זכרונות פון ת''ת תשב''ר בלונדון

זכרונות פון די פארגאנגענע יארן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

lekaf zechis
שר העשר
תגובות: 17
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 05, 2013 12:52 pm

זכרונות פון ת''ת תשב''ר בלונדון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lekaf zechis »

איך האב געלערנט אין תשב''ר פון ארום תשמ''א ביז ארום תש''ן , ווער עס וויל עפעס מיטיילען הברירה בידו
איינער פון די זאכען וואס געדענק גאנץ קלאר איז דער באזוך פון מורינו הרב ר' אברהם לייטנער זצ''ל
הרב_שלום
שר עשרת אלפים
תגובות: 14693
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 12, 2014 9:44 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב_שלום »

די חדר לעבט נאך, מען לערנט נאך אלס נישט קיין ענגליש?
Section 8 Secrets: Get housing assistance faster https://amzn.to/3TaIg5B
You can find jobs at www.macherusa.com/all www.jobsgemach.com
As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases
אוועטאר
לחם לשובע
שר האלפיים
תגובות: 2368
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 4:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחם לשובע »

שרייבטס נישט אזוי ברמז
וווער האט עס מייסד געווען? געפירט? מלמדים?
זיסקינד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 301
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2017 6:57 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיסקינד »

איך האב געלערנט פון תשמ"ח און ווייטער ,
וואס איך געדענק ספעציעל איז ביי די אנפאנג די נ' יאהרן איז געווען א שניי און איך האב זיך אויס געגליטשט ביי די טרעפ ארויס צום גארטן, און איך האב צובראכן 2 ציינער
כי טוב השם
אוועטאר
moishy56
שר עשרת אלפים
תגובות: 19942
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moishy56 »

lekaf zechis האט געשריבן:איך האב געלערנט אין תשב''ר פון ארום תשמ''א ביז ארום תש''ן ,

ווער עס וויל עפעס מיטיילען הברירה בידו

אין דיינע צייטן איז די חדר אייביג געוועהן אויף Egerton Rd נעבן באבוב?
.

לייף אינשורענס אן קיין בלוט-טעסט גרינגערהייט. רופט/טעקסט די ווארט INFO צו 718-480-0545 #קהלֵב
שמע מינה
שר מאה
תגובות: 111
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 18, 2014 1:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמע מינה »

זעהט אויס אז נישט צופיל תלמידי תשב"ר האבן ניק'ס דא אויפן וועלטל.
אלץ מלמד א שטיק צייט אינעם ת"ת, אויב געדענק איך גוט, פלעגט ר' אברהם לייטנער זצ"ל מערערער מאל באזוכן אינעם ת"ת, ער פלעגט אפט קומען פארהערן די קינדער. זיין יונגסטע שוואגער רבי בעריש מייזליש שליט"א וואס האט אנגעפירט מיטן תלמוד תורה פלעגט אים צו רופן יעדעס מאל ער איז געקומען קיין לאנדאן.
אויב איך האב נישט קיין טעות איז די תלמוד תורה נתייסד געווארן דורך הגאון רבי אליקים שלעזינגער שליט"א. אין חדר האט ער געהייסן "דער ראש ישיבה", און אלע אייניקלעך וואס האבן געלערנט אין חדר זענען געווען די יחסנים.
ניין, מ'לערנט נאך אלץ נישט קיין ענגליש. אבער אין מיינע צייטן האט מען געלייגט א שטארקער דגוש אויף "שרייבן", דאס האט כולל געווען לערנען שיין שרייבן און רעכענען, וואס איך מיין אז זיי האבן געלייגט דערויף א שטערקערע געוויכט ווי אנדערע מוסדות. היינט איז שוין דא א שטיקל קאמפעטישן צום חדר זינט "דרכי חיים" האט זיך אויפגעעפענט, אבער ב"ה ביידע זענען זייער שיין מצליח.
בעפאר די חדר איז געווען אין עגערטאן ראוד, פלעגט עס זיין יארן לאנג אין "קאלבערג-פלעיס" נעבן אגודה, און פארדעם אין "לינגוואוד ראוד". און פריערט ביים קארנער "קלעפטאן קאמען" און "ספרינג היל" ביים פאנד.
זיסקינד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 301
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2017 6:57 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיסקינד »

שמע מינה האט געשריבן:זעהט אויס אז נישט צופיל תלמידי תשב"ר האבן ניק'ס דא אויפן וועלטל.

ס'איז מיר אביסל א חידוש צו זאגן אז ר' אליקים שלעזינגער האט מייסד געווען דעם חיידר, על אף ער האט דארט אין מיינע צייטן געהאט א שיינע פראצענט פון ת"ת פון זיינע אייניקלאך און קינדער פון תלמידים, (ביי מיר אין קלאס איז געווען 3 אייניקלאך און נאך אפאר קינדער פון תלמידים) דאס אליינ'ס אז ס'איז דא א שיינע פראצענט קינדער וואס רופן עם ראש ישיבה דאס מאכט אז אלע זאלן עם אזוי רופ'ן,
איך קען מער באשטיין אז ער האט געשטיצט די הנהלה און זיי מחזק געווען,
וואס איך וויס הר' ראטטענבערג דער מנהל פון געטטער'ס חיידר זייער נאנט צו עם, און זיך כסדר שואל עצה מיט עם,
וואס ס'זעהט אויס שטיצט ר' אליקים שטארק די שיטה פון נישט נעמען קיין שום שטיצע פון א רעגירונג נישט נאר אין ארץ ישראל נאר אויך אין חו"ל, מחשש זיי זאלן נישט האב'ן קיין שום דעה און רעכט זיך צו מישן,
אויב איך האב נישט קיין טעות איז ר' אליקים האט געשיקט זיינע קינדער אין געטער'ס עכ"פ אזוי האט מיר איינע פון זיינע קינדער געזאגט אז ער האט געלערנט אין געטער'ס חיידר אויב איך געדענק ריכטיג,
מסתבר איז אז ווען תשב"ר האט זיך אויף געמאכט איז ער אריבער צו תשב"ר ווייל ס'איז ווייניגער חסידיש געשטימט פון געטער'ס, (על אף גאנץ סטאמפארד הילל איז שוין היינט מער ווייניגער חסידיש געווארן,
כי טוב השם
פאנדרעיזער
שר חמישים
תגובות: 53
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 2:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאנדרעיזער »

כ'ווייס נישט צו ר' אליקים דירעקט, אבער די ת"ת איז נתייסד געווארן דורך די שלעזינגער'ס און די פרומע סאטמארע (בנ"י), ווי אויך איז עס מער חסידיש געשטימט ווי געטערס.
lekaf zechis
שר העשר
תגובות: 17
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 05, 2013 12:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lekaf zechis »

מיר ליגט אין קאפ אז ר' שמואל הערש גאטעסמאן איז געווען דער מיסד המוסד דאס איז זיכער אז ר' יודל בלייער מיט ר' משה שלעזינגער האבען געהאט קינדער אין דער ערשטע כתה און ר' יודל בלייער פארט נאך ארום פאנדרעיזען עד היום.
מיין ערשטע רבי איז געווען ר' חיים בייער,ר' יושע זאבנער ר' יענקל גרומאן ר' חיים אהרן ריינער ר' ישראל האכייזער ר' אברהם בלאנדער ר' אליעזר האכייזער ר' בעריש מייזליש ר' י' א' רויזענבוים (אדמו''ר מסטראזניץ לונדון) ר' אהרן דוד בארזעסקי
דער ערשטע פאר יאהר איז געווען דער מנהל ר' אליעזר מ' שטאלצבערג און נאכדעם האט מען אויפגענומען ר' שאול יחזקאל גראס
שמע מינה
שר מאה
תגובות: 111
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 18, 2014 1:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמע מינה »

עטליכע אינטרעסאנטע תקנות וואס זענען געווען אין מיינע צייטן:
נאכן בענטשען ביי מיטאג, האבן די קינדער געזאגט צוזאמען יעדן טאג צוויי "אני מאמין'ס" מיט טייטש.
געדענק איך אז אנשטאט שפילן מיט א באל, האבן די קינדער געשפילט מיט א ליידיגע פלעסטיק באטעל פון מים בששון.
אויך איז איינגעשטעלט אין תשב"ר אז די קינדער רופן די מלמדים אויף די ערשטער נעמען, אנדערש ווי איבעראל וואס מ'רופט זיי אויף די משפחה נעמען.
(אלעס גייט נאך אן?)
זיסקינד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 301
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2017 6:57 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיסקינד »

שמע מינה האט געשריבן:עטליכע אינטרעסאנטע תקנות וואס זענען געווען אין מיינע צייטן:
נאכן בענטשען ביי מיטאג, האבן די קינדער געזאגט צוזאמען יעדן טאג צוויי "אני מאמין'ס" מיט טייטש.
געדענק איך אז אנשטאט שפילן מיט א באל, האבן די קינדער געשפילט מיט א ליידיגע פלעסטיק באטעל פון מים בששון.
אויך איז איינגעשטעלט אין תשב"ר אז די קינדער רופן די מלמדים אויף די ערשטער נעמען, אנדערש ווי איבעראל וואס מ'רופט זיי אויף די משפחה נעמען.
(אלעס גייט נאך אן?)

די תקנה פון רופ'ן די מלמדים אויף די ערשטע נאמען איז שוין זיכער נישטא היינט, איך האב היינט באגעגנט א אינגל וואס לערנט אין תשב"ר פרעג איך עם ווער איז זיין מלמד זאגט ער מיר אז זיין מלמד איז רב'ה הייס, ד.ה. אז מ'רופט אויף די משפחה נאמען,
כי טוב השם
אוועטאר
זינגער
שר האלף
תגובות: 1920
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 10:56 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זינגער »

ס'איז מיר אונטרעסאנט צו הערן אז מ'האט נישט געלערנט קיין ענגליש, קען מיר איינער זאגן היינט אז מ'ארבעט שוין אדער מ'זוכט ארבעט איז עס נישט שווערער אז מ'קען נישט קיין ענגליש?

וואס איז די חשבון אז מ'לערענט נישט קיין ענגליש ווען מען דארף דאס האבן פאר די גאנצע לעבן?
איך זינג נישט ווייל איך בין פרייליך

איך בין פרייליך ווייל איך זינג
שמע מינה
שר מאה
תגובות: 111
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 18, 2014 1:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמע מינה »

זינגער האט געשריבן:ס'איז מיר אונטרעסאנט צו הערן אז מ'האט נישט געלערנט קיין ענגליש, קען מיר איינער זאגן היינט אז מ'ארבעט שוין אדער מ'זוכט ארבעט איז עס נישט שווערער אז מ'קען נישט קיין ענגליש?

וואס איז די חשבון אז מ'לערענט נישט קיין ענגליש ווען מען דארף דאס האבן פאר די גאנצע לעבן?

אוודאי איז עס שווערער, אבער איר דארפט וויסן אז די סיבה פארוואס אנדערע מוסדות לערנען ענגליש איז נישט ווייל די קינדער דארפן עס האבן פאר זייער לעבן, נאר בלויז ווייל עס איז א געזעץ, ווען נישט ס'דא אזא געזעץ וואלט קיין איין היימישע מוסד נישט געלערנט קיין ענגליש, אזוי ווי אינדערהיים ווי עס איז נישט געווען קיין געזעץ פון לערנען לימודי חול, האבן די חדרים קיינמאל נישט געלערנט קיין לימודי חול, אויסער ווי עס זענען געווען די מאדערנערע ד"ר רבנים וואס האבן עס געוואלט איינפירן לתועלת, אבער רובם פון די ארטהאדאקסישע רבנים האבן נישט געהאלטן דערפון.

און עפ"י רוב, די היימישע מוסדות וואס לערנען ענגליש, איז עס ביז לעצטענס אויך געווען נאר אויף צום יוצא זיין, קיין גרויסע בקיאים אין ענגליש האט מען נישט געקענט ווערן פון די לימודים.

למעשה, יעדער יוד גיבט זיך אן עצה, פריער אדער שפעטער, ס'זענען דא היינט גרויסע עשירים און אפילו עסקנים און פראפערסארן וואס קומען ארויס פון די מוסדות וואס האבן נישט געלערנט קיין ענגליש אדער געלערנט אויף צום יוצא זיין. ענגליש איז א שפראך וואס מ'לערנט זיך עס שנעל אויס, און אנשטאט די הונדערטע שעות וואס קינדער דארפן אוועקגעבן דערויף אין די טייערע צייט פון לימודי קודש, קען מען עס מאכן אלץ יונגערמאן אין עטליכע שעות, און נאך אסאך בעסער ווען מ'האט א ציל און שטופ עס צו קענען.
הרב_שלום
שר עשרת אלפים
תגובות: 14693
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 12, 2014 9:44 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב_שלום »

אין לאנדאן קען יעדע 7 יעריגע אינגעל ענגליש ווי א 14 יעריגע בחור פון וויליאמסבורג
Section 8 Secrets: Get housing assistance faster https://amzn.to/3TaIg5B
You can find jobs at www.macherusa.com/all www.jobsgemach.com
As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases
שמע מינה
שר מאה
תגובות: 111
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 18, 2014 1:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמע מינה »

מעגליך. קען זיין אז אין אמעריקא איז עס נאך ווייניגער ווי דא, אבער אפילו דא, וויפיל מ'קען אלץ 14 יעריגע בחור, קען מען אפלערנען אלץ יונגערמאן מיט אפאר נישטיגע לעסענס.
lekaf zechis
שר העשר
תגובות: 17
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 05, 2013 12:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lekaf zechis »

איך האב זכרונות ווען מען האט געהאט אינספעקטערס פון דער רעגירונג האט מען געהייסען אלע קינדער פון כתה ב' און העכער נישט צו קומען אין חדר אבער אנשטאט דעם האט מען
"staff room" bold גענוצט דער ליידיגע צימערען אויף אנדערע צוועקען. א מלמד האט אויפגעהאנגען א סיין אויף דער טוהר פון א כתה אין
אוועטאר
moishy56
שר עשרת אלפים
תגובות: 19942
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moishy56 »

זינגער האט געשריבן:ס'איז מיר אונטרעסאנט צו הערן אז מ'האט נישט געלערנט קיין ענגליש, קען מיר איינער זאגן היינט אז מ'ארבעט שוין אדער מ'זוכט ארבעט איז עס נישט שווערער אז מ'קען נישט קיין ענגליש?

וואס איז די חשבון אז מ'לערענט נישט קיין ענגליש ווען מען דארף דאס האבן פאר די גאנצע לעבן?

די מלמד לערנט Maths מיט די קינדער,
אבער איך פארשטיי אז די שפראך English און די ABC, לערנען זיי נישט.
.

לייף אינשורענס אן קיין בלוט-טעסט גרינגערהייט. רופט/טעקסט די ווארט INFO צו 718-480-0545 #קהלֵב
שרייב תגובה

צוריק צו “זכרונות”