און זיבעציג יאהר.

בילד
[align=center]פ"נ
אבינו רבינו עטרת ראשנו הרב הגדול המופלג מ'ה'ו'ר'ר' יצחק דוב ב'ה'ר'ר' שמחה הלוי באמבערגער גאון ישראל והודרו
מחבר ספרים היקרים
מלאכת שמים אמירה לבית יעקב מורה לזובחים
יצחק ירנן נחלי דבש קורא באמת ואשר עדנו בכתובים
שמש בכתר הרבנות בק”ק ווירצבורג והגליל ל"ט שנים

שאו מספד קשה ותמרורים על מות רבינו הקדוש ראש המדברים
כל דבר קשה אליו הביאו כי תורת חסר ואמת היתה בפיהו
אב רחמן לעניים ואביונים ולטובת אה”ק היו ידיו תמיד אמונים
הוא הרים דגל התורה רפא מזבח ה' ההרוס והחזיר ליושנה העטר'
רכב ישראל עומד בפרץ ואור לישרים מאיר בתורתו לארץ ולדרים
עד אשר נגנז הארון המיוחד בהיותו בשנים בן שבעים ואחד
בראשון בשבת בשני לחג האסיף למרום עלתה נשמתו
ב'ב'ה'כ'נ' הקדושה במעמד כל עדתו נספד ונקבר בכבוד גדול
למחרתו א' ד'ח'ה'מ'ס' ת'ר'ל'ט' ל'פ'ק' עלינו יגן זכותו
ת'נ'צ'ב'ה' א'ס'
[/align]

בילד בביה"ח הוכבורג עם הרבנית מרת קילה.

נאך די פטירה האט איבערגענומען זיין זוהן הרב נתן באמבערגער דאס פירערשאפט פון די בית המדרש למורים און פון די ווירצבורג'ע קהילה. אזוי ווי ביי זיין פאטער איז נאך ארום יאהר צוויי וואס הרב נתן האט איבערגענומען די רבנות אין ווירצבורג האבן די רעפארמער אנגעהויבן זיך מתנגד זיין קעגן הר"ר נתן און האבן פארלאנגט וואלן. הרב נתן באמבערגער האט געוואונען מיט א מערהייט שטומען. אבער די שטום-קאמיטע וואס איז געפירט געווארן דורך זיינע קעגנער האבן גע'פסל'ט פערציג שטומען און אזוי איז ווייטער אנגעגאנגען העצעריי ביי די רעגירונג קעגן הרב באמבערגער. די רעגירונג באשטימט אז ער זאל דערווייל ווייטער פירן די קהילה. פאר עטליכע יאהר האבן די רעפארמער פרובירט צו שטערן די רבנות'שאפט, די ביהמ"ד למורים מיט די גאנצע הארעוואניע פונעם פריעדיגען ווירצבורג'ער רב איז געווען אין גרויסע סכנה. ביז שנת תרמ"ו האט די רעגירונג באשטימט הרב ר' נתן באמבערגער אלס דער אפיציעלער ראבינער פון ווירצבורג און אירע ארומיגע געגענטער.

אין תרמ"ג האט די סעמינאר אפגעקויפט א גרעסערע געביידע, א גאר אלטע היסטארישע געביידע וואס האט אינעם מיטל אלטער באזעצט קאטוילישע בישאפען, אויף דער דאמערפפֿאפען גאססע נומער 6 Domerpfaffengasse, היינטיגן ביברא שטראסע נומער 6 Bibrastraße. אין ב' כסלו תרמ"ה האט די סעמינאר זיך ארובערגעצויגן צו די נייע געביידע , וואס געפינט נאענט צו די הויז וואו די פריעדיגע ווירצבורג'ער רב, הר"ר יצחק דוב באמבערגער האט געוואוינט וואס איז געווען ביי ביברא שטראסע נומער 17. אויף די דאזיגע געביידע נומער 6 געפינט זיך היינט א דענקמאל וואס טוט פאראייביגן דעם נאמען פונעם ווירצבורג'ער רב, הרב יצחק דוב באמבערגער זצ"ל.

בילדא צייכענונג פון דאמערפפֿאפען גאססע נומער 6 היינטיגע ביברא שטראסע

בילדביברא נומער 6 היינטיגע צייטן, פונעם הויף א קעגן.

בילדדי אריינגאנג צו היינטיגע ביברא שטראסע נומער זעקס מיט די דענקמאל.

בילדדי דענקמאל פאר הרה"צ ר' יצחק דוב הלוי באמבערגער ביים טויער פון ביברא שטראסע 6.

נאך די פטירה פון הר"ר נתן באמבערגער שנת תרע"ט האט איבערגענומען הרב ד"ר שמעון (זיגמונד) האנאובער אלס רב פון די סעמינאר. אין דער זעלבער צייט האט מען אויפגענומען הרב יעקב שטול אלס דער מנהל וואס האט געפירט דעם סעמינאר ביז צו איהר שלוס ביי די אנהייב פון די צווייטע וועלט קריג.

די לעצטע יאר פונעם בית המדרש למורים אין ווירצבורג, אירע פירער, אירע לעגענדארע תלמידים און איר טרויעריגע ענדע אין די קומענדיגע קאפיטלען.
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12236
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

בענקל!!
הערליך! געשמאק! היסטאריש! שרייבעריש! שפאנענד!
סאמחי' צו לעזען!
מיר ווארטן מיט שפאנונג...
אוועטאר
Iphone
שר האלף
תגובות: 1319
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 10, 2013 8:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Iphone »

זייער שיין. שכח, איר האט בארייכערט מיינע ידיעות
בראשית ברא
שר האלף
תגובות: 1229
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 06, 2016 3:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בראשית ברא »

יא אזעלכעס ברענג
ס'דא היינט חשובע משפחות יראים ושלמים נכדי באמבערגער. עפעס וואס ווייניג פון די דייטשע האבן זוכה געווען.
שרייב תגובה

צוריק צו “עיר ועיר”